אונזער 'פארבינדונג' מיט די "עשרת השבטים"

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 11:19 am

יישר כח ענדע, זייער אינטערסאנט און שפאנענד.

דא איז דא א מדובר איבער דער שליחות פון ר' ברוך:
http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/sinay/nisyono-4.htm
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש דעצמבער 20, 2014 8:14 pm

געליינט שבת און מורא'דיג הנאה געהאט.
ס'איז מיר נאך אלס א ווינדער אז מיט די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנעלאגיע קען מען נישט דערגרינטעווען וואו זיי געפונען זיך. אזא אויפדעקונג וואלט אויפגעשאקלט וועלטן... מ'לויפט אין די מארס זוכן עפעס א צייכן פון לעבן. שטעל דיך פאר מ'טרעפט א גאנצע פאלק וואס לעבט א טאטאל צווייטע סארט לעבן ווי אונז... סארא שטורעם וואלט דאס געמאכט?

LYI
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

תגובהדורך LYI » מוצ"ש דעצמבער 20, 2014 8:39 pm

איך האלט זיך ביי מיינעם
No such animal

ליין עס קען זיין אינטערעסאנט
http://www.hidabroot.org/he/article/92500

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:47 am

ס'איז קאמיש צו זען וואו קלוגע מענטשן ווערן אזוי שנעל פארגלייבט פון עפעס א געלונגענע ארטיקל מיט שיינע מעשיות און לעגענדעס. שוין. פתי יאמין וכו'
אבער לאמיר זאגן די אלע פאשטא מעשיות זענען יא עפעס, וואס האט דאס מיט עשרת השבטים אין קאפ אריין, סתם אידן ווי אלע אידן, דאס האט דאך אמאל זיכער פאסירט, אז די מוסלעמענער האבן מעביר געווען על דת און בכפיה אויסגעשמד חלקים רבים מישראל תחת שלטונם, וואס זענען ליידער נטמע געווארן בין האומות, קוקט אריין אין אגרת השמד אפס קצהו וואס דארט האט זיך אפגעטאן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 21, 2014 11:15 am

רמונים, שוין געליינט די מעשה?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » זונטאג דעצמבער 21, 2014 12:05 pm

כ'מיין נישט אייער אדער איין מעשה, נאר די אלע מעשיות וואו מען טרעפט אידישע מנהגים צי די שבטים שרייען חי וקיים זיי שטאמען פון אידן, למשל קוק דעם הידברות לינק, נניח אלעס דארט איז אמת, וואס האט עס מיט עשרת השבטים איינגעלייגט? מסכים אז די אלע פאשטא זקנים וואס חזר'ן תמיד זיי זענען אידן זאגן אמת, שטאמען זיי פון גלות אידן אין מיטעל אלטער וואס די אומות האבן במזיד ובאונס מטמע געווען. א מציאות וואס איז זיכער קלאר אז ס'האט ליידער פאסירט זייער אסאך בתקופות הגאונים והראשונים. האט אבער גארניקס מיט עשרת השבטים.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג דעצמבער 21, 2014 12:08 pm

רמונים האט געשריבן:כ'מיין נישט אייער אדער איין מעשה, נאר די אלע מעשיות וואו מען טרעפט אידישע מנהגים צי די שבטים שרייען חי וקיים זיי שטאמען פון אידן, למשל קוק דעם הידברות לינק, נניח אלעס דארט איז אמת, וואס האט עס מיט עשרת השבטים איינגעלייגט? מסכים אז די אלע פאשטא זקנים וואס חזר'ן תמיד זיי זענען אידן זאגן אמת, שטאמען זיי פון גלות אידן אין מיטעל אלטער וואס די אומות האבן במזיד ובאונס מטמע געווען. א מציאות וואס איז זיכער קלאר אז ס'האט ליידער פאסירט זייער אסאך בתקופות הגאונים והראשונים. האט אבער גארניקס מיט עשרת השבטים.

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 21, 2014 12:09 pm

לאמיר שנעל אריבערגיין צו די עשרת השבטים אשכול, און לאזן די אשכול ריין. ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » זונטאג דעצמבער 21, 2014 1:21 pm

איך האב קאמענטירט אויף איין תגובה פאר מיינס, גיב א קוק ואתכם הסליחה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 1:37 pm

יאפ, מ'קומט אריין ביי יענעם אין אשכול, מ'גיט א מאך אוועק די גאנצע זאך אן אפילו ליינען וואס יענער האט געשריבן, און מ'לייגט נאך צו אז מ'מיינט נישט דוקא דעם אשכול...

