פעסטשטעלן אוהל פון צמח צדיק פון וויזניץ

בתי חיים איבער די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

פעסטשטעלן אוהל פון צמח צדיק פון וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייט »

באריכטן קומען אריין אז מ'האט געטראפן (נאכן גראבן) יסודות פונעם אוהל פון די צמח צדיק פון וויזניץ וואס זיין יארצייט איז געווען ער''ח חשון, ווי נאר די בילדער זענען פארשפרייט געווארן האט זיך אנגעפאנגען א טומעל איבער די גראבן חלק, מיר ברענגן דא די נייעס און ווער עס האט וואס צו צולייגען ווערט געבעטן.
אטעטשמענטס
IMG-20181011-WA0045.jpg
IMG-20181011-WA0045.jpg (139.81 KiB) געזען 4065 מאל
משה חובב
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חובב »

לאמיר צינעמען דער ענין - אלץ איינער וואס ווייסט וואס גייט דארט פאר.

מהאט צינעמען דער אוהל וואס איז שוין אלט געווען פין יאהר תשמ"ט, דער דאך איז שוין גיוועהן ציבראכען, אבער בכדי מזאל קענען בויען דעם נייעם אוהל, האט מען געדארפט זיכער מאכען אז מבויעט נישט העכער א קבר פון א מענטש, אדער פין איינס פין די צדיקים וואס ליגט דארט, היות אז אין יאהר תשמ"ט האט מען גארנישט פעסט-גישטעלט, האט מען יעצט אראפגענומען דעם אויבערשטן חלק פין דער ערד, אין דענסטמאל האט מען געטראפען די אלטע יסודות פין די אהל, אין צידעם אויך די שטיינער וואס נעמען ארים יעדע קבר.
מדגיש צו זיין מהאט ח"ו נישט אריין געגראבען אין דער ערד בכלל, ובכלל, דער יוד וואס מזעהט אין דער בילד, איז הרה"ג ר' שמואל בערגער, יו"ר פין דער וויזניצא חברה-קדישא אין וויזניץ-בני-ברק, אין רב אין בית מדרש ויזניץ אין אשדוד רובע ח', גאר א גרויסע קענער אין די נושא פין קבורה, אין שמירת כבוד המת, אין די הוראות זענען געווען אז מ'רירט נישט דער ערד, נאר חלקים וואס קומען זיכער נישט אן ביז די קברים, אין ממילא האט נאר אראפ-גענימן די אויבערשטע חלק ערד, אין ווי אויבער דערמאנט האט מען געטראפען די יסודות פין די צוויי אוהלים (רעביס מיט די רעבעצינס - וואס נאך דער ערשטע וועלטס מלחמה, האט מען געמאכט פין זיי איין אוהל) אין אויך זעהט מען די שטיינער וואס האבען ארים גענומען די קברים.
דאס איז וואס מעהאט געטראפען - נישט מער.
אלע וואס ווערט מפורסם אז מעהאט געטראפן די ציון פונעם צמח-צדיק איז נישט אמת.
דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייסטקייט »

משה חובב האט געשריבן:ובכלל, דער יוד וואס מזעהט אין דער בילד, איז הרה"ג ר' שמואל בערגער, יו"ר פין דער וויזניצא חברה-קדישא אין וויזניץ-בני-ברק

דערמאנט מיר פון די צורה פונעם אהבת ישראל זי"ע.

משה חובב האט געשריבן:אלע וואס ווערט מפורסם אז מעהאט געטראפן די ציון פונעם צמח-צדיק איז נישט אמת.

איך פארשטיי נאך אלץ נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר. אז מען האט געטראפן די יסודות פונעם אוהל, מיינט נישט אז דארט איז דער ציון? אויף וואס איז געלעגן דער אלטער אוהל? מ'ווייסט נישט עכט וואו דער צמח זי"ע ליגט?
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מסתמא ווייסט מען נישט פונקטליך וואו אינעם אוהל איז די הייליגע ציון.
לפי וואס איך האב אמאל גהערט האט מען קיינמאל געשטעלט א מציבה אויפן ציון, נאר שטטינער ארום און ארום.
אגב, האב איך גהערט אמאל אז צוליב מעשה שהיה האבן די וויז'ניצע רעבי'ס זי"ע נישט פוקד געווען ציון קדשו פונ'ם צמח.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:מסתמא ווייסט מען נישט פונקטליך וואו אינעם אוהל איז די הייליגע ציון.

