שינאווער חסידים אין די בראשית יארן פון אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 19, 2019 3:17 pm

לצבאותיכם האט געשריבן:המשך למה שסיפר הרה"ח ר' אהרן שטערן

לא זכיתי להבין הקשר בין " ישמחו" למה שקרה להרה"ח ר אהרן
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג אפריל 30, 2019 4:12 am

monroe10950 האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:
זאמלער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה


רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת,
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,


ווער איז די משפחה פין ר אהרן שטערן האט עס שייכות מיט ר חיים שטערן פין די בראנקס ? ווייל זיין משפחה האט בלאנגט קיין סטרפקאוו אין די משפחה איז דא א מעשה אויך וועגען שינאווע


ער האט איבערגעלאזט עטליכע קינדער
צווישען זיי ר' יעקב שטערן ז"ל פון שיכון סקווירא - [בניו ר' אברהם יוסף -ר' קלמן יונתן]

ר' אהרן שטערן איז געווען א איש חסיד פון 'דער אלטער היים'.
ער האט פארציילט אז ער געדענקט אז שינאווער רב ז''ל איז געטאנצן ביי ישמחו במלכותך, אז די פוס זיינע האט מען געזעהן פון אונטן העכערן טיש!
ער האט זיך געדרייט ביי ר' אלעזר ריישער זי''ע אין שטוב, אין די תולדות פון הרה''ק ר' אלעזר זי''ע ווערן געברענגט עטליכע מעשיות פון הר''ר אהרן ז''ל
איינמאל איז ר' אהרן געפארן מיט א חסידישן יונגערמאן אויף מעיפל אין מאנסי (דער יונגערמאן להבחל''ח הגה''ח ר' א.מ.ק. פלעגט אינאיינעם מיט ידידו וריעו הגה''ח ר' א.ש. מותיקי תושבי ק''י שעפן פון ר' אהרן דברי תורה וחסידות) און אינמיטן געבט זיך א עפן די טיר, און ר' אהרן איז שיעור ארויסגעפלויגן רח''ל, די לעצטע מינוט האט ער זיך צוריקגעכאפט. שפעטער האט ער פארציילט, אז בימי שהותו בבית הרה''ק ר' אלעזר זי''ע, איז איינמאל איז ער קראנק געווארן, און ר' אלעזר האט אים געזאגט, ''ביי מיר אין שטוב וועסטו נישט שטארבן'', האט ר' אהרן מסביר געווען, ''וואס האט דער רבי געמיינט צו זאגט מיט דעם? זיכער האט ער געמיינט אז איך וועל נישט שטארבן אן קיין תשובה. יעצט פארענדיג אין קאר האב איך געפילט ווי איך גיי שטארבן, האב איך שנעל ''נישט'' תשובה געטון, אזוי בין איך געבליבן לעבן''....

ר' אהרן שטערן'ס מאמע, מרת רבקה איז געווען בת ר' אברהם אמסעל מסטראפקוב


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט