ו' חוקת! פארוואס טרויערן מיר אין דעם טאג?!

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

ו' חוקת! פארוואס טרויערן מיר אין דעם טאג?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

קינד און קייט אלעס ווייסט אז ו' חוקת ממעטין בשמחה, אבער נישט יעדער ווייסט פארוואס די טאג איז אזא טרויעריגע טאג, אבער דאס איז יא זיכער אז עפעס שרעקליך האט זיך אפגעשפילט אין אט דעם דאזיגן טאג, נישט נאר דעמאלט'ס איז פארגעקומען אזא ביטערע געשיכטע נאר אפילו היינטיגע צייטן אין די לעצטע פאר יאר האט מען אויך ליידער געהערט שרעקליכע טראגאדיעס אינעם טאג ו' חוקת ה"י.
אין די קומענדיגע בלעטער וועלן מיר אייך אויפדעקן א קאפיטל אין היסטאריע א שפאנענדע געשיכטע וועלכע האט זיך אפגעשפילט מיט זיבן הונדערט אכט און זעכציג יאר צוריק, וואס צוליב דעם איז ו' חוקת באשטימט געווארן אלץ א תענית יחידים ווי די מג"א (סימן תק"פ סק"ח) ברענגט בשם דער תניא: ביום השישי פ' חוקת נהגו היחידים להתענות, און אזוי אויך איז געווען פלעצער ווי מען האט זיך געפירט מיט פארשידענע חומרות אין דעם טאג ווי מיר טרעפן אין ספר מועד לכל ח' (סימן ד' פון הגאון ר' חיים פלאגי ז"ל) ובעירינו איזמיר שבתורכיה נהירנא כד הוינא טליא שהיו כמה אנשים סוחרים אשר היו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערש"ק חוקת, ומה שהיה להם לעשות בערב שבת היו עושים ומתקנים ביום חמישי, והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לככר ביום הזה והשם שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רעה אכי"ר.

עס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען אז ו' חוקת איז אנדערש באשטימט געווארן ווי אלע אנדערע תעניתים, און יומא דפגרא, געווענליך זענען די טעג באשטימט אין א טאג אין חודש, אבער ו' חוקת איז באשטימט געווארן אין א טאג פונעם וואך, אין ספר שבילי הלקט (סימן רס"ג) ווערט געברענגט אז מען האט געמאכט א שאלות חלום צו וויסן אויב די גזירה איז געווען מן השמים, און מען האט צוריק גענטפערט פון הימל אז "דא גזירת אורייתא" וואס דאס זענען די ווערטער פון אונקלס אויפ'ן פסוק פון 'וזאת חוקת התורה', און זייט דעמאלט'ס איז עס באשטומט געווארן אויפ'ן פרשה און נישט ט' תמוז די טאג אין חודש.
די גמרא, אדער 'תלמוד' ווי אזוי מען האט עס דעמאלטס גערופן איז אלץ געווען דער וואס די שונאי ישראל האבן אויף איר געצילט אפצומעקן לגמרי, און במשך די דורות האבן די שונאי ישראל געטוהן פארשידענע מיטלן נישט נאר אויף ש"ס נאר אויף סתם ספרי קודש אויך דאס אוועק צו נעמען פון אונז ווי איר וועט ליינען אינעם דאזיגן אויסגאבע, און זיך באקענען מיט היסטארישע קאפיטלן וועלכע זענען אמאל געווען עכט, אונזערע זיידעס זענען געשטאנען דארט און זיך צוגעקוקט צו אלעס וואס געשעהט מיט אונזער שווארץ אפל, און ס'האט זיי אויסגעקוקט ווי אידישקייט ענדיגט זיך, אבער די הבטחה פון 'לא תשכח מפי זרעו' איז למעשה ערפילט געווארן מיטן גאנצן אפקלאנג.

עס איז שווער צו זאגן אז אונזערע זיידעס האבן גלייכגילטיג געקענט באשטיין אז אזעלכע זאכן זאלן פארגעסן ווערן פון די וועלט, אזא קאפיטל וועלכע האט גערודערט א וועלט און געדינערט מיט א שטארקייט, וואס זייער בלוט און פלייש האבן מיטגעהאלטן זאל מען פארגעסן.

לכן קומען מיר צו אייך מיט אט דעם באשרייבונג צו עפענען דעם דורך געווייקטן קאנווערט וועלכע אונזערע זיידעס האבן באנעצט מיט הייסע טרערן און פארשריבן די שרעקליכע איבערלעבעניש וועלכע זיי האבן ליידער מיט געהאלטן ראשו ורובו מיט פארקלעמטע הערצער.

