תלמידי החתם סופר ותלמידיהם שעלו לארץ ישראל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ווער איז די "אונז"?
אויף ר' מאיר שעהנבוים זעה דא. און דא.
ר' נתן יוסף גאלדבערגער מח"ס זכרון ציון .

זעהט אויך דא.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א גרויסען דאנק אייך הרב יוסף שרייבער, איך האב עס שוין ארויס געפרינט צו ליינען אויף מיין וועג אהיים, you made my day.

"אונז" איז יעדער ווי אונז וואס לעכטצעט צו וויסען גענוי ווער איז אלץ אן געקומען קיין ירושלים בימים ההם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איך גלייב איר וואלט הנאה געהאט צו לעזן דיזע ווערק.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טאקע אינטרעסאנט. צו גרויס ארויס צו פרינטען, אבער עס האט א פיינע מפתח צום סוף וואס קען מיר גוט צוניץ קומען. נאכאמאל א דאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

עניטיים, דאס איז נישט די גאנצע ווערק נאר די ערשטע און לעצטע בלעטער. איך וואלט עס געקויפט אויב זעה איך עס אין א געשעפט, דא איז עס צום האבען פאר 74 ש"ח.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

קוקטס אין היברו בוקס די ספר וואס איז ארויסגעקומען ביי די ח' אויף הג"ר עקיב' יוסף. רובם תלמידי חת"ס בירושלים.
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

ווילוויסן האט געשריבן:קוקטס אין היברו בוקס די ספר וואס איז ארויסגעקומען ביי די ח' אויף הג"ר עקיב' יוסף. רובם תלמידי חת"ס בירושלים.

זעה טאקע מער אינפארמאציע בשבח ארץ ישראלבנוגע כתבים מר' עקיבא יוסף ועוד הנוגע לאשכול הזה
לעצט פארראכטן דורך אינסוזעאיסט אום פרייטאג יוני 01, 2012 2:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געטראפען און אישים (אות תקפ"א) דער שד"ר וואס האט מיט זיך מיט גענומען רבי משה אהרן בוימגארטן, ער האט געהייסען רבי צבי הירש פרוש זצ"ל (נישט צו פארטוישען מיט דער צדיק רבי נפתלי צבי פרוש זצ"ל דער פאטער פון משפחת פרושים און ירושלים וואס איז ערשט אן געקומען קיין ירושלים און תר"כ, און פון וועם רבי מנחם שלום וגם אני הקטן זענען אייניקלעך).

רבי צבי הירש פרוש איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל און שנת תקפ"ו (פשטות פון ליטא) און זיך באזעצט און צפת. און תקצ"ה איז ער ארויס געפארען קיין אונגארן אלץ שד"ר (=שלוחא דרחמנא) פון כולל פרושים און צפת און ירושלים.

עס זעהט אויס אז ער האט געמאכט דער קשר (של קיימא) צווישען דער תקלין חדתין (נשיא פון כולל פרושים) און דער הייליגער חתם סופר זכותם יגן עלינו. וועגען דער שליחות שרייבט דער תקלין חדתין און זיינע זכרונות:
ונתתי לו (לרבי צ"ה פרוש) אגרות יקרות, והגאון הצדיק הרב המפורסם כבוד מו"ה משה סופר... הכירו האמת, ונעשה לי ולכוללנו אוהב נאמן.

דער איינציגער פרובלעם איז אז דא שטייט אז ער האט מיט גענומען מיט זיך רבי משה אהרן בוימגארטן און שנת תקצ"ה, אבער זיין זוהן רבי שמואל מנחם בוימגארטן זאגט אז ער איז אנגעקומען און שנת תקצ"ד. איז מוז מען זאגען ווי רוב מאל און אזא פאל, אז זיי האבען געהאט דעם גויאישער יאר פון זיין אנקומען, און ווען מען טוישט עס איבער צום אידישען יאר לבריאת העולם איז דא א 3-4 חדשים וואס מען ווייסט נישט זיכער צו עס איז דער פריערדיגער יאר אדער דער נעקסטע יאר.

דער רבי צבי הירש פרוש האט זיך נאכדעם באזעצט און ירושלים (קען זיין מיט רבי ישראל שקלאוו זצ"ל און שנת תקצ"ז נאכען ערד ציטערניש) און דערנאך און שנת תקצ"ז איז נאכאמאל ארויס געפארען קיין אייראפא צו שאפען געלט פאר בויען דער חורבה (רבי יהודה החסיד) שוהל.

רבי צבי הירש פרוש ווערט דערמאנט און דער חתם סופר'ס ספרים וואס שרייבט אויף אים און שנת תקצ"ה:
השד"ר מו"ה הירש נ"י, עבד נאמן בכל כוחו...

