היסטארישע בילדער פון מארינבאד און נאך

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ליינענדיג האביך מיך ממש געשפירט אין מארינבאד, ס'איז א הערליכע ארבעט דאס!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

א שפאציר אין מאריענבאד - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

איידער מיר גייען ווייטער, וועלן מיר דא בעז"ה צוטירן פון א גאר אוטענטישן בריוו פון א באזוכער אין מאריענבאד, וואס ווארפט שטריכן איבער די דעמאלטסדיגע אויסזעהן פון די גאסן דא ארום, וואס זיך ארומקוקענדיג היינט צו'טאג'ס דא אויף די גאסן, זעהן מיר אלעס אקוראט די זעלבער ווי עס ווערט אראפגעלייגט דארט אינעם בריוו.

דער בריוו געפינט זיך צווישן די כתבים פונעם וועלט בארימטן אידישן שרייבער "פראנץ קאפקא" פון פראג, וואס איז געפארן אין יאר 1916 קיין מאריענבאד, און זייענדיג דארט האט ער באקומען א בריוו פון א חבר זיינע אז לויט ווי ער האט געליינט אין א צייטונג באריכט אינעם "בערלינער טאגבלאט", געפינט זיך איצט אין מאריענבאד דער בעלזער רב. זייענדיג דעמאלטס פארטון אינעם נושא פון חסידות, האט זיך דער "פראנץ" גאר שטארק אינטרעסירט אינעם הלוך ילך ביים בעלזער רב, און מיטן הילף פון זיין חבר ר' מרדכי לאנגער וואס האט זיך א שטיק צייט פריער אנגעקלעבט אין בעלזא, און מיטגעפארן מיטן רב קיין מאריענבאד, האט ער דעמאלטס בייגעוואוינט 3 מאל א שפאציר מיטן רב אין מאריענבאד (אגב, דער ר' מרדכי אליינס, דערמאנט אויך אין זיין ספר וואס איז געשריבן אויפן טשעכישן שפראך, און שפעטער איבערגעטייטשט אויף ענגליש מיטן נאמען "די ניין געיט'ס", איבער די טעג מיטן בעלזער רב אין מאריענבאד).

אינעם בריוו אליין דערמאנט ער נישט קיין פונקטליכע דאטום ווען דער בריוו איז געשריבן געווארן, נאר בלויז אז עס איז געשריבן אינעם מאנאט "יולי 1916", אבער אין א בריוו וואס ער שרייבט צו א צווייטע חבר אינעם טאג "18 יולי 1916" פול מיט התפעלות איבער זיין באגעגעניש מיטן בעלזער רבי'ן דא אין מאריענבאד, דערמאנט ער אז נעכטן נאכט האט ער אפגעשריבן א לענגערע בריוו איבער זיין שפאציר מיטן בעלזער רבי'ן, זיך באציהענדיג אויף דעם פאלגענדן בריוו. און ווידער אינעם דאטום "19 יולי 1916" שרייבט ער צו אן אנדערן חבר, אז שוין צוויי מאל האט ער געהאט די זכיי' מיטצוהאלטן א שפאציר מיטן בעלזער רב, צולייגענדיג, אז דאס אליינס איז זיכער ווערד א נסיעה פון קארלסבאד קיין מאריענבאד... לויטן אידישן לוח קומט אויס איז דער פאלגענדן בריוו געשריבן געווארן ליל אור ליום שבעה עשר בתמוז תרע"ו לפ"ק.

דער בריוו איז געשריבן געווארן אינעם דייטשן שפראך, מיר וועלן עס דא צוטירן איבערגעטייטשט אויף אידיש. מיר וועלן בלויז צוטירן די חלק וואס ער שרייבט איבערן שפאציר מיטן בעלזער רב (די איינגערינגעלטע זענען פונעם ארגינעלן בריוו) [די צוגעלייגטע האבן מיר אליין צוגעשריבן].

