וואס די גוים האבען געזאגט וועגען אונז אין א ניכטערע מאמענט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

נישטא קיין ווערטער זיך צו באדאנקען! סיי די תוכן און סיי די וויכטיגקייט דערפון.
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

שכח פאר די אויסטעלישע ידיעות!
-
חוץ פון דעם אויסטערלישן טאלאנט ביי כלל ישראל, איז דער פאקט אז מיר שטייען נאך אויך א פלא והפלא, ווי דער וואויל באקאנטער יעב''ץ אין סידור אז דער נס פון שה אחד בין שבעים זאבים איז גרעסער ווי דער נס פון יציאת מצרים.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דאכט זיך מיר אז מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג שרייבט ערגעץ אין זיינע דרשות אז אויב מען וועט גוט קוקען וועט מען זעהן אז אלע אידען וואס זענען גרויס געווארען ביי די גוים און אליין געווארען גוים (איך גיב א משל ווי קארל מארקס ודוגמתו) זענען געווען גאר נאנט אין דורות צו פולשטענדיגע ערליכע אידען (אין קארל מארקס קעיס איז ער געבוירען געווארען אין זיין זיידע דער רשכבה"ג (ניקעלסבורגער רב והמדינה) הגאון רבי משה לבוב'ס הויז אין טריר; און ביי דעם איז עס שוין געבליבען; ער איז טאקע געווען א חכם (וואס ער האט יונק געווען פון זיין אפשטאם) אבער איבערגעבען אויף ווייטער, דאס שוין נישט; זיי לאזען נישט איבער קיין זכר פון קיין חכמים נאך זיך. (דאס איז בערך וואס ער זאגט)

פון כלל ישראל האבען זיך אפגעריסען טויזענטער גרויסע מוחות צו די גוים; און א גרויסע טייל פון די וואס עס איז זיי "געלונגען" צו ווערען אקסעפטירט האבען זיך ל"ע געשמד'ט רח"ל אז מען זאל זיי לאזען זיין פראפעסארען אין דייטשלאנד און אין רוסלאנד; אבער זיי האבען אלעס מקריב געווען און גארנישט געבליבען פון זיי. די ראטשילדס האבען טאקע געטוהן פאר כלל ישראל און אנגעהאלטען א שטארקען קשר איז זייער נאמען געבליבען מיט גאלדענע אותיות אין כלל ישראל; לאידך גיסא סטיגליץ (פאול און זיין טאטע אלכסנדר סטיגליץ) די ראטשילדס פון רוסלאנד, האבען זיך ליידער געשמדט רח"ל און זענען אויס געשלאסען פון כלל ישראל; זיי האבען גארנישט געלאזט נאך זיך, נישט קיין חכמה און נישט קיין געלט.

בקיצור, דער נקודה איז אז די חכמה האבען זיי געהאט פון זייער אפשטאם און דער מינוט וואס זיי האבען זיך אפגעריסען האבען שוין די ווייטערע דורות (מערסטענס נאך איין דור) נישט אנגעהאלטען די חכמה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

SPUSMN האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג שרייבט ערגעץ אין זיינע דרשות אז אויב מען וועט גוט קוקען וועט מען זעהן אז אלע אידען וואס זענען גרויס געווארען ביי די גוים און אליין געווארען גוים (איך גיב א משל ווי קארל מארקס ודוגמתו) זענען געווען גאר נאנט אין דורות צו פולשטענדיגע ערליכע אידען (אין קארל מארקס קעיס איז ער געבוירען געווארען אין זיין זיידע דער רשכבה"ג (ניקעלסבורגער רב והמדינה) הגאון רבי משה לבוב'ס הויז אין טריר; און ביי דעם איז עס שוין געבליבען; ער איז טאקע געווען א חכם (וואס ער האט יונק געווען פון זיין אפשטאם) אבער איבערגעבען אויף ווייטער, דאס שוין נישט; זיי לאזען נישט איבער קיין זכר פון קיין חכמים נאך זיך. (דאס איז בערך וואס ער זאגט)

פון כלל ישראל האבען זיך אפגעריסען טויזענטער גרויסע מוחות צו די גוים; און א גרויסע טייל פון די וואס עס איז זיי "געלונגען" צו ווערען אקסעפטירט האבען זיך ל"ע געשמד'ט רח"ל אז מען זאל זיי לאזען זיין פראפעסארען אין דייטשלאנד און אין רוסלאנד; אבער זיי האבען אלעס מקריב געווען און גארנישט געבליבען פון זיי. די ראטשילדס האבען טאקע געטוהן פאר כלל ישראל און אנגעהאלטען א שטארקען קשר איז זייער נאמען געבליבען מיט גאלדענע אותיות אין כלל ישראל; לאידך גיסא סטיגליץ (פאול און זיין טאטע אלכסנדר סטיגליץ) די ראטשילדס פון רוסלאנד, האבען זיך ליידער געשמדט רח"ל און זענען אויס געשלאסען פון כלל ישראל; זיי האבען גארנישט געלאזט נאך זיך, נישט קיין חכמה און נישט קיין געלט.

