היסטאריע: די שווארצע מגיפה

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

היסטאריע: די שווארצע מגיפה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב מיך לעצטענס אנגעשטויסן מיט דעם ארטיקל פון חיים לעווי איבער די היסטאריע פון די שווארצע מגיפה אין די יארן ה"א קח-ט ביז פול שפעטער.
זייער שיין באשריבן די וועלטליכע און אידישע פאסירונגען ארום דעם מגיפה. איך קלעב עס דא אריין די ליינער זאלן הנאה האבן, איך האב נישט נאכגעקוקט די מקורות.
(קרעדיט חיים לעווי)

נב, אויב איז נישט ניחא דאס אהערצושטעלן מאיזה סיבה שהיא קען מען דאס אוועקנעמען.
____________________



די שווארצע מגיפה

א בייזער חלום אינעם מיטלאלטער – א צייט פון פּאניק און טויט. א תקופה ווען עס איז פארגעקומען די ערגסטע נאטירליכע טראגעדיע אין היסטאריע. שטעלט זיך פאר, א מענטש גייט אין גאס און ער ווייסט אז יעדער פערטער מענטש וואס ער זעט וועט שטארבן ביז א דריי-פיר טאג. דאס איז געווען די ביטערע מציאות אין יענער צייט ווען א ביטערע אנשטעקיגע קרענק האט געווילדעוועט אומעטום און האט זיך ווי א טאג מער אויסגעשפרייט. א דריטל כינע איז פארווישט געווארן נאך איידער די איבריגע וועלט האט אפילו געוואוסט אז עס קומט.

עס זענען געווען צוויי הויפּט סארטן פון די קרענק. איינס, די "בובאניק" קרענק, איז געווען כאראקטעריזירט פון הויכע פיבער און שטארקע געשווילעכצער אויפ'ן קערפּער. די קרענק האט זיך אנטוויקלט אין ראטן און איז פון זיי אריבערגעקומען צו מענטשן דורך פליגן. די צווייטע, די "נומאניק" קרענק, איז געווען א לונגען מחלה וואס איז איבערגעגאנגען פון איין מענטש צום אנדערן דורך היסן און ניסן.

די ערשטע קאטאסטראפישע עפּידעמיע פון די קרענק איז באקאנט געווארן אלס "דער שווארצער טויט". דאס האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די 1330'ער יארן, אין אזיע, וואו עס האט אומגעברענגט ארום 40 מיליאן מענטשן און איז דאן אריבער צו מערב זייט איבער די וועגן וואו מען פלעגט פארן מאכן געשעפטן, אריינקומענדיג אין אייראפּע אין 1347. עס איז דאן געווען א פּעריאד ווען עס איז נישט געווען גענוג עסן, די ארימע האבן געהאט ווייניג נאטירליכע קעגן-קראפט צו באקעמפן די קרענק, און די פארלוסטן זענען טאקע געווען פיל מער צווישן די ארימע ווי די רייכע. אין בלויז דריי יאר האט דער "שווארצער טויט" זיך אויסגעשפּרייט צו כמעט יעדע קריסטליכע לאנד, פארשניידנדיג גאנצעטע דערפער און שטעטלעך אין איר וועג.

די ערשטע אויסברוך פון די קרענק האט מען געזען אין ענגלאנד אין אקטאבער 1348. אין דארסעט, מעלקאמבע, זענען אנגעקומען צוויי שיפן, וואס איינער פון די מאנשאפט האט מיטגעברענגט די קערנדלעך פון דעם שרעקליכן עפּידעמישן קרענק, און דורך אים זענען די מענטשן פון יענער שטאט געווען די ערשטע אין ענגלאנד צו ווערן אנגעשטעקט.

דאן האט דער בייזער קרענק געשפאנט צו אנדערע שטעט, וואו אלע זענען שאקירט געווארן פון דעם פלוצלינדיגן מלאך המוות וואס האט קוים געלאזט לעבן איינציגע טעג, און צומאל בלויז א האלבע טאג.

די שמועה איבער א געפערליכע קרענק וואס לויפט ווי א וואלד-פייער איבער אייראפּע האט זיך שוין געהערט פאר א שטיק צייט, און עס איז נישט געווען קיין חידוש אז די פארנומענע האנדלען באזע פון בריסטאל איז געווען די ערשטע הויפּט שטאט אין בריטיען צו ווערן אפעקטירט. בריסטאל איז געווען די צווייט גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און איז געווען די הויפּט אריינגאנג-בארטן. דערין האבן געוואוינט העכער 10,000 מענטשן, שטארק צוזאמגעשטופּט אויף אן אופן וואס איז נישט געווען די מערסטע ריין און אפּגעהיטן. מענטשן האבן געהאט די געוואוינהייט צו אויסליידיגן זייער מיסט אינדרויסן פון פענסטער ארויס אויפ'ן גאס. אסאך האבן געהאדעוועט חזירים, וועלכע האבן זיך אויך געקענט דרייען אין די גאסן און זוכן עסן. צוריקגעשטאנענע שטעט האבן געהאט נאך אן ערגערן גורל. אבער צוליב די שמאלע גאסן וואס האט געמאכט גרינגער דאס איבערגיין פונעם קרענק פון איינעם צום צווייטן, איז כמעט האלב פון די באפעלקערונג אויך אין טייל גרויסע שטעט געשטארבן פון די עפּידעמיע. די וואס האבן געלעבט אין אפּגעזונדערטע פּלעצער האבן טאקע ווייניגער געליטן.

אין סעפּטעמבער 1348 האט די קרענק שוין באטראפן לאנדאן, און האט זיך אויסגעשפּרייט ווייטער ארויף במשכ'ן יאר. עס איז געוואקסן מער און מער, יעדן טאג האט מען באגראבן הונדערטער טויטע. דער מצב דארט איז געווען געפערליך צוליב דעם וואס לאנדאן איז געשלאגן געווארן פון ביידע סארטן פון די קרענק, "נומאניק" און "בובאניק". צו די שרעקעוודיגע מצב האט אויך צוגעגעבן דער פאקט אז די אנגעשטעקטע האבן זעלטן געלעבט מער ווי דריי פיר טעג. דריי טאג צוריק האט נאך יענער געלעבט און געלאכט ווי א געזונטער מענטש, און היינט איז ער שוין נישט צווישן די לעבעדיגע. און דאס האט מען יעדן טאג מיטגעהאלטן ביי פריינט, שכינים און אייגענע משפחה. די אנשטעקיגע קרענק האט קיינעם נישט געשוינט. עס האט געמארדעוועט אין לאנדאן ביז 1350, און איז געשאצט צו האבן אומגעברענגט צווישן א דריטל און האלב פון דער באפעלקערונג.

די מארד-מגיפה האט נישט געהאט קיין באשטימטע גרעניצן. עס איז געגאנגען ווייטער און ווייטער אריבער די איירישע ים און האט אריינגעדרינגען אין צפון זייט. די סקאטישע זענען געווען שנעל צו אויסניצן די פארלעגנהייט פון זייערע ענגלישע שכינימ'ס פראבלעם, אייננעמענדיג דורהאם אין 1349. אבער זיי האבן געצאלט דערפאר א טייערן פּרייז. די צוריקקערנדיגע ארמיי האבן אין זייערע באגאזשן מיטגעטראגן אהיים די שרעקליכע קרענק. ווי עס שרייבט איינער פון יענער צייט איבער די דארטיגע שווערע מצב:

"אין 1350 איז געווען א שעדליכע קרענק און טויטליכקייט אין די קענגירייך פון סקאטלאנד, און די קרענק איז שוין אויך געווען עטליכע יאר בעפאר און דערנאך אין פארשידענע טיילן אויף דער וועלט. אזא שטארקע קרענק וואס איז נאכנישט געהערט געווארן זייט די וועלט שטייט ביז צום היינטיגן טאג.די קרענק האט אזוי אויסגעשפּרייט זיין גיפט אז א פולע דריטל פון דער מענטשהייט איז אומגעקומען. עס איז געווען א שרעקליכע טויט. די וואס זענען געפאלן קראנק פון א געוויסע געשווילעכץ אין די פלייש זענען קוים געבליבן לעבן צוויי טאג. די קרענק איז באפאלן מענטשן אומעטום, אבער נאך מער די מיטעלע און נידריגע קלאסן. עס האט געברענגט אזא שרעק אז קינדער האבן זיך נישט געוואגט צו באזוכן זייערע קראנקע עלטערן, אדער די עלטערן זייערע קינדער, נאר יעדער איז אוועקגעלאפן, אויס פחד פון ווערן אנגעשטעקט, ווי פון א ווילדן שלאנג."