שרייבט ער אזוי:

[ער הייבט אן מיט זיין שוועריגקייט ביז ער האט זיך געטראפן מיטן דערמאנטן ר' מרדכי לאנגער] ... צום ערשט איז "לאנגער" געווען אומ'טרעפ'באר, עס זענען דא דארט עטליכע אייניגע געביידעס, גרעסערע און קלענערע, צוזאמענגעדריקט אויף א בערגל, די איינציגע פארבינדונג צווישן די געביידעס איז נאר דורך די האלבוועגס אונטערערדישע טרעפ און קארידארן וואס פירן פון איינס צום צווייטן. די נעמען זענען אביסל צומישט: "גאלדענע שלאס", "גאלדענע שיסל", "גאלדענע שליסל", עטליכע האבן צוויי נעמען, איינס פונעם הונטערשטן אריינגאנג און איינס פונעם פאדערשטן אריינגאנג, און ווידער די רעסטאראנט האט א דריטן נאמען. שפעטער איז דא דער עלעגאנטע אויפנאמ'ס צימער, גאנץ א קליינע, אין צענטער פון די געביידעס, אריינגעפאסט צווישן די צוויי עלעגאנטע געביידעס פון האטעל "נעשיונאל" און האטעל "פלארידא". דער "גאלדענע שליססעל" איז דער שוואכסטע.

אבער אויך דארט איז "לאנגער" נישט צום טרעפן, ערשט שפעטער האב איך פארשטאנען פון איינעם אז ער דארף זיך יעצט געפינען אין "פלארידע האטעל", גייענדיג אהין איז ער פונקט ארויסגעקומען פונעם טויער.

אלעס וואס לאנגער האט מיר געזאגט, האב איך געזען אז עס איז טאקע פונקטליך אזוי. יעדן אווענט ארום האלב-אכט אדער אכט אזייגער, פארט דער רבי אין א וואגן אויף א שפאציר, ער פארט לאנגזאם אין דער וואלד אריין, עטליכע באגלייטערס גייען אים נאך צופיס, אין וואלד געווענליך אויף א באשטימטע פלאץ קומט ער אראפ פון וואגן, און שפאצירט מיט זיינע באגלייטערס ביז די נאכט פאלט צו אויף די וואלד וועגן אהין און צוריק. צו מנחה צייט, ארום 10 אזייגער, קומט ער צוריק אהיים.

אלזא, אום האלב אכט בין איך אנגעקומען צום "נעשיונאל האטעל" ווי דער רבי וואוינט. "לאנגער" האט מיך שוין אפגעווארט. עס רעגנט יעצט זייער שטארק, גראדע אין די צייט האט אין די לעצטע 14 טעג גארנישט גערעגנט. לאנגער בארוהיגט מיר אז די רעגן וועט זיך געוויס אויפהערן, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויפגעהערט, עס איז נאר אלץ שטערקער געווארן. "לאנגער" פארציילט מיר, אז נאר איינמאל האט גערעגנט ווען דער רבי איז ארויס אויף זיין שפאציר, און אנקומענדיג אין וואלד האט זיך די רעגן אויפגעהערט. יעצט אבער האט זיך עס נישט אפגעשטעלט.

אונז זעצן מיר זיך אונטער א בוים, און מיר זעהן ווי א איד מיט א ליידיגע סאדא-וואסער פלאש לויפט ארויס פונעם הויז. "ער ברענגט וואסער פארן רבי'ן" זאגט מיר לאנגער. מיר שליסן זיך אן מיט אים, ער דארף צו ברענגן וואסער פונעם "רודאלפ'ס קוואל" וואס דער רבי איז פארשריבן דערויף [יעדעס פון די פילע קוועלער וואס לויפן אין מאריענבאד, האט אין זיך פארשידנארטיגע מיניראלן און ענערגיע, וואס איינס איז נישט גלייך צום צווייטן, און די דאקטוירים פלעגן פארשרייבן פאר די וועלכע זענען געקומען קיין מאריענבאד צוליב פארשידענע קרענק און שוואכקייטן, וועלכע וואסער איז גוט צו טרינקן אויף צו שטארקן די פארלאנגטע כוחות], צום באדויערן ווייסט ער אבער נישט וואו דער קוואל געפינט זיך.

