זכרונות: מחנה רב טוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז וועגן דעם האבן זיי אנגעשטעלט דעם "ריח" אויף 150 דיגרי אז די קינדער זאלן גליסטן דערצו..

אויב רעדט מען פון תשעה באב אין קעמפ, דאס איז דאך געווען "ר' דוד'ס טאג" בה"א הידועה.. ער האט געהאט זיין מנהג מבאר צו זיין כשמלה חדשה דעם רבי'ןס שיטה אין ויואל משה מיטן גאנצן געשמאק.

שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן, און זיך דערוואוסט אז ער, ר' דוד, איז געווען דער וואס איז ארויס קעגן סקענען א ספר תורה צו וויסן צו ס'איז כשר, האט מיר אלטס געבאדערט פארוואס האט ער דאס נישט אמאל אויסגעשמועסט מיט די קינדער.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

הרה"ח ר' יודל הכהן ראזענבערג זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך בין געווען היינט ביי א שטיקל יארצייט סעודה פון ר' ישעי'לע קערעסטירער, האט א איד דארט זיך אנגערופן אז היינט איז אויך די יארצייט פון א צווייטן איד וואס איז געגאנגען בדרכיו פון ר' ישעי'לען, און דאס איז הרה"ח ר' יודל הכהן ראזענבערג זצ"ל דער מנהל פון די סאטמאר'ער זומער קעמפס און פון די מצה בעקעריי.

אזוי ווי איך שפיר פאר א זכיה אז איך האב אביסל געקענט ר' יודל'ען, כאטש איך האב אין סאטמאר קיינמאל נישט געלערנט, און אוודאי נישט געווען אין קעמפ, אבער איך האב א קרוב וועלכער איז געווען פון ר' יודל'ס נאנטסטע מענטשן, און דורך עים האב איך אביסל קענענגעלערנט ר' יודל'ען, און איך האב געשפירט פאר וויכטיג צו עפענען א אשכול איבער דעם גרויסן איש האשכולות, און איך וועל שרייבן אביסל וועגן עם, אבער איך בעט סיי ווער עס געדענק עם און האט עפעס צו דערציילן איבער דעם איד, זאל דאס ארויפשטעלן דא לתועלת הציבור.

ערשט איז דאך באוואוסט אז אן א שיעור קינדער פלעגן זיין יעדעס יאר אין קעמפ גענצליך בחינם, אויב האט ער געוואוסט אז דער טאטע האט נישט, פלעגט ער אננעמען די קינדער בחינם אין כסף, טאמער איז יענער געווען אזא איד וואס עס פאסטן עים נישט נהנה צו זיין פון צדקה און שיקן די קינדער בחינם, פלעגט ער אים רעכענען 100 דאלער פאר א קינד אויפן זומער אדער 200.

אזוי אויך פלעגט ער אוועקטיילן שווערע טויזנטער דאללער אין עסן פאר אנדערע קעמפס אויב עס האט זיך געמאכט אמאל און זיי האבן נישט געהאט.

אני הקטן אליינס, בין איך אמאל געווען אין א קעמפ, און עפעס האט זיך דארט געמאכט און מען האט נישט געהאט קיין עסן, איך בין אריבערגעפארן מיט מיין טאטן דארט אין יונגל קעמפ מיט א ווען, און ר' יודל האט אנגעפולט דעם ווען מיט עסן, מכל טוב וטוב, און נישט געוואלט נעמען א פרוטה אחת.

נאך א מעשה ווייס איך ווען אין בעלזא'ער קעמפ איז אמאל געווען א שריפה, און דער גאנצער קאך און לאנטש רום האט אגעברענט, און ר' יודל האט זיי אנגעקאלט און געהייסן קומען נעמען עסן, ער האט אנגעפולט א גאנצער טראק מיט פערטיגע אפגעקאכטע עסן, און עס געשיקט אהין, אזוי איז עס געגאנגען א שיינע פאר טעג, ביז זיי האבן צוריק מסדר געווען זייער קאך. איין טאג, ווען דער טראק מיט עסן איז ארויסגעפארן איז ר' יודל נאכגעלאפן דעם טראק ביז ארויס אויף די ראוד, ווען דער טראק האט זיך ענדליך אפגעשטעלט, האט ר' יודל געזאגט: עטץ האטס גענומען לאקשן פאר די קינדער, אבער עטץ האטס איבערגעלאזט די ניסן צוקער אין קאך, דא האט איר איך האבן עס ענק געברענגט.

המשך יבוא
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז כדאי צו דערמאנען אז ר' יודל איז געווען אן אייניקל פונעם חתם סופר, דאכציך מיר אז זיין פאטער ר' דוד הכהן איז געווען אן איידעם ביי ר' אברהם חנוך פר"מ ראב"ד סאטמאר בן בתו של החת"ס.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נפטר ג אייר תשנ"ו.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צוזאמגעשטעלט.

מיר איז שוין יארן אינטערסאנט דעם פאקט אז 'ר' יודל' האט גענומען פאר אומזינסט, 'ר' יודל' האט געגעבן עסן וכדו', ווער האט געהאט דעם בעלות אויף קעמפ רב טוב אין יענע יארן, האט עס נישט באלאנגט פאר מוסדות ייטב לב אין וויליאמסבורג אוואו היינט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנאש,
אז דו האסט עס צאמגעשטעלט גייאך נישט פארפירען, אבער איך זעה גראדע א מקום עקסטער אין 'על החסידים' איבער דעם אישיות פון ר' יודל און דא פאר די 'קעמפ' זכרונות.

איבער דיין שאלה; די קעמפ איז געווען א פריוואטער עסק פון ר' יודל אין די הנהלה פון די ישיבה ומוסדות (82) האבן נישט געהאט קיין שייכות דערמיט, עס געדענקט זיך נאך ווען ר' יודל איז אוועק האט מען פרובירט אריינצושטעלן עטליכע חברי הנהלה צו דער זייט פון בנו הרה"ג ר' דוד.
איך געדענק בשנת תשנ"ו זוממער ווי ר' משה פר"מ משב"ק מיט ר' אליעזר קעסנטבוים און ר' עזריאל גליק זענען געקומען באגלייטן דעם קרית יואלער רב אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויף נעפענאק, דער רבי האט געהאלטן א דרשה אין ביהמ"ד שערי חיים בנוכחות ר' דוד ווי ער האט בשם אביו מרן הברך משה אויפגענומען ר' דוד אלס מנהל המחנות און די אנדערע אלס חברי הנהלה.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

מעשה לסתור?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיללער, איך האב געקלערט איבערן צוטיילן, אבער היות זייער אסאך מעשיות פון דעם אשכול איז איבער ר' יודל און נישט איבערן קעמפ, האבעך באשלאסן אז ווען מען וועט טיילן וועט מען שוין טיילן אבער אויס ס'ערווייל זאל עס זיין איינס.

איבערן בעלות פונעם קעמפ איז מיר זייער אינטערסאנט צו הערן וואס דו זאגסט, דאס הייסט די לאט איז געווען אויסשליסלעך אויף ר' יודל'ס נאמען? ווער האט געצאלט די מלמדים? וואס עפעס איז ייטב לב געווען אזוי לאקי אז זיי האבן נישט געברויכט האבן קיין קעמפ נאר א פריוואטער מענטש האט זיי צוגעשטעלט איינס? וואס טוט זיך מיט די איבעריגע דריי קעמפס איז עס אויך געווען ר' יודל'ס פריוואטע אייגענטום?

נ.ב. איך פרעג באמת ווייל איך וויל וויסן די פאקטן, אויב גייט זיין איין ווארט פאליטיק פארט אלעס אראפ.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

זייער פשוט. דער בודזשעט פון די קעמפס איז נישט געלעגן אויף די פלייצעס פון די ישיבה. עס איז געווען צוויי באזונדערע קאסעס מיט באזונדער הנהלות, א שטייגער ווי די היינטיגע סאטמארע ישיבה גדולה'ס וועלכע זענען באזונדערע קאסעס מיט באזונדערע הנהלה'ס, קיין שייכות צו די צענטראלע מוסדות.

אויף די הנהלת הקעמפ האבן פיגורירט גאר אנדערע נעמען, קיין שייכות צו די צענטראלע מוסדות. די הנהלה איז באשטאנען פון: ר' אהרן ט"ב ע"ה, ר' משה ארי' גליק ע"ה און להבחל"ח ר' עזריאל גליק. ר' יודל כשלעצמו האט געפירט דעם בודזשעט פון די קעמפס און קיינמאל נישט געפאדערט פון די הנהלת הישיבה צוצולייגן א פלייצע. א חוץ די שבת נחמו אפילס איז קיינמאל נישט פארגעקומען קיין דינער אדער ספעציעלע אקציעס צו דעקן דעם דעפיציט (עס זענען נישט דא קיין תורות פון רבי'ן סעפציעל אז מ'זאל זיך ביישטייערן מיט סכומים להוצאת הקעמפס).

