אונגארישע אויפשטאנד - 1956 למספרם

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

אונגארישע אויפשטאנד - 1956 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

אוואו קען מען אביסל ליינען איבער די "אויפשטאנד", ווי א שיין פראצענט פונעם היינטיגן יודענטום איז דאדורך ניצול געווארן מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה?
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

אונגארישע רעוואלוציע
(פֿון װיקיפּעדיע)

די אונגארישע רעוואלוציע, איז פארגעקומען אין יאר 1956, קעגן די קאמוניסטישע הערשאפט, און קעגן די איינפלוס פון די סאוועטן פארבאנד, אויף אונגארן. די רעוואלוציע איז פארגעקומען אין די מאנאטן פון אקטאבער, און נאוועמבער 1956. די רעוואלוציע איז אונטערגעברענגט געווארן, אויף א גאר ברוטאליש פארנעם, דורך די רויטע ארמיי, און 2,500 אונגארישע בירגער זענען אומגעקומען, און נאך 700 סאוועטישע זעלנער זענען געווען צווישן די טויטע, און נאך טויזענטע זענען פארווונדעט געווארן. אומגעפער א פערטל מיליאן בירגער זענען אנטלאפן, און אלס פליטים, זיך באזעצט אין אנדערע לענדער.

צווייטע וועלט מלחמה
ווען די רויטע ארמיי האט איינגענומען אונגארן, ביי די ענדע פון צווייטער וועלט קריג, איז אונגארן אנגענומען געווארן אלס א לאנד, וואס האט צוגעהאלפן די נאציס, אנגעהויבן מיט מיקלאש הארטי, און פארגעזעצט מיט די פייל קרייץ.

אין 1948, האבן די קאמוניסטן איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד, און איינגעפירט א שווערע אינערן פאליטיק, כדי צו טוישן דאס לאנד צו א קאלעקטיווע, וואס האט אויפגעברויזט די באפעלקערונג, צו באהערשן די קאמוניסטן אויפן באפעלקערונג, איז אויפגעשטעלט געווארן די "געהיימע אונגארישע פאליציי", וואס האט אנגעזייט טעראר צווישן די בירגער.

אורזאכן צום אויפשטאנד
ווען סטאלין איז געשטארבן, האט געהערשט אין די קאמוניסטישע האריזאנט, די דע-סטאליניזאציע, ווי כרושטשאוו האט אנערקענט און פארדאמט די טעראריזם פון סטאלין, אין אונגארן האט דאס אויך געמיינט מאטיאש ראקושי, דער קאמוניסטישער דיקטאטאר. אימרע נאדזש איז געווארן פרעזידענט, פון 1953 ביז 1955, און ער האט דורכגעפירט עטליכע רעפארמען אין די פאליטיק.

אין פוילן, זענען אין יאר 1956, פארגעקומען עטליכע סטרייקן אין פויזן, פאר בעסערע אומשטענדן פאר ארבעטער. אין אקטאבער איז דער אלטער פוילישער רעגירער ערזעצט געווארן מיט וולאדיסלאוו גאמולקא, דאס האט געוויזן פאר די אונגארישע, אז עס איז דא א מעגליכקייט פאר א בעסערע צוקונפט.

לאסלא רייק, איז געווען א קאמוניסטישע פאליטיקער, וואס איז אומגעברענגט געווארן דורך די "אויסרייניגונגען" פון ראקושי, אין יאר 1949. ער איז אבער ריינגעוואשן געווארן, און א גרויסע לוויה איז דורכגעפירט געווארן דעם 6טן אקטאבער 1956. איבער 100,000 מענטשן האבן זיך באטייליקט, און פון די לוויה איז געווארן א מאסן דעמאנסטראציע, אנגעפירט בעיקר דורך סטודענטן.

די סטודענטן האבן פראטעסטירט, קעגן די אומשטענדן אין די אוניווערסיטעטן, און האבן אויפגעשטעלט סטודענטן גרופעס איבערן לאנד. די ארבעטער האבן נאכגעפאלגט, און זיי האבן אויפגעשטעלט ארבעטער פאראיינען.

אויסברוך פון רעוואלוציע
אום 23סטן אקטאבער, איז פארגעקומען א פראטעסט אין די גאסן פון בודאפעשט, מיט א ריזיגע באטייליקונג, אונגארישע זעלנער האבן אראפגעריסן זייער רויטע שטערן פון די מונדירן, און עס געווארפן צו די מאסן, און האבן מארשירט אינאיינעם מיט די פראטעסטירער. די פארלאנגען פון די פראטעסטירער, זענען געווען מעסיקע. די געהיימע אונגארישע פאליציי, האט אבער גענומען שיסן אויף די באטייליקער, און האבן אומגעברענגט אכציק פראטעסטירער. דאס האט געברענגט צו ווילדע ראיאטן, ווי פאליציי אויטאס זענען פארברענט געווארן, געווער איז פארטיילט געווארן, דורך די ארבעטער אין די וואפן פאבריקן.

