נחוניא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:מציבת ר' ארי' ב"ר פנחס הלוי נכד ראפשיץ אוהעל ווישניצא (?)
http://www.bagnowka.com/?m=cm&g=zoom&gal=38&img=50179
ווי עס שטייט אויף די מציבה איז ער געווען סגן ראש הקהל אין טארנא.
אפשר קען מען דורכדעם געוואויר ווערן א משפחה נאמען וואס וועט העלפן דערגיין פון וועמען מען רעדט דא.
דאס איז די העתקה פון די מציבה (מיט דער בילד בייגעלייגט):
ארי שבחבורה
רב פעלים
יד עניים
הקים עול תורה
סגן ראש הקהלה ונשיא החברה ת"ת וח"ק
ה"ה הרב החכם השלם המופלג בתוי"ר פאר היחס
מו"ה ארי' במוה' פנחס הלוי ז"ל
נין ונכד להה"ק מראפשיץ אוהעל ווישניצא זלה"ה
נפ' בשנת נ"ח לימי חייו בעש"ק
ח' אלול תרפ"ב לפ"ק
די מציבה ווערט אויך אראפגעברענגט אינעם טארנא יזכור בוך(דף 210) אבער דארט שטייט אויך נישט פרטים ווער דאס איז געווען.
ניחזי אנן, נישט ראפשיץ אוהעל אדער ווישניצא זענען געווען לוים, אלזא קיין באח"ב איז ער זיכער נישט צו קיין איינע פון די, פון אוהעל איז ער אן אייניקל לכאורה דורך ווישניצא, היינו נכד להיש"מ דרך חתנו האדב"ע, בלייבט עס צו טרעפן שידוכים צווישן ראפשיץ און אדב"ע וואס האט געוואונט אין טארנא.