אינעם גרויסן מאסקווער בית הכנסת אויף די ספאסאגלינישטשעווסקי געסל, האט דאן געדינט אלס רב און ראש ישיבה, הגאון הרב יהודה לייב לעווין ז"ל. ער איז געבוירן געווארן אין תרנ"ד צו זיין פאטער רבי אלי-הו שמואל אין ניקאפאל אין יעקעטרינאסלאוו אוקראינע, וואו זיין פאטער איז געווען רב. הרב יהודה לייב איז געווען אן אפשטאמיגער פון רבנים גאונים און גדולי הוראה, אזוי ווי הג"ר רפאל הכהן כ"ץ אב"ד אין האמבורג, דער מחבר פונעם ספר "תורת יקותיאל".
אלס א מעגליכער טייל פון די געשיכטע און אלס מאסקווער רב אין די צייט, ווילן מיר זיך אביסל באקענען מיט א קורצע ביאגראפיע פון דעם מאסקווער רב און איבער די שטורמישע קאנטראווערסיע וואס זיין באזוך האט אנגעמאכט איבער די וועלט, זייענדיג אין ניו יארק אין די באגלייטונג פון א קעי דזשי בי אונטערהער אפאראט.
אלס יונג קינד האט רבי יהודה לייב געלערנט מיט זיין פאטער אינדערהיים אין נאקאפאל ביז צו די פערצן יאהר ווען זיין פאטער איז אוועק. נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תרס"ה, האט ער זייער געוואלט פארן קיין 'ראדין' צו לערנען אין די ישיבה פונעם 'חפץ חיים' אבער איז צום סוף נישט צושטאנד געקומען.
דאן איז ער געפארן לערנען קיין קובנא אין ישיבת כנסת בית ישראל. שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבה אין 'ניזשין' און שפעטער אין ישיבת בית יצחק אין סלאבאדקע. אין תרע"ו האט ער באקומען סמיכה אין איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין 'גרישינא', א דארף אין אוקראינע. אין תש"א מיט די אנקום פון די צווייטע וועלט מלחמה האט ער געוואנדערט קיין מזרח אין זיך באזעצט אין א שטעטל אין אוזבעקיסטאן וואו ער איז פארבליבן ביז נאכ'ן קריג. נאכ'ן קריג איז ער צוריק קיין גרישינא וואו האט זיך צוריק פאראייניגט מיט זיין פאמיליע.
אין תשט"ז איז הרב יהודה לייב געווארן איינגעלאַדענט צו די שטאט 'סוכומי' אין גרוזיע, וואו ער האט זיך געטראפן מיט דעם דעמאלטיגן מאסקווער רב 'הרב שלמה שלייפער ז"ל'. הרב שלייפער האט איהם גערופן קיין מאסקווע און איהם אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין זיין ניי-געעפנטע ישיבה. די איינציגסטע ישיבה וואס איז געווארן געעפנט מיט די אפיציעלע ערלויבעניש פון די רוסישע רעגירונג. די צאל באטייליגטע אין די ישיבה איז קיינמאל געווען מער פון צוואנציג איינגעשריבענע.
די ישיבה האט ער א נאמען געגעבן "ישיבת קול יעקב" נאך זיין פרוי'ס זיידע הרב יצחק יעקב ריינס דער אב"ד פון סווענציאן ליטא. די ישיבה איז געווען קווארטירט אינעם גרויסן מאסקווער בית הכנסת אויף ספאסאגלינישטשעווסקי געסל, היינט ארכיפאוו גאס, און איז געווען אונטער די שטענדיגע וואכזאמע אויגן און אויערן פון די קאמוניסטישע רעגירונג.
די קומענדיגע יאהר אין תשי"ח, נישט קענענדיג איבערטראגן די שטענדיגע דרוק פון די רעגירונג, איז דער מאסקווער רב הרב שלמה שלייפער, בשעת ווען ער האט איבערגעגעבן א שיעור, פלוצלינג געטראפן געווארן מיט א הארץ אטאקע ל"ע און איז אוועק פון דער וועלט. נאך די פטירה פון הרב שלייפער האט די הנהלת הקהילה, א קאמיטע פון צוואנציג עלטערע מיטגלידער פון די קהילה וואס זענען געשטעלט געווארן דורך די רעגירונג, אויפגענומען דעם ראש ישיבה הרב יהודה לייב לעווין אויך אלס הויפט רב אין מאסקווע.