#היפאקראטיע!

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:12 pm

קען איינער צאם נעמען די פייל'ס פון ענדע צדיק

מ'זאל דאס קענען מאכן א PDF לזכות את הרבים?

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:02 pm

געלעגער האט געשריבן:יאפ, מ'קומט אריין ביי יענעם אין אשכול, מ'גיט א מאך אוועק די גאנצע זאך אן אפילו ליינען וואס יענער האט געשריבן, און מ'לייגט נאך צו אז מ'מיינט נישט דוקא דעם אשכול...

#היפאקראטיע!

איר מיינט מיך? אנטשולדיגטס
איך האב געליינט און נישט אוועק געמאכט, פאר מיר האט LYI געשריבן א תגובה, סאו וואו האב איך געקענט מגיב זיין אויף דעם? נעקסט טיים וועל איך וויסן אז מ'טאר נישט רעדן צו א תגובה אין א אשכול. אבער וואו קומט דא היפוקריטיע?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:04 pm

ביטע נישט נעמען גארנישט פערזענליך דא...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:06 pm

שכוח, מנהלים קענען אויסמעקן מיינע תגובות רואיג ושלום על ישראל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9482
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:52 pm

איין מינוט פאר מען מעקט לאמיר זיך באדאנקן פון טיפן הארצן, ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס איך שטיי און ווערט מתי יבוא לידי, אבער כ'ווארט זיצעדיג, ענדליך ענדליך האב איך זוכה געווען דערצו, און באקומען דעם אזוי שיינעם טיטל פון 'פתי', יישר כח...

ענדע, זייער שיין געשריבן, דורכגעליינט און הנאה געהאט.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג דעצמבער 21, 2014 5:10 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח ר' ץ [סאונדט ווי אן עשרת השבטים נאמען...], שפאנענד געווען.

ערשט יעצט באמערקט ווי מען האט עס פלאצירט.א דאנק פארען געשיגטע.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:19 am

קען איינער ביטע שיין
צאם נעמען אלע קאפי'עס פון ענדע צדיק (העתקה פון די בריוו)

און מאכן דערפין א פי די עף??


לזכות את הרבים???

דאנקע שיין

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:11 pm

קמח האט געשריבן:קען איינער ביטע שיין
צאם נעמען אלע קאפי'עס פון ענדע צדיק (העתקה פון די בריוו)

און מאכן דערפין א פי די עף??


לזכות את הרבים???

דאנקע שיין

איך האב עס געמאכט, אבער עס איז סייווי נישט גענוג קלאר [די בילדער] עס צו קענען נארמאל ליינען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 28, 2014 4:47 pm

די מעשה ווערט געברענגט אין עטליכע פלעצער:

אין ספר אבן ספיר שרייבט ער באריכות די מעשה וויאזוי ער האט עס געהערט פון א דיין אין חיידאן (שטאט אין תימן).

אין ספר מציאת עשרת השבטים פון ר' דוד אהרן ווישנעוויץ ז"ל ברענגט ער אויך די מעשה באריכות.

שוב ראיתי, אז עס ווערט געברענגט א בריוו וואס ר' ישראל שקלאווער ז"ל אליינס האט אפגעשריבן מיט די מעשה, דארט שרייבט ער אביסעל אנדערשט און מיט קליינע שינויים וויאזוי מיר האבן עס אפגעשריבן. עס איז אבער נישט קראנט, און מיר ווייסן נישט פון וואו עס שטאמט די בריוו.

