געווען איז עס ווען דער קראקאווער רב הגאון מוהר״ר יהושע חריף, איז געליגן אויף זיין קראנקן בעט, א האלבע שטונדע פאר יציאת נשמה. אלע גדולי ישראל פון קראקא זענען געווען פארזאמעלט ארום אים, ווען ער האט מיטאמאל געגעבן א רוף אויס: ״מאכט פלאץ פאר רש״י, ווארום ער איז געקומען מקבל זיין מיין נשמה, צוליב וואס איך האב אים פארטיידיגט און פארענטפערט אלע קשיות וואס די תוספות פרעגן אויפ׳ן אים!״
אט די אלע תירוצים שטעלן צוזאם דאס ספר מגיני שלמה, וואס אט די נאמען ווירקליך אפטייטשן איר אינהאלט, די פארטייגדערס פון שלמה [רש״י]
---