די קאמוניסטן זענען געווען ביי די מיינונג, אז אט אט גייט זיך עס פארענדיקן, און רויקייט וועט צריק קומען. עס איז קלאר געווען אז רוסלאנד וועט אריינשיקן סאלדאטן, און צוריק איינשטעלן די קאמוניסטישע הערשאפט. אין די לעצטע פרווו, איז אימרע נאדזש, אויפגענומען געווארן אלס פרעמיער מיניסטער, און האט אריינגעשטעלט עטליכע פון זיינע מענטשן אין די רעגירונג, און פרובירט איינשטילן די געמיטער.

די פראטעסטירער האבן נישט איינערקענט אין נאדזש, וועלכע איז טאקע געווען א רעפארמיסט, אבער איז נאך אלץ געווען א קאמוניסט. וואפן פאבריקן זענען אטאקירט געווארן, און אמוניציע איז געגעבן געווארן פאר די אויפשטענדלער, וועלכע האבן אפגעווארט די רוסישע ארמייען.

צווישן דעם 23סטן אקטאבער, ביזן 3טן נאוועמבער, זענען פארגעקומען שלאכטן איבער לאנד. די רוסן האבן ארויסגעצויגן זייערע טרופן פון די הויפטשטאט, און דערנאך בארינגעלט די שטאט, גרייט צו אטאקירן. אלע פאליטישע ארעסטאנטן זענען באפרייט געווארן, און אלטע אומלעגאלע פארטייען זענען צוריק ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך.

אום 27סטן אקטאבער האט נאדזש, אויפגענומען א נייע רעגירונג, און א געוויסער קאדאר, אלס אויסערן מיניסטער, א קאמוניסט וואס איז ריינגעוואשן געווארן, נאך באשולדיקונגען פון די פאליציי. ער האט פארגעשטעלט א פלאן, ווי די רעוואלוציאנערן וועלן איינערקענט ווערן אלס א פארטיי, און די רוסן וועלן זיך ארויסציען פון אונגארן. נאדזש האט אנערקענט אין אלע נייע פארטייען וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן, ער האט אויפגעלעזט די פארפיינטעטע געהיימע פאליציי. און דערקלערט די 15טן מערץ אלס נאציאנאלע חגא, לכבוד די רעוואלוציע. ער האט דערקלערט די ארויסטריט פון אונגארן, פון ווארשע פאקט. און דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א קאאליציע, מיט אנדערע פארטייען, וואס זענען לעגאליזירט געווארן.

כרושטשאוו, וועלכע האט געזען דעם אונטערגאנג פון א קאמוניסטישע נאכשלעפער פון רוסלאנד, איז געווען אנטשלאסן צו אונטערנעמען שריט. אונגארן האט אויסגערופן צו די פאראייניקטע פעלקער, אז זי איז א דעמאקראטיש לאנד, און זיי זאלן קומען צו הילף צו אונגארן.

די פאראייניקטע שטאטן, האט נישט איינגעזען אין אונגארן א ניי אליאירט לאנד, זיי האבן פארשטאנען אז דאס איז, אן אינערליכער שטרייט אינערהאלב די קאמוניסטישע געמיינדע. צו דעם אלעם איז די מערב וועלט געווען פארטון אין אנדערע זאכן, אמעריקע מיט די פרעזידענטליכע וואלן, פראנקרייך און בריטאניע, מיט די סועץ קאנאל קריזיס.

אויפן 4טן נאוועמבער האבן די סאוועטן אטאקירט, מיט אן ארמיי, פון רומעניע, און פון טשעכאסלאוואקיי. די רעגירונג פון נאדזש איז צעפאלן, און ער און זיינע מענטשן, זענען אריינגעלאפן אין די יוגאסלאווישע אמבאסאדאר, און פארלאנגט אנערקענונג אלס פליטים, נאך עטליכע טעג זענען זיי ארויס, נאכדעם וואס מען האט אים פארשפראכן, אז מען וועט אים נישט טון קיין שלעכטס, ווי ער איז נאר ארויס, איז ער גענומען געווארן קיין רומעניע, דערנאך איז ער געברענגט געווארן צוריק אויף אונגארן, ווי ער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט, דורך א געריכט.

נאכווייען
טויזענטע זענען אומגעקומען אין די שלאכטן, און קאדאר וועלכע איז אנטלאפן קיין מאסקווע פון אנהייב, איז צוריק און דערקלערט דאס אויפשטעלן א נייע רעגירונג. די רעוואלוציע איז אונטערגעברענגט געווארן אין דעצעמבער 1956, אבער אין 1957, זענען פארגעקומען מערערע סטרייקן, די סי-איי-עי האט באריכטעט, אז איבער 1,200, זענען הינגעריכטעט געווארן שוין נאכן ענדע פון די קאמפן.

די אונגארישע האבן פארדינט, די געהיימע פאליציי האט אויפגעהערט צו פונקציאנירן.