פאריז איז געווען א גרויסע שטאט וועלכע האט געווירבלט מיט אירע איינוואוינער, און האט שטאלצירט צו דער גאנצער וועלט מיט איהר גינגאטישן תורה אימפעריע וועלכע האט געשיינט צו יעדן לעכל פונעם וועלט מיט אירע בריליאנטן די גאונים וועלכע האבן ממשיך געווען די הייליגע תורה.

פאריז אין יענע צייט האט געהאט די זכיה צו זיין דער אכסניה של תורה ארייננעמענדיג אין זיך דער גאון הגאונים ר' יחיאל ב"ר יוסף פון די בעל התוספות וועלכע האט געדונערט און געבליצט מיט זיין בקיאות און חריפות.

אין פאריז אין יענע צייט האט אויך געוואוינט א משומד מיטן נאמען דינין (וועלכע האט זיך שפעטער געטוישט צו ניקלוש) דינין האט נישט געקענט דערליידן דעם אידישן פאלק און האט געזוכט און יעדן געלעגענהייט זיי אונטערצוברענגען ה"י.

דער שונא ישראל דינין האט מזלזל געווען אין אידישקייט בפרהסיא, און האט כסדר געשטערט די ארטיגע אידן אזש אז רבינו יחיאל ובית דינו האבן איהם געלייגט אין חירום.
פאר דינין האט גאר שטארק געבאדערט דעם געוואגטן שריט וואס בי"ד האט מיט איהם געטוהן, און ער איז נישט שטיל געבליבן נאר דאס האט איהם געגעבן א שטופ אונטערצוברענגען אידישקייט איינמאל פאר אלעמאל, און גענדיגט מיט די מעשיות.

דינין האט געשוימט פאר כעס, דינין איז ארום געלאפן מיט רויטע באקן, עס האט איהם געברענט און געפלאמט, דינין האט אנגעהויבן פלאנירן פארשידענע אקטן מיט שמוציגע און בייזוויליגע פלענער אונטערצוברענגען כלל ישראל און מאכן פון זיי א סוף רח"ל.

אין יאר ד' אלפים תתקצ"ט האט דינין געטוהן זיין ערשטע שריט, דינין האט געשריבן א טייוולאנישן בריוו מיט הונדערטע מאמרי חז"ל וועלכע זענן קעגן די קריסטליכע גלויבינג, דער בוך איז באשטאנען פון '238 זייטן', דינין האט דאס געשיקט פאר די קעניג פון פראנקרייך לואי דעם ניינטן, און ווען דער קעניג האט גענדיגט מעיין זיין דערין האט ער מחליט געווען אז מען גייט מאכן א ויכוח ווי מען גייט זיך אויסטענה'ן איבער דעם ענין, און זעהן ווער עס איז גערעכט, דער ויכוח איז באשטימט געווארן אויף מאנטאג בלק ה' אלפים.

פון מויל צו אויער האט די בשורה זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן, די בשורה האט געמאכט א היפשע אנגעצויגעניש צווישן דעם עולם, מען האט אנגעהויבן מורא האבן פארן עתיד פון כלל ישראל אויב דער ויכוח וועט זיך אויסלאזן אויף ... ח"ו, מען האט ערנסט אנגעהויבן טראכטן וואס מען קען אצינד טוהן להצלת הדורות, ווי אזוי מען קען אראפנעמען דעם שרעקליכן גזירה וועלכע הענגט איבער די פאריזע אידן.
דערוווייל האט די קעניג פון פראנקרייך ארום געשיקט בריוון צו אלע רעגירונג באמטע לכבוד דעם בעפארשטייענדן ויכוח, ווי די קעניג שרייבט אז ער האט געהערט אז די אידן האבן מיט זיך ספרים וואס זיי זאגן אז זיי האבן דאס מקבל געווען פון זייער רבי משה, און מיט דעם זענען זיי מחזק זייער אידישקייט, דערפאר די ערשטע שבת נאך די תענית הנוצרים אין די צייט וואס אלע אידן געפונען זיך אין זייערע שוהלן זאלן די מיליטער ארום גיין נעמען די תלמוד פון די הייזער, און זעהן אויב עס איז אמת וואס דינין שרייבט.און טאקע שבת בייטאג האבן די מיליטער אנגעהויבן אוועק צונעמען די תלמוד'ס פון די אידישע הייזער וועלכע האט גענומען עטליכע חדשים.

די פאריזע גאסן רודערן זיך צום בעפארברייטונג פונעם גרויסן ויכוח וועלכע גייט מארגן פארקומען, די מצב איז גאנץ הייס, די אידן ארגענעזירן א העפטיגע יום תפלה אויף די מארגענדיגע פארטאגס שעה'ן ביזן ויכוח, די פאריזע קהילה האט ארויס געשטעלט פארן ויכוח די חשובע אידן פון שטעטל אלץ פארטרעטער ר' יחיאל מפאריז ז"ל (מבעלי התוספות), ר' משה מקוצי ז"ל (הסמ"ג), ר' שמואל ב"ר שלמה מטיירי, ז"ל און ר' יהודה ב"ר דוד פון מלאון ז"ל.