מיר לויפן אין די רעגן צומישטערהייט. איין מאן וועמען מיר באגעגענען, ווייזט אונז אן דעם וועג, גלייכצייטיג לייגט ער אבער צו, אז אלע קוועלער מאכן זיך צו אום זיבן אזייגער. "ווי קענען די קוועלער זיין געשלאסן?" מאכט דער וואסער-האלטער אוועק וואס ער זאגט, און מיר לויפן ווייטער אהין. למעשה איז דער "ראדולפ'ס קוואל" טאקע געווען געשלאסן, אזוי ווי מיר האבן דאס שוין דערקענט פון דערווייטענס, נאר טראצדעם אהין געגאנגען.

"דעמאלטס נעמטס וואסער פונעם אמבראסיום קוואל" רופט זיך אן לאנגער, "דער קוואל איז אייביג אפען". דער וואסער-האלטער איז מסכים דערצו, און מיר לויפן אלע אהין.

למעשה, שטייען דארט עטליכע פרויען און וואשן אפ די טרינק גלעזער, דער וואסער האלטער גייט אראפ די טרעפ צום קוואל אין א פארגעלעגנהייט, דרייעט איבער די פלאש וואס האט זיך אינצווישן אנגעלייגט מיט רעגן וואסער. פאר די פרויען געפעלט דאס נישט, זיי ווייזן אים אז נאטורליך איז דער קוואל אויך געשלאסן שוין אום 7 אזייגער. איצט לויפן מיר צוריק, אויפן וועג צוריק באגעגענען מיר צוויי אידן וואס מיר האבן שוין פריער אנגעטראפן זיך אנכאפענדיג זיך איינער אינעם צווייטן. מיר דערציילן זיי די גאנצע געשיכטע מיט די פארשלאסענע קוועלער, די צוויי קענען דאס נישט באגרייפן, דער וואסער האלטער מיט די צוויי גייען צוריק צום אמבראסיום קוואל, און מיר קערן זיך צוריק צום האטעל. דער וואסער האלטער זאגט אונז שפעטער אז דער קוואל איז טאקע אויך געווען געשלאסן.

מיר האבן געוואלט אין דעם קארידאר פונעם האטעל אריינגיין זיך צו באשיצן פונעם רעגן, דא שפרינגט "לאנגער" אויף צוריק צום זייט "דער רבי קומט"... קיינער קען דא נישט שטיין, פארענט פונעם רבי'ן מוז שטענדיג זיין פריי פון מענטשן. "עס איז נישט קיין לייכטע זאך" לייגט לאנגער צו, צומאל איז די געדרענג זייער גרויס, און איבערהויפט אין צימער, די ארומיגע שטעלן זיך אויס צו די זייטן נאכאמאל און נאכאמאל, כדי צו פריי לאזן די וועג פארענט פונעם רבי'ן.

[דא איז ער אביסל מאריך איבער די אויסקוק פונעם בעלזער רב, און וואס פאר א מורא'דיגן איינדרוק עס האט געמאכט אויף אים זיין הייליגן געשטעל, דערנאך שרייבט ער ווייטער]:
ביים פארלאזן די הויז, פארטוישט ער דעם זילבערנעם שטעקן מיט דעם שירעם (עס רעגנט אומ'אויפהער, נאך יעצט - ביים שרייבן דעם בריוו - האלב עלעף ביינאכט האט עס נאכנישט אויפגעהערט). דער שפאצירגאנג הייבט זיך איצט אן (צום ערשטן מאל וואס ער פארט נישט מיטן וואגן, ווארשיינליך וויל ער נישט לאזן די באגלייטערס זאלן אין די רעגן אים נאכלויפן), עס גייען מיט ארום 10 אידן פון הונטער אים און אויף די זייטן, איינער טראגט דעם זילבערנעם שטעקן און דער שטוהל אויף וואס דער רבי וויל זיך צומאל אראפזעצן, איינער טראגט דער האנטוך אויף אפצוווישן דעם שטוהל פונעם רעגן, איינער טראגט דעם גלאז וואס דער רבי טרינקט דערמיט, איינער (מיטן נאמען "זינגער", א רייכער איד פון פרעשבורג) טראגט א פלאש וואסער פונעם "רודאלפ'ס קוואל", וואס ער האט עס ווארשיינליך פון א געשעפט געקויפט. א באזונדערע ראלע שפילן די פיר גבאים....