און איגרות סופרים ווערט געברענגט דער חתם סופר'ס ווערטער פון שנת תקצ"ז:
ועל השד"ר ידי"נ היקר המופלג רבי צבי הירש פרוש, אכלו קורצי בי מלכא מה שלא האמין יפה דיבר...
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג יוני 01, 2012 2:54 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געטראפען נאך א תלמיד פון חתם סופר וואס איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל. ער איז רבי יהודה ליב שאכרלס (שטערן) וואס איז אנגעקומען קיין ירושלים און תקצ"ז. נולד בשנת תקע"ב, ונפטר י"א ניסן תרנ"ד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

ר' טוביה פריינד זצ''ל
נא גוט...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איר מיינט ר' טוביה גדליה בן ר' יהושע פריינד מקראלי.

רב שומר אז איר וועט קוקען אין קינסטליכער ביי ר' טוביה גדליה איז אויך דא א חתימה פון ר אהרן משה ב"ג אבער עס איז היבש אנדערש ווי די אויבענדערמאנטע חתימה.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יוסף שרייבער האט געשריבן:איר מיינט ר' טוביה גדליה בן ר' יהושע פריינד מקראלי.

רב שומר אז איר וועט קוקען אין קינסטליכער ביי ר' טוביה גדליה איז אויך דא א חתימה פון ר אהרן משה ב"ג אבער עס איז היבש אנדערש ווי די אויבענדערמאנטע חתימה.


טאקע היבש אנדערש, יענץ איז תרכ"ג מיט ר' טובי' איז שוין תרל"א.
איך האב א קאפיע פון א חתימה תרל"ה קוקט עס אויס אזוי ווי די צווייטע.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

די תרכ"ג חתימה זעהט אויס ווי א געזונטע מענטש ,די תרל"א און ווי איר זאגט א תרל"ה חתימה קוקט שוין אויס גאנץ א ציטערדיג שריפט, ער איז דאך אוועק תרל"ז אולי איז ער שוין געווען שוואך אפאר יאר פארדעם.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:קוקטס אין היברו בוקס די ספר וואס איז ארויסגעקומען ביי די ח' אויף הג"ר עקיב' יוסף. רובם תלמידי חת"ס בירושלים.


דארט אין ניתוץ הבית איז דא די תלמידים.

ר' יצחק פראג
ר' משה נאוואמעסטא
ר' יונה ליב מענדעלזאהן
ר' אהרן משה ב"ג
ר' אברהם שאג
ר' שמעון דייטש

תלמידי הכתב סופר.
ר' מרדכי אליעזר וועבער אדא רב
ר' משה נחום וואלענשטיין
ר' חיים זאנענפעלד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כדי צו זעהן דער אנטוויקלונג פון די ערשטע תלמידי חתם סופר ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, וועל איך ברענגען נאך א שד"ר פון כולל פרושים וואס איז אן געקומען קיין אונגארן און שנת תקצ"ו. דאס איז רבי אברהם וואלפסזאהן, געברענגט און אישים.

רבי אברהם וואלפסזאהן איז געבוירען אן דער ליטא און שנת תקמ"ג צו זיין טאטע רבי זאב וואלף. ער איז ארויף קין ארץ ישראל מיט די עליית תלמידי הגר"א ערב ראש השנה תק"ע.

ער איז געווען א דיין און צפת אונעם בי"ד פון זיין קרוב רבי ישראל משקלאוו, און שנת תקצ"ו האט אים כולל פרושים ארויס געשיקט קיין אונגארן אלץ זייער שד"ר. זיין ווייב און צוויי זוהן זענען נעבעך אום געקומען און דער ערד ציטערניש און צפת. און טבת תקצ"ט איז ער געווען און פרעשבורג און דער חת"ס האט מפשר געווען צווישען אים און א צווייטען שד"ר, רבי מרדכי קלמן הלוי הוראוויץ.

ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און דער חת"ס ווינטשט אים אן אז "גדול יהיה כבוד הבית האחרון מן הראשון". בליל פורים ביים חת"ס האט מען געזינגען "אורה למרדכי" וואס רבי אברהם וואלפסזאהן האט מיט זיך מיט געברענגט פון ארץ ישראל. ער איז געווען א שד"ר ביז ת"ר, אבער ערשט צוריק קיין א"י און תר"ג, און זיך באזעצט און ירושלים ווי ער איז נפטר געווארען ט"ז כסלו תרט"ז. ער ווערט דערמאנט און די תשובות פון חת"ס, און ער איז דער מחבר פון ספר "מחזה אברהם", און "איסור גילוח הזקן בחוה"מ".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער שד"ר רבי מרדכי קלמן סג"ל הוראוויץ זעהט אויס איז יא געווען פון אונגארן. ער איז געווען א זוהן פון רבי שמואל סג"ל הוראוויץ (ממקורבי הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאליב זי"ע) און ער ליגט אויך און קאליב, און איז געווען א ברודער פון רבי ישראל זאב סג"ל הוראוויץ רב"ד און אוהעל און תקע"ט.