עס איז מאנטאג בלק פארטאגס, די שוהל איז געפאקט מיט אנשים נשים וטף, טייכן הייסע טרערן ווייקן דורך די בלעטער פון די תהילמלעך, די אנגעצויגענקייט איז אויפן העכסטן סטאנדארט, די פחד און שרעק בצויבערט יעדן איינעם, הויכע וויינערייען הערן זיך פון אלע זייטן, די טענער פארן פון מינוט צו מינוט, מען רייסט איין ביים בעל הרחמים והסליחות אז ער זאל אוועק נעמען דעם שרעקליכן גזירה, די לויטערע תפילות פון די קליינע קינדערלעך ברעכן טויערן און עפענען וועגן צום כסא הכבוד, די מצב איז גאר גאר ערנסט.

מאסן מענטשן שטרוימען לחצר גנת ביתן המלך ווי דער ויכוח דארף פארקומען, די זאל פולט זיך איבער פון מינוט צו מינוט, פון אלע עקן קומט מען מיט האלטן דעם גרויסארטיגן ויכוח, און אויך די אידן מיט די נאסע אויגן און באנעצטע תהילימלעך קומען צו גיין צום מעמד בראשות פון די הייליגע ראשונים.

די אידישע פארטרעטער האט מען צו טיילט אין עקסטערע שטובער כדי זיי זאלן זיך נישט קענען צוזאם רעדן וואס צו ענטפערן ביים ויכוח.

עס הערשט א שווערע געדרענג, א ריזן עולם באטייליגט זיך ביים מעמד, און אויפן אויבן אן זיצן דינין מיט זיינע חברה לייט, דער קעניג מיט די קעניגן, און ר' יחיאל ז"ל.
א געדעכט טאפענדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אינעם גאנצן היכל ווען דער משומד דינין האט גענומען דאס ווארט און פארלאנגט פון ר' יחיאל א שבועה אז אלעס וואס ער גייט דא זאגן איז אמת ויציב, ר' יחיאל האט זיך אנגערופן און געזאגט: ווער ביסטו די אכזר צו פארלאנגען פון מיר א שבועה? און אונזער תורה זעהט מען נאר א שבועה ביי ממונות, אבער אויף אזעלכע פיסטע זאכן טרעפט מען נישט קיין שבועת הדיינין.

די קעניגן וועלכע איז געזיצן דארט האט אויך פארלאנגט א שבועה, און דא האט ר' יחיאל צוריק גענטפערט מיט א צווייטע תירוץ אז ער האט אין זיין לעבן נאך קיינמאל נישט געשוואוירן און ער וויל נישט אז יעצט זאל זיין זיין ערשטע מאל, ר' יחיאל האט אבער פארשפראכן אז ער וועט זאגן אמת.
די קעניגן האט אנגענומען וואס ר' יחיאל האט געזאגט און האט נאך געגעבן פאר ר' יחיאל'ן אז ער דארף נישט שווערן.

די ויכוח מיט ר' יחיאל האט זיך פארצויגן פאר לאנגע צוויי טעג במעמד פון א ריזיגע צאל באטייליגטע, די פען און פאפיר ערלויבן נישט אראפצו ברענגען דא אויף איין פיס די גאנצע ויכוח, (אויב איר ווילט קענט איר ליינען דעם ויכוח אין ספר "ויכוח רבינו יחיאל מפאריז",) מיר וועלן אייך נאר אראפברענגען איינצעלע שטיקלעך אייך צו געבן א בליק בערך ווי אזוי די ויכוח איז צו געגאנגען.
דינין האט ברייט צועפענט זיין מויל און פארגעשטעלט א פראגע פאר ר' יחיאל, און תלמוד ווערט געברענגט (סנהדרין סד:) אז איינער וואס פירט אריבער א קינד פאר א פייער לשם ע"ז איז חייב סקילה, אבער איינער וואס פירט אריבער אלע זיינע קינדער איז פטור, אלע האבן אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער, ווי נאריש קען מען זיין, איינער וואס פירט אריבער אלע זיינע קינדער זאל זיין פטור, אונז האבן גוט געהערט??!...

ר' יחיאל האט זיך נישט דערשראקן און זיך ארום געדרייט צום הויכן געשעצט קעניגן און געפרעגט, פאר וועם קומט זיך א גרעסערן שטראף פאר איינער וואס הרג'ט איין מענטש אדער איינער וואס הרג'ט צוויי מענטשן? די קעניגן האט גענטפערט אוודאי, איינער וואס הרג'ט צוויי מענטשן, און אויך איינער וואס הרג'ט פיר מענטשן ווי איינער וואס הרג'ט דריי מענטשן האט די קעניגן צוגעלייגט נישט פארשטייענדיג דעם מאדנעם פראגע.