נישט די צמח, צום אהבת שלום זי''ע ציון זענען די אייניקלעך נישט געגאנגען
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובה דורך ישלהוסיף »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:

ווייל אינמאל איז דער מצח געווען ביין ציון פונעם אהבת שלום, יענע נאכט האט יך דער אהבת שלום אנפלעקט צום צמח, זאגענדיג אפשר בלייבסטו מיט מיר, און קורץ דערנאך איז ער נפטר געווארן, עפעס אזוי גייט דער מעשה. ומאז ואיך האט מען מורא געהאט צוצוגיין צום ציון פונעם אהבת שלום ווייל אפשר גייט ער דיר קומען רופן...
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובה דורך מה ידידות »

ישלהוסיף האט געשריבן:

ווייל אינמאל איז דער תורת חיים געווען ביין ציון פונעם אהבת שלום, יענע נאכט האט יך דער אהבת שלום אנפלעקט צום תורת חיים, זאגענדיג אפשר בלייבסטו מיט מיר, און קורץ דערנאך איז ער נפטר געווארן, עפעס אזוי גייט דער מעשה. ומאז ואיך האט מען מורא געהאט צוצוגיין צום ציון פונעם אהבת שלום ווייל אפשר גייט ער דיר קומען רופן...
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

ישלהוסיף האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:מסתמא ווייסט מען נישט פונקטליך וואו אינעם אוהל איז די הייליגע ציון.
לפי וואס איך האב אמאל גהערט האט מען קיינמאל געשטעלט א מציבה אויפן ציון, נאר שטטינער ארום און ארום.
אגב, האב איך גהערט אמאל אז צוליב מעשה שהיה האבן די וויז'ניצע רעבי'ס זי"ע נישט פוקד געווען ציון קדשו פונ'ם צמח.

נישט די צמח, צום אהבת שלום זי''ע ציון זענען די אייניקלעך נישט געגאנגען

ווייל אינמאל איז דער מצח געווען ביין ציון פונעם אהבת שלום, יענע נאכט האט יך דער אהבת שלום אנפלעקט צום צמח, זאגענדיג אפשר בלייבסטו מיט מיר, און קורץ דערנאך איז ער נפטר געווארן, עפעס אזוי גייט דער מעשה. ומאז ואיך האט מען מורא געהאט צוצוגיין צום ציון פונעם אהבת שלום ווייל אפשר גייט ער דיר קומען רופן...

קודם איז די מעשה געווען ביים תורת חיים, קוק איבער און אבן שתי' דו פארדרייסט אסאך, ער האט זיך ארויסגעדרייט און ער איז נישט דעמאלטס נפטר געווארען, נאר ער האט מורא געהאט להבא צו גיין נאכאמאל, דאכט זיך מיר אויך אז עס איז נישט געווען ביינאכט אין חלום נאר עס איז געווען בהקיץ בשעתן זיין אויפן ציון

קודם כל כ'האב קלאר געזאגט אז "עפעס אזוי גייט דער מעשה", דהיינו עפעס האב איך געדענקט אזא סארט מעשה, א דאנק פאר דאס קלאר אהערשטעלן.

והשנית, היינט צו טאג ווייס איך שוין וואס דער וויזשניץ מאנסי'ער רבי זצ"ל האט געזאגט וועגן דעם 'אבן שתיה' און די אנדערע וויזניץ'ער ביכער.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אין קובץ ישורון איז פאר עטליכע יאר צוריק געגאנגען א פארזעצונג, איבער די סילופים אינעם 'אבן שתיה'.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

איר האט א מראה מקום?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
משה חובב
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חובב »

אזוי ווי מען האט שוין פריער דערמאנט - מ'האט טאקע געטראפען די יסודות פונעם אוהל, אין די מקום הציונים, אין מ'ווייסט ווי ליגען די רעביס אין ווי די רעבעצינס, אבער וועלכע ציון פונקטלעך איז פונעם צמח צדיק, אמרי ברוך, דער זאלישטשיקער, אין ר' ישראל מזשביזשער, ווייסט מען נישט, אויף איין ציון איז דא א גרויסע סברא צו זאגען אז דאס איז די ציונים פין צוויי קינדער וואס זענען דארט באערדיגט געווארען, אבער די אנדערע ווייסט מען נישט מער.

