וואס די גוים האבען געזאגט וועגען אונז אין א ניכטערע מאמענט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח אייך קיסריה

אבער "מאכטפולסטע" מיינט עס נישט דא.

עס קען טאקע מיינען מאכטפולסטע אבער כ'מיין אז נישט דא. דא רעדט מען מער אין א רוחניות'דיגער און ארויף געקוקטע סענס (נישט פון שרעק).
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 4:02 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לגבי קדושת ישראל איז דא א מעשה וואס איך געדענק עפעס אזוי.

ווען די תלמידי חת"ם סופר מיט הגאון דער מהר"י אסאד (תלמיד פון הגאון רבי מרכי בנעט) זענען געווען ביים קיסר, האט דער מלכה אויס געשטרעקט די האנט (דאכט זיך מיר צום כתב סופר), וואס האט איר געזאגט "מיין מאמע האט מיר געלערענט נישט צו רירען וואס איז נישט מיין". זי איז אזוי נתפעל געווערען און געזאגט הלואי ביי זיי וואלט מען געווען ווי ביי די אידען.

ווער עס קען מער פינקטליך די מעשה און די פינקטליכע ווערטער וואס זי האט געזאגט, און אויך אויב מעגליך א מקור, זאל עס ביטע ברענגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווען זקיני הגאון רבי אברהם שאג האט זיך געגרייט ארויף צו פארען קיין ארץ ישראל אין תרל"ג מיט זיין תלמיד הגאון רבי יוסף חיים זאנענפעלד; זענען זיי געפארען קיין פרעשבורג צו מאכען א פאספארט.

פרעגט זיי דער אויפזעהער: צו דען ווייסען די אידען אין חו"ל וואס זיי פארלירען ווען אזעליכע מענטשען פארלאזען די לאנד"?

(פון "לפיד אש", גענומען פון קונטרס 'מעשה אבות סימן לבנים', שכן סיפר הרבני התורני ר' מרדכי משולם הלוי ע"ה, ששמע מפי הג"ר יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:...
א פאר מדרשים וואס אלץ ער האט געזאגט.

הן עם כלביא יקום האט בלעם געשריגען "אין אומה בעולם כיוצא בהם!"
עמדו משנתן עמדו כאריות,
חוטפין קריאת שמע וממליכין להקב"ה, נעשין כאריות...
וכשבא לישן מפקיד רוחו לפני הקב"ה שנאמר בידך אפקיד רוחי,
וכשנעור משנתו ממליך הקב"ה,
אמר "אין אומה כאומה זו!"
...

ש"ב ר' מנחם שלום האט מיר אריין געשיקט אז בלעם הרשע האט געזאגט תמית נפשי מות ישרים, אז ער האט געוואלט שטארבען (האבען עולם הבא) ווי א איד אבער נישט לעבען (איין געהאלטען) ווי א איד; האט הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן זי"ע געזאגט, אז מען לייגט זיך ווי א פערד קען מען נישט אויף שטיין ווי א לייב.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דא איז דא נאך (איינער האט עס מיר אריין געשיקט), אבער נישט יעדער איינער איז פאסיג איבערצוזעצען; איז ברעג איך יעצט דער לינק פאר ווער עס וויל זעהן די איבעריגע דארט)
http://www.aish.com/jw/s/9-Great-Quotes ... -Jews.html
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דזאן עדעם'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

I will insist the Hebrews have [contributed] more to civilize men than any other nation. If I was an atheist and believed in blind eternal fate, I should still believe that fate had ordained the Jews to be the most essential instrument for civilizing the nations ...
They are the most glorious nation that ever inhabited this Earth.
The Romans and their empire were but a bubble in comparison to the Jews. They have given religion to three-quarters of the globe and have influenced the affairs of mankind more and more happily than any other nation, ancient or modern.”

John Adams, Second President of the United States
(From a letter to F. A. Van der Kemp [Feb. 16, 1808] Pennsylvania Historical Society)
https://en.wikipedia.org/wiki/John_Adams
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דזאסעף פריעסטלי, ענגלישע סייענטיסט תקנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

It pleased God to make one nation the medium of all His communications with mankind: This the nation of the Jews has done to a considerable degree in all ages As civilization extended, they by one means or another became most wonderfully dispersed through all countries; and at this day they are almost literally everywhere, the most conspicuous, and in the eye of reason and religion, the most respectable nation on the face of the earth.

Joseph Priestly - English scientist/founder of Unitarianism, 1794
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

פיליס באטעמא, ענגלישע שרייבער תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

To be a Jew is to be strong with a strength that has outlived persecutions. It is to be wise against ignorance, honest against piracy, harmless against evil, kind against cruelty

Phyllis Bottome - English novelist, 1938
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

נאך פון פרעזידענט דזאן עדעם'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

The Hebrews have done more to civilize men than any other nation: The doctrine of a supreme, intelligent sovereign of the universe, I believe to be the great essential principle of all morality, and consequently of all civilization.

John Adams - American President, 1809
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

אלע חכמות שטאמט פון די אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

Antonio Rubiero Santos
early nineteenth century Portuguese jurist

We are largely indebted to the Jews for our first knowledge of philosophy, botany, medicine, astronomy, cosmography, (the nature of the universe), the sacred languages, and almost all branches of biblical study.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:

וויקיפעדיע האט נישט קיין בלעטעל אויף אים (אין ענגליש, נאר אין פארטאגעזיש); האביך געטראפען א אנדערע לינק וואס זאגט אז ער האט געשטאמט פון אנוסים.
https://www.jewishvirtuallibrary.org/ri ... os-antonio
און וויקיפעדיע אין פארטאגעזיש
https://pt.wikipedia.org/wiki/Ant%C3%B3 ... dos_Santos
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 5:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

טאמעס מעקוליי, ענגלישע שטאטסמאן תקצ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

Thomas B. MacCaulay, English statesman, 1833

In the infancy of civilization, when our island was as savage as New Guinea, when letters and arts were still unknown to Athens, when scarcely a thatched roofed hut stood on what was later the site of Rome, this contemned people had their fenced cities and cedar palaces, their splendid Temple, their fleets of merchant ships, their schools of sacred learning, their great statesmen and soldiers, their natural philosophers, their historians and their poets.
https://en.wikipedia.org/wiki/Thomas_Babington_Macaulay
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

די לעצטע פאר גענומען פון דא (אויך אריין געשיקטע לינק)
http://jewsforjudaism.org/knowledge/art ... sh-people/
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

א ריזיגן שכוח, ;l;p-
אויב מען קען עס איבערטייטשן אויף יודיש, וואלט געווען זייער גוט.
איך ווייס נישט וואס
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קודם ברענגט מען און שפעטער קען מען איבערזעצען (ווער עס וויל קען זיך קונא זיין די זכי')
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בערך א 20 יאר צוריק האביך געהאט א ביכעל מיט דער נאמען What they said about the Jews
פארשטייט זיך אז כ'האב כמעט נישט אריין געקוקט ווייל ווער האט דען צייט; און ווי דער טשייניז פראווארב גייט "קויף דער ביכעל וועסטו מאכען זיכער נישט אריין צו קוקען" (ווייל מען קען מארגען אויך אריין קוקען). עס איז מיר מסתמא געגאנגען מיט א פלאד ווי איך האב פארלוירען א סאך ספרים.

נישט אלעס דארט וואלט געווען אינטרעסאנט דא, ווייל למשל די אראגאנץ און שנאת ישראל פון בענדזאמין פרענקלין אדער דער איגנארענץ פון טאמעס דזעפערסאן אין אידישקייט באלאנגט נישט דא; אבער כ'וואלט ארויס גענומען פון דארט וואס באלאנגט יא דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דעס האביך יא יעצט דא געטראפען.
https://www.amazon.com/What-Did-They-Th ... 0876687516
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

לאמיר פרובירן איינס.

SPUSMN האט געשריבן:
I will insist the Hebrews have [contributed] more to civilize men than any other nation. If I was an atheist and believed in blind eternal fate, I should still believe that fate had ordained the Jews to be the most essential instrument for civilizing the nations ...
They are the most glorious nation that ever inhabited this Earth.
The Romans and their empire were but a bubble in comparison to the Jews. They have given religion to three-quarters of the globe and have influenced the affairs of mankind more and more happily than any other nation, ancient or modern.”

John Adams, Second President of the United States
(From a letter to F. A. Van der Kemp [Feb. 16, 1808] Pennsylvania Historical Society)
https://en.wikipedia.org/wiki/John_Adams

"איך וועל דערקלערן, אז די אידן האבן מער בייגעשטייערט צו ציוויליזירן די מענטשהייט ווי סיי-וועלכע אנדערע פאלק. אויב איך וואלט געווען אן אטעאיסט און געגלייבט אין בלינדע ענדלאזע צופאלן, וואלט איך נאך אלץ געדארפט גלייבן אז 'מקרה' האט באשטימט די אידן צו זיין די וויכטיגסטע כלי אין ציוויליזירן די פעלקער. זיי זענען די גלאררייכסטע פאלק וואס האט נאר אמאל באוואוינט דעם ערד-קוגל. די רוימער און זייער אימפעריע זענען קוים געווען א באבל אין פארגלייך צו די אידן. זיי האבן געגעבן רעליגיע פאר דריי-פערטל פון די וועלט און האבן באאיינפלוסט די צושטאנד פון די מענטשהייט מער, און מער גליקליך, ווי סיי-וועלכע אנדערע פאלק, פון אמאל אדער היינט."
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער גוט!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

א גרויסען ייש"כ!
זייער שיין
צעקה בקול דממה דקה
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס איז כדי צו זעהן דער אינהאלסרייכע אשכול פון הרב מונאוויטש וואס בארירט וויכטיגע נקידות געברענגט דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

SPUSMN האט געשריבן:עס איז כדי צו זעהן דער אינהאלסרייכע אשכול פון הרב מונאוויטש וואס בארירט וויכטיגע נקידות געברענגט דא.

אימגלויבליך שיינע אשכול פון מונאוויטש!
א גרויסען יי"שכ פארן ארויף ברענגן
און ביטע, גיי די אן מיט די הערליכע אשכול!
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך הערליך כבוד ידידי הרב השומר!

ליידער שרייבן מיר לעצטענס אסאך ווייניגער דא, אבער אריינגעסיינט אפצוגעבן מיין טיפער יישר כח צו אייך.

יעדע תגובה אייערע איז אויסטערליש באלערנד, כה לחי!
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

SPUSMN האט געשריבן:א יישר כח אלע דאנקערס און אויך אלע וואס ווילען דאנקען נאר קומען נישט אן. מיין שרייבען איז אין ענקער זכות
....

דער אשכול (וואס איך פלאן שוין זייער לאנג צו עפענען) האביך גע'עפענט מיט א מטרה; און דאס איז ווייל ליידער אין דער היינטיגען דור ווערען אזוי פיל אפגעריסען פון אידישקייט צוליב טראכטען אז א גוי און א איד איז להבדיל דער זעלבע, און דאס איז דער פונדאמענטעל טעות וואס נישט וויסענדיגע מאכען. דערובער דארף מען עס שרייבען שחור על גבי לבן פאר אלעמען צו זעהן ווי זיי זענען פארפארען פון דער אמת.

.....

און ועל כולם דאנק איך דער באשעפער אז עס איז דא אזא ריין פלאץ אויף דער טריפענע אינטערנעט ווי אזעליכע ווי מיר וואס זיצען פאר פרנסה ביי א קאמפיוטער א גאנצען ארבעטעס טאג זאלען נישט דארפען און ס'זאל זיי נישט גליסטען גיין נישטערען ווי מען טאר נישט.

יישר כחכם פאר די אשכול.

בדרך אגב האט איר דא אנגערירט א גאר וויכטיגע נקודה וואס ווערט פארזען ליידער, א שטארקע גורם פאר די וואס "טראכטען אז א גוי און א איד איז להבדיל דער זעלבע" איז אדאנק די "טריפה'נע אינטערנעט" וואס האט אויפגעבראכן אלע גדרות עולם בכלל, און פאר אונז אידן דאס גדר פון והבדלנו מן הטועים, בפרט.