ר' יחיאל האט צוגעשטימט צום קעניגן און געזאגט, גערעכט, זייער גוט געזאגט, אבער און אונזער תורה איז פארהאן ארבע מיתות בי"ד, סקילה, שריפה, הרג, חנק, די אלע מיתות זענען איבערגעגעבן געווארן פאר בי"ד פאר איינער וואס עס קומט זיך איהם איינע פון ד' מיתות, און דערמיט נעמט ער אראפ פון זיך זיין עבירה וואס ער האט געטוהן, אבער איינער וואס פירט אריבער אלע זיינע קינדער איז עוונו גדול מנשוא, זייער א הארבע עבירה, און דעמאלטס איז נישט געגעבן געווארן פאר בי"ד איהם מתקן צו זיין, נאר ער דארף שטארבן מיט זיין חטא און אויבן וועט מען איהם שוין באשטראפן.
אזוי האט מען זיך ארום געטענה'ט אויף פארשידענע זאכן שעות על גבי שעות ווי ר' יחיאל האט אלץ געוויזן אז 'משה אמת ותורתו אמת' און יעדע זאך וואס שטייט אין חז"ל האט א פשט.
דאן האט דינין זיך גענומען איבער זיינע ביינער, און מיט א בלוטדורשטיגע שטימע געהעכערט זיין טאן און זיך גענומען שרייען, רוצחים וואס עטץ זענט'ס! און ענקער תורה שטייט אז "הגוים והרועים בהמה דקה לא מורידין בבור ולא מעלין מן הבור ואפילו טובע בבור", און אזוי האט דינין אנגעהויבן ברענגען פולע מאמרי חז"ל ווי מען זעהט די ביליגקייט פון די גוים, נאך שטייט אז "אם יש בחצר א' ט' גוים וישראל א' ביניהם וזרק אבן והרג ישראל פטור כיון שהגוים רובים, ואיכא למימר לישראל לא נתכוין רק לגוים", און אויך שטייט אז א גוי קען מען הרג'נען בעד אחד, און אן התראה, און ממון גוי מעג מען גנב'נען, גזלן, און איהם אויספאפן, אויך שטייט "שור של ישראל שנגח שורו של נכרי פטור, ושל נכרי שנגח שור של ישראל משלם נזק שלם בין תם ובין מועד", און אויב א גוי רירט אן וויין איז די וויין אסור, אפילו תינוק בן יומו, און אויך האט זיך דינין געבייזערט אז עס שטייט כל לצנותא אסירא בר לצניתא דע"ז, און אויך מעג מען נישט געבן א בהמה פאר א גוי צו האלטן ווייל מען האט מורא אז ער וועט טוהן דערמיט עבירות, אויך מעג מען נישט געבן פאר קיין גוי א מתנה בחנם ווייל מען מעג זיך נישט חנפ'נען און אויך אויב מען טרעפט מען אן אבידה פון א גוי מעג מען עס נישט צוריק געבן.
אזוי האט דינין געברויזט אויף ר' יחיאל אויפווייזענדיג ווי ביליג די גוים זענען אין תלמוד, און מען מוז דאס פון ענק אוועק נעמען ווייל דאס איז אונז נישט קיין כבוד.

די תירוץ וואס ר' יחיאל האט אויף דעם גענטפערט איז גאר א לאנגע, ר' יחיאל ווייזט דארטן אויף וואס דער ווארט "גוי" מיינט, און פון וועם מען רעדט ביי די אלע מאמרי חז"ל, ואין המקום לפרטם כי רבים המה.
אויך האט דינין אראפגעברענגט אלע מאמרי חז"ל קעגן אותו האיש ימ"ש, און האט געקאכט און געפלאמט היתכן, אזא חוצפה, אזוי איהם צו באשרייבן, אזוי ביליג, ער איז דאך געווען פון אונזערע הייליגסטע, דינין האט נישט געקענט קומען צו זיך, ער איז צושמאלצן געווארן פון די היץ וועלכע האט אין איהם געפלאקערט.
און אויך דאס איז פונקטליך מסודר געווארן און אויסגעקלארט געווארן מיט די קלוגשאפט און זעלטענע גאונות פון ר' יחיאל ז"ל. ר' יחיאל האט באריכות מסביר געווען אז נאר די הלכות וועלכע זענען געפסק'נט קען מען פארשטיין פשוט פשט, אבער "אגדה" איז זייער שווער צו פארשטיין, און עס איז דא אין דעם פולע פירושים.