די מיטגלידער פון דער קאמיטע פון צוואנציג זענען געווען באשטימט דורך די רעגירונג אין יעדע ביהכ"נ איבער רוסלאנד וואס האט באקומען ערלויבעניש צו פונקציאנירן. די מיטגלידער פון די קאמיטע זענען אין פיל באקאנטע פעלער געווען אויסגעשפראכענע 'אינפארמאנטן' פאר די רעגירונג און פלעגן איבערגעבן פאר זייער אויבערהארן אין די 'קעי דזשי בי', זייער אייגענע אידישע ברודער סיי וועם מען האט געזעהן פארלעצן די קאמוניסטישע געזעצן. דאס אליין האט געווארפן א שטענדיגע שרעק ביי אלע באזוכער און ביהכ"נ, נישט וויסנדיג וועם מען קען געטרויען.
אלס מאסקווער רב האט הרב יהודה לייב לעווין זיך פיל מאהל געמוזט מוסר נפש זיין צו העלפן די אידן אין מאסקווע און פון איבער גאנץ רוסלאנד. איינשטעלנדיג זיין אפיציעלע רעגירונג'ס סטאטוס אלס דער מאסקווער רב און פארארבייט אויף פארשידענע וועגן צו העלפן די רוסישע אידן זיך האלטן ביי אידישקייט אונטער די אויגן פון די סאוועטישע רעזשים, דערביי אנהאלטנדיג זיין אנזעהן אלס שטיצער און געטרייע בירגער פאר מוטער רוסלאנד.
הרב לעווין איז שארף קריטיקירט געווארן דורך אידן איבער די וועלט פארן עפענטליך אויסלויבן די סאוועטישע רעזשים.
דאס איז פארגעקומען אין תשכ"ח ווען ער איז ערלויבט געווארן דורך די קרעמלין צו פאָרן קיין ניו יארק צו איבערצייגן פאר די אידן און פאר די גאנצע וועלט אז אידן רוסלאנד לעבן אין פרייהייט פונקט ווי אלע רוסישע בירגער און זענען פריי צו פראקטיצירן זייער רעליגיע גלייך ווי אלע אידן אין די פרייע וועלט.
צוליב די אנטי מדינת ישראל שטעלונג פון סאוויעט רוסלאנד איז די רייזע צושטאנד געקומען און אפיציעל פינאנצירט געווארן דורך צוויי אנטי ציוניסטישע ארגאניזאציעס אין אמעריקע. די רייזע איז נאכגעגעבן געווארן דורכ'ן קרעמלין נאך פריעדיגע פארלאנגען דורך אנדערע ארגאניזאציעס. דורכאויס די צוויי וואכן, פון כ"ב סיון ביז ו' תמוז וואס הרב לעווין האט באזוכט ניו יארק, איז ער איינגעשטאנען אין דעם 'עסעקס הויז האטעל' אין מאנהעטן, וואס איז דורכאויס דעם באזוך פארוואנדלט געווארן אין א אידישע צענטער וואו עס איז געווען טעגליך מנינים פאר אלע תפילות און האט געווירבלט מיט פיל באזוכער פון פארשידענע פערזענלעכקייטן.
דער מאסקווער רב איז געווארן ארומגעפירט צו באזוכן אין פילע אידישע אנשטאלטן און ארגאניזאציעס, קהילות, בתי מדרשים, ישיבות און חסיד'ישע מוסדות'ער וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט רעדעס און האט אָנזעהנדליך געווארן באצויבערט פון אזויפיל אידישע אקטיוויטעטן און בליענדע וואוקס אין אידישקייט אין די פרייע אמעריקע.
כאטש אין הויכן עלטער פון 74 און נאכן זיך פארהיילן פון א הארץ אפעראציע אין מאסקווע, האט דער מאסקווער רב - דער ערשטער אפיציעלער באזוכער פון אונטער די אייזערנע פורהאנג פאר איבער פופציג יאהר - ארומגעפארן באזוכן אין פילע געגנטער. די היסטארישע באזוך האט געצויגן פיל אינטערעסע ביי אלעמען צו זעהן און צו הערן פון אזא פערזענליכקייט. דער רב איז גערופן געווארן צו רעדן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערזי. פון פאלסבורג נ"י אין די קעטסקיל בערג, ביז בארא פארק און פלעטבוש אין ברוקלין, ביז קווינס און מאנהעטן.