מיר כאפן זיך נישט וויפיל מיר ווערן exposed צו די גוי'שע וועלט, אסאך מאל בלית ברירה, וואס טוט אפשוואכן די הבדלה און אידענטיטעט פון אונז אלס גוי קדוש. לדוגמא קטנה, נישט אראפ צו קלאפן קיינעם פערזענליך, דא אויפן וועלטל ווערן כסדר ארויף געשטעלט ריקעדיגע בילדער, הנקרא קליפיטש בלשוננו, און הגם טאקע נאר ריין און אויסגעהאלטן און מיר האבן אלע הנאה פון זיי, אבער לעניננו, איז עס על פי רוב א געפילטערטע טעלעוויזשען. ס'איז אפשר נישט קיין עוולה אבער סאב-קאנשעסלי האט עס א נעגאטיווע עפעקט אויפן הבדילנו אז אויב מ'איז נישט אויפמערקזאם דערפון ווערט מען אפגעשוואכט און מושפע פון די דרויסענדיגע גוי'שע דעות רח"ל.

איך געדענק מער ווי איינמאל זען אין די 'שאל אביך' אין קינדליין ווי די אידן פארציילן ווי אלס בחורים אין די ישיבות אין אונגארן פלעגן דינגען צימערן אדער בוידעמעס אין גוי'שע שטובער. ס'איז מיר דעמאלסט נתעורר געווארן ווי ווייט מובדל איז א איד געווען פונם גוי אז ס'האט נישט געשאדט פארן ישיבה בחור דאס דרייען זיך אין איין הויף מיט א גוי'שע משפחה. ריכטיג דער גוי איז אויך געווען ווייניגער אויסגעלאסן ווי היינו, אבער ס'איז נישט קיין ספק אז אונז היינט וואלטן מיר נישט געקענט זיך אזוי דרייען אין יענע סביבות אן מושפע ווערן.

ואכהמ"ל. והוא רחום יכפר וכו'
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ריכטיג; איך האב עס שוין אמאל געשריבען אז אלע הבדלות זענען שוין כמעט אראפ געקומען. קודם זענען אראפ געקומען די געטא ווענט, נאכדעם טאלאראנץ, נאכדעם גלייך בארעכטיגונג; אבער א איד איז נאך אלץ געווען אפגעזינדערט פון די גוים; א אידישע היים איז געווען ווי א אינזעל אינעם שמיציגען ים און מען האט געוואוינט אין שטוב און נישט אויף דער גאס. איז יעצט ליידער געקומען דער טריפהנעם אינטערנעט און אראפ געהאקט אלע מסך המבדיל'ס און מען האט אונז געגעבען קוקערס און פארגרעסער גלאז אריין צו קוקען ביז יענע עק וועלט ביז פאריז וואס עס טוהט זיך דארט און ווי מען טראכט דארט.

דער נושא איז שוין אויס געשמועסט אין אנדערע ערטער, און מצפים לישועה פרטית וכללית; איז מיט די אשכול האף איך אז די וואס זענען נאך נישט פארקראכען און וואוינען נאר אין אידישע שטובער און טראכטען נאך ווי אידען, צו זיי געבען כאטש די חומר זיך צו האלטען און זיך צו שטארקען.

א יישר כח פאר אייערע טייערע ווערטער, און אזוי אויך וועל איך שוין אויך באדאנקען ידידי הרב מיללער פאר זיינע טייערע ווערטער און חיזוק. העלפט מיר צו, צו ברענגען נאך שטאף דא וואס קען דינען אונזערע ריינע געדאנקען גאנג וואס מיר אלע האבען במסורה, ולא יבוש המעיין ולא יקצץ האילן, מיר זאלען נישט נשפע ווערען פון די טריפהנע גאס וואס איז שוין ליידער האלב וועגס (קעגען אוזער ווילען) אין אונזערע שטובער ממש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”