רב מרדכי קלמן איז געבוירען און תקס"ה און איז ארויף קיין ארץ ישראל און תקצ"ד און זיך באזעצט און ירושלים. און שנת תקצ"ט איז ער געווען און אונגארן אלץ א שד"ר (פון וועליכע כולל?) און דער חת"ס האט מפשר געווען צווישען אים און דער שד"ר רבי אברהם וואלפזאהן. סוף תקצ"ט האט ער שוין נישט געלעבט. ער ווערט דערמאנט און די תשובות חת"ס וועגען די פשרה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מיט ר' מרדכי קלמן איז געווען די מעשה מיטען חת"ס מיט די ברכת המזון ניין? ושקליה למטרפסיה רח"ל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פאר אינטרעסאנטקייט ווי שטייט דער מעשה? איך האב ביזען ליינען וועגען אים און אישים קיינמאל נישט געהערט פון אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איר ווייסט פון וועלכע מעשה איך רעד?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

רבי יצחק אפלאטקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי יצחק אפלאטקא (אדער ווי מען האט אים גערופען רבי יצחק פראג) איז געבוירען און פראג און תק"פ לערך, צו זיין טאטע רבי מרדכי. זיין רבי דער חתם סופר האט אים געשיקט (אלץ בחור) קיין ארץ ישראל און תקצ"ח און ער האט זיך באזעצט און ירושלים. דארטען האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון פון רבי ברוך עייאש (א ספרדי) אן אייניקעל פונעם ראשון לציון הגאון רבי יעקב משה עייאש (נפטר תקע"ז).

רבי יצחק איז געווען א גאון בתורה, ער איז געשטאנען און שפיץ פון בית תלמוד תורה און ישיבת בהמ"ד 'דורש ציון' וואס ער האט מייסד געווען און תרכ"ו צוזאמען מיט זיינע חברים תלמידי חת"ס, רבי יונה ליב מנדלזאהן און רבי אהרן משה בוימגארטן.

אויך האט ער מרביץ תורה געווען און ישיבת 'כנסת יחזקאל' (ע"ש ר' יחזקאל ששון פון בומביי) פאר ספרדים, און איז געווען פון די מייסדים פון כולל הו"ד (האלאנד ודייטשלאנד) צוזאמען מיט רבי יצחק (דאנצקער) רוזענטאל (אויך א תלמיד פון חתם סופר). אויך איז ער געווען פון די מייסדים פון כולל אונגארן.

ער איז נפטר געווארען י"א שבט תר"ס און ליגט אויפען הר הזיתים און חלקת החסידים (ספרדים?). אויף זיין מציבה שטייט אויס געקריצט:
קול נהי נשמע מציון, ווי דחסרא דורש ציון, פ"נ ונטמן ישר ונאמן, חונן לאביון, ארון אלקים, נזר חכמים פאר וצביון, הגאון המצוין כקש"ת יצחק אפלאטקא, יליד פראג. ובא לציון, משרידי תלמידי הגאון חתם סופר, מחבר 'ארז לבנון', עלה שמימה ביום י"א שבט שנת סת"ר ברום חביון, תנצב"ה

אויף א כרוז לטובת בהמ"ד דורש ציון חתם'עט ער זיך און תרנ"ה
הק' יצחק אפלאטקא, מתלמידי הרב הגאון רשכבה"ג מהו' משה סופר זיע"א, ששלח אותי הנה זה ששה וחמשים שנה לטובה.

און זכרון לחובבים הראשונים (חוברת י"א עמ' 9) שרייבט ער אז "רובם ככולם של התלמידים המובהקים האלה (של החת"ס) שעלו ירושלימה בחובת הקודש, לא יצאו עוד מירושלים וחוצה לה, ורבי יצחק מפראג זצ"ל היה בבחרותו תלמיד ותיק להגאון המפורסם רשכבה"ג ... בעל חתם סופר, ובשנת תקצ"ח שלחו לשכון כבוד בארצינו, ומיום בואו אל הקודש לא יצא לחו"ל".

ער האט מחבר געווען דער ספר 'פרי יצחק' על הש"ס, געדרוקט און ירושלים און תרס"ט, און אויך אנדערע בכ"י, ווי 'ארז לבנון' און 'פחד יצחק'.