אזוי האט זיך די העפטיגע ויכוח געצויגן מאנטאג און דינסטאג, דינסטאג מיטאג האט ר' יחיאל פארענדיגט דעם ויכוח ווי ער האט אויפגעוויזן אלעס אקעגן די בלוטיגע שונאי ישראל, און מיטוואך האט מען געברענגט צום ברעטל ר' יהודה ממלאון ז"ל, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, מען האט איהם אויסגעפרעגט מיט די אלע אפקורסישע שאלות וכדו', ובדרך נס האט ר' יהודה ז"ל גענטפערט גענוי ווי ר' יחיאל ז"ל.

די גרויסע ויכוח האט זיך גענדיגט, און מען שטייט אצינד ביים שליסן ווער עס האט מנצח געווען, אין די איצטיגע מאמענטן ווענדט זיך די קיום פון כלל ישראל, עס קען גאר זיין אז אידישקייט שטייט אצינד ביי אירע לעצטע מינוטן, יעדער זיצט געשפאנט מיט געשפיצטע אויערן, און באנומענע געפילן פון שרעק און ציטער, די עולם פחד'נט צו הערן די קומענדיגע ווערטער, די שטילקייט אין זאל קען ברעכן אייזן אלע בעטן מיט הייסע טרערן אז מען זאל דערלעבן לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, די הייליגע תורה זאל בלייבן ביי אונז און נישט ח"ו ווערן אוועק געגעבן אין פרעמדע הענט.
איינע פון די אנגעזענע שרי המלך האט זיך אויפגעשטעלט און א קלאפ געגעבן אויפן טיש, מורי ורבותי, ווי איהר אלע האט געהערט און געזעהן האבן די אידישע פארטרעטער פארענטפערט יעדע קשיא, און אויפגעוויזן די אמת פון דער תלמוד, און די אידן זענען טאקע גערעכט און זיי מעגן צוריק נעמען זייערע ספרים און מען איז נישט גוזר קיין שריפת התלמוד, א גוטן טאג....
די טאפענדע שטילקייט האט נאך אנגעהאלטן פאר עטליכע סעקונדן ביז די אידישע הערצער האבן זיך צועפענט פאר פרייד און זענען ארויס אין טענץ מיט רירענדע געפילן פון שמחה אז אידישקייט וועט בלייבן און מען וועט קענען אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות "נצח ישראל לא ישקר".

דעם קומענדיגן טאג איז פארגעקומען א רייכע סעודת הודאה, ווי מען האט געלויבט און געדאנקט דעם הייליגן באשעפער על כל הטוב אשר עשית עמנו דערלעבנדיג אזא נס, אונז געראטעוועט פונעם שרעקליכן געפאר, און די הייליגע תורה וועט ווייטער זיין מיט אונז און באלייכטן ווייטער די אידישע הערצער.

די שר וועלכע האט ארויסגעגעבן דעם פרייליכן פסק, איז צוויי יאר שפעטער קראנק געווארן מיט א שווערע קרענק פון וועלכע ער איז געשטארבן, איינע פון די אנדערע באדינער אינעם פאלאץ איז געלאפן צום קעניג אז ער זאל מחדש זיין די גזירה פון פארברענען די ספרים זאגענדיג אז די שר איז געשטארבן נאר ווייל ער האט מתיר געווען די ספרים ביי די אידן און דאס איז געווען א שטראף, די קעניג האט ליידער גאר ערנסט אנגענומען די טענה פון די שר, און האט אנגענומען דעם פארלאנג און ארויס געשיקט א באפעהל אז מען מוז ארויסגעבן אלע תלמוד'ס פאר די מיליטער וועלכע וועלן שוין טוהן מיט דעם וואס עס פעהלט זיך אויס.

די מיליטער איז ארוים געגאנגען צו יעדן הויז אין גענישטערט אין יעדן ווינקל אין אנגעפילט '24' וואגאנען פון ספרי קודש, און בעוונותינו הרבים האט מען ליידער ליידער אנגעצונדען א גרויסע פייער און אין פרייטאג חוקת, ט' תמוז אין יאר ה' אלפים וד' נשרפה תורת אלוקינו מיט ביזי בזיונות.