זיין שלאנקען הויעכן געשטעל מיט'ן ברייטען ווייסן בארד און שווארצן רוסישן קאפאטע האט געמאכט ביי אלעמען זייער א בכבוד'יגען איינדרוק. איבעראל איז ער פארבעטן געווארן צו האלטן א רעדע פאר פילע באטייליגטע וואס איז געזאגט געווארן אין בלויז 'אידיש' געפלאכטן מיט פסוקים און מאמרי חז"ל. איינע פון די געציילטע אויפטריטן וואס האט געזאלט פארקומען איז געווען פאר די בחורים פון די גרויסע סאטמאר'ע ישיבה, אבער איז צווישן אנדערע אויפטריטן נישט צושטאנד געקומען צוליב דעם מאסקווער רב'ס איבערגעפולט'ן סדר היום. עס איז נישט מעגליך געווען ערפילן די פילע פארלאנגען צו ערשיינען ביי אלע איינלאדונגען אין קוים צוויי וואכן.
דורכאויס די צוויי וואכן וואס הרב לעווין האט געוויילט אין די פרייע דעמאקראטישע אמעריקע האט איהם אבער די לאנגע הענט פון די רוסישע געהיים פאליציי באגלייט אויף טריט און שריט.
איבעראל וואו ער איז געגאנגען איז ער געווען אין די באגלייטונג פונעם לענינגראד'ער חזן, 'חזן דוד טיסקין', וואס איז מיטגעקומען מיט איהם פון רוסלאנד.
פאר די ניו יארקע צייטונגען האט חזן טיסקין זיך פארגעשטעלט אלס א רוסישער אינזשעניר. דער חזן האט ביי פילע אויפטריטן מיטן רב זיך געלאזט הערן פון זיין שטימע מיט רוסישע לידער און דערביי זיך צושפילט מיט זיין רוסישן גיטאר.
חזן טיסקין האט געהאט נאך א אויפגאבע אלס דער אפיציעלע באגלייטער פון דעם מאסקווער רב אויף די ניו יארק'ע גאסן. ער האט געהאט מיט זיך אן אונטערהער-אפאראט און איז געווען באויפטראגט דורך די קעי דזשי בי צו רעקארדירן יעדע רעדע און שמועס פונעם מאסקווער רב און האט די פארלאנג געמוזט אויסגעפירן.
צווישן די פילע רעדעס און אויפטריטן, איז די גרעסטע און די מערסטע געדעקטע רעדע געווען אין די ערשטע טעג פון זיין באזוך. דאס איז פארגעקומען מיטוואך אווענט כ"ג סיון אין די גרויסע 'האָנטער קאלעדזש אדיטאריום' ביי די 68'סטער גאס און פארק עוועניו אין מאנהעטן נ"י פארענט פון איבער צוויי טויזנט באטייליגטע. א געמיש פון אלע סארטן אידישע גרופעס, פון פרומע ארטאדאקסן ביז אלטרע קאנסערוואטיווען, אלע האבן זיך אריינגעשטופט אינעם זאל צו הערן וואס דער רוסישער רב האט צו פארציילן איבער די פארנעפלטע מצב פון די אידישע געמיינדעס אונטער די נעגל פונעם רוסישן בער.
ביים אריינפיר צו דעם אווענט האט חזן טיסקין געזונגען דריי רוסישע פאלקס-לידער באגלייט מיט זיין גיטאר און באצויבערט די באטייליגטע מיט זיין ווארימע שטימע. דאן איז געוויזן געווארן א פילם מיט בילדער פון די רעליגיעזע לעבן פון אידן אין מאסקווע. דאס איז געווען קינסטלעריש אהערגעשטעלט דורך די סאוועטישע רעגירונג, אבער קענטליך א פראפאגאנדע פראיעקט. מען האט געוויזן בילדער פון אידן אין דעם מאסקווער שוהל מיט דעם רב. א מצה בעקעריי ביים באקן מצות; א שוחט ביים שעכטען הינער, א בילד ווי אידן טאנצן שמחת תורה, א מקוה, א בילד ווי א שיעור ווערט געגעבן דורכ'ן רב אינעם גרויסן כארל בית הכנסת און ווי עלטערע אידן לערנען מיט'ן רב אין ישיבת קול יעקב.