בקיצור, דער נקודה איז אז די חכמה האבען זיי געהאט פון זייער אפשטאם און דער מינוט וואס זיי האבען זיך אפגעריסען האבען שוין די ווייטערע דורות (מערסטענס נאך איין דור) נישט אנגעהאלטען די חכמה.

בנוגע קארל מארקס איז געבוירן ביי זיין זיידן אין שטוב
קום אריין מיט מער, געב אביסל מער פון דיין אויסטערלישן אוצר, וויאזוי האטזיין פאטער געהייסן, די אויפוואקסונג ביים זיידן, וכו'
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ניין, נישט אויף געוואקסען ביים זיידען אין שטוב און אפילו נישט געקענט קענען זיין זיידען (עלטער זיידע שוין); נאר (כ'שרייב פון זכרון) הגאון רבי משה לבוב זצ"ל איז געווען רב פון טריר בעפאר ניקלסבורג און קארל מארקס זיידע איז נישט מיט געפארען מיטען טאטע קיין ניקלסבורג נאר ער אדער זיינע קינדער האבען אסימילירט דארט אין טריר ווי האלב דייטשלאנד האט במשך די נעקסטע 50-100 יאר, און דארטען אין טריר אינעם זעלבען סביבה פון זיידען איז ער געבוירען געווארען, אבער לאו דוקא ממש אינעם זעלבען הויז (אפשר יא, אבער דאס איז נישט דער נקודה); דער נקודה איז (וואס כ'שפיר כ'האב נישט גענוג ארויס געברענגט) אז אזא חכם ווי קארל מארקס איז געווען א פראדוקט פון אידען און כמעט אלע קארל מארק'ס אויף דער וועלט זענען געווען אידישע פראדוקטען וואס דער חשק צו וויסען, לערנען, און פארשטיין, האבען זיי דירקעט געהאט פון זיייערע גרויסע זיידעס פונעם עם חכם ונבון, נאר זיי האבען עס נישט אויס געניצט פאר אידישקייט צו לערענען תורה, נאר פאר חכמת העולם. אבער דאס האט נאר אנגעהאלטען איין דור און מערסטענס צוויי, ווייל די שפעטערע דורות זייערע אויב ס'בכלל געווען, זענען שוין געווען פאלנע גוים און נישט געווען מער אינטרעסירט אין קיין חכמה.

חכמה קומט פון אידען "און נאר פון אידען"; אלע חכמות קומט פון אידען; פארשטייט זיך אז חכמה בגוים תאמין און דא און דארט פון ביליאנען מענטשען מאכט זיך א גאדעל א גוי א ריזיגער חכם, אבער עס איז ממש איינס פון מיליאנען; ביי אידען אבער זענען חכמים אין די מאסען (און אן גיין אין קאלידז!), און איך מיין עס ליטערעלי. הער אויס אמאל (אפשר בעסער הער נישט אויס) גוים שמועסען און וועסט פלאצען פון זייער טיפשות. די חכמה וואס א אידיש קינד האט אויף געפיקט ביי די דרייסיג, האט נישט דער 70 יעריגע גוי, ער איז דום ווי דער וואנט און די קענסט אים אלעס פארקויפען.

די אידען זענען דער עם חכם ונבון וויל דער באשעפער וויל אזוי; דער באשעפער האט ליב די קינדער פון די אבות הקדושים בני אברהם יצחק ויעקב, און דער וואס וועט זיך האלטען צום שורש קען זוכה זיין צו לייטישע דורות און אפילו קינדער און אייניקלעך די גרעסטע אין כלל ישראל. לאידך גיסא דער וואס האלט אז א גוי איז פינקט דער זעלבע ווי א איד ווייל ער האט פינקט באגעגענט א גויאישע חכם, זאל וויסען אז ער מאכט א פאטאלע טעות און קען עקספעקטען ח"ו דומע דורות וואס זענען גלייך ווי די עם (אומות) הדומה לחמור.

ווילסט גוטע דורות; אדער דורות כחמורים, ולא און אפילו נישט ווי חמורו של רבי פנחס בן יאיר.