די דראמאטישע געפילן איז נישט מעגליך צובאשרייבן און די צער איז ניטאמאל שייך אראפצומאלן וואס די אידן האבן דעמאלטס געהאט ווען און פראנט פון זייערע פארגאפטע אויגן איז דער הייליגער תורה אזוי קאלטבלוטיג פארברענט געווארן צווישן די ווילדע פייער צינגען מיט די גרעסטע מאס רשעות און אכזריות, יא! די הייליגע תורה, די טייערסטע מתנה וואס מיר פארמאגן, די הייליגע תורה וועלכע איז די שטאלץ און פראכט פון אונזער לעבן, די הייליגע תורה וועלכע האלט אונז אין די שווערסטע צייטן, די הייליגע תורה וועלכע שפינט א קשר צווישן די אידן מיטן הייליגן באשעפער, איז פארניכטעט געווארן אין העלישע פלאמען און פראנט פון די שאקירטע צוקוקער, א בילד וועלכע האט צונומען די הערצער, א בילד וועלכע האט צוריסן די באנומענע געפילן, א בילד וועלכע האט זיי געמאכט פאר יתומים.
די פאריזע אידן האבן נישט געוואוסט וויאזוי אראפצושלונגען אזא דראמאטישע סצענע וועלכע זיי האבן מיטגעלעבט מיט די אייגענע אויגן, נעכטלאזע נעכט זענען פאריבער אויף די אידישע געמיינדע אין פאריז נישט קענענדיג אוועקרייסן פון זיך די שרעקעדיגע בילד וואס האט געבאזשוועט פאר די אויגן ווי די הייליגע ספרים ווערן אזוי בייזוויליג פארברענט אין די הייסע רויטע פייער פלאמען, די געקלאפטע הערצער האבן זיך נישט געקענט מוחל זיין און זיך בארואיגן פון אזא שוידערליכע שריט וועלכע איז אויף זיי פאריבער מיט ציטער און שרעק.

נאך די שרעקליכע געשעהניש וועלכע האט אויף געטרייסלט יעדן אידישן פינק וועלכע פלאמט טיף טיף פון יעדן איד, האבן די שונאי ישראל נישט גערוהט, און האבן פארשטערקערט די ביטערן גזירה אויף אלע ספרי קודש נישט נאר אויפן תלמוד, און ביי וועם מען וועט טרעפן ספרי קודש וועט מען איהם פארטרייבן פון גאנץ פראנקרייך.

פיל האבן דאן פארלאזט פראנקרייך צווישן זיי רבינו יחיאל ז"ל וועלכע ווערט פארצייכנט אלץ ראש הלוחמים ביי דעם ויכוח, און איז געגאנגען קיין עכו ווי ער איז דארט נסתלק געווארן לגנזי מרומים זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך פיטום אום זונטאג יוני 22, 2014 3:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

א בילד פון א שריפת התלמוד
אטעטשמענטס
ו' חוקת.jpg
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

די שטאט פאריז
אטעטשמענטס
יחיאל מפאריז.jpg
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי »

ר' פיטום ווי ביסטו געווען ביז היינט????
אזוי שיין ארויס געברענגט די ענין וואס כהאב שוין לאנג געוואלט פארשטיין
ישר כוחכם וחילך לאורייתא
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=23491&start=50
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

די ספר "ויכוח רבינו יחיאל מפאריז" ווי עס ווערט אראפ געברענגט די גאנצע ויכוח איז דא צובאקומען אויף אוצר הכחמה און איז זייער אינטערעסאנט
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דובי האט געשריבן:ר' פיטום ווי ביסטו געווען ביז היינט????
אזוי שיין ארויס געברענגט די ענין וואס כהאב שוין לאנג געוואלט פארשטיין
ישר כוחכם וחילך לאורייתא

יא! ב"ה, און שכח פאר די קאמפלימענט, דער אמת איז טאקע אז מענטשן ווייסן נישט די רייכע היסטאריע וואס ליגט אונטער דעם טאג.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

א גרויסן יישר כח הרב פיטום,
זייער שיין געשריבן און גוט צעלייגט דעם ענין.

שוין ווייסעך שוין פארוואס שווימט מען נישט ו' חוקת, אפשר יא? ווער ווייסט!
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי »

עס איז דא עפעס א מעשה מיט א רעבעצין וועגן שווימען
לאמיר הערן פין פיטום אלע דיטעילס
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=23491&start=50
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מיט די באבוב'ע רעביצן?
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי »

מיין איך אזוי נישט זיכער
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=23491&start=50
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

א בילד ווי מען פירט ארויס ספרים פון א אידיש הויז
אטעטשמענטס
בילד פאר ספרים.jpg
בילד פאר ספרים.jpg (121.72 KiB) געזען 7464 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

די ספר "ויכוח רבינו יחיאל מפאריז"
אטעטשמענטס
Untitled-1.jpg
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

א גרוסן שכח ר' פיטום
זייער אונטהאלטסרייך און קלאר
דא האט איר א פדף
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פיטום האט געשריבן:
דובי האט געשריבן:ר' פיטום ווי ביסטו געווען ביז היינט????
אזוי שיין ארויס געברענגט די ענין וואס כהאב שוין לאנג געוואלט פארשטיין
ישר כוחכם וחילך לאורייתא

יא! ב"ה, און שכח פאר די קאמפלימענט, דער אמת איז טאקע אז מענטשן ווייסן נישט די רייכע היסטאריע וואס ליגט אונטער דעם טאג.

פון וואנעט קומט דער ארטיקל, איז דאס טאקע אייגענס?
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

שוין איינמאל מיט'ן פיטום ארויף................