זעלטן איז איין מענטש געשטארבן...

אין קומענדיגן יאר איז עס אנגעקומען צו די וועלשע צוזאמען מיט די ענגלישע, און דאן געשווימען צו אירלאנד, וואו די ענגלישע רעזידענטן זענען רעדוצירט געווארן אין גרויסע נומערן.
די קרענק אין די לאנד וועילס (נעבן ענגלאנד) און ארום איז געווען פּונקט אזוי געפערליך ווי ערגעץ אנדערש. א דארטיגער פּאעטיקער שילדערט א לעבעדיג בילד פון די שרעק וואס די קרענק האט געברענגט אין די קרבנות:

"די קרענק האט אויסגעטון דערפער, שטעט, פּאלאצן און גאנצע געגנטער פון זייערע איינוואוינער, אזוי שטארק אז עס איז קוים געווען איינער וואס האט פארלאזט דאס פּלאץ לעבעדיג. די קרענק איז געווען אזוי אנשטעקיג אז די וואס האבן אנגערירט די טויטע אדער קראנקע זענען תיכף אליינס אפעקטירט געווארן און געשטארבן, אזוי אז דער קראנקער און זיין באהאנדלער זענען צוזאמען געפירט געווארן אין קבר. צוליב די מורא און שרעק, האבן מענטשן זיך שווער געקענט ברענגען צו גיין באזוכן די קראנקע און באגראבן די טויטע. עס איז געווען זייער זעלטן פאר בלויז איין מענטש צו שטארבן אין א הויז; געווענליך איז דער מאן, ווייב, קינדער און באדינער אלע געגאנגען דעם זעלבן וועג, די וועג פון טויט. און איך האב אראפּגעשריבן די מורא'דיגע געשעעניש וואס איז געפאלן אין מיין צייט, וואס איך האב אליין געזען אדער געהערט פון אנדערע, כדי אז מען זאל דאס נישט פארגעסן און עס זאל נישט פארלוירן ווערן פון זכרון פון קומענדיגע דורות. איך, זעענדיג אזויפיל קרענק, און ווי די גאנצע וועלט איז איינגעהילט אין שלעכטס, ווארטנדיג צווישן די טויטע אויפ'ן טויט וואס קומט, האב זיך אונטערגענומען צו שרייבן וואס איך האב געהערט און באטראכט, אזוי אז עס זאל נישט בלייבן מיט'ן שרייבער, איך לאז פּארמעט פאר אנדערע צו אנהאלטן מיט די ארבעט, אין פאל איינער וועט לעבן אינעם צוקונפט און עפּעס א זון פון אדם וועט זיך ארויסדרייען פון די קרענק און וועט אנהאלטן די ווערק."

דא האקט זיך עס איבער און עס ווערט נאכגעפאלגט פון אן אנדערע האנט-שריפט וואס שרייבט: 'דא, זעט אויס, איז דער שרייבער געשטארבן.'

די קליינע שטעטל גיוורי אין בורגאנדי האט געהאט ארום 1,600 איינוואוינער ווען די קרענק איז אנגעקומען, אין משך פון דריי מאנאטן זענען דארט געווען 615 טויטפאלן. א דריי-פערטל איינוואוינער פון די שטאט פלארענס, ארום 75,000 מענטשן, זענען געלייגט געווארן אין מאסן-קברים אין בלויז איין יאר.

אין געוויסע פּלעצער האט זיך שוין אנגעהויבן א טיילווייזע ערהוילונג, אבער איז געווארן איבערגעהאקט מיט די צוריקקער פון דעם קרענק, אזוי אז די צפון דייטשע שטעט זענען געווארן ווייניגסטנס 20 פּראצענט קלענער אין ענדע פון 15'טן יאר-הונדערט, ווי זיי זענען געווען אין אנהייב פון 14'טן. די שטאט ציריך האט געהאט 12,375 איינוואוינער אין יאר 1350 און 4,713 אין 1468. קאטאלאניע, א לאנד אין די צפון-מזרח טייל פון די "איבעריען פּענינסולא", האט זיך שנעל ערהוילט פון די ערשטע מגיפה און האט שטאלצירט מיט 95,000 הייזער און פארמס, אבער אין יאר 1497 זענען בלויז פארבליבן 59,000 פון זיי.

אזא הויכע פּראצענט פון די באפעלקערונג האבן פארלוירן זייערע לעבנס אז עס ווערט געשאצט די זעלבע נומערן ווי אויב אייראפּע זאל חלילה ווערן אויסגעשטעלט צו א נוקלעארע מלחמה. ווען די קרענק האט באטראפן א שטאט, איז עס שנעל געלאפן, אפט אפעטירנדיג א פּראפּארץ פון די איינוואוינער אייניג צו וויפיל עס זענען אומגעקומען פון די אטאם באמבעס אין היראשימא און נאגאסאקי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פון פאניק ביז משוגעת

אזעלכע סימפּטאמען ווי געשווילעכצער אין האלז און לונגען, ברוסטן ווייטאג, ברעכן און שפּייען בלוט, האבן באצייכנט די קרבנות פון דער אנשטעקיגער קרענק. דאס שפּירן אן אפטע ווייטאגליכע שטאך האט איבערצייגט אסאך מענטשן אז די קרבנות זענען געשאסן געווארן מיט שפּיזיגע פיילן פון עפּעס אומזעענדיגע רוחות. די מענטשן, וואס האבן דאן אינגאנצן נישט געהאט קיין אנונג וועגן אזעלכע קרענק, האבן דאס אנגעלייגט אויף שעדליכע שדים און אלדאס בייז. אויסער די עצם שרעק פון טויט, איז צוגעקומען די שרעק פון מיסטעריעזע און איבערנאטירליכע פיינט.

צו אביסל פארשטיין דעם בילד, ווי מענטשן האבן אין א פארזוך צו פארשטיין וואס דא קומט פאר אויסגעטראכט אלע סארט זאכן, איז אינטערעסאנט צו ברענגען וואס א פלעמישער רעפּארטער, וועלכער האט געטראכט אז ער ווייסט וואס דא איז געשען, וואס עס האט אנגעהויבן די מגיפה, האט אין יענער צייט געשריבן: "אין די מזרח זייט, הארט נעבן אינדיע, אין א געוויסע פּראווינץ, האבן געוויסע שרעקעדיגע און אומדערהערטע שטורעמס איבערגעפילט דאס גאנצע פּלאץ פאר א צייט פון דריי טעג. אויפ'ן ערשטן טאג איז געווען א רעגן פון פרעש, שלענג, עקדיסן, און פילע שעדליכע חיות פון דעם סארט. אויפ'ן צווייטן טאג, דונערן האבן זיך געהערט, און בליצן און צינגען פייער זענען געפאלן אויף דער וועלט, אויסגעמישט מיט ריזיגע האגל, וואס האט כמעט אלעס פארניכטעט. אויפ'ן דריטן טאג איז דארט געפאלן א פייער פון הימל און א שטארקע רויעך, וואס האט פארשניטן אלעס וואס איז פארבליבן, און האט פארברענט אלע דארטיגע שטעט. פון די שטורעמעס איז די גאנצע וואסער-ברעג און די ארומיגע לאנד געווארן אנגעשטעקט, און פארמערן מער און מער גיפטיגקייט פון טאג צו טאג. און יעצט קומט עס ארום די וואסער-בארטנס." און אזוי גייט ער ווייטער אן צו שילדערן גאר מאדנע סצענעס וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן די מגיפה און עס פארשפרייט זיך אלץ ווייטער און ברייטער.

צוליב די אומבאוואוסטע שרעק זענען בראווע מענטשן אריינגעפאלן אין א פּאניק און די פירער האבן איבערגעלאזט זייערע אונטערטאנען. בירגערמייסטערס זענען אנטלאפן פון געשלאגענע שטעט, דאקטוירים האבן זיך אפּגעזאגט פון באהאנדלען די קראנקע, די באאמטע פון שרייבן די צוואה פאר די שטארבנדיגע. ווייניג האבן געהאט די קוראזש צו באערדיגן די טויטע. "נישט קיין משפחה נישט קיין פריינט נישט קיין באגרעבער זענען געגאגנען מיט די מתים," איז די באריכט פון א דעמאלטיגן שרייבער, "איך אליין האב באגראבן פינף פון מיינע אייגענע קינדער אין איין קבר מיט מיינע אייגענע הענט, און אזוי האבן געטון אסאך אנדערע די זעלבע."