וויאזוי האט ער דאס באוויזן? ער האט זיך געהאט זיינע פריוואטע נדבנים וועלכע האבן געהאט א ספעציעלן טראסט און געפיל צו אים און זיי האבן אים געדעקט, א שטייגער ווי ר' ישראל זופניק וזו' מרת טעמע ע"ה, אדער להבל"ח ר' ליפא קויפמאן וזו' מרת פערל און נאך פיל אנדערע.

אזוי ווי דער בודזשעט פון די קעמפס זענען נישט געווען אזוי שטארק לעול ולמשא פארן ציבור, און למעשה האט דאס ר' יודל אין פאקט געקאווערט (האט איר אמאל געזען אדער געהערט אז מ'זאל נאך זוממער אדער פארן זוממער אויפטרייבן א ספעציעלע קאמפיין פאר די הוצאת הקעמפס?), דעריבער האט ער זיך געקענט ערלויבן פרייע רעגיסטראציעס, ביליגע פרייזן אא"וו.

ווען ר' יודל איז נסתלק געווארן האבן שוין נישט געלעבט רוב חברי הנהלת הקעמפ, ווי אויך איז שוין נישט געווען ר' ישראל זופניק און נאך נדבנים שטיצער פון ר' יודל דירעקט, און אזוי ווי ס'שוין סייווי געשען א שינוי האט מען שוין אויסגעניצט די געלעגנהייט אריינצושטעלן נאך חברים אין די הנהלה. (לכאורה ווייל מ'האט מורא געהאט אז ר' דוד וועט נישט קענען דעקן די קעמפס אויף דעם פארנעם ווי ר' יודל).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יאנאש, דער ענטפער איז: ווער עס האט די מאה, נעמליך ער ברענגט אריין דאס געלט און קאווערט זיך אינגאנצן פינאנציעל, דער האט די דעה.

[ליפשיץ האט מיר שוין אויסגעכאפט].
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ליפשיץ און פארשלאפן, א ריזן יישר כח.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך בין מוחה אויפן צאמשטעלן די צוויי אשכולות, איך בין קיינמאל אין קעמפ נישט געווען, איך האב געקענט ר' יודל'ען נישט פון קעמפ, פון זיינע מעשי חסד, פון די אלפים ורבבות אין ווערט פון עסן וואס דער מענטש האט געטיילט, פון די צענדליגער שטובער וואס דער איד האט אוועק געשטעלט דארט די שלום בית, וגו' וכו'.

מיטן צאמשטעלן די אשכולות האט מען זיכער געמאכט אז דער אשכול זאל זיך דא ענדיגן, אלעס וואס איז געשריבן געווארן נאך דעם איז נאר וועגן קעמפ, בשעת מיין כוונה מיטן אנהייבן דעם אשכול איז געווען צו באשרייבן ר' יודל ז"ל, דעם פערזענליכקייט פון דעם מענטש, דאס ערליכקייט פון דעם איד, זיין צדקות, זיין יראת שמים, זיין חסד, זיין פשטות, זיין ענווה.

איך בעט זייער אז מען זאל דאס צוריק צוטיילן, דעיס זענען צוויי אנדערע נושאים, וואס פערצופאל האט קעמפ אויך מיט ר' יודל, אבער דער אשכול וואס איך האב געעפנט דינט אינגאצן אן אנדערן ציל

החותם בדמע עיני
טהור עיניים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אני מצטרף לדברי אהובי ר' טהור'ל.
ועמך כולם צדיקים
קאקאש קעיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק »

אלעקסיי האט געשריבן:און ווער רעדט נאך פון די קאקאש קעיק!!! עפעס איינ'ס אין דער וועלט פלעגט מען זאגען!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יא ר קאקאש קעיק

איימאל ווען איך בין שוין געווען אין ישיבה קטנה האט זיך מיר נעבעך פארשמעקט א קאקאעש קעיק נא וואס טיט מען מגייט אריין אין בעקערי מיט א בעג אין טאש אין ווען דער בעקער זעט נישט כאפט מען צוויי לוחות אין מען פליט ארויף אין באנק

פיין וואס געשעט אבער אז ר יודל קימט אן אינדערמיט :-(

ער שטייט אזוי שטיל ער קיקט מיר אן פאר א מניט אין פרעגט מיר שטיל "ביסט הינגעריג" ?
זאג איך עם יא
זאגט ער עס אויף אין וואס בלייבט איבער לייג אוועק פאר מארגן
Liberalism is a mental disorder
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

אוי איז געוועהן גיטע צייטן איך מיט שמערי אין קעמפ...