השליח רבי ברוך אשר שלחנו אל בני משה רבנו ע"ה ועשה"ש כידוע מאגרתנו אליהם, חפש כשתי שנים ולא מצא מה שבקש בדרך אשר הלך בה, וישת פניו לדרך אחרת ויבא אל עיר המלוכה בארץ תימן, שם העיר סאנא ושם מלך נער, והי' חולה ימים רבים הוא ומשנהו וכל בני ביתו בחולי ידוע במדינת מולדתנו, ורבי ברוך ידע רפואה לחולי זה. ויועץ עם רב העיר איש חכם וצדיק אם ילך ויתקרב אל המלך בידעו לרפאותו, וישאלהו הרב לאמר מי אתה ומאין תבא ומה מלאכתך, ויספר לו היותו שליח מאתנו אל אחינו ב"מ ועשה"ש ויראהו אגרתנו הגדולה. ויתפעל הרב מאד ועיניו זלגו דמעות, ויאמר לו זאת חובתך ותעשנה ללכת בשליחותך ואל תשעה אל דבר אחר, וגם אני מוכן ללכת עמך, וכן עשה, ויקח גם משרת עמו שמו ר' יוסף בן ציון מודעי, וילכו דרך מדבר מהלך ט"ו יום , בעש"ק ירד רבי ברוך על הארץ לקנות שביתה, ויבא עקרב גדול כראש גמל, וישכהו ברגלו עדי חציו. באבירות לבו שלף את חרבו וינתח את העקרב בתוך וגם בשר רגלו חתך ויגדל כאבו מאוד, וישא את עיניו וירא והנה שה הולך תועה, ויחזק בו וישחטהו ויקרעהו וישם רגלו בקרבו, ויהי לו למזור ולרפאות תעלה. ויתבונן רבי ברוך מאין בא שה במדבר מקום אשר אין שם יישוב בני אדם, ויבקש וימצא עדרי צאן ורועיהם עמהם. וישאלם לאמר (כי ידע ר"ב לדבר בלשונם) מאין אתם ויענו, רועי צאן בני דן אנחנו. ויאמר להם הוליכוני נא אליהם כי את אחי בני דן אנכי מבקש, דעו נא כי שליח כל ישראל אנכי מארץ הקדושה, וישיבוהו לאמר, לא נוכל לתתך לעבור אף כי להביאך אליהם עדי נשאלם תחלה, שב פה עם האנשים אשר אתך עד נלך ונשוב אליכם, גם כי יעברו ימים עדי נשובה .

ויעזבום הרועים וילכו להם, ורבי ברוך עם הרב ומשרתו עמדו במדבר אשר הי' שם ויקוו מיום ליום כי ישובו אליהם הרועים, ויהי כאשר עברו ימים הרבה ולא שבו, והמים אשר הביאו רבי ברוך וסיעתו עמהם הי' הלוך וחסור, ויפחד הרב החכם הנז' לעמוד שם עוד, כי אמר פן נמות בצמא ובמורך לבבו הפחיד גם את השליח רבי ברוך והניעו לשוב אתו, וישובו לעיר סאנא.

בשובם העירה שמע רבי ברוך אשר המלך עודנו חולה, ויתקרב אל המלך לאמר, יש לאל ידי לרפאותו, ויאמר המלך יבא. ויהי כאשר אמר כן עשה ובמשך זמן שלשה חדשים רפאהו וישב המלך לאיתנו, ויאהבהו המלך מאד ויגדלהו וינשאהו ויעשירהו ויתן לו בית גדול ועבדים לשרת אותו, ויקנא בו רופא המלך וידבר עליו סרה אל המלך ויאמר מרגל הוא אשר שלח השר המושל במצרים אשר כבר כבש חצי ארץ תימן, לרגל את עיר המלוכה וללכדה, ולא שמע אליו המלך מאהבתו את ר"ב אשר רפאהו וירא הרופא כי לא נשמעו דבריו ויקשור קשר עם הכומר השופט להוריד את ר"ב לבאר שחת ויבא הכומר השופט אל המלך ויאמר לו לאמר, הגדלת איש עברי לצחק בנו ובאמונתנו, הנה לעג עלינו ובזה את דתנו, ומרה תהי' באחרונה כי הוא מרגל את הארץ, וישאל המלך את ר"ב אם אמת הדבר אשר דברו עליו, ויען ויאמר, פיהם דבר שוא וימינם שקר נקי אנכי מכל עוון. ויהי לימים אחרי כן ויבא המלך ועבדיו לבית רבי ברוך, ויצו לעשות משתה, ויאכלו וישתו וישכרו, ככלותם לאכול ולשתות ירד המלך לגנו של רבי ברוך ויצוהו להעמיד לו תל אבנים לירות בחצים על האבן הראשה, כדרכם שם בשחוק ההוא, ויעש רבי ברוך כאשר צוהו המלך, אך תחת אשר יורה המלך חציו על האבן, זרק החצי על ר"ב ויפול ארצה ועוד נפשו בו, ויפלו עבדי המלך עליו ויהרגוהו וינתחוהו לנתחים; ותרדמה נפלה על המלך ויישן וירדם. בהקיצו משנתו שאל את עבדיו אי' חכים רבי ברוך (חכים בלשונם רופא) ויענהו לאמר הרגנוהו. ויתנחם המלך ויצר לו מאד, וכאשר ראה בשרו מושלך למאכל עופות וכלבים ואין אוכל אותו חרה אפו על הרופא אשר התעולל עליו עלילות ברשע ויאמר לו המלך הביטה וראה למי עוללת כה כי איש קדוש הי', ויענהו זה הרשע, ישליכו נא בשר הנהרג בתערובת בשר עזים לפני הכלבים ולא תשאר ממנו פרוסה, ויצו המלך לעשות כן, ואף גם זאת לא חרץ כלב פיהו לאכול כ"א בשר העז, ואת בשר ר"ב הניחו, ויהרוג המלך את הרופא הרשע שחיק טמיא, ויקרא את היהודים ראשי קהל סאנא ויצום ללקט את נתחי ר"ב הנהרג הי"ד ולקברו בכבוד ולבנות נפש על קברו, וגם נתן אל ידם תיבה עם כספו וכתביו של ר"ב ע"ה לתת הכל ליורשיו כי שמע ממנו אשר יש לו בן ובת בא"י.