דער רבי גייט פאמעליך, און די באגלייטונג ציהט זיך הונטער אים מיט כבוד... יעצט הייבט זיך אן דער אונטערזיכונג אויף אלעס וואס ער זעהט, וואס איז גורם אז די שפאציר זאל פארן גאר פאמעליך. ער באקוקט אלעסדינג, איבערהויפט די בנינים, ער פרעגט געוויסע שאלות, און אויפמערקזאמט איבער פארשידענע קלייניקייטן. זיין באנעמונג איז פול מיט רעספעקט און נייגער... "לאנגער" טרעפט אין יעדע שאלה א טיפע באדייט און געטליכקייט...

דאס קומענדיגע הויז איז "זאנדער'ס איינשטאלט" [פאר איבונגען = עקסערסייז]. עס ליגט הויעך אריבער די גאס, אויף א שטיין, און האט א פאדערשטן גארטן פארמאכט מיט א סחורה'נעם גדר. דער רבי באמערקט געוויסע באמערקונגען איבער די געבוי פונעם געביידע, דערנאך אינטרעסירט ער זיך אינעם גארטן, און פרעגט וואס פאר א סארט גארטן דאס איז. זיין גאנצע צוגאנג איז מלכות'דיג, און דער באגלייטער "זינגער" (אויף זיין אידישן נאמען הייסט ער "סיני") גייט ארויף די טרעפ צום גארטן, האלט זיך אבער נישט אויף דארט, נאר קומט זאפארט אראפ (אלעס אינעם שטרומישן רעגן) און גיבט איבער אז דאס איז דער פריוואטער גארטן פונעם "זאנדער איינשטאלט".

דער רבי שפאצירט ווייטער נאכדעם וואס ער האט ווידער אמאל איבערגעזיכט דאס גארטן, מיר קומען אן צום "ניי-באד". הונטער דעם געביידע, צו וואו מיר קומען צום ערשן אן, לויפן די רערן וואס טראגן ארויס די דאמפף עטוואס אן קיין ריכטיגע סדר. דער רבי בייגט זיך טיעף איבער דעם גדר, און קען זיך נישט גענוג אנזעהן מיט די רעהרען, און לאזט אינצווישן אויסטוישן געוויסע באמערקונגען איבער די רעהרן.

די געביידע איז געבויעט מיט א גלייכגילטיגן אוממערקבארן צומישטן סטיל, די אינטערשטע שורה פון פענסטערס זענען געבויעט אינטערן ערד, אבער זיי זענען אריינגעבויעט מיט רינגעכיגע בויגענ'ס, וועלכע טראגן אינעם קרוין א קאפ פון א חיה. אלע בויגענ'ס און אלע קעפ פון די חיות זענען גלייך, אפילו אזוי בלייבט דער רבי שטיין ביי כמעט יעדער פון די זעקס בויגענס באזונדער, באקוקט זיי, פארגלייכט זיי איינער מיטן צווייטן, און באטראכט זיי פון ווייט און פון דער נאהנט.

מיר קומען אן צום עק גאס, און שטייען איצט אויפן פאדערשטן זייט פונעם געביידע. דער געביידע מאכט א גרויסן איינדרוק אויפן רבי'ן. אויפן טויער שטייט געשריבן מיט גאלדענע אותיות "נייבאד". ער ליינט עס אויס, און פרעגט: פארוואס הייסט דער בנין אזוי? אויב דאס איז די איינציגסטע באד? ווי אלט איז דאס? א.א.וו. צומאל דרוקט ער זיך אויס מיט אן אסט-יודישן אקצענט "א שיינעם בנין".

שוין פריערט האט דער רבי באטראכט די רעהרן וואס לויפן פונעם דאך, די פאדערשטע טייל פונעם געביידע האבן מיר שוין פון קעגן איבער די גאס פריער אויפגעפאסט, און איצט ביים זיך צוריקרייען מאכט דער רבי אייגענטליך אן אומוועג צו באטראכן אייניגע רעהרן וואס קומען אראפ פונעם דאך צום ווינקל פונעם הויז. ער האט הנאה צו הערן די קלאפעניש פון די וואסער, ער הארכט צו, זיכט ווי די רעהרן קומען זיך צוזאם פון אויבן, באטאפט זיי און ערקלערט ווי אזוי זיי זענען איינגעריכטעט....