שמערי דערצייל אביסעלע...

די וועש...2
מאטראצן(איך האב נאכנישט מחליט געוועהן ווער איז עלטער די מאטראץ אדער מתושלח)

די דעלישיס ברויט

וועדשטעבעל סעלעט(אוי איז דעס גיט געוועהן ביז ר' דוד האט מיך געכאפט נעמען פעפער פין קאך)

די בעסטע צייט איז געוועהן ווען די "רעספעקטערס" זענען געקימען האט באקימען א ברוינפן גלאז מיט "עפעל דשוס"

נאך וועט קימען...
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

וואוו!!! וואו איז די אשכול יעצט ארויפגעשווימען?? אבער אז ס'איז שוין דא.... העמיר שוין אויך אריין-טשיפן.

איך האב זייער געגליכן די קוקיס האב איך מיר איין שיינעם טאג אריינגערוקט אינעם מאגאזין (יא, דארט אין בעק פון די בעקעריי) און סומך געווען שתי ידיים און נישט געלאזט גיין בוז מיין זעהל האט פלאצירט איר קערפער אויפן בעט אין מיין צומער.

גייט קיין דריי מינוט נישט דורך, און -והילד איננו- ר' יודל איז דא, איך וויל נישט קיינער דא זאל האבן שלעכטע חלומות וועל איך נישט פארציילן וואס די סאנקציעס זענען געווען, א בחינה פון טיילן אייער-שפייז 3 וואכן אין א רייע, און זאגן רצה צוריקצואוועגס.

מיין שטוין איז אבער נאך אלס געבליבן אויף 'וויאזוי האט ער מיך נאךגעפאלגט בוז אין באנק אריין??' מיין געוויסו איז אבער בארוהיגט געווארן ווען איך האב געמאכט מיין וועג צוריק און כ'האב באמערקט א מיליטער פון קוקי'ס אויסגע'שורה'ט די גאנצע וועג, כאפ איך מיך אז די באקס האט געהאט א לאך פון אונטן און אזוי ארום האב איך איבערגעלאזט תרומה פאר ר' יודל'ן ז"ל...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דעם שבת איז געווען דער יארצייט פון ר' יודל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ליפשיץ האט געשריבן:זייער פשוט. דער בודזשעט פון די קעמפס איז נישט געלעגן אויף די פלייצעס פון די ישיבה. עס איז געווען צוויי באזונדערע קאסעס מיט באזונדער הנהלות, א שטייגער ווי די היינטיגע סאטמארע ישיבה גדולה'ס וועלכע זענען באזונדערע קאסעס מיט באזונדערע הנהלה'ס, קיין שייכות צו די צענטראלע מוסדות.

אויף די הנהלת הקעמפ האבן פיגורירט גאר אנדערע נעמען, קיין שייכות צו די צענטראלע מוסדות. די הנהלה איז באשטאנען פון: ר' אהרן ט"ב ע"ה, ר' משה ארי' גליק ע"ה און להבחל"ח ר' עזריאל גליק. ר' יודל כשלעצמו האט געפירט דעם בודזשעט פון די קעמפס און קיינמאל נישט געפאדערט פון די הנהלת הישיבה צוצולייגן א פלייצע. א חוץ די שבת נחמו אפילס איז קיינמאל נישט פארגעקומען קיין דינער אדער ספעציעלע אקציעס צו דעקן דעם דעפיציט (עס זענען נישט דא קיין תורות פון רבי'ן סעפציעל אז מ'זאל זיך ביישטייערן מיט סכומים להוצאת הקעמפס).

וויאזוי האט ער דאס באוויזן? ער האט זיך געהאט זיינע פריוואטע נדבנים וועלכע האבן געהאט א ספעציעלן טראסט און געפיל צו אים און זיי האבן אים געדעקט, א שטייגער ווי ר' ישראל זופניק וזו' מרת טעמע ע"ה, אדער להבל"ח ר' ליפא קויפמאן וזו' מרת פערל און נאך פיל אנדערע.

הייסט דאס אז די שכר לימוד פאר די מלמדים במשך'ן זומער, איז נישט געלעגן אויף ר' יודל, נאר די מוסד האט ווייטער געצאלט.
ר' יודל האט בלויז געבעטן קעמפ געלט פון די עלטערן און נישט קיין שכר לימוד.
איז מיר אבער א וואונדער פארוואס האט ער דאן געגעבן אומזיסטע באנגעלויס פאר די מלמדים אויב האט ער גארנישט קיין שייכות מיט די רוחניות און שכ"ל?