די קרענק מיט די מלחמות פון יענע צייטן האבן אויך געהאט אסאך זייטיגע אפעקטן. איבערהויפּט די שווארצע טויט, וואס האט אין עטליכע מאנאטן אוועקגעטראגן האלב פון די באפעלקערונג פון געוויסע געגנטער, האט געהאט א שטארקע אפעקט אויף אלעם, ווי למשל אויף די עקאנאמיע, אפילו באמת איז עס געווען ווייניגער קאטאסטראפיש פאר די עקאנאמיע ווי מען שטעלט זיך פאר. ווייל אפילו עס האט שארף פארמינערט די צאל קונדן און האט צוגעברענגט א נידערונג אין די פארקויפונגען, האט עס נאך מער רעדוצירט די צאל פון פּראדוצירער, וויבאלד די ארימע ארבעטער זענען געווען מער אויסגעשטעלט צו די קרענק ווי די העכערע קלאס מענטשן. אלס רעזולטאט איז פאר העכער הונדערט יאר געווען א מאנגל אין ארבעטער, וואס דאס האט געצווינגען ארבעטסגעבער צו צאלן העכערע געהאלטן, און די לעבנס סטאנדארט פון די נידריגערע קלאסן איז אייגנטליך בעסער געווארן. מיט די נאכאנאנדע שרעק פון טויט, איז "צייט" געווארן א טייערע זאך. מינוטן האבן אנגעהויבן האבן א ווערד ביי יעדן. מענטשן האבן אנגעהויבן ארבעטן לאנגע שעה'ן, פּרובירנדיג עפּעס אויפטון ווי לאנג מען האט די מעגליכקייט. די ערשטע נייע טעכנאלאגיע פון יענע יארן איז טאקע געווען דאס "האלטן אן אויג אויף צייט" – מעכאנישע זייגערס און שטונדן-גלעזער.

וויבאלד די וועלט האט אויסגעקוקט ווי אויפ'ן וועג צו אונטערגאנג, האט אן עמאציאנאלער אומסטאבילקייט איבערגענומען די רואיגקייט און שטילקייט פון די פריערדיגע יארן. מענטשן האבן געלאכט און געוויינט אויף די קלענסטע פּראוואקאציע. זיי האבן געקענט האבן צעמישטע שטריכן, ברוטאל און רחמנות'דיג, גוטהארציג און שלעכט, ערליך און אוממאראליש, אויפריכטיג און פאלש. די נייגונג צו פארקערטע עקסטרעמען איז געקומען פון די אלגעמיינע אומזיכערהייט פון יענער תקופה. מענטשן זענען געווארן עקסטרעם און אבסורד אין פארשידענע וועגן. טייל האבן זיך אנגעהויבן פארנעמען מיט פארברעכנס, אנדערע מיט כישוף. אבער די לעצטע האבן אסאך געליטן פון די ארומיגע מענטשן וועלכע האבן געהאלטן אז די מעגליכע סיבה צו דעם וועלטליכן חורבן איז צוליב דעם וואס זייערע שכינים האבן אויפגערייצט די בייזע רוחות און זיי ארויסגענומען פון די כלים...


מען ציילט די טויטע

אין דורכשניט איז צווישן 30-45 פּראצענט פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג געשטארבן פון דעם "שווארצן טויט" פון 1348-50. אבער אין געוויסע פּלעצער זענען 80 אדער 90 פּראצענט פון זייערע איינוואוינער געשטארבן. א טויט-ראטע פון 30 פּראצענט איז העכער ווי די טאטאלע בריטישע פארלוסטן אין דער ערשטער וועלט-מלחמה.

האלב פון דער פּאריזער באפעלקערונג פון 100,00 מענטשן זענען געשטארבן. ווייניגסטנס 60 פּראצענט פון האמבורג און ברעמענ'ס באפעלקערונג איז אומגעקומען. אויך אין מיטל-מזרח – איראק, איראן, סיריע א.ד.ג. – האט מען געליטן פון די מגיפה, און עס ווערט געשאצט אז דארט איז די טויט-ראטע געווען בערך א דריטל פון דער באפעלקערונג. דער "שווארצער טויט" האט אומגעברענגט ארום 40 פּראצענט פון עגיפּטנ'ס באפעלקערונג.

דאס יאר 1350 איז נאך בכלל נישט געווען דער סוף. די קרענק איז נאך צוריקגעקומען עטליכע מאל, וואו עס איז נאך געווען גענוג דראענד אבער דאך נישט אזוי שטארק ווי ביי די "שווארצע טויט": אין 1361 איז געווען אן עפּידעמיע וואו ביידע, ארימע און רייכע זענען געשטארבן, אבער ספּעציעל האט עס געמארדעוועט יונגערע מענטשן און קינדער. אין 1369 איז געווען א דריטע פאל פון די קרענק אין ענגלאנד און אין עטליכע אנדערע לענדער. עס האט געדויערט א לאנגע צייט און איז אויך געווען איבערהויפּט פאטאל ביי קינדער. אין 1374 האט זיך אנגעהויבן די פערטע קרענק אין ענגלאנד. אין דעם פאלגנדן יאר זענען א גרויסע צאל לאנדאנער פון די רייכע און מער אנגעזעענע בירגער געשטארבן פון די קרענק.

ביי די 1370'ס איז די באפעלקערונג אין ענגלאנד געווען כמעט האלב ווי איינציגע יאר פריער, און עס האט זיך נאך נישט ערהוילט. די אייראפּעאישע רעגירונג האט נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן צו די קריזיס ווייל קיינער האט נישט געוואוסט וואס האט עס געברענגט. קיינער האט נישט געקלערט אז צו קאנטראלירן די ראטן קען העלפן אין צוריקהאלטן די קרענק... איבער די גענויע טאטאלע צאל פון געשטארבענע אין יענע יארן, זענען דא פארשידענע שאצונגען פון היסטאריקער. די מינימום איז 75 מיליאן מענטשן און עס זענען דא וואס לייגן די צאל ביז אזויפיל ווי 200 מיליאן מענטשן.


און ער איז ווידער צוריקגעקומען

די קרענק האט זיך נאך ווידער צוריקגעקערט אין א סעריע פון לאקאלע און נאציאנאלע עפּידעמיעס. אין יאר 1466, זענען 40,000 מענטשן געשטארבן פון די קרענק אין פּאריז. אין 1570 זענען 200,000 מענטשן געשטארבן אין מאסקווע און ארום. אין 1625 זענען 35,000 לאנדאנער געשטארבן דערפון. ארום 200,000 מענטשן זענען ווידער געשטארבן אין מאסקווע אין 1654-56. אין 1656 האט די קרענק אומבגעברענגט ארום האלב פון נעיפּלס' 300,000 איינוואוינער. אמסטערדאם איז באטראפן געווארן פון אין 1663, מיט א געשאצטע 50,000 טויטע. נאך אסאך אסאך מענטשן האט עס אוועקגעלייגט אין פארשידענע פּלעצער ווי שפּאניע, איטאליע, דייטשלאנד, רוסלאנד, און נאך. די קרענק האט זיך ערשט גענצליך אפּגעטון פון אייראפּע בערך אין יאר 1670. ווי געזאגט, אויך אין דער איסלאמישער וועלט האט די קרענק געריסן שטיקער. און ביי זיי איז נאך די קרענק צוריקגעקומען ביז אזוי שפּעט ווי אין 19'טן יאר-הונדערט.

די "דריטע פּונדעמיע" – ווי עס ווערט גערופן – האט זיך אנגעהויבן אין כינע אין יאר 1855, ווען די "בובאניק" קרענק האט זיך דארטן אויסגעשפּרייט איבער אלע באוואוינטע פּלעצער, אומברענגענדיג 12 מיליאן מענטשן אין אינדיע און כינע אליין. צוליב אן אויפשטאנד פון די מוסולמענישע, וואס האט אריינגעשלעפּט אין מלחמות, וואס האט אויטאמאטיש געמיינט מער קומען אין בארירונג מיט אנגעשטעקטע חיות. די קרענק האט זיך פארשפּרייט צו נאך געגנטער, צוליב אנטלאפענע פונעם קאנפליקט וואס זענען געגאנגען צו אנדערע מער באוואוינטע ראיאנען און מיטגעטראגן די קרענק. די טעגליכע וואסער טראפיק מיט די דערנעבנדיגע האנג קאנג, האט אויך געהאלפן שנעל פארשפּרייטן די קרענק. צוביסלעך האט זיך עס בארואיגט און איינגעשטילט און איז מיט די יארן פארשוואונדן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין ניו יארק

אין נאוועמבער 02' איז געווען שרעקעוודיגע נייעס: צוויי מענטשן זענען האספּיטאליזירט געווארן אין ניו יארק סיטי מיט די "בובאניק" קרענק – דער "שווארצער טויט" האט זיך באוויזן.
די "ניו יארק געזונטהייט קאמיסיע" האט שנעל פארזיכערט די ניו יארקער איינוואוינער אז עס איז נישטא קיין שום געפאר פון אן עפּידעמיע און אז די קרענק וועט זיך נישט פארשפּרייטן פון איין מענטש צום אנדערן.