איך וויל נישט אריין גיין אין דער יחוס און פרטי פרטים פון יעדער אפגעפאלענע פון כלל ישראל; נאר ממש וואס איז נוגע לעניננו. די פרטים פאר ווער עס וויל וויסען זענען דא ביכער אויף ביכער פון ביאגראפיעס זיי צו טרעפען. איך ליין זיי נישט, נאר היות איך האב געטוהן אין היסטאריע מיין גאנץ לעבען האביך זיך באגעגענט מיט זיי אדער געהערט פון אנדערע היימישע פארשער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויפען ערשטען בלאט האבען מיר געברענגט די גמרא אז בלעם האט געזאגט "אין אומה כאומה זו!" און אז אויף דער פסוק מי מנה עפר יעקב זאגט דער מדרש אז ער האט באווינדערט דער קדושת ישראל וואס איז נישט דא אין קיין שום פאלק, ער האט געזאגט: צעירי ובתולי ישראל שומרין על קדושתן, שאין כמותם בכל האומות, ומכניעות את היצר הרע לכבוד השי"ת.

און אז די מדרש זאגט אויף די ווערטער ולכה זעמה ישראל, אז מלך שנטל עטרה ונתנה על ראשו (די אידען זענען דער קרוין פון באשעפער, אין די תפילין פון באשעפער שטייט "ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ"), ואמר אדם עליה שאינה כלום, יש לו חיים? ואלו (העם ישראל) כתיב בהם ישראל אשר בך אתפאר.

האט מיר מיין זוהן געוויזען דער וואך (בנוגע עפעס אנדערש) אז דער קדושת לוי זי"ע זאגט (אין פרשת בא, משפטים, און אמור און אויך אין נאך פלעצער) אז מיט וואס איז דער רבש"ע זיך מתפאר מיט כלל ישראל, מיט קדושת היסוד, און וועגען דעם האבען אידען א כח אז זייערע תפילות מוזען אן גענומען ווערען.

ווען כ'האב עס געשריבען האביך נישט געוויסט ווי שטארק כ'האב צוגעטראפען מיטען עס שטעלען איינס נאכען אנדערע.
------------------
אויב אזוי קען מען שוין דאס אויך צו שטעלען צו דאס וואס די גמרא זאגט (אין מנחות ל"ה ע"ב) אויף דער פסוק וראו כל עמי הארן כי שם ה׳ נקרא עליך וייראו ממך (דברים כ"ח י') אז "אלו תפילין שבראש", אז נישט פון יעדען איד דערשרעקט זיך אייביג א גוי, עס ווענדט זיך ווי די גמרא זאגט (אין ברכות ל"ג ע"א): באותה שעה אמרו אוי לו לאדם שפגע בו ערוד ואוי לו לערוד שפגע בו רבי חנינא בן דוסא.

און אויב אזוי קען מען נאך גיין א סטעפ ווייטער און ברענגען די משנה (אין סוטה פרק ט') משמת רבי חנינא בן דוסא בטלו אנשי מעשה וואס דאס מיינט עושי מעשים טובים או "עושי מעשה ניסים". און דאס זעלבע טרעפען מיר אז ווען מען האט געדארפט שיקען צום קיסר מבטל מאכען א גזירה האט מען געשיקט רבי שמעון בר יוחאי, און פארוואס זאגט די גמרא (מעילה דף יז ע"א) שכאשר גזרה המלכות גזירה ואמרו מי ילך ויבטל את הגזירות שישלחו את רשב"י שהוא "מלומד בניסים".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קען מען דאך מיינען אז מען מוז זיין א רבי שמעון בר יוחאי און א רבי חנינא בן דוסא אז דער גוי זאל האבען רעספעקט, וויל איך דערציילען וואס אזא איינער ווי "סעוועדז" (זיין אמת'ע נאמען איז Michael Alan Weiner, א פרייער איד וואס האט נישט געהאט קיין שום אידיש חינוך) האט זיך אויס געדריקט מיט התפעלות אויף די גלויבער פאר פאלק דענמאלט ווען זיי זענען נעבעך אומגעקומען אין א קאר עקסידענט רח"ל. ער האט געוואלט מסביר זיין פאר זיינע גויאישע אודיענס וואס דאס מיינט א פרומע איד (ווי די גלויבערס), האט ער זיך אויס געדריקט:
such a couple are as pure as the driven snow

און איז אריין מסביר זיין ווי אפגעהיטען אזעליכע טייערע אידישע נפשות ווערען אויף געצויגען אז (מיר גוים ווי סעוועדז) האבען נישט קיין אהנונג ווי רייין אידישע נשמות זענען.

מיר זענען אלע מאל ביזי מיט וואס איז נישט גוט ביי אונז; יעצט קוקטס און זעהטס וואס איז יא גוט ביי אונז און ווי אונז חרדישע אידען זענען מובדל מן העמים ולא קרב זה אל זה, מיר זענען פון זיי כרחוק מזרח ממערב.

דער גוי זעהט און פארשטייט עס, ער זעהט דער אויסטערלישען חילוק; הלואי וואלטען מיר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”