קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה
רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת, פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה, ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,
ווער איז די משפחה פין ר אהרן שטערן האט עס שייכות מיט ר חיים שטערן פין די בראנקס ? ווייל זיין משפחה האט בלאנגט קיין סטרפקאוו אין די משפחה איז דא א מעשה אויך וועגען שינאווע
ער האט איבערגעלאזט עטליכע קינדער צווישען זיי ר' יעקב שטערן ז"ל פון שיכון סקווירא - [בניו ר' אברהם יוסף -ר' קלמן יונתן]
ר' אהרן שטערן איז געווען א איש חסיד פון 'דער אלטער היים'. ער האט פארציילט אז ער געדענקט אז שינאווער רב ז''ל איז געטאנצן ביי ישמחו במלכותך, אז די פוס זיינע האט מען געזעהן פון אונטן העכערן טיש! ער האט זיך געדרייט ביי ר' אלעזר ריישער זי''ע אין שטוב, אין די תולדות פון הרה''ק ר' אלעזר זי''ע ווערן געברענגט עטליכע מעשיות פון הר''ר אהרן ז''ל איינמאל איז ר' אהרן געפארן מיט א חסידישן יונגערמאן אויף מעיפל אין מאנסי (דער יונגערמאן להבחל''ח הגה''ח ר' א.מ.ק. פלעגט אינאיינעם מיט ידידו וריעו הגה''ח ר' א.ש. מותיקי תושבי ק''י שעפן פון ר' אהרן דברי תורה וחסידות) און אינמיטן געבט זיך א עפן די טיר, און ר' אהרן איז שיעור ארויסגעפלויגן רח''ל, די לעצטע מינוט האט ער זיך צוריקגעכאפט. שפעטער האט ער פארציילט, אז בימי שהותו בבית הרה''ק ר' אלעזר זי''ע, איז איינמאל איז ער קראנק געווארן, און ר' אלעזר האט אים געזאגט, ''ביי מיר אין שטוב וועסטו נישט שטארבן'', האט ר' אהרן מסביר געווען, ''וואס האט דער רבי געמיינט צו זאגט מיט דעם? זיכער האט ער געמיינט אז איך וועל נישט שטארבן אן קיין תשובה. יעצט פארענדיג אין קאר האב איך געפילט ווי איך גיי שטארבן, האב איך שנעל ''נישט'' תשובה געטון, אזוי בין איך געבליבן לעבן''....
ר' אהרן שטערן'ס מאמע, מרת רבקה איז געווען בת ר' אברהם אמסעל מסטראפקוב
נזר הנבונים האט געשריבן:ווייסט איינער די נאמען פונעם שינאווער שוחט וואס מנו"כ בסביבות הה"צ הרב הכולל ?
נישט בסביבות רב הכולל, נאר אינעם זעלבן בית עולם. אבער מסתמא כוונתך לרבי פתחי' לאם, ער ליגט דוקא אין ארה"ק. אבער אינעם שינאווער חלקה אין רידזשוואוד ליגט ר' אלעזר געווירץ הנ"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא
הרה"ח ר' שלמה האמאדע ז"ל מחסידי שינאווא בפריסטיק, היגר לארה"ב בשנת תרפ"ג, גידל צאצאיו לשמירת תורה ומצוות. נפטר בשנת תש"ג ונקבר בחלקת ה"ניין און ניינציגער" בבית דוד.
אטעטשמענטס
רבי שלמה האמאדע.jpg (11.53 KiB) געזען 1815 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא
dovidal האט געשריבן:הרב פעלדשטיין איז געווען דער רב פון שינאווא קלויז אין די איסט סייד נכדו הוא הרב יעקב מאיר פעלדשטיין מוומב"ג ידען נפלא בקורא הדורות ובפרט מספרי חסידות שנדפסו באמעיריקא
אטעטשמענטס
0409211253.jpg (471.22 KiB) געזען 963 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא
dovidal האט געשריבן:הרב פעלדשטיין איז געווען דער רב פון שינאווא קלויז אין די איסט סייד נכדו הוא הרב יעקב מאיר פעלדשטיין מוומב"ג ידען נפלא בקורא הדורות ובפרט מספרי חסידות שנדפסו באמעיריקא
דאס קוקט אויס אין לאנג איילענד א חלקה נאך הסתדרות האדמורים חלקה
גלאזער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 05, 2016 4:41 am
א באשרייבונג איבער ר' פנחס אהרן ברודער שו"ב, אז ער איז געקומען קיין אמעריקא אין יאר תרל"ז און אז דער שינאווער רב האט אים געגעגעבן א ברכה אויף גוטע קינדער, וואס איז מקוים געווארן און איז א זעלטענע זאך דאס אז א איד פון יענע תקופה זאל האבן היינט צוטאגס טויזנטער פרומע אייניקלעך דור אחר דור, ממשפחת ברודער, בת יחידה שנישאת לר' משה וועבערמאן, ווילהעלם.
איך פיל וויכטיג צו באטאהנען, דער בילד פון ר' פנחס אהרן ז"ל מיט זיין איידעם ר' משה וועבערמאן ז"ל איז ביי א געוויסע צערעמאניע, און לכבוד דעם האבן זיי זיך אנגעטוען די הוטלעך און בלומען, אבער נישט אז זיי זענען אלץ אזוי געגאנגען.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.