די "בובאניק" קרענק גייט נישט געווענליך פון איין מענטש צום אנדערן. קליינע חיה'לעך, ווי ראטן און מייזן, טראגן די אינפעקציע, און פליגן וואס ליגן אויף די חיות טראגן אריבער די אינפעקציע פון זיי צו די מענטשן. דער מענטש קען ווערן אויסגעשטעלט צו די באקטעריע פון א ביס פון א פליג אדער פון דירעקטע בארירונג מיט אן אנגעשטעקטע באשעפעניש. דעמאלט ביי די "שווארצע טויט" זנעען אסאך אויך קראנק געווארן מיט "נומאניע" און האבן איבערגעגעבן די קרענק דורך היסן און ניסן.

עס זענען נאך היינט צו טאג פאראן פעלער פון די "בובאניק קרענק" איבער דער וועלט, ווי אין רוסלאנד, כינע, געוויסע פּלעצער אין אפריקע און נאך. אין אמעריקע איז דא אפשר 10-15 פעלער יעדעס יאר. מען קען עס היינט באהאנדלען מיט אנטיביאטיקס. עס איז אויך דא א ספּעציעלע וואקסין פאר מענטשן וואס פארן צו אזעלכע געגנטער וואו עס איז דא א געפאר פון יענער קרענק.

בדרך הטבע דארף מען נישט היינט אזוי מורא האבן פון יענער סארט קרענק אבער זיכער איז מען קיינמאל נישט. און ווען מען לייענט אין די נייעס איבער עפעס א "שוויין-פלו" וואס אנטוויקלט זיך, איז דאס א דערמאנונג אז מען דארף אייביג בעטן אז דער אויבערשטער זאל אונז היטן און שיצן, עס זאל חלילה נישט קומען אזעלכע און ענליכע מחלות אויף דער וועלט.

*

"רינג עראונד דע ראזי"...

דער ליד "רינג עראונד דע ראוזי" – וואס אסאך האבן שוין אדער אליינס געזונגען אדער געזען אנדערע קינדער זינגען, בשעת'ן זיך אנכאפּן די הענטעלעך און דאן ביים ענדע זיך אראפּזעצן, אדער אראפּפאלן – ווערט לויט מאנכע פארשער פארבינדן מיט די ביטערע "בובאניק" קרענק וואס האט געפּלאגט לאנדאן אין 1665, אדער מיט די פריערדיגע אויסברוכן פון די קרענק אין ענגלאנד.
די פשט פון דער אריגינעלער באדייט אין דעם ליד, זאגן זיי, איז אזוי: "רינג עראונד דע ראוזי", מענטשן מיט די קרענק האבן אפט געהאט א ליכטיגע 'רויז'-קאלירטע אויסשלאג אלס סימפּטאם פון די קרענק, און מענטשן האבן געמאכט א גרויסע רינג ארום זיי. "א פּאקעט פול אף פּאוזיס": מענטשן אָן די קרענק האבן אפט ארומגעטראגן מיט זיך "פּאוזיס" (א געוויסע בלום), גלייבנדיג אז דאס וועט אויסרייניגן די לופט און זיי שיצן פון קראנק ווערן. "עשעס, עשעס": אסאך האט מען פארברענט צו אש, כדי עס זאל זיין פּלאץ צו באגראבן אנדערע. "ווי אָלל פאָלל דאַון": האט נעבעך געמיינט שטארבן, וואס אזוי פיל מענטשן זענען דאן געשטארבן.

* * *

דער סם-בלבול אויף אידן




די אידן זענען שולדיג

פון דער טויטליכער קרענק וואס האט געבונטעוועט אין אייראפּע, און האט אפעקטירט כמעט האלב פון דער מענטשהייט, האבן די אידן וואס האבן געוואוינט אין יענע לענדער לכאורה געליטן פּונקט ווי להבדיל זייערע קריסטליכע שכינים, איז אבער די שעפעלע ווי אייביג געפאלן דער קרבן צו די וועלטליכע צרות. יעדע זאך וואס געשעט אויף דער וועלט, איז נאך א סיבה צו פיינט האבן אידן. איבערהויפּט ווען עס איז געקומען אזא שרעקליכער מגיפה אויף דער וועלט, איז מען באלד אויפגעקומען וועם מען דארף דא באשולדיגן – די אידן.

(עס איז מערקווירדיג צו אנצייכענען די מיינונג פון אסאך היסטאריקער וואס האלטן אז די אידן האבן באמת טאקע פיל ווייניגער געליטן פון די אנשטעקיגע קרענק, און אנדערע מגיפות, און דאס צוליב די ספּעציעלע זויבערקייט מיט וואס אידן צייכענען זיך אויס און א איד פירט א פיל ריינערע לעבן. ווייל די שטארקע אומריינקייט פון יענע צייטן האט ווארשיינליך געשפּילט א היפּשע ראלע אין די מגיפה. די אייראפּעער פון יענע צייטן, אנדערש ווי די גריכן און רוימישע, האבן זיך בכלל נישט געוואשן. מענטשן פלעגן אפילו טראגן די זעלבע קליידער פאר א גאנצן יאר. מען פלעגט נייען די קליידער אויף די מענטשן איין מאל, און דאס איז געווען גענוג פאר א גאנץ יאר. זיי פלעגן אויך האלטן פארמאכט די פענסטער, ווייל זיי האבן געהאלטן אז קראנקהייטן גייט אריבער דורך די לופט. דאס אלעס האט נאך מער געקענט פארערגערן די שווערע אומשטענדן.)

די גוים זענען אויפגעקומען מיט א בלבול, וואס האט זיך ספּעציעל ארומגעטראגן אין דייטשלאנד, אז די פארשפּרייטונג פון דער קרענק איז אן אונטערערדישע פּלאן פון די אידן צו אויסראטן קריסטן, דורכ'ן פאר'סמ'ען די ברונעמס פון וואו זיי ניצן וואסער צו טרינקען. די אבסורדאלע טעאריע האט זיך אנגעהויבן אין 1319 אין פראנקאניע (היינט באוואריע), וואו עס האט אנגעהויבן זידן דער בלבול, אלע האבן באשולדיגט די אידן אין האבן פאר'סמ'ט די וואסערן און אזוי געברענגט די מגיפה. צוויי יאר שפּעטער, אין דרום פראנקפרייך, איז געהערט געווארן די זעלבע קלאגע קעגן די אידן.

איין מאל די באשולדיגונג איז אויפגעברענגט געווארן, האבן זיך אלע צוגעכאפט דערצו – ענדליך האט מען געטראפן עפּעס אויף וואס צו ארויפווארפן די שולד, און עס האט זיך פארשפּרייט מיט א מורא'דיגע שנעלקייט פון שטעטל צו שטעטל. אפיציעלע נאטיצן זענען געשיקט געווארן צו די בירגערמייסטערס פון פארשידענע שטעט, וואס האט אנטהאלטן די אנגעבליכע "הודאות" פון אידן וואס זענען געכאפּט געווארן צוליב די באשולדיגונג און זענען געפּייניגט געווארן. און אזוי האט זיך אין יענע יארן, שנת ק"ח-ק"ט (1348 למספרם) אנגעהויבן א קייט פון א שרעקליכע צוויי-פאכיגע צרה אויף כלל ישראל. א ביטערע קרענק וואס בוזשעוועט פון איין זייט; פּאגראמען, שחיטות, און גירושים פון דער צווייטער זייט.

די ערשטע אויסברוך קוקט אויס איז געווען אין צפון שפּאניע, אין בארצעלאנא, כערווערא, און טארעגא, אין די מאנאטן פון יוני און יולי, אבער די אייגנטליכע בלבול פון פאר'סמ'טע-ברונעמס בשייכות מיט די "שווארצע טויט" האט זיך אנגעהויבן אויפוועקן אין שווייץ אין הערבסט פון יענעם יאר, אפילו דער פּויפּסט, קלעמענס דער זעקסטער, האט אין יולי דערקלערט איר פאלשקייט.