אוודאי איז עס א גרויסע שמחה, ווייל לכל הפחות ווייסט מען, אין וועלכע געגענט זיי ליגען און נישט אזוי ווי ביז היינט וואס עס איז געוועהן איין גרויסע צעמענט אויף די רעביס מיט די רעבעצינס (אין נאך מער, נישט וויסענדיג האט מען עס געמאכט בערך, אין בטעות איז אויסגעקומען אז דער אוהל האט זיך גענדיגט אויף די פוס פון די רעביס) יעצט ווייסט מען מקום מנוחתם, אין סוף ווינטער הייבט מען אהן בעז"ה צו בויען דעם נייעם אוהל.

אגב אין וויזניץ, מאז ומקדם האט מען נישט געשטעלט ציונים אויף די קברים פון די רעביס, (ווי מקען זעהן היינט אין די מאנסי'ער בית החיים), נאר א וואנט ארום דעם ציון, (נאר אין בני ברק'ר אוהל, האט מען יא גישטעלט, מכמה סיבות) אין צוליב דעם האבען מענטשען נישט געקענט גוט געדענקען, ווי ליגט ווער, עס האט זיך געשאפען 6 גירסאות, איבער די רעביס מיט די רעבעצינס, און די קינדער.

אגב א סיפור איבער דעם וואס מ'קען זעהן אז מהאט נישט געדענקט, נאכען ערשטען וועלטס קריג, איז חרוב געווארען דער ערשטער אוהל (דענסטמאל צוויי אוהלים פאר רעביס מיט רעבעצינס) ווען דער אלטער רבי דער אהבת ישראל איז צוריק געקומען אויפן ארט, האט מען נישט געוויסט ווי ליגט ווער, האט ער געזאגט לאמיר גיין אין מקווה, אין נאכען מקווה, האט ער קובע געווען מיטן שטעקען, דא ליגט דער אין דא ליגט יענער, אין מהאט דענסטמאל צוריק געבויט די ציונים (מהאט נאר געמאכט איין אוהל צוזאמען די רעביס מיט די רעבעצינס) אבער ווייטער נישט געלייגט קיין ציונים - דער מעשה ווייזט אז שוין דעמאלטס האט מען נישט געוויסט אין געדענקט, אוודאי ווען מאיז צוריק געקומען נאך 49 יאהר נישט זיין דארט (שנת תשמ"ט] האט אוודאי קיינער נישט געדענקט קלאר וואס איז געוועהן דער סדר.

נאך אזאך וואס מזעהט פין די מעשה, ווי חשוב איז געוועהן קובע זיין די מקום הציונים, עד כדי כך , אז דער אלטער רבי דער אהבת ישראל, וואס האט בדרך כלל נישט ארויס געוויזען קיין רוח הקודש עפענטליך, אבער דא האט ער יא ארויסגעוויזען, האלטענדיג אז איז וויכטיג צי וויסען עד כדי ארויס ווייזען דער רוח הקודש.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

משה חובב האט געשריבן:אגב אין וויזניץ, מאז ומקדם האט מען נישט געשטעלט ציונים אויף די קברים פון די רעביס, (ווי מקען זעהן היינט אין די מאנסי'ער בית החיים), נאר א וואנט ארום דעם ציון, (נאר אין בני ברק'ר אוהל, האט מען יא גישטעלט, מכמה סיבות)......
.

וועלכע סיבות?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אזוי אויך איז אינטערסאנט צו הערן, צוליב וואס שטייט נישט ביים הייליגע ציונים און ביה"ח און ב"ב די נאמען פונעם טאט'ן אויפן מציבה אליין.
[עס שטייט נאר געדריקט אויף א פאפיר ארויפגעקלעבט אויפן מציבה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

דאס איז וויבאלד עס איז נישט קיין מצבה נאר א סימן ווער ס'ליגט דא
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איז צו וואס שרייבט מען יא בסופו של דבר?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'פארשטיי עס אז זיי האבן עפעס אזא מנהג פון נישט שרייבן אויף די מצבות.
אבער אלץ 'עת לעשות' פארוואס שרייבט מען נישט היינט צו-טאג, נאכוואס מ'זעהט וואס פאר א פראבלעמען דאס קען צו ברענגען?
שרייב תגובה

צוריק צו “בתי עלמין”