[ביז אהער קען מען ליינען פונעם בריוו, דא האקט זיך איבער די פאפיר]

וועלן מיר איצט דא נאכפאלגן דעם וועג וואס דער בעלזער רב האט שפאצירט אויפן וועג צום וואלד, און נאקוקן די דערמאנטע באמערקונגען וואס דער בעלזער רב האט דעמאלטס באקוקט (עס איז איבעריג צו באטאנען, אז מיר האבן נישט קיין מינדעסטן השגה אין די גרויסקייט און אין די קדושה פונעם הייליגן בעלזער רב, און אז אין די אלע שמועסן וואס זעהן אונז אויס ווי שיחות חולין של תלמידי חכמים, ליגט עפעס גאר טיעף באהאלטן, וואס ניטאמאל דערוואגן מיר זיך צו פראבירן פארשטיין די באדייט פון זיי. מיר ברענגן עס נאר אראפ גענוי ווי דער שרייבער, וואס האט ווארשיינליך אויך גאר קנאפ פארשטאנען דערצו, לייגט עס אראפ מיט זיין פליישיגן און טריקענעם פאשטאנד, בלויז צו קומען צום אויסדרוק מיט אן אוטענטישן בליק איבער די פלעצער וואס די געהויבענע צדיקים האבן געטרעטן אויף זיי).

אנגליקא גאס

ארויסקומענדיג פון "לייטנער'ס הויז" מאכן מיר א לינקס, און מיר שפאצירן אראפ דעם געסל Klíčová, ביזן גאס מיטן נאמען Anglická.

גראד אראפקומענדיג די גאס, באמערקן מיר שוין פון קעגן איבער די גאס דעם געביידע פונעם "זאנדער אנשטאלט", אלעס גענוי ווי דערמאנט אינעם בריוו. איבערקוקענדיג די אלטע בילדער, זעהט מען טאקע דעם געביידע אזוי שטיין נאך משנים קדמוניות.

"זאנדער אנשטאלט" פון קעגן איבער די גאס אראפקומענדיג פון לייטנער'ס הויז
Binder1_Page_13.jpg
Binder1_Page_13.jpg (163.57 KiB) געזען 4255 מאל

Binder1_Page_10.jpg
Binder1_Page_10.jpg (146.2 KiB) געזען 4255 מאל


בילד פון אמאל ("זאנדאר אנשטאלט" ארומגערינגלט)
Untitled.jpg
Untitled.jpg (571.72 KiB) געזען 4255 מאל


מיר גייען ווייטער. כדי אנצוקומען צום וועג וואס פירט צום וואלד, דארף מען מען דא צו מאכן א לינקס אויף די "אנגליקא גאס", און דערנאך מאכן א רעכטס אויף Dusíkova, און ארויפגיין דעם גאס ביזן אריינגאנג צום וואלד. מיר שטייען איצט ביים ווינקל פון "אנגליקא גאס" און "דוסיקאווא גאס", און דא טאקע באגעגענען מיר זיך מיטן גרויסן געביידע וואס דער בעלזער רב האט אזוי גרינטליך דרוכגעקוקט, און... אלעס שטייט נאך גענוי מיט אלע פרטים וואס דער רב האט דעמאלטס אנגעמערקט. דער איינציגסטע חילוק וואס מיר טרעפן דא, איז אז אנשטאט די אויפשריפט אויפן דייטשן שפראך וואס מ'האט דעמאלטס דא געניצט "נייבאד", שטייט עס שוין היינט אויפן שטעכישן שפראך "נאווע-לאזנע" ...

באטראכטענדיג דעם געביידע פונדרויסן באמערקן מיר טאקע אז עס האט אן אויפשריפט מיטן דאטום וואס דער געביידע איז געווארן אויפגעשטעלט, דאס איז אין יאר 1893, און אויפן אידישן לוח שנת תרנ"ג, וואס דאס איז בלויז עטליכע און צוואנציג יאר בעפאר דעם דעמאלסטיגן באזוך פונעם בעלזער רב, און איז נאך דעמאלטס געווען היבש ניי.

