שמעון כיפא, א באהאלטענער צדיק אדער א נידריגער באנדיט?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
שמעון כיפא, א באהאלטענער צדיק אדער א נידריגער באנדיט?
דעם יו''ט האב איך געליינט אין איינע פון די גליונות א אפהאנדלונג וועגן אים. נאך אן אויבערפלעכליכע זוכעניש קוקט אויס אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער אים. ברענג איך אהער די ראשי פרקים צו הערן פון אונזערע היסטאריקער און קאמענטירער וואס זיי ווייסן איבער די הוכחות אהער אדער אהין.
שמעון כיפא איז מער באקאנט אין די וועלט מיט זיין גויאישן נאמען 'פעיטער' אדער 'פעטרוס'. ער איז געווען אין אנפאנג פון די חכמים צווישן די אידן, שפעטער איז ער געווארן א נאכפאלגער פון יש''ו הנוצרי אדער יאשקע פאנדראק, און ער איז געווען דער ערשטער פויפסט אין רוים און ער האט געשריבן דעם ברית החדשה און אוועקגעשטעלט די דת הנוצרות.
די רוימים וואס זענען נאך דאן געווען קעגן די נוצרים האבן אים צום סוף געכאפט אין אים געקרייציגט פונקט ווי זיין פארגייער יאשקעלע.
אין זיינע שפעטערע יארן פלעגט ער צו זיצן איינגעשפארט אין א פעסטונג באהאלטן פון מענטשן און מען האט נישט געוואוסט וואס ער טוט דארט.
אין אונזערע ספרים איז פארהאן צוויי סארט מהלכים איבער אים מן הקצה אל הקצה.
עס זענען פארהאן וועלכע שרייבן אז ער איז געווען אן ערליכער, א צדיק, א בעל מסירת נפש. ער איז געגאנגען צו די קריסטן מיט דעם איינעם ציל זיי אפצוטיילן פון כלל ישראל. וויבאלד עס איז געווען זייער ענדליך די קריסטליכע רעליגיע צו להבדיל אלף אלפי אלפים הבדלות די תורה הקדושה זענען אסאך אידן נתפס געווארן אין דעם, דערפאר האט ער זיך זיך פארגעשטעלט פאר זיי, און זיי איינגערעדט אז דער אותו האיש האט זיך צו אים באוויזן און איבערגעגעבן די מצות וויאזוי זיי זאלן זיך פירן.
ער האט געטוישט זייער רוה טאג פון שבת צו זונטאג און גאר אסאך טוישונגען וואס דאס האט סוקסעספול באוויזן אפצושאקלען קריסטנטום פון כלל ישראל.
אזוי ווייט איז פארהאן ספרים וואס שרייבן אז דער שמעון כיפא איז גאר דער מחבר פון די הייליגע תפלה 'נשמת כל חי' און ''אתה כוננת'' וואס מען זאגט די עבודה יו''כ.
פארקערט געפונט מען אין מחזור ויטרי בשם רש''י וועלכע שרייבט "עס זענען פארהאן וואס זאגן אז דער נוול שמעון כיפא המכונה פטר חמור אז ער האט געמאכט די תפלה נשמת. ווער עס זאגט אזוי וועט דארפן ברענגען א חטאת שמינה ווען משיח וועט קומען"
דער שרייבער פון די גליון ווייזט דארט איבער מיט ראיות אז דער אמת איז אז ער איז געווען א רשע און באנדיט אזוי ווי רש''י שרייבט, און די אנדערע ווערסיע פארמאגט נישט קיין קראנטע מקורות.
לאמיר הערן ווער עס ווייזט מער. אז איך וועל האבן געדולט וועל איך צוריקקומען שרייבן נאך פון זיינע ארגומענטן.

איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
בשעתו איז עס באשריבן געווארן באריכות אין "די צייטונג", און האט בפשטות אנגענומען אז ער איז געווען א צדיק, און געברענגט קראנטע מקורות...
בין איך פשוט נאכגעגאנגען יעדן מקור וואס דער שרייבער האט גענוצט.
למעשה איז נישט געווען קיין שום מקור וואס האט געוויזן הוכחה לדברי בעל הארטיקל, חוץ איין ספר חסידים.
האב איך אים אנגערופן און ער האט מיר געשיקט צו עפעס א מעשה ביכל...
למעשה דער מקור לכאורה ארום דעם פטר חמור, וואס איז ספר החסידים, דארף א ביאור, אויב רש"י שלאגט עס אפ אזוי שארף.
די אגדתא אויף שמעון כיפא איז נישט פון חז"ל, נאר אויסגעזויגן פון א געוויס שרייבערס פינגער,
דער יעלינעק ווייס איך נישט צו ער האט עס געשריבן אדער נאר געדרוקט.

- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
האט איר דא פון איינער לאו דווקא פון אנזערע קרייזן ממש
און קוקט וואס ער שרייבט
און קוקט וואס ער שרייבט
ווייסעך וואס האט געשריבן:בעאבאכטער האט געשריבן:בשעתו איז עס באשריבן געווארן באריכות אין "די צייטונג", און האט בפשטות אנגענומען אז ער איז געווען א צדיק, און געברענגט קראנטע מקורות...
בין איך פשוט נאכגעגאנגען יעדן מקור וואס דער שרייבער האט גענוצט.
ווען בשעתו? ווען מען האט אים געקרייציגט?
ר' יעקב משלם, ר' יעקב מאי עבידתיה?...
הכא נמי אימא הכי,
בשעתו, ווען "די צייטונג" האט דאס געשריבן, האב איך מברר געווען וכו'...
בעאבאכטער האט געשריבן:האט איר דא פון איינער לאו דווקא פון אנזערע קרייזן ממש
און קוקט וואס ער שרייבט
לינק ארבעט שוין נישט
פומפדותא האט געשריבן:א ישר כח פוריםקטן פארן ברענגען די רש"י אין ע"ז.
און בנוגע איגרת פון רבן יוחנן בן זכאי אין לו מקור מוסך
ווער עס האט געשריבן דעם אגרת ווייס איך ניקס, אבער דאסאמאל זיכער אז דער כותב איז נישט דער הייליגער תנא רבן יוחנן בן זכאי. מען ברויך נישט זיין קיין גרויסער מבין צו זעהן אז דער שפראך איז רעלאטיוו ניי.
דא האט איר א לינק צי די אגרת רבן יוחנן בן זכאי. http://www.hebrewbooks.org/37982
איך זע'ה אז דער עולם האט דא ממש נישט נאל געקוקט די מקורות ריכטיג איבער דעם ווייל פון אויב'ן אויף זעהט אויס אז סאיז א מחלוקת ראשונים,
אין ספר חסידים סימן קצ"א ברענג'ט ער אז ער איז געווען א צדיק,
אזוי אויך אין מחזור ויטרי סי' שכ"ה ברענגט ער אז ער האט מחבר געווען דעם פיוט פון אתה כוננת,
אין הגהות ר' ברוך פרענקל אויף שו"ע או"ח סי' תק"פ ברענגט ער אז דאס וואס ס'שטייט אז ט' טבת איז אויך א יום צרה פון כלל ישראל און מ'וויסט נישט גער סיבה ברענגט ער אז ער האט געטראפ'ן אז דער סיבה דערפון איז ווייל אין דעם טאג איז שמעון כיפה געשטארב'ן ד.ה. ער איז געווען א צדיק
מאידך אין מחזור ויטרי אליין הלכות פסח סימן ס"ו רופט ער עם אן מיט'ן טיטל נבל

כי טוב השם