ווען די קרענק האט געגרייכט טשילאן, זענען דארטיגע אידן ארעסטירט געווארן און געפייניגט געווארן. א געוויסער "באלאוויגנוס" האט "מודה געווען" אז א גענויע פּלאן איז אויסגעשטעלט געווארן פון געוויסע אידן אין א שטעטל אין דרום פראנקרייך – יעקב א פאסקאט פון טאלעדא, ראביי פּיירעט פון טשאמבערי, און איינער אבאגעט, וועלכער האט געדארפט זיין דער פראפעסיאנאלער פארשוין וואס האט געמאכט די סם. די האבן צוזאמגעשטעלט א סם וואס איז באשטאנען פון קריסטליכע הערצער, שפּינען, פרעש, שלענג און מענטשליכע פלייש, און האבן פארשפּרייט די פּוידער געמאכט פון די געמיש צו ווערן אריינגעלייגט אין די ברונעמס פון וואו קריסטן נעמען וואסער. דער באריכט האט זיך אויסגעשפּרייט צו שאטעל, טשאטעלארד, און בעהרן; און פון די לעצט-דערמאנטע פּלעצער זענען געשיקט געווארן ספּעציעלע שלוחים צו אלע שווייצע און אויבערשטע שטעטלעך ארום די רהיין-טייך, וואס האט שנעל געברענגט די נאטירליכע פאלגן.

אין ציריך, וואו די נייע באשולדיגונגען זענען צוזאמגעשטעלט געווארן מיט די עלטערע בלוט-בלבולים, זענען אסאך אידן פארברענט געווארן, און די איבריגע זענען פארטריבן געווארן. במשך די חדשים פון נאוועמבער האט דער בלבול געגרייכט אוגסבורג, ווערצבורג, און מינכען, און האט זיך פארשפּרייט איבער אכציג שטעטלעך פון בייערן (באוואריע), וואו מען האט נעבעך דורכגעפירט מערדערליכע שחיטות אויף אידן.

אין די נאכפאלגנדע חדשים האט די עפּידעמיע געגרייכט די אויבערשטע זייט פונעם רהיין מיט די זעלבע רעזולטאטן. אין פרייבורג אין ברייסגאו, אום יאנואר 30, 1349, זענען אלע אידן, אויסער די צוועלף רייכסטע, אומגעברענגט געווארן, וואס די לעצטע זענען רעזערווירט געווארן בלויז ווייל זייער רייכטום קען צונוץ קומען. דא איז אויך באריכטעט געווארן אז פיר אידן פון ברייסעק זענען געשיקט געווארן צו פרייבורג מיט די סם, וואס זיי האבן ערהאלטן אין באזעל, און אז אלע אידן פון שטראסבורג, באזעל, פרייבורג, און ברייסעק זענען א טייל פון די קאנספּיראציע. מען האט אויפגעהיצט די מאסן אז די אויבנדערמאנטע אידן האבן פּראדוצירט די סם און זיי ארומגעטיילט פאר אידן אין אלע געגנטער, וועלכע האבן דאס געדארפט אריינלייגן אין די וואסער פון זיין ארומיגע געגנט, און אזוי ארום פארטיליגן אלע קריסטן.

אום יאנואר 22 זענען די אידן פון שפּייער (שפּיירא) געפאלן קרבנות. אסאך זענען דערמארדעט געווארן און אסאך זענען באגאנגען זעלבסטמארד כדי נישט צו דארפן חלילה זיך שמד'ן, וואס איז געווען די איינציגע אפּציע וואס מען האט געגעבן פאר אידן אין טייל שטעטלעך זיך צו ראטעווען פון טויט.

די אידן פון ווערמייזא (ווארמס) זענען געווען די קומענדיגע קרבנות, און נישט ווייניגער ווי 400 פון זיי זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט. אסאך אידן פון פראנקפורט האבן זיך ענדערש גענומען דאס לעבן און דערמיט אויך פארברענט א טייל פון די שטאט. פון די גרעסטע צאל קרבנות איז רעקארדירט געווארן אין מאגענצא (מאיענס), וואו נישט ווייניגער ווי זעקס טויזנט נפשות זענען אומגעברענגט געווארן. דא האבן די אידן צום ערשטן מאל פּרובירט זיך צו פארטיידיגן קעגן זייערע אונטערדריקער, און האבן גע'הרג'עט 200 פון זיי, אבער זיך צו ראטעווען האבן זיי נישט געקענט. זיי האבן זיך פאבריקאדירט אין זייערע הייזער, אבער ווען עס איז אנגעקומען די אלטערנאטיוו פון הונגער אדער שמד, האבן זיי אנגעצינדן זייערע הייזער און אומגעקומען אין די פלאמען עקידה"ש. צוויי טעג דערויף איז דער זעלבער מזל געפאלן אויף די אידן פון קאלאן; און, לכאורה אין זעלבן חודש, זענען די אידן פון ערפורט, 3,000 אין צאל, אויך געפאלן קרבנות צו דעם פּאפּולערן בלבול און שנאה צו אידן.

אין עסטרייך האט אויף דערווייל די שיצונג פון דעם פירשט צוריקגעהאלטן די אכזריות וואס האט זיך אפּגעשפּילט אומעטום פון גרייכן זיינע אונטערטאנען, אבער צום סוף, אום סעפּטעמבער 29, האבן די ווילדע פּויערן איבערגעקומען די אויטאריטעט, און אלע אידן פון דעם שטעטל זענען פארברענט געווארן ה"י. אין לעצטן מאנאט פונעם יאר 1349, זענען אויך געווען אטאקעס אויף אידן אין נירנבערג, האנובער, און ברוסעל.



דער געצווינגענער "ווידוי"

בשעת עס איז געקומען קיין אייראפּע די שרעקליכע קרענק וואס האט אומגעברענגט צענדליגער מיליאנען מענטשן , האבן, ווי געזאגט, זיך אנגעהויבן פארשפּרייטן באריכטן אז אין די מגיפה איז שולדיג אן אינטערנאציאנאלע קאנספיראציע פון אידן צו פאר'סמ'ען קריסנטום. עס איז באריכטעט געווארן אז די פירער פון די אידן אין טאלעדו האבן אנגעהויבן די פּלאן און אז איינער פון די הויפּט קאנספּיראטארן איז געווען א געוויסער ראביי פּיירעט, וועלכער האט געהאט זיין הויפּטקווארטיר אין טשאמבערי, סאוואוי, און ער האט געשיקט זיינע סם-שלוחים צו פראנקרייך, שווייץ און איטאליע.

אויף די אויטאריטעט פון אמאדעאוס דער זעקסטער, האר פון סאוואוי, זענען א צאל אידן וואס האבן געוואוינט ביי די ברעגעס פון "גענף טייך", ארעסטירט געווארן און געפּייניגט געווארן אויף די ערגסטע אופנים, וואס נאטירליך האבן זיי דאן "מודה געווען" אויף זייערע פארברעכנס און אויף סיי וואס די אינקוויזיטארן האבן זיי פארגעשלאגן. די אידן, אונטער די פּייניגונגען, האבן זיי אויך געמוזט באשולדיגן אנדערע אידן.

די אינהאלט פון זייערע "קאנפעסיעס" זענען דאן ארויסגעשיקט געווארן פון איין שטעטל צום אנדערן אין שווייץ און אראפּ דעם רהיין אין דייטשלאנד, און אלס רעזולטאט, האט מען אין ווייניגסטנס צוויי הונדערט! דערפער און שטעטלעך, דורכגעפירט שחיטות, אויסגעשאכטן און פארברענט טויזנטער טויזנטער אידן רח"ל, הי"ד. די פארלוירענע צאל אידן, זייער צוגענומענע רייכטום, און די וואקסנדע פיינטשאפט פון די קריסטן האט ליידער געברענגט די דייטשע אידנטום צו א קאטאסטראפישע צוזאמענבראך. עס האט דאן אנגעהויבן אראפּגיין און האט נישט געשפּילט קיין וויכטיגע טייל אין דייטשלאנד ביז'ן זיבעצנטן יאר-הונדערט.