א איד א געראטעוועטער פונעם טרויער-בארימטען לאגער אין טרעזיענשטאט, זעהנדיג די בילדער האט זיך אנגערופן מיט ביטערניש: "ענליכע פילמען האבן די נאצי-רוצחים רעקארדירט אין טרעזיענשטאט, כדי צו ווייזן אז אידן לעבן זיך דארט גוט..."
אום ניין אזייגער איז הרב יהודה לייב לעווין ערשינען אויף די בינע מיט'ן שווארצן קאפאטע.
"דערלויבט מיר איבערצוטראגען אייער מאניפעסטאציע און געפילן פון באגייסטערונג, צו די אידן אויף יענער זייט, אין סאוועט רוסלאנד". איז געווען די געלאסענע אפהילכענדע ווערטער אין די שטילקייט. די רעדע איז געווען דורכגעפלאכטן מיט דברי תורה און מאמרי חז"ל. דער רב האט גערעדט וועגן שלום קעגן פאשיזם דערמאנעדיג בארבאריזם פון נאציזם קעגן אידישן פאלק.
"שלום צו אייך ברודער און שוועסטער איך ברענג אייך פלאמעדיגע און ברודערליכע וואונטשען אין נאמען פון רעליגיעזע אידן אין סאוועט רוסלאנד". האט דער רב געזאגט. "כאטש איך באטראכט זיך ניט אלס פארשטעהער פון דעם גאנצן סאוועטישן אידענטום. איך בין געשיקט געווארן פון די אידן פון דער מאסקווער כאָר-שוהל, האלט איך אז דאס גאנצע רעליגיעזע אידענטום אין סאוועט רוסלאנד, איז מסכים מיט מיר".
"עס איז פאר מיר געווען שווער צו מאכן די רייזע צו אייך, ווייל איך האב לעצטנס דורכגעמאכט א שווערע אפעראציע. איך בין אבער צו אייך געקומען מיט צופרידענהייט, ווייל איך ברענג אייך א ספעציעלן רוף פאר שלום, כדי צו פארשטארקן דעם פריינטליכע פארבינדונגען צווישן אונזערע ברודער. ספעציעל אויך, אז שלום זאל הערשן צווישן אונזערע לענדער. איר און איך לעבן אין די צוויי גרעסטע און שטארקסטע לענדער אין דער וועלט. פון זייערע באציאונגען איז אפהענגיג דער הויפט שלום אין דער גאנצער וועלט. איר און איך דארפן מאכן אלע אנשטרענגונגען און אנווענדן אלע כוחות, כדי צו פארזיכערן, אז שלום זאל הערשן צווישן אונזערע לענדער. און אויב איר און איך וועלן מאכן דעם געהעריגען ביישטייער צום אלגעמיינעם שלום, צו וועלכן די גאנצע וועלט שטרעבט, וועט דאס מיינען, אז אונזער מיסיע וועט דערגרייכט ווערן און מיר וועלן האבן א גרויסע באפרידיגונג. אויב מיר וועלן דאס דערגרייכן, וועט מיין איצטיגע רייזע ניט האבן באשווערט מיין געזונט צושטאנד".
ער האט פראקלאמירט אין זיין רעדע, אז אלע באגרענעצונגען אויף אידישקייט זענען מער נישט פארהאן און אידן אין רוסלאנד האבן די זעלבע רעכטן ווי אלע רוסישע בירגער. אלע באשולדיגונגען פון אנטיסעמיטיזם זענען לשון הרע און רכילות פון נביאי שקר וואס פרובירן צו שעדיגען די באציאונגען צווישן די רעגירונגען. די אידן אין אמעריקע קענען פאָרן קיין רוסלאנד און זיך אליין איבערצייגן ווי אידן האבן הויכע אנגעזעענע שטעלעס אין אלע אפטיילונגען פון לאנד פונקט ווי אלע אנדערע בירגער.