וועלטס רעאקציע
וואס די וועלט האט געזען אינעם רעוואלוציע, איז צעטיילט אין עטליכע מיינונגען, א טייל האבן געזען א פרווו צו ווערן א סאציאל דעמאקראטיע, אנדערע א קאמוניסטיש לאנד ווי יוגאסלאוויע, א טייל האבן געזען דאס לאנד געפירט דורך ארבעטער ראטן אלס אןאנארכיסטישע, די סאוועטן האבן געטענהט, אז עס איז א פרווו צוריק צושטעלן די פאשיסטן, ווי מיקלאש הארטי, און די פייל קרייץ.

די פאראייניקטע פעלקער, וועלכע האט זיך אריינגעמישט אין די סועץ מלחמה, האט געוויזן אז דריטע וועלט לענדער, און די קאמוניסטישע מדינות, קענען טון וואס זייער הארץ גלוסט, ביים גארנישט טון, אפצושטעלן די געוואלדטאטן.

היינט ווערן די רעוואלוציאנערן שטארק רעספעקטירט אין אונגארן. די קע גע בע וועלכע איז אריין נאכדעם וואס די געהיימע פאליציי איז געווארן פארשלאסן, האט זיך געפונען אין זעלבן געביידע פון די געשטאפא, און ביי די אונגארישע, ווערן ביידע פארעכנט אלס די זעלבע טעראר אנזייער, היינט איז דארט דא א מוזיי, מיטן נאמען די טעראר הויז.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח פאר די איבערזעצונג
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער שיין
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

יישר כח, דאס ערשטע מאל איך ליין עטוואס פרטים איבער דעם אויפשטאנד.

ס'הייסט אז די גאנצע אויסוואנדערונג פון אלע אונגארישע אידן האט נישט געדויערט מער ווי געציילטע טעג, ווי קען מען אין אזא קורצע צייט זיך מסדר זיין אן פאפירן אין א נייע מדינה?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שמע מינה האט געשריבן:אוואו קען מען אביסל ליינען איבער די "אויפשטאנד", ווי א שיין פראצענט פונעם היינטיגן יודענטום איז דאדורך ניצול געווארן מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה?

ס'ייסט וואו? דא אין דעם אשכול!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קעפל: ויהי אחרי המגיפה: די שארית הפליטה נאך די קריג

קיקיון האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:מיר זיכן אינפארמאציע וועגן די די-פי לאגער אין עסטרייך ווי די אונגארישע אידן זענען אנגעקומען נאכן עפענען די טויערן אין 1956 נאכן זיין אין קאנטינענטאל האטעל פאר אפאר חדשים,
עני אינפארמאציע אדער בילדער וועט שטארק צוניץ קומען.
יישר כח

די טויערען זענען נישט געווען אפען
עס איז געווען זייער א קורצע תקיפה פון הפקירות בשעת א מרידה קעגען די רוסישע מושלים
א געלעגנהייט שווערצען די גרעניץ
די DP לאגערען ווי די שארית הפליטה האט זיך אויפגעהאלטען זענען שוין כמעט אלע געווען פארמאכט
דאס לעצטע פעלדאפיג האט זיך פארמאכט אין 57
פון דעם ארטיקעל זעהט נישט אויס אז עס
זענען געווען צייטווייליגע מקומות קליטה אין אירראפע
די וואס זענען אנגעקומען קיין ארה"ב זענען געווען א קורצע זמן אין CAMP KILMER אין NEW JERSEY


אין דעם אידישע ווארט איז דא איטליכע ארטיקלען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Untitled.jpg
Untitled.jpg (563.59 KiB) געזען 1770 מאל

פון http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=31
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווען אידען אנטלויפען איבער גרעציצען
דאס אידישע ווארט טבת תשי"ז
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Untitled.jpg
Untitled.jpg (239.55 KiB) געזען 1669 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

יישר כח פאר אלע מגיבים און מוסיפים.

אויסער אגו"י, וועלכע נאך ארגעניזאציעס זענען געווען אקטיוו מיטן ארויסהעלפן די יעניגע אידן?

רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז דען נישט געווען פארמישט אין עסקנות אין יענע תקופה?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שמע מינה האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים און מוסיפים.

אויסער אגו"י, וועלכע נאך ארגעניזאציעס זענען געווען אקטיוו מיטן ארויסהעלפן די יעניגע אידן?

רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז דען נישט געווען פארמישט אין עסקנות אין יענע תקופה?

איך בין דאמאלט געווען 10 ואר אלט אבער אזויפיל געדענק איך
מרן זי"ע האט געשיקט שלוחים קיין וויען
א"א ז"ל האט געמאכט אן אפיעל פאר כולל שומרי החומות זיי זאלען קענען העלפען די 56ער וואס זענען אנגעקומען קיין א"י
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

אוודאי! די אגודה און מזרחי האבן יעמאלט אינטערווענירט אז די פליטים זאלן ארויף גיין קיין א"י און זיך אנשליסן אין זייערע פארטייען, דער רבי האט דעמאלטס געשריבן דער בארימטער בריוו קיין וויען וואו ער בעהט זיך ביי זיי למען השם זיי זאלן זיך נישט לאזן פון די אלע מפלגות שונות וכו'.

יבאו המלנקים וילינקו.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”