אט וועלן מיר דא ברענגען די אנגעבליכע הודאה וואס מען האט מיט פּייניגונגס מיטלען ארויסגעצווינגען פון א אידישן סוחר, וואס איז ארעסטירט געווארן אין שאטעל, ביים "טייך גענף", וואס דערפון זעט מען וואס די קריסטן האבן געוואלט ארויסצווינגען פונעם איד צו קענען פארשפּרייטן דעם בלבול אז אידן האבן געברענגט די מגיפה. פאלגנד איז אן איבערזעצונג פון די "הודאה" אין דער לאטיינישער שפּראך:

"די קאנפעסיע פון אגימעט, גענף, שאטעל, אקטאבער 20, 1348

"אום פרייטאג, דער צענטער טאג פון אקטאבער, אין שאטעל, אין די דארטיגע פּאלאץ, איז פארגעקומען די געריכטליכע פּראצעס וואס איז געמאכט געווארן אויפ'ן באפעל פונעם געריכט פון הויכגשעצטן פּרינץ, אונזער האר, אמאדאוס, פירער פון סאוואוי, און זיינע אונטערטאנען קעגן די אידן, מענער און פרויען וועלכע זענען דא איינגעשפּארט, יעדער פון זיי באזונדער (מען פלעגט אסאך מאל איינשפּארן יעדן עקסטער צו פארמיידן זעלבסטמארד). דאס איז געטון געווארן נאכדעם וואס די שמועה אין דער גאס איז אנערקענט געווארן און עס איז געווארן א טומל – וועגן די סם וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין די ברונעמס, קוואלן און אנדערע זאכן ואוס די קריסטן ניצן – פארלאנגנדיג אז די אידן זאלן שטארבן, ווייל מען קען זיי געפינען שולדיג און, דערפאר, זאלן זיי געשטראפט ווערן. דעריבער ברענגען מיר דא זייער קאנפעסיע וואס איז געמאכט געווארן אין אנוועזנהייט פון אסאך באגלייבטע מענטשן.

"אגימעט דער איד, וועלכער וואוינט אין גענף און איז ארעסטירט געווארן אין שאטעל, איז אביסל געפּייניגט געווארן און דאן האט מען אים אפּגעלאזט. נאך א לאנגע צייט, זייענדיג אויסגעשטעלט צו נאך אביסל פּייניגונגען, האט ער מודה געווען אין די אנוועזנהייט פון אסאך באגלייבטע מענטשן, וועלכע ווערן שפּעטער דערמאנט. קודם איז קלאר אז אין די פארגאנגענע צייט האט פּולטוס קלעסיס דע ראנז געשיקט דעם זעלבן איד צו ווענעציע צו קויפן סחורה און אנדערע זאכן פאר אים. ווען דאס איז געקומען צום אויפמערקזאמקייט פון ראביי פּיירעט, א איד פון טשאמבארי וועלכער איז א מלמד פאר זייערע געזעצן, האט ער געשיקט נאך אגימעט, וועמען ער האט געזוכט, און ווען ער איז געקומען פאר אים האט ער געזאגט: "מיר זענען אינפארמירט געווארן אז דו גייסט צו ווענעציע קויפן פארשידענע סחורה. דא גיב איך דיר א קליינע פּעקל פון א האלבע "שפּאן" (אמאליגע סארט מאס) די גרויס, וואס אנטהאלט פארטיגע סם און גיפט אין א דינע, צוגענייטע לעדערנע זעקל. דו זאלסט דאס פארשפּרייטן איבער די ברונעמס, קוואלן און וואסערן איבער ווענעציע און די אנדערע פּלעצער צו וואו דו גייסט, כדי צו פאר'סמ'ען די וועלכע ניצן די וואסער פון די דערמאנטע פּלעצער.

"אגימעט האט גענומען דאס פּעקל פול מיט סם און האט דאס מיטגענומען קיין ווענעציע, און ווען ער איז דארט אנגעקומען האט ער ארומגעווארפן און אויסגעשפּרייט א טייל דערפון אין די ברונעמס און קוואלן פון פרישע וואסער וואס איז געווען נעבן די "דייטשע הויז", כדי צו פאר'סמ'ען די מענטשן וואס ניצן די וואסער. און ער זאגט אז דאס איז די איינציגע פּלאץ פון זיסע וואסער אין די שטאט. ער זאגט אויך אז דער דערמאנטער ראביי פיירעט האט אים צוגעזאגט צו געבן וואס ער וויל פאר זיין ריזיקאלישער ארבעט. אויף זיין אייגענער ווילן האט אמיגעט ווייטער מודה געווען אז נאכדעם וואס דאס איז געטון געווארן האט ער שנעל פארלאזט דאס פּלאץ כדי ער זאל נישט געכאפּט ווערן דורך די איינוואוינער אדער אנדערע, און אז ער איז פּערזענליך געגאנגען צו קאלאבריע און פּוליע און האט אריינגעווארפן די אויבנדערמאנטע סם אין אסאך ברונעמס. ער איז אויך מודה אז ער האט געלייגט טייל פון די זעלבע סם אין די ברונעם פון די גאסן אין די שטאט באלעי.

"ער איז ווייטער מודה אז ער האט געלייגט טייל פון די סם אין די אפענע וואסער פון די שטאט טולוז און אין די ברונעמס וואס זענען נעבן די [מיטללענדישע] ים. ווען געפרעגט אויב אין די צייט וואס ער האט אויסגעשפּרייט די סם און פארגיפטיגט די וואסערן זענען שוין מענטשן געשטארבן, האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט קיין סך, וויל ער האט באלד יעדן פארלאזט פון די אויבנדערמאנטע פּלעצער אין איילעניש. ווען מ'האט אים געפרעגט אויב סיי ווער פון די אידן פון די פּלעצער זענען שולדיג אין די אוינדערמאנטע, האט ער געענטפערט אז ער ווייסט נישט. און יעצט, לויט אלעס וואס שטייט אין די פינף ביכער פון משה און די מגילה פון אידן, דערקלערט ער אז דאס איז אמת, און אז ער זאגט נישט אין קיין שום וועג ליגנט, אפּגעזען וואס עס קען נאר געשען צו אים."

פארשטייט זיך אז מער ווי אזעלכע קלארע ווערטער האט נישט אויסגעפעלט צו אנהיצן און פארגרעסערן די ברענענדיגע פייער איבער אלע שטעט און דערפלעך. די אפענע "הודאה" פון דעם איד האט געפירט צו אטאקעס און פּאגראמען, שחיטות און הריגות, אויף אידן אין דייטשלאנד און שווייץ, און איבעראל וואו עס איז אנגעקומען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אידן ווערן פארברענט

איצט וועלן מיר ברענגען א באריכט וואס איז געשריבן געווארן דורך א פארלעסליכן היסטאריקער וואס האט געלעבט אין די געגנט וואו די געשעענישן זענען פארגעקומען, ווי ער שילדערט די "שווארצע מגיפה" אין אלגעמיין און באהאנדלט ספּעציפיש די חורבן פון אידישע קהלות אין שטראסבורג.

אין יענער שטאט זענען די פירער, וועלכע האבן פּרובירט שיצן די אידן, געווארן איבערגעווארפן פון א דערשראקענעם צעיושעטן פאלק געפירט פון א קצבים און ארבעטער גרופּע, און אויך די אדללייט זענען געווען אנטשלאסן צו פטור ווערן פון די אידן וועלכע זענען געווען זייער עקאנאמישע קאנקורענטן און פאר וועם זיי זענען געווען שולדיג אסאך געלט. דעריבער ווייניגסטנס אין די שטאט שטראסבורג איז אויסער די אייביגע איינגעגעסענע אנטיסעמיטיזם, האט די עקאנאמישע קנאה און שנאה אויך געהאלפן אנצינדן די פייער צו וועלן אויסראטן די אידן. די מענטשן פון שטראסבורג, וועלכע האבן דערווייל אויסגעמיטן די קרענק און האבן געמיינט אז מיט'ן הרג'ענען די אידן פארזיכערן זיי זיך פאר א רייכערן צוקונפט, זענען אבער פאר'משפט געווארן צו דעם זעלבן גורל וואס זיי האבן געטון מיט אידן. ביז א קורצע צייט האט די מגיפה נקמה גענומען און געשלאגן די שטאט און האט דארט איינגעמאנט ארום זעכצן טויזנט לעבנס. אט איז דער באריכט:

"מען פארברענט אידן אין שטראסבורג, פעברואר 14, 1349

"אין יאר 1349 איז געשען די גרעסטע עפּידעמיע וואס איז נאר אמאל געשען. טויט איז געגאנגען פון איין עק וועלט צום אנדערן, אויף ביידע זייטן פונעם ים, און עס איז געווען שטערקער צווישן די סאראסענס (אראבערס, וויאזוי די אייראפּעער פלעגן זיי רופן) ווי צווישן די קריסטן. אין געוויסע לענדער איז יעדער געשטארבן אזוי אז קיינער איז נישט איבערגעבליבן. שיפן זענען געפונען געווארן אויפ'ן ים אנגעפילט מיט זייערע זאכן; די מאנשאפט זענען אלע געשטארבן און קיינער האט נישט געפירט די שיף. דער בישאף פון מארסיי, גלחים און מאנאכן און מער ווי האלב פון אלע מענטשן דא זענען געשטארבן מיט זיי. אין אנדערע קעניגרייכן און שטעט זענען אזוי פיל מענטשן קאליע געווארן אז עס וואלט געווען שוידערליך דאס צו שילדערן. דער פּויפּסט פון אווינאן האט אפּגעשטעלט אלע געריכטליכע סעסיעס, זיך איינגעשפּארט אין א צימער, נישט צולאזנדיג קיינעם צוקומען צו אים און האט געהאט אן אנגעצינדענע פייער פארנט פון אים די גאנצע צייט, (ווארשיינליך אלס עפּעס א מין באשיצונג קעגן ווערן אנגעשטעקט). און פון וואס די עפּידעמיע איז געקומען, האבן אלע קלוגע לערערס און דאקטוירים נאר געקענט זאגן אז עס איז גא-ט'ס ווילן. און פּונקט ווי די קרענק איז יעצט דא, איז עס אויך געווען אין אנדערע פּלעצער, און האט אנגעהאלטן מער ווי א גאנץ יאר. די עפּידעמיע איז אויך געקומען צו שטראסבורג אין דער זומער פון אויבנדערמאנטן יאר, און איז געשאצט געווארן אז ארום זעכצן טויזנט מענטשן זענען אומגעקומען.