דוסיקאווא גאס

ארויפשפאצירענדיג דעם גאס, גייען מיר אדורך דעם פלאץ וואס איז אונז באקאנט פון א בילד ווי דער בעלזער רב זי"ע שטייט דא פארטון אין א שמועס מיט זיינע באגלייטערס. ווי אויך זעהט מען א בילד פון הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע אראפקומענדיג דעם גאס דא מיט זיינע באגלייטערס.

צוריק צום אנגליקא גאס, גייענדיג ווייטער ביזן עק פונעם געביידע קומט מען צו צום גרויסן גאס וואס הייסט Reitenbergerov. דער גאס הייסט נאך א געוויסע מענטש מיטן נאמען "רייטענבערג" וואס האט אויסגעשטעלט די גאנצע געגענט דא ארום מיט די הערליכע פארקס און שפאציר וועגן וואס מיר זעהן דא ביז צום היינטיגן טאג, אין וועלכע אלע וואס קומען אהער זאלן געניסן פון די הערליכע פאנאראמעס און שפאציר גענג.

איבער דעם גאס וועט בעז"ה נאכפאלגן.
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יולי 01, 2018 11:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

אמאליגע בילד פונעם רודאלפ'ס קוואל

Rudolph spring - Google Maps_Page_1.jpg
Rudolph spring - Google Maps_Page_1.jpg (62.73 KiB) געזען 4344 מאל


בילדער פון היינט
331357.jpg
331357.jpg (216.86 KiB) געזען 4344 מאל

Rudolph spring2 - Google Maps_Page_1.jpg
Rudolph spring2 - Google Maps_Page_1.jpg (76.32 KiB) געזען 4344 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יולי 01, 2018 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

כבוד הרב דאטשע, איך האב נישט קיין ווערטער זיך אויסצודרוקן..! אייער רייכע ארבייט איז א מעסטערפיעס!! איר שטעלט אלעס אראפ אזוי בא'טעמ'ט מיט לייוו קאליר, אזש ס'לעבט!

עס לוינט זיך א ספעציעלע נסיעה קיין מאריענבאד מיט אייך..!

אייער ארבעט איז געשעצט ביז גאר!
לחיים ולברכה!
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

אויפשריפטן ביים ברוננעם, מיט פונקטליכע דעטאלן איבער די געזונטע מיניראלן וואס דער קוואל פארמאגט

Rudolph spring3 - Google Maps_Page_1.jpg
Rudolph spring3 - Google Maps_Page_1.jpg (33.01 KiB) געזען 4335 מאל

Rudolph spring8 - Google Maps_Page_1.jpg
Rudolph spring8 - Google Maps_Page_1.jpg (50.09 KiB) געזען 4335 מאל


אמבראזיום קוואל
דער וואסער-האלטער גייט אראפ די טרעפ צום קוואל אין א פארגעלעגנהייט.....

Ambrožův pramen2 - Google Maps.jpg
Ambrožův pramen2 - Google Maps.jpg (67.77 KiB) געזען 4335 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

אלטער בילד פונעם "נייבאד"
172702900511.jpg
172702900511.jpg (90.63 KiB) געזען 4324 מאל


בילד פונעם "נייבאד" אראפקומענדיג פון די לייטנער הויז

Binder1_Page_16.jpg
Binder1_Page_16.jpg (189.34 KiB) געזען 4324 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

דער רבי בייגט זיך טיעף איבער דעם גדר, און קען זיך נישט גענוג אנזעהן מיט די רעהרען, און לאזט אינצווישן אויסטוישן געוויסע באמערקונגען איבער די רעהרן.....
Binder1_Page_19.jpg
Binder1_Page_19.jpg (189.45 KiB) געזען 4321 מאל


דער רבי שטייט ביי כמעט יעדער פון די זעקס בויגענס באזונדער, באקוקט זיי, פארגלייכט זיי איינער מיטן צווייטן, און באטראכט זיי פון ווייט און פון דער נאהנט......
Binder1_Page_25.jpg
Binder1_Page_25.jpg (98.35 KiB) געזען 4321 מאל


די אינטערשטע שורה פון פענסטערס זענען געבויעט אינטערן ערד, אבער זיי זענען אריינגעבויעט מיט רינגעכיגע בויגענ'ס, וועלכע טראגן אינעם קרוין א קאפ פון א חיה. אלע בויגענ'ס און אלע קעפ פון די חיות זענען גלייך.....
Binder1_Page_23.jpg
Binder1_Page_23.jpg (187.91 KiB) געזען 4321 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