אחר הדברים האלה בא רכב אחד מבני דן לעין עיר סאנא וישאל את היהודים על השליח ר"ב - ויאמרו לו איננו כי הרגוהו, מיד פנה אליהם עורף ונעלם מכל עין רואי.

כל זה סיפר ר' יוסף בן ציון מודעי הנז' לר' שלמה פ"ח ובנו שהי' באלכסנדריא וכן סיפר לי השד"ר ספרדי מפה עה"ק צפת ת"ו כמהר"ר טובי' נ"י ששמע כל סיפור המעשה הנ"ל מפי ר' יוסף הנז' בנסע עמו מתימן לאלכסנדריא והתרנו בבית דין אשת רבי ברוך ע"ה ע"פ עדות עד מפי עד כד"ת.

צר לנו מאד כי לא עלתה בידינו מגמת פנינו ולשמע אוזן דאבה נפשנו על הריגת השליח ר"ב ע"ה הי"ד, אכן עכ"פ נודע לנו עתה בברור מקום מלכות עשה"ש אולם צריכים ללכת שמה בעלי זכיות מלובשים מגיני ברזל במעשיהם להנצל מנחשים ועקרבים, וגדולים ביראת השם שאותו לבדו ביראה יעבדו ולא ייראו ולא יפחדו ולא ירך לבבם מפני שום סבה מקרית ולא יפנו לשום דבר זולת המבוקש. ועצת ד' על פי ידידי תנחנו אם נוסיף לשלוח אנשים שמה, אם נחדל, מחשבה בעצה תכון, והמקום ב"ה יהי' בעזרתנו.

כל האמור כתבתי כבר דרך ליוורנו, אך מדאגה מדבר פן לא הגיע לידם, ובידעי היותם צמאים לשמוע מה הי' בסופו של השליח ע"ה, לא נתעצלתי מלכפול הדברים בזה.

ועוד נודיעם דבר שנתחדש, הנה בא כעת הנה גוי ערבי שהלך ונסע בכמה חלקי העולם, וספר שהי' אצל היהודים בני הרכבים, ודרך הלוכו אליהם הי' דרך ארם צובא מהלך ט"ו יום דרך המדבר נגד מזרח שמש, ויבא אל עיר בנוי' מאבנים גדולות מאד ושער העיר משונה ומאבן אחת נעשה, ולא מצא אדם בתוך העיר כי אם בעמק ברגלי ההר הקרוב לעיר ההיא שם מצא אהלים הרבה מאד ובני אדם אין מספר, והם בעלי קומה וגבורים גדולים ונוראים, ואמרו לו היותם יהודים והעיר נקראת עיר יהוד אלחבר, וגם שאלוהו היש יהודים במדינתו, ועוד ספר מהם בפלאות, וחכמי ורבני הספרדים הי"ו פה, דברו עמו להוליך אגרת מהם אל בני הרכבים ולהביא תשובתם אליהם והבטיחוהו שכר אלף גרו"ש, ודעתי נוטה לשלוח גם אגרתי על ידו, ויש אתנו פה שני אנשים הי"ו הרוצים ללכת עמו אחר פסח הבע"ל ועוד נשית עצה בדבר אי"ה ויחדיו נמתיק סוד וד' יהי' עמנו ויצליח מעשינו.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

LYI
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

גענומען פון חדרי חרדים

תגובהדורך LYI » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 3:16 pm

"עשרת השבטים... מידע חדש?
לא אמין בוודאות כמובן...

