דאטשע האט געשריבן:[color=#FF4040]בילדער פונעם אמרי אמת זי"ע שפאצירענדיג אויף דעם גאס
08 - 01.jpg
08 - 02.jpg
[align=center][/align][/b]
געשמועסט דעם שבת אין בית המדרש:
כידוע פלעגט רבי איציקל רוקח זצ"ל אסאך צו פארציילן פון די יארן וואס ער איז געווען אין מארינבאד מיט זיין זיידן דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע און וועגן די שפאצירן צוזאמען מיטן אמרי אמת זי"ע.
האט ער פארציילט אז ווען דער גערער רבי איז ארויס פון זיין דירה, האט מען מודיע געווען פארן בעלזער רב, און דעמאלטס איז דער בעלזער רב ארויסגעקומען, און זיי האבן זיך צאמגעטראפן פארענט פון די האטעל ווי בעלזער רב איז איינגעשטאנען, און אזוי ארויס אויפן שפאציר.
אמאל, פאר בעלזער רב איז ארויסגעקומען האט דער אמרי אמת געשמועסט וועגן די פרשה פון צלפחד, האט ער געזאגט אז ס'שטייט דעם וואך ותקרבנה בנות צלפחד וגו', ויקרב משה את משפטן לפני ה', אז ווען משה רבינו האט געזען אז ער האט דא צוטון מיט א ווייבערישע הזכרה, האט ער געזאגט: "א ווייבערישע קוויטל, גראד צום באשעפער...!" (ווייל אין גור האט מען נישט גענומען קיין קוויטלעך פון נשים).
פונקט קומט בעלזער רב ארויס און זעהט אז די עולם שמייכלט, האט ער געפרעגט וואס מ'שמועסט דא. דער אמרי אמת האט געוויסט אז אין בעלזא נעמט מען יא קוויטלעך פון נשים, האט ער נישט געוואלט איבערזאגן דעם ווארט פארן בעלזער רב, האט ער געזאגט: מ'זעהט דעם וואך אין פרשה ותקרבנה בנות צלפחד וגו', אבינו מת במדבר ולא הי' בעדת קרח וגו', ויקרב משה את משפטן לפני ה', אז אזוי ווי זיי האבן אנגעהויבן זאגן אז זייערע פאטער האט זיך נישט געטשעפעט מיט משה'ן בעדת קרח, האט משה רבינו זיך אנגערופען: "אזוי, נגיעות