אינמיטן די רעדע האבן זיך פלוצלינג געהערט געשרייען פון די באטייליגטע ארויסגעבענדיג זייער זארג און ווייטאג איבער די אומבאקאנטע שיקזאל פון אידן אין רוסלאנד. "פארוואס האט סטאלין געשלאסן אן אפמאך מיט דעם רוצח היטלער?" "פארוואס האט סטאלין אומגעבראכט די אידישע שרייבער?" פארוואס גיבן נישט די איצטיגע פירער פון מאסקווע גלייכע רעכטן צו די אידן?"
איהר זאג נישט אמת! עס איז שקר! ווי מעג אן ארטאדאקסישער רב זאגען אזא ליגענט?
דער רב איז געבליבן שטיין צוטומעלט. די הויכע געשרייען האבן נישט ערלויבט דעם רב צו פארזעצן זיין דרשה. א יוגנטליכער האט זיך ארומגעדרייט מיט א פלאקאט מיט אן אויפשריפט: "מיר פארשטייען אייך, דעם אמת קענט איר נישט דערצעלן".
מיטאמאל האט דער רב אויסגערופן: "אמעריקאנע אידן קומען דאך אלס טוריסטן קיין סאוועט רוסלאנד און זיי זעהן דאך אז דאס וואס איך זאג איז יא אמת". דאן האבן עטליכע צוריקגעשריגען: "מיר זענען געווען אויף א באזוך אין סאוועט רוסלאנד און מיר האבן געזעהן אז פאר די דארטיגע אידן איז טרויעריג און ביטער".
דער טומל אין זאל איז געווען גרויס. דער רב איז געשטאנען ביים סטענדער אן אומבאהאלפענער און נישט געקענט רעדן ווייטער. אין דעם מאמענט זענען צוגעקומען צום רב עטליכע וועכטער און איהם אראפגעפירט פונעם פלאטפארמע און ארויסגעפירט דורך א הינטער טירל צו דער גאס וואו זיינע באגלייטער האבן איהם אוועקגעפירט.
דער מאסקווער רב האט האט דורכאויס זיין באזוך אין ניו יארק צוויי מאהל באזוכט דעם ליובאוויטשער רבין אין קראון הייטס. איין מאל אפיציעל אינבאגלייטנג פונעם חזן און איין מאהל אליינס, אום דאנארשטאג ב' דר"ח תמוז תשכ"ח, ווען ער האט זיך אריבערגעכאפט פון זיין האטעל צימער איינער אליינס אינמיטן די נאכט.
די רוסן האבן ערלויבט דעם רב צו גיין באזוכן דעם ליובאוויטשער רבין אונטער פארשידענע תנאים. איינע פון די תנאים איז געווען אז עס טאר זיין קיין שום בילדער פונעם באזוך און עס טאר נישט ווערן רעקארדירט. ביידע פון די תנאים זענען געווארן פארלעצט.
עס איז פארהאן א בילד פאטאגראפירט פון א באהאלטענע ארט ווי דער מאסקווער רב, מיט זיין באגלייטער דער לענינגראדער חזן קומען אריין צום ליובאוויטשער רבין. א באנק איז אריינגעברענגט געברענגט געווארן צום באזוך מיט א באהאלטענע טעיפ-רעקארדער צוגעקלעפט פון אונטן וואס האט רעקארדירט דעם שמועס.
דער מאסקווער רב האט אפגעווארפן יעדע ביטע צו בלייבן אין אמעריקע. ער האט נאר געוואלט צוריק גיין צו זיינע ברודער אין רוסלאנד זיי צו העלפן מיט וואס ער קען נאר און זיי האלטן ביי אידישקייט. ער האט אהיימגעבראכט קיין רוסלאנד 6 תפילין און 50 מזוזות וואס אידן פון אמעריקע האבן מיטגעשיקט
די מציבה פון הרב יהודה לייב לעווין זצ"לא
טייל פונעם אויפגעכאפטן שמועס צווישן דעם ליובאוויטשער רבין און הרב יהודה לייב לעווין דער רב פון מאסקווע פון "בית חב"ד".
א
אודיאו פון "בית חב"ד" ווי דער ליובאוויטשער רבי פארטיידיקט דעם מאסקווער רב פארן רעדן לטובת די מאסקווער רעגירונג.
[align=center]די מיסטריעזע טאשקע[/align]