הערליכע ארבייט. תשואות חן.
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע אויפן דערמאנטן פלאץ, ארויפגייענדיג דער Dusíkova גאס (ווערט דערקענט פון הונטן דער "נייבאד" געביידע
Unglika.jpg
Unglika.jpg (290.73 KiB) געזען 4320 מאל

בעלזא מהריד 01.jpg
בעלזא מהריד 01.jpg (137.84 KiB) געזען 4320 מאל


בילד פון היינט
Dusíkova - Google Maps.jpg
Dusíkova - Google Maps.jpg (65.69 KiB) געזען 4320 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע אויף דעם גאס
בלאזוב 02.jpg
בלאזוב 02.jpg (127.75 KiB) געזען 4317 מאל


בילד פון היינט
Dusíkova2 - Google Maps.jpg
Dusíkova2 - Google Maps.jpg (65.84 KiB) געזען 4317 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

א שיינעם דאנק ר' דוד'טשע א הפלא'דיגע ארבעט

בתוך הדברים פון דעם שרייבער שרייבט איהר:
[דא איז ער אביסל מאריך איבער די אויסקוק פונעם בעלזער רב, און וואס פאר א מורא'דיגן איינדרוק עס האט געמאכט אויף אים זיין הייליגן געשטעל, דערנאך שרייבט ער ווייטער]:
אדרבה אויב ס'איז אייך נישט שווער וואלטן מיר זייער הנאה געהאט צו וויסן וואס ער שרייבט.
נאכאמאהל א גרויסן יש"כ
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פלאי פלאים, נישט דא קיין ווערטער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יציב פתגם האט געשריבן:פלאי פלאים, נישט דא קיין ווערטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ווער'ז דער איד נעבן בעלזער רב מיט א זילבערנע שטעקן?
אטעטשמענטס
Unglika.jpg
Unglika.jpg (560.75 KiB) געזען 4184 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

ר' אורי לאקמאן, משב"ק ביים בעלזער רב זי"ע.
דער טאטע פון ר' מיכל לאקמאן, דער וואס שטייט ממש נעבן רב.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פ"וו גייט ער מיט א זילבערנע שטעקן
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

חמרא טבא האט געשריבן:פ"וו גייט ער מיט א זילבערנע שטעקן

לכאורה האלט ער דעם רב'ס שטעקן.
אויף א אנדערע בילד פון מארינבאד זעהט מען החסיד רבי יוסלע יארטשובער האלטן דעם רב'ס שטעקן. (נאר אינטרעסאנט אז ביי דעם בילד קוקט עס אויס כאילו ער איז זיך משתמש בשרביטו של מלך).
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

געדיך אוואש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פ"וו גייט ער מיט א זילבערנע שטעקן

לכאורה האלט ער דעם רב'ס שטעקן.
אויף א אנדערע בילד פון מארינבאד זעהט מען החסיד רבי יוסלע יארטשובער האלטן דעם רב'ס שטעקן. (נאר אינטרעסאנט אז ביי דעם בילד קוקט עס אויס כאילו ער איז זיך משתמש בשרביטו של מלך).


דאטשע האט געשריבן:
שרייבט ער אזוי:


ביים פארלאזן די הויז, פארטוישט ער דעם זילבערנעם שטעקן מיט דעם שירעם (עס רעגנט אומ'אויפהער, נאך יעצט - ביים שרייבן דעם בריוו - האלב עלעף ביינאכט האט עס נאכנישט אויפגעהערט). דער שפאצירגאנג הייבט זיך איצט אן (צום ערשטן מאל וואס ער פארט נישט מיטן וואגן, ווארשיינליך וויל ער נישט לאזן די באגלייטערס זאלן אין די רעגן אים נאכלויפן), עס גייען מיט ארום 10 אידן פון הונטער אים און אויף די זייטן, איינער טראגט דעם זילבערנעם שטעקן און דער שטוהל אויף וואס דער רבי וויל זיך צומאל אראפזעצן, איינער טראגט דער האנטוך אויף אפצוווישן דעם שטוהל פונעם רעגן, איינער טראגט דעם גלאז וואס דער רבי טרינקט דערמיט, איינער (מיטן נאמען "זינגער", א רייכער איד פון פרעשבורג) טראגט א פלאש וואסער פונעם "רודאלפ'ס קוואל", וואס ער האט עס ווארשיינליך פון א געשעפט געקויפט. א באזונדערע ראלע שפילן די פיר גבאים....