בין איך גערעכט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו די יארצייט פון ר' יודל ז"ל.

א באזוך אין די קעמפס באשריבן אין המאור אב תשכ"ו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=29
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

זכרונות, זכרונות........ אה.....................
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dell »

יישר כח שמעק טאביק פארן אפירקראצן דעם וואונדעבארן אשכול. עמערס מיט זכרונות און נאסטאלגישע הויפענעס ליגן דא אין די פאר בלעטער. א וועלט פאר זיך וואס מען קען פארציילן און פארציילן אן אויפהער. אך וואו נעמט מען די יונגע יארן, אזוי שנעל אוועקגעפארן
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אין די ערשטע בלאט ברענגט א ניק "וואס" בנוגע די שלעק מיטן מייק ווייער און פירט אויס: בחורים קעמפ א-מחי'. נו, אוודאי, אין בחורים קעמפ איז נישט געווען קיין מייק ווייער, א מייק יא אבער קיין ווייער נישט.

ווער געדענקט די סטעידזש פון ר' אברהם ישעי' ווייס שליט"א הוי איז געווען א כל בו, כ'אמ'ך אייביג געווינדערט צי ער האט בכלל אן אפיס, ווייל אלעס איז געווארן געפירט דארט אויבן, ווען מ'אט אויפגעבויעט די נייע לאנטש רום אין בחורים קעמפ און ר' אברהם ישעי' האט אריבערגעשיקט די אלטע סטעידזש צי נעפענאק הוי האצ'ך ר' יודל ז"ל מחי' געווען דערמיט, די גאנצע ערשטע וואך איז'ר געווען פארנימען מיט אויסלויבן ר' אברהם ישעי'ן פארן מתנה...

פון די באקאנסטע פראזן אין בחורים קעמפ מסתמא אויך א לעגענדע אדער האבן די ערלים פארשטאנען אלעס די זעלבע: יאא ווארק & וווארק & איי דאונט סי פרוטס! יאא אר טעיקינג מי אוט אוו די דישעס! ...

גיי ווייס פארוואס בחורים קעמפ איז אייביג געווען ריינער ווי נעפענאק...

ר'יעקב שלמה מיטן היילאו וואס חזקי האט זיך נישט געקענט אויסקענען דערמיט האט ער געברענגט אן אנדערס, אריין אינעם טרעילאר און געפארקט ביי די לאודינג דאק אין פראנט פון די קאך און מיט א טוץ סקיטס (ר' יעקב שלמה'ס פעיוואריט) איז ארויס געקומען א שפאגל אלטע פארזשאוועטע היילאו, חזקי קוקט דאס אן אזוי ווי איינער וואס זאגט ווי אזוי ארבייט דאס? ר' יעקב שלמה שרייט: חזקי! אויב האסטו נישט געקענט יענץ וועסטו דאס אוודאי נישט....

ר' דוד אדער ר' מענדל האבן פארציילט א מעשה און עס אויסגעצויגן אזוי פון דא ביז קאנארסי און ר' יודל האט געוואלט עפעס אויסרופן האט ער א כאפ געטאהן די מייק נעבן די ברויט שטיבל און אריין געזאגט דאס זיינעגע, ווי:
ר' דוד: קומט ער אריין אין אפיס און הייבט מיר אן צי זאגן....
ר' יודל: ווער ברויך נאך קאפעי?
קינדער: שיסן אויס פון לאכן...
ר' ...: ווער לאכט? ...

אלסנדר מוקדון (ר' שמשון גאלדשטיין)... כ'פרעג'ם אמאל וואס די באדייט פון די ספעיר טייער אויפן דאך... זאגט ער מיר אז אויב דרייט ער זיך איבער האט ער א רעדל ווי צי קענען ממשיך זיין מיט די רייזע... גיי פארשטיי אים...

שארמאשע באסעס... אויך א חלק וואס האט נאר געקענט אנגיין אין די קעמפס...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יעצט איבערגעלייענט דעם גאנצן אשכול אין איין צי, יש"כ פאר אלע וואס האבן אזוי שיין באשריבן די זכרונות, עס איז שוין נישט געבליבן כמעט וואס צוצולייגן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דער אשכול וואלט געווען א פאסיגע ארטיקל אויסצוטיילן ביים מארגנדיגער דינער פאר די קעמפס
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”