בבית וגן מסתובב אדם תימהוני, נראה כבן 50+, לבוש בבגדים מסורתיים המוכרים מאזור הודו/פקיסטן וכו', הטוען שהוא מבני עשרת השבטים שגלו מעבר לסמבטיון ושהוא מכירו כמו כל שאר בני עמו שם.
הם גרים בצפון מערב הודו בחבל "פאנג'אב" ולטענתו, יש להם סנהדרין ובתי דינים ושופטים אך ורק על פי דיני תורה. ילדים וילדות יודעים את כל התורה כולה כבר בגיל 9, מכירים את חכמות המדע כמ פיזיקה ואסטרונומיה ושפות רבות. הם עשירים מופלגים ומתעסקים בעיקר בעבודות אדמה וחקלאות, אבל סוחרים גם בבדים, זהב ועוד.
הוא סירב להגדיר בצורה מדויקת את המיקום של כפריהם אבל טען שהם מונים כמה מיליוני בני אדם, והקשה קושיות רבות ומטרידות על דרך חיינו, שלשיטתם, אינם ממש לפי דרך התורה (שיטות לימוד, לבוש ועוד כל מיני..).
הוא גם טען שהרב שך ביקר אצלם בחשאי לפני עשרות שנים ועוד כמה דברים שאיני זוכר.

זה נשמע דמיוני, משוגע, חולה ומה לא... אבל, הבחור חכם מאוד ומדבר לעניין. היינו 3 אנשים בשיחה אתו ושאלנו אותו בעיקר שאלות על יהדותם והתווכחנו על טענותיו לגבי המסורת שאנחנו שומרים כיום, וענה על כולן בחכמה רבה והשאיר אותנו עם שאלות רבות, ודבר זה סותר כמובן את האפשרות שמדובר במשוגע ופסיכי...

לצערי אני לא זוכר במדויק את הדו-שיח כי זה קרה כבר לפני שנה.... סתם נזכרתי בו פתאום והחלטתי לשתף..
מעניין אם עוד מישהו פגש בו ושוחח אתו"

דא האסטו די געגענט אויף Google Map,
אויב די האסט צייט זיך אויף דעם סמבטיון.

https://www.google.com/maps/place/Punja ... 8861?hl=en

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 10:09 pm

LYI ווען איז דער בחור׳ל אפירגעקומען? פארוואס האט זיין מעשה נישט איבערגעקערט די וועלט? א לינק אויב די קענסט פליז צו די געשיכטע.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 10:12 pm

רב ענדע צדיק, שכח פארן אזוי שיין אפשרייבן די געשיכטע. אויב ס׳קען דינען אלץ מקור, ס׳דא פון ובלכתך בדרך א שמועס פון דער באקאנטער אויסטראלישע היסטאריקער און מחנך ר׳ שמעון אופמאן אויף די עשרת השבטים און בתוך הדברים פארציילט ער די מעשה.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 4:44 pm

קודם זאל מען פארהערן דעם חברהמאן זען אויב ער קען די גאנצע תורה עט ליעסט ווי די קינדער דארט

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » פרייטאג יולי 31, 2015 7:25 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איין מינוט פאר מען מעקט לאמיר זיך באדאנקן פון טיפן הארצן, ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס איך שטיי און ווערט מתי יבוא לידי, אבער כ'ווארט זיצעדיג, ענדליך ענדליך האב איך זוכה געווען דערצו, און באקומען דעם אזוי שיינעם טיטל פון 'פתי', יישר כח...

ענדע, זייער שיין געשריבן, דורכגעליינט און הנאה געהאט.


ריכטיג!!! איך ווייס נישט אויב איר זענט שוין טאקע איבער די שבעים אבער די זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינין האט איר זיכער.
שוין אויך זייער אסאך דורכגעטון אין די ענין, און עס איז צום שטוינען ווי מען גיבט א קום אריין און א מאך אוועק..... דו האסט עס שוין אדירכגעטון? עס איז דא א שטית רבי עקיבא דאכציך אז עשרת השבטים אינן חוזרים, אבער איך ווייס נישט אויב מען נעמט אזוי אן, מען דארף עפעס אדורכטון כדי עס צו קענען באשטעטיגן אדער אוועקמאכן, ענדע האט אריינגעלייגט שעות אויף שעות דאס צו נאכגיין, קען ער שרייבן.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יולי 24, 2018 8:16 pm

עשרת השבטים
די אשכול האט מען גערעדט דא
שמייכלען פארלאשן


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 13 געסט