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

דער בעלזער רב האט אויכעט א שטעקן, אמאל זענען אסאך געגאנגען מיט א שטעקן, דער גבאי איז שוין א זקן, און עס מוז נישט זיין זילבער קען זיין א ליכטיגע פארב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אולי האלט דער רב א שירעם?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

farshlufen האט געשריבן:אולי האלט דער רב א שירעם?


אולי האלט איך אויכעט א שירעם?
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

ניין, דער רב האט נישט קיין שטעקן און נישט קיין שירעם.
איך האב א קלארערער בילד פון דעם, וואס מ'זעהט קלאר אז דער רב האלט נישט קיין שטעקן, דער שווארצע ליין איז א א קראץ אויפן ערד.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

דאטשע האט געשריבן:הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע אויפן דערמאנטן פלאץ, ארויפגייענדיג דער Dusíkova גאס (ווערט דערקענט פון הונטן דער "נייבאד" געביידע

בילד

בילד פון היינט

בילד


אין די פארשפארטע אשכול האט די מומחה ידידינו יציב פתגם פעסט געשטעלט אז די בילד איז אויף קליצאווא גאס, און אז מען קוקט אויף די גאנצע בילד (דאטשע האט ארויף געלייגט א אפגעשניטענע בילד - דו"ק) קוקט אויס ווי ער איז גערעכט.

דא איז די השוואה פון יציב פתגם

יציב פתגם האט געשריבן:
מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע במארינבאד בחודש אב תרפ"א. כידוע סבל על עיניו הטהורים ולכך חבש משקפי שמש
נראים עוד מימין לשמאל: ר' יצחק פרידמאן ז"ל ("איטשע קאמייסער"), אחד המלוים, ר' אורי לוקמאן ז"ל, ובנו ר' מיכל'י לוקמאן ז"ל
בילד

דאס זעלבע פלאץ היינט צוטאגס
https://www.google.com/maps/@49.9734235 ... 6656?hl=en
בילד
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

פארן מומחה 'יציב פתגם' שטעל איך מיך אויף מלוא קומתי. יא, כ'האב טאקע נישט באמערקט זיין בילד וואס איז גרעסער פון מיינס, און ער איז גערעכט אז עס קען נישט זיין דארט ווי איך האב עס צוגעשטעלט.

אבער צו זאגן אז עס איז דארט וואו ער האט עס צוגעשטעלט, דאס קען איך אויך נישט זאגן, ווייל נאכן איבערקוקן אלע בילדער וואס כ'האב אויבן געברענגט ווי אזוי די געגענט און די בנינים האבן אויסגעזען במשך די יארן, קען מען דאס נישט לפענ"ד נישט פארגלייכן צו קיין שום בילד. בלייבט אונז איבער צו דערגיין וואו דאס קען יא זיין.

און אגב, האט 'יציב פתגם' מיר שוין צוגעשטעלט נאך א בילד מיט א גרעסערן האריזאנט, דאס איז דער בילד פונעם צבי לצדיק זי"ע ווי ער שפאצירט אויף דעם גאס, וואס דארט זעהט מען א טירל אריינגעבויעט אינעם שטיינערנעם וואנט. ער איז משער דערביי, אז לכאורה נאכדעם וואס די קארן זענען אריינגעקומען אין באנוץ, האט דער אייגענטומער געמוזט אויפברעכן די טירל און עס פארברייטערן צו געבן פלאץ פארן קאר צו פארקן.

מערקט די אנגעצייכענטע לאך אינעם וואנט, וואס איז אויף ביידע בילדער גלייך!

44.jpg
44.jpg (729.3 KiB) געזען 3990 מאל

Dusíkova - Google Maps.jpg
Dusíkova - Google Maps.jpg (419.61 KiB) געזען 3990 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די לעכער זענען פאר דרעינעדזש פאר די ערד אויף די אנדערע זייט wheepholes בלע"ז
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”