יישר כח ר' פיטום
העמיר זיך זען אויף שמחות
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אויף דעם ארטיקל האב איך געארבעט גאר גאר לאנג, איך האב עס געשריבן פאר א צוויי יאר צוריק פאר א געוויסע אויסגאבע, איך וועל אראפ ברענגען דא די פארווארט וואס איך האב געשריבן צום אויסגאבע וועלכע האט זיך גערעדט פון דעם נושא און האט פארמאגט אין זיך נאך עטליכע שטיקלעך היסטאריע איבער די ביטערע פרשה פון "שריפת התלמוד"
דא האט איר די פארווארט:

שטייענדיג יעצט אין חודש וואס ז' מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין (תמוז) א חודש וועלכע טראגט מיט זיך א בינטעלע היסטאריע, צווישן זיי 'שבעה עשר' א טאג וועלכע עס האט זיך אפגעשפילט אין איר פינף זאכן, ווי עס ווערט געברענגט אין גמרא (תענית) נשתברו הלוחות, בטל התמיד, הובקעה העיר, שרף את התורה, והעמיד צלם בהיכל. און ווייטער ט' תמוז (באוואוסט אלץ ו' חוקת) וועלכע איז א פרשה פאר זיך, און אזוי אויך במשך אלע דורות זענען געווען אומבא'טעמ'טע געשעהנישן אין אט דעם חודש.

האלטענדיג אינעם לוח בלויז א קארגע וואך צו דעם טרויריגן טאג ו' חוקת וועלכע קומט דאס יאר אויס גענוי אינעם זעלבן טאג אין חודש ווי די יאר ווען די מעשה האט זיך אפגעשפילט ט' תמוז, איז דאך א זמן גרמא צוצושטעלן פאר די חשוב'ע ליינער עפעס זאפטיגס צו ליינען בענינא דיומא.

פון די באשרייבונג איבער ו' חוקת וועלן מיר אייך אריבער פירן צו נאך עטליכע מאל וואס די ביטערע גזירה האט זיך אפגעשפילט אין די ווירקליכקיט פון די לאנגע אידישע היסטאריע אייך צו עפענען די אויגן און ווייזן אז דאס וואס מיר פארמאגן היינט אזא וועלט פון ספרים איז אונז א זכיה.

ווער האט זיך אמאל געגלייבט אז אידישקייט וועט האלטן אויף אזא דרגה?, אזויפיל תלמידי חכמים, מרביצי תורה, מחברי ספרים, מיר דארפן דאס אלע מחשיב זיין און האלטן פאר א זכיה, און נישט איבערשפילן קיין 'שריפת התלמוד' און פארברענען אונזער טייערע צייט.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

Wow
מייסטערהאפטיג געשריבען, יעצט אז מיר ווייסען אז דו טויגסט עסטע זיך מיזען לאזען הערען אפטער
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

כשטעל דא צו לכבוד מיין אטעדיגע דערגרייכונג צום "שר חמש מאות"
מיט פארגעניגן 'פיטום'
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין!

ישר כח גדול.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
טראכט נאר גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט נאר גוט »

מסתם איז דא וואס געדענקן נאך דעם דאטום ו' חוקת תשל"ד ווען עס האט אויס געבראכן אין וויליאמסבורג א שרעקליכע פייער וואס האט נעבאך פארברענט צווישן אנדערע א גאנצע משפחה ל"ע
שליבוביץ
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:48 pm
לאקאציע: ביים פלעשל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליבוביץ »

הארציג און דראמאטיש,
איך האב מיר טאקע אלעמאל געוואונדערט אויף דעם טאג, ולהטרויער מה זו עושה? יעצט פארשטיי איך שוין שכח
קוק גראד העסטו אטאמאטיש זעהן גראד!!!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שליבוביץ האט געשריבן:הארציג און דראמאטיש,
איך האב מיר טאקע אלעמאל געוואונדערט אויף דעם טאג, ולהטרויער מה זו עושה? יעצט פארשטיי איך שוין שכח

ישר כוח פיטום, און מזל טוב פארן 500 זאלסט שרייבען נאך הונדערטע שיינע באשרייבונגען להנאת כולם!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דובי האט געשריבן:עס איז דא עפעס א מעשה מיט א רעבעצין וועגן שווימען
לאמיר הערן פין פיטום אלע דיטעילס

אין יאר תרנ"ד האט זיך הרה"ק ר' שלמה'לע באבובער זיך אנגעהויבן נישט גוט צו שפירן, און דער דאקטאר האט אים געצה'ט זיך צו גיין טובל'ן יעדן טאג אין טייך זאגענדיג אז די קאלטע וואסער וועט אים עטוואס ערהוילן, וויבאלד ער איז שוין געווען היפש אן אלטער מענטש האט ער מיט גענומען מיט זיך זיין זוהן הרה"'ק רב"צ און זיין אדים די מאן פון זיין איינציגע טאכטער הרה"צ ר' חיים יעקב טייטעלבוים, ארויף גייענדיג אויפן וואגן איז ר' לייבוש דיין אנגעקומען מזכיר זיין א חולה ביי זיך אין שטוב, די רבי האט אים אנגעוואונטשן אז אלעס וועט מיטן אייבערשטנס הילף זיין בסדר, און דער דין זאל מיטקומען מיטן רבי'ן.
אנקומענדיג צום ביאלא טייך וואס איז געווען נעבן די שטאט באבוב און איז געווען גאר א טיפע און ווילדע טייך איז די רבי אריין אין טייך און דארט געווען עטליכע מינוט לרפואתו.
ארויסקומענדיג פון טייך זענען די צוויי יונגעלייט אריין אין וואסער שווימען, די דיין ר' לייבוש איז אבער געבליבן אינדרויסן, און איז געגאנגען שפאצירן ארום די וואסער און מיט די צייט האט ער זיך דערווייטערט פון זיי, די יונגעלייט אין וואסער זענען בכלל נישט געווען קיין געלערענטע שווימערס, און האבן זיך נישט געקענט אקעגן שטעלן די ווילדע כוואליעס פון די וואסער, און זענען אריינגעכאפט געווארן במצולות ים, זיי האבן פראבירט צו שרייען מיט זייער לעצטע כוחות "ר' לייבוש! ר' לייבוש! ראטעוועט! ראטעוועט! אבער אין קול ואין עונה, ר' לייבוש שפאצירט א גוטע פאר מייל אוועק פון זיי און הערט ניטאמאל זייער הילכיגן געשריי, די רבי וועכלע איז געזעצן דארט האט פלוצלונג געהערט ווי זיינע קינדער שרייען יאמערליך ראטעוועט! ראטעוועט! האט זיך אויפגעשטעלט זיי צו ראטעווען, ער האט אסער געזעהן ווי קוים פון זייער קאפ שטעקט זיך ארויס פון וואסער, זיי זענען שוין ממש דערטראנקן...
א שרעק און ציטער האט אנגעכאפט דעם רבי'ן, ער האט פראבירט מיט זיינע שוואכע כוחות צו שרייען צו ר' לייבוש'ן, אבער ר' לייבוש איז שוין געווען גאר ווייט אוועק פון זיי, די רבי האט אויפגעהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל און מיט א טיפן זיפעץ זיך גענומען וויינען: הייליגע זיידע (די צאנזע רב) ביטע ערוועק אויף אונז רחמנות אין הימל,! אזוי האט די רבי ווייטער ממשיך געווען צו בעטן אן אויפהער.
פלוצלונג האט זיך ר' לייבוש צוריקגעקערט און האט געזעהן וואס דא פאסירט, און איז פלינקערהייט אריין געשפרינגען אין וואסער מיט זיינע קליידער און האט אנגעהויבן זוכן די פארכאפטע יונגעלייט, און נאך אפאר לאנגע מינוטן האט ער געטראפן דעם רבינ'ס אידים, ר' לייבוש האט אים אבער נישט געקענט ארויסשלעפן צוליב דעם וואס די וואסער האט אזויפיל געוואויגן, יענע מינוט איז דורך געגאנגען א מענט שוועלכע האט געהאלפן ר' לייבוש ארויס שלעפן ר' חיים יעקב, דערנאך האט זיך ר' לייבוש גענומען זוכן דעם רבינ'ס זוהן און נאך א ששטיק צייט אים ארויסגעשלעפט זייענדיג אין א קריטישן באוואסטלאזע צושטאנד, און האט נישט אויסגעקוקט ווי א לעבעדיגער, אבער ב"ה ער האט זיך שנעל ערהוילט.
די מעשה איז פארגעקומען אין א דינסטאג, און אין דעם קומענדיגן טאג, מיטוואל זענען זיי געפארן קיין שינאווא בענטשן גומל, שינאווא רב וועלכע האט שוין געהאט געהערט פון די מעשה איז ארויס געקומען קעגן זיי און זיך אנגערופן: וואויל איז צו אייך אז איר האט זוכה געווען צו אזא נס!
די מעשה איז פארגעקומען ו' תמוז, אויף א דינסטאג און נישט אויף קיין פרייטאג, די עולם האלט די מעשה אויף ו' חוקת, פארוואס וויס איך נישט, אדרבה אויב קענט איר דאס צאמשטעלן ביטע שטעלט דאס צוזאם.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

די עקסידענט מיט האברך הרב ווייס ז''ל און א משפחת טייטלבוים איש ואשתו ע''ה ר''ל האט כמדומה אויך פאסירט אין ו' חוקת נישט מער געדאכט
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”