זילבערווערק האט געשריבן:במו עיני ראיתי, ווען כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, האט ביי א מעמד קבלת פנים פאר א בחור וואס איז ארויס פון טורמע, און דער פאטער האט נישט געוואלט זיצן אויבנאן וויבאלד ס'איז דא בילדער, האט דער רב שליט"א געזאגט מ'זאל נישט כאפן קיין בילדער.
און ווען עמיצער האט געכאפט האט דער גאב"ד געבעטן מ'זאל אהערברענגען די קעמערע, דער בחור האט געכאפט פליטה, און דער רב האט געווארט אפאר מינוט, שפעטער האט מען ממשיך געווען מיטן מעמד.
נאכן מעמד איז יענער בחור געקומען בעטן מחילה, דער רב האט אים אראפגעלאזט א פראסק, און געזאגט 'מחוצף!', און אויך צוגענומען די קעמערע.
וואס איז געווען די המשך ווייס איך נישט...
גם אני הייתי שם, יענעם מוצאי שבת פאר 10 יאר צוריק.
אין גאס אויפן וועג ארויס האט יענער גענומען נאך א בילד און דער גאב"ד האט געשריגן שייגעץ, מחוצף. יענער האט געזוכט זיך צו פארענטפערן אז יענער איד איז שוין געגאנגען, אבער דער רב איז נאך געווען אנגעווייטאגט אז ער האט נישט געלייגט דעם קעמרע אויפן טיש אין בית המדרש.
דער גבאי האט שטילערהייט געזאגט פאר יענעם איד ער זאל צוריקקומען אן אנדערן טאג בעטן מחילה, נישט בשעת הקפדתו. דעם פראסק האב איך נישט געזען.