"אין ליכט פון דער קרענק זענען אידן איבער דער וועלט פארשאלטן און באשולדיגט געווארן אין אלע לענדער אין האבן פאראורזאכט די קרענק דורך די סם וואס זיי האבן אנגעבליך אריינגעלייגט אין די וואסער און די ברונעמס, און פאר די סיבה זענען די אידן פארברענט געווארן איבעראל, פון דעם מיטללענדישער ביז דייטשלאנד, אבער נישט אין אווינאן, וואס דער פּויפּסט האט זיי באשיצט דארטן.

"פונדעסטוועגן האט מען געפּייניגט אסאך אידן אין בעהרן און זאפינגען [שווייץ] וועלכע האבן דאן מודה געווען אז זיי האבן געלייגט די סם אין אסאך וואסערן, און זיי האבן אויך געפונען סם אין די ברונעמס. דעריבער האבן זיי פארברענגט די אידן אין פילע געגנטער און האבן געשריבן דערוועגן צו שטראסבורג, פרייבורג, און באזעל, כדי אז זיי זאלן אויך פארברענען זייערע אידן. אבער די פירערס אין די דריי שטעט אין וועמענס הענט די פירערשאפט ליגט האבן נישט געגלייבט אז עפּעס דארף געטון ווערן צו די אידן. אבער אין באזעל האבן די איינוואוינער מארשירט צו די "סיטי האל" און האבן געצוואונגען דעם קאונסיל צו געבן א שבועה אז זיי וועלן פארברענען די אידן, און אז זיי וועלן נישט ערלויבן קיין שום איד צו אריינקומען אין די שטאט פאר די קומענדיגע צוויי הונדערט יאר. דאן זענען די אידן ארעסטירט געווארן אין די אלע שטעט און א קאנפערענץ איז אראנזשירט געווארן צו זיך טרעפן אין בענפעלד אלסעס, אום פעברואר 8, 1349.

"דער בישאף פון שטראסבורג (בערטהאלד דער צווייטער), אלע הארן פון אלסעס, און פארשטייער פון די דריי אויבנדערמאנטע שטעט זענען דא געקומען. די דעפּיוטיס פון די שטאט שטראסבורג זענען געפרעגט געוווארן וואס זיי גייען טון מיט זייערע אידן. זיי האבן געענטפערט און געזאגט אז זיי ווייסן נישט קיין שלעכטס איבער זיי. דאן האט מען געפרעגט די שטראסבורגער פארוואס זיי האבן פארמאכט די ברונעמס און אוועקגעלייגט די עמערס, און אלע זענען געווען שטארק אויפגעקאכט און געשריגן קעגן די הויפּטן פון שטראסבורג. צום סוף האט דער בישאף און די הארן און די קעניגליכע שטעט מסכים געווען צו פטור ווערן פון די אידן. די רעזולטאט איז געווען אז זיי זענען פארברענגט געווארן אין אסאך שטעט, און סיי וואו זיי זענען ארויסגעטריבן געווארן זענען זיי געכאפּט געווארן דורך די פּויערן און געשטאכן געווארן צום טויט אדער דערטרונקען [רח"ל]. (די לאקאלע קאונסיל פון שטראסבורג וואס האט געוואלט ראטעווען די אידן איז איבערגעווארפן געווארן אין דעם צענטן טאג אין פעברואר, און די נייע קאונסיל האט זיך אונטערגעגעבן צו דעם צעהיצטן פאלק, וועלכע האבן דאן ארעסטירט די אידן אין פרייטאג, דעם דרייצנטן)."



א סם-בלבול אדער געלט-בלבול...

"אום שבת – וואס איז אויסגעקומען 'וואלענטינ'ס דעי' (א גוי'אישע חגא) – האבן זיי פארברענט די אידן אויף האלצערנע פּלאטפארמעס אין זייער בית הקברות. עס זענען געווען ארום צוויי טויזנט פון זיי. די וואס האבן זיך געוואלט שמד'ן זענען פארשוינט געווארן. אסאך קליינע קינדער זענען ארויסגענומען געווארן פון פייער און מען האט זיי אפּגע'שמד'ט קעגן דער ווילן פון זייער טאטעס און מאמעס. אלע חובות וואס מען איז געווען שולדיג פאר אידן איז אפּגערופן געווארן, און די אידן האבן געדארפט אונטערגעבן אלע שטרות און וועקסלעך וואס זיי האבן געהאט גענומען פאר חובות. דער קאונסיל, אבער, האט גענומען דאס געלט וואס די אידן האבן געהאט און דאס צעטיילט צווישן די ארבעטער פּראפּארציאנעל. און דאס, די געלט, דאס איז אייגנטליך געווען די זאך וואס האט גע'הרג'עט די אידן. אויב זיי וואלטן געווען ארים און די הארן וואלטן זיי נישט געקומען קיין געלט, וואלט מען זיי נישט פארברענט. נאכדעם וואס זייער רייכטום איז צעטיילט געווארן צווישן יעדן האבן טייל געגעבן זייער חלק פאר די הויפּטן און די קירכע.

"אזוי זענען די אידן פארברענט געווארן אין שטראסבורג, און אין די זעלבע יאר אין אלע שטעט פון די רהיין, צי פרייע שטעט אדער קעניגליכע שטעט אדער שטעט וואס האבן באלאנגט צו די הארן. אין געוויסע שטעטלעך זענען די אידן פארברענט געווארן נאך א פּראצעס, און אין אנדערע אָן א פּראצעס. אין טייל שטעט האבן אידן אליין אנגעצינדן זייערע הייזער און זיך פארברענט [רח"ל].

"עס איז באשלאסן געווארן אין שטראסבורג אז קיין שום איד זאל נישט אריינקומען אין די שטאט פאר הונדערט יאר, אבער נאך פאר עס איז אריבער צוואנציג יאר, האט דער קאונסיל באשלאסן אז זיי וועלן יא נאכאמאל ערלויבן אידן אין זייער שטאט פאר צוואנציג יאר. און אזוי זענען די אידן נאכאמאל צוריקגעקומען צו שטראסבורג 3 אין יאר 1368."

ביז אהער פון יענעם ערשט-האנטיגן באריכט.



א פארלאזטע דייטשלאנד

עס איז גאנץ זיכער אז אין רוב פעלער האבן די פירער און הויפּט אויטאריטעטן נישט געטון גארנישט צו אפּהאלטן די מערדערייען, נאר אין אסאך פעלער האבן זיי אפילו געגעבן פון פאראויס פאקטישע שיצונג פאר די מערדער און פּינקטליך אויסגעארבעט וואס מען זאל טון מיט די הייזער און חפיצים פון די אידן אין פאל פון ראיאטן. דאס איז געשען אין נירנבערג, רעגענסבורג, אוגסבורג, פראנקפורט, און אין אנדערע שטעט. עס איז קיין ספק אז די אויטאריטעטן האבן מיטגעטיילט די העצע פונעם צעלאזטן פאלק, און, אפשר מיט איינציגע אויסנאמען, אויך געגלייבט אין די בלבול פון די פאר'סמ'טע-ברונעמס.