ער האט געשריבען תשובות להלכה און א סאך פון די שפעטערע ספרדישע רבנים זענען געווען זיינע תלמידים.

זיינע צאצאים זענען:
זיין זוהן רבי רחמים יוסף חיים אפלאטקא, ר"מ און בהמ"ד דורש ציון, נפטר געווארען ד' אייר תרס"ז און איז געווען אן איידעם פון הגאון רבי אשר אנשיל ניימאן אבד"ק ווייצען (אויך א תלמיד פון חת"ס וואס איז ארויף קיין ירושלים).

זיין זוהן רבי אברהם אפלאטקא, איז נפטר געווארען און ירושלים ג' אייר תרס"א.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יוסף שרייבער האט געשריבן:איר ווייסט פון וועלכע מעשה איך רעד?

ניין, דערציילט מיר, אדער ווייז מיר אן ווי מען קען עס ליינען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נאך א שד"ר וואס איז אנגעקומען קיין פרעשבורג איז געווען רבי אברהם שלמה זלמן שפירא, א תלמיד פון הגאון רבי חיים מוולאזין וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל (מסתמא מיט די עליות תלמידי הגר"א ערב ר"ה תק"ע) און זיך באזעצט און צפת. און תקע"ז נאך דעם וואס זיין פרוי איז נפטר געווארען האט ער זיך באזעצט און ירושלים. דארט איז ער געווען פון די פירערס מעדת האשכנזים.

און תק"פ איז ער געווען און קושטא בשליחות די עדת הפרושים, נאכדעם און ליטא, נאכדעם און אמשטרדם צו שטיין צו דין תורה מיט כולל החסידים, פון דארט צוליב דעם און ארם צובא, און שנת תקפ"ח איז ער געווען ביים ביים חתם סופר און פרעשבורג. דער חת"ס האט אים מיט געגעבען א בריוו ווי ער שרייבט: "...לא עלה על דעת מעולם לעשות שום פירוד בין קהלה לקהלה ובין כולל לכולל, ולא יזכר, ולא חילוק בין שם חסידים או פרושים, כי כל העדה כולם קדושים".

ער איז צוריק קיין ירושלים אנהייב תקפ"ט און ליגט אויפען הר הזיתים בחלקת הספרדים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כדי צו זעהן דער חתם סופר'ס שטארקע קשרים מיט דער ישוב הישן און די ת"ק יארען (וואס קען אונז צוניץ קומען שפעטער), איז כדי צו דערמאנען א ספרדישען גדול, הגאון רבי אברהם אליעזר הלוי אבד"ק טריעסט (פון ווי די שיפען פלעגען אפ-פארען קיין ארץ ישראל. פלאן צו מאכען אן אשכול וועגען דעם).

רבי אברהם אליעזר איז געבוירען און ירושלים און איז געווען א תלמיד פונעם חיד"א זי"ע. ער איז אנגעקומען קיין איטליא אלץ א שליח ציון און ווען זיין שליחות האט זיך גע'ענדיגט איז ער אויף גענומען געווארען אלץ רב און טריעסט און שנת תקס"א.

ער איז געווען דער רעכטע האנט פונעם הייליגען חתם סופר און די אנדערע גדולי הדור און זייער מלחמה קעגען די רעפארם. ער איז נפטר געווארען און טריעסט י"א כסלו תקפ"ו. עס זענען דא עטליכע תשובות פונעם חת"ס צו אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יעקב צבי הרש ניימאן אב"ד ווראדיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תלמיד נוסף ממרן החת"ס שעלה לאר"י:

ר' יעקב צבי (הרש) נייאמאן אב"ד ווראדיש באונגארן כ"ב שנה בנו של ר' נחום דוב ושרל מפאפא, תלמיד מרן החת"ס נפטר בי-ם כ"ז שבט תרמ"ט. אשתו הרבנית לאה ב"ר משה מרדכי בינעט אב"ד שטאמפי ונפטרה בי-ם י' טבת תרל"ה, מנוחתם כבוד בהר הזיתים בחלקה ח' ידועה בשם חלקת הרבנים שורה ט"ו מציבות מס' י"ב וי"ג (בטעות נכתב בח"מ שם אמה של הרבנית לאה זוגתו של הרמ"מ בנעט, שמה היתה מירל ב"ר גרשון הכהן כמ"ש בספר קורות בתינו לתולדות ק"ק שטאמפי ורבניה)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 72&hilite=


ממה שכתבתי פה:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 669#p62669

ושם פרטים נוספים
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אינטרעסאנט קינסטליכער דערמאנט ר' יעקב צבי און ווייסט נישט צו זאגען אז ער איז א תלמיד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”