שפּעטער ווען די פּאפּולערע אויפברויז האט שוין אנגעהויבן אויסוועפּן, האבן די געזעצן פון דייטשע שטעט געדארפט באשליסן וועלכע שטראף מען דארף ארויפלייגן אויף די וואס האבן געמארדעוועט אידן, און וואס עס דארף געטון ווערן מיט די רייכע אוצרות וואס אידן האבן איבערגעלאזט. זייער ווייניג איז געטון געווארן אויף די ערשטע זאך: די גאנצע סאציאלע פאבריק איז געווען גענצליך איבערגעדרייט פון די געפערליכע קרענק; און אפילו מיט די בעסטע ווילן, אויב זיי וואלטן זיך געהאלטן, וואלטן די פירער נישט געקענט העכערן די חורבן מיט א גענוג גוטע שטראף אויף די ברוטאלע מערדער. דער קייזער האט פארלאנגט די ריזיגע שטראף פון 20,000 מארקס אין זילבער פון די איינוואוינער פון פראנקפורט פאר די שאדן וואס ער האט געהאט פון הרג'ענען די אידן; און אנדערע שטראפן זענען ארויפגעלייגט געווארן דורך די קעניגליכע פינאנץ מיניסטארן. אבער די הויפּט שטראף איז געווען אין פארעם פון איבערנעמען די ירושה פון אידישע חובות, וואס האט לויט די קעניגליכע געזעץ באלאנגט פאר'ן קייזער. דעריבער, אויסער אין פעלער וואס די פארשריבענע רעקארדס פון די חובות זענען פארשוואונדן געווארן, האבן די פאר'חובות'טע כאטש נישט אין ענדע פארדינט פון אומברענגען די אידן.

דער נעגאטיווער אפעקט אויף די אידן אין דייטשלאנד איז פארשטייט זיך געווען גאר שלעכט. די פארלוסט פון לעבנס וואס זענען געשטארבן אין די שחיטות איז געווען שרעקליך. און אפילו זיך אנהויבן צוריקבויען האט מען נישט געקענט, ווייל די וואס זענען געקומען געלט פאר אידן זענען אדער געשטארבן פון די קרענק אדער געלייקנט זייערע חובות. די אידן פון בייערן, צום ביישפּיל, זענען געווען אין אזא שלעכטן מצב אז דער גראף האט זיי באפרייט פון אלע שטייערן פאר צוויי יאר.

פון יענער צייט און ווייטער האבן אידן אין דייטשישע שטעט געלעבט אין א שטענדיגער פחד פון ענליכע אטאקעס, און די ציווילע אויטאריטעטן האבן אדאפּטירט די פּלאן פון פארטרייבן די אידן אלס די איינציגע וועג פון פּטור ווערן פון די אידישע פראגע אין די יעניגע שטעט. אריבער 60 גרויסע און 150 קלענערע אידישע געמיינדעס זענען צעשטערט געווארן אין יענע עטליכע יאר. ביים ענדע פון פופצנטן יאר-הונדערט זענען בלויז געווען פארבליבן דריי געהעריגע קהילות אין גאנץ דייטשלאנד.

ווי קען מען שילדערן די אומגעהויערע צער און פּיין פון אידישע קינדער אין יענער תקופה. אויסער דעם וואס זיי האבן זיך געדארפט ספּראווען מיט די ביטערע מחלה, לעבן אין פּאניק און שרעק פון ווערן אנגעשטעקט מיט די אנשטעקיגע אומזעבארע קרענק, זענען זיי אויך געווען ארומגענומען פון דער אנדערער זייט מיט מענטשליכע חיות, וועלכע האבן נאך זיי געלאקערט, געפּייניגט, פארטריבן, געשלאגן, געשטאכן, דערטראנקען און פארברענט. ווי האט מען זיך געקענט ערהוילן ווען אזויפיל זענען פארשניטן געווארן און די לעבן-געבליבענע האבן אויף אנדערע וועגן פארלוירן דאס ביסל פארבליבענע חיות.

די הונדערטער מקומות וואס זענען אויסגעליידיגט געווארן פון אידישע נפשות, די צענדליגער קהלות הקודש וואס זענען פארשניטן געווארן, החסידים והישרים והתמימים וואס האבן אזוי פיל געליטן, און די גרויסע צאל הייליגע נשמות שמסרו נפשם על קדושת השם, אויף זיי אלע בעטן מיר, ארץ ארץ אל תכסי דמם, הקב"ה זאל שוין בקרוב איינמאנען נקמת דם עבדיו השפוך און זאל אונז שוין אלע אויסלייזן פון ביטערן גלות.

-- ענדע --
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

שכח. גיימיר זיך זעצן ליינען.

איז דאס שוין געווארן פובלעצירט? ווי?
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

שרעקליכע קאפיטלן היסטאריע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אסותא האט געשריבן:שכח. גיימיר זיך זעצן ליינען.

איז דאס שוין געווארן פובלעצירט? ווי?

ווייס איך נישט אויב יא אדער וואו.
איך זע אבער ער האט דארט נאך צוויי שיינע ארטיקלען, איינס איבער תפיסות בכלל -שרעקליך געשילדערט. און איינס איבער חיים האלענדער אין תפיסה.
די לעצטע איז מסתם שוין געווען פובליצירט. איך ליין נישט קיין מאגאזינען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

א גרויסן יישר כח אייך, טרם קראתי, אבער איך האב שוין אסאך מאל געהערט פין הרה"ג ר' סיני מולוביצקי איבער יענע תקיפה, אבער קיינמאל נישט אנגעקומען צי עפעס א זאכליכע באשרייבונג איבער יענע תקופה, עד שבא ידידנו וכו' נ"י נאך אמאל תודה למפרע
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כ'האלט נאך אינמיטן. א גרויסן יישר כוח פארן ברענגען, ס'איז מורא'דיג צו ליינען שטיקער היסטאריע. לויט מאנכע זענען צוויי הונדערט מיליאן מענטשען געשטארבן דערפון. ס'איז דאך א פחד צו ליינען אזא נאמבער
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

אוועק לייגען פאר סוכות אי"ה
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אוי איז דאס שרעקעדיג
איך האב שוין געהאט געהערט פון דעם אבער נישט אויף אזא קלארע און ברייטע פארנעם
שכח רב שוועמעל
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איפה פייביש האט געשריבן:אוועק לייגען פאר סוכות אי"ה

אבער וויפיל כהאב געבליקט, קוקט עס אויס ווי ער גייט מיר ברייכען מיינע ידיעות.
ייישר כח
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

שוועמל האט געשריבן:
אסותא האט געשריבן:שכח. גיימיר זיך זעצן ליינען.

איז דאס שוין געווארן פובלעצירט? ווי?

ווייס איך נישט אויב יא אדער וואו.
איך זע אבער ער האט דארט נאך צוויי שיינע ארטיקלען, איינס איבער תפיסות בכלל -שרעקליך געשילדערט. און איינס איבער חיים האלענדער אין תפיסה.
די לעצטע איז מסתם שוין געווען פובליצירט. איך ליין נישט קיין מאגאזינען.

נו, אפשר ברענסטו די אנדערע אויך?

(אגב, ווי איז די דארט?)

חיים האלענדער איז שוין געווען אין די צייטשריפט, דאכט זיך אז די איבער די שווארצע מגיפה אויך, (עס איז געווען גענוג לאנג צוריק, און איך מעג עס שוין איבערליינען).
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

חיים לעווי איז דער פסעוודאנים פון א צייטשריפט שרייבער און די אלע ארטיקלען זענען שוין געווען אין צייטשריפט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

זייער קלאר געשריבן, און איך זאג ראס נישט אלס א קאמפלימענט אבער אלץ אן אמת. א שטיק היסטאריע פון וועלעכער יעדער האט שוין געהערט עפעס אבער אנע דעטאלן. שקויעך צדיק. (נאר די נעמען פון די שטעט וואלטן געדארפט קלארגעשטעלט ווערן(
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

אפשר מאכט איינער א שיינע PDF?
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

HERE WE GO
אטעטשמענטס
די שווארצע מגיפה.pdf
(239.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 234 מאל
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

איפה פייביש האט געשריבן:אפשר מאכט איינער א שיינע PDF?


די שווארצע מגיפה _ חיים לעווי
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

zookeeper האט געשריבן:HERE WE GO

שכח
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

א שיינע מעשה וועגן א נס בשייכות צו די פארסמ'טע ברונעמס בילבול.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

געטראפן אין נאך א "שמועסן מיט קינדער און יוגנט" וועגן די היסטאריע פון די שווארצע מגיפה.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פאר ווער עס זיכט אביסל היסטאריע יעצט קען דאס ליינען
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: היסטאריע: די שווארצע מגיפה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הערליך הערליך!!

@שוועמל איז איינס פון די אלטע ניקס צו וועמען יעדע שטיק צייט פארבענקט זיך נאכאמאל צו אים

א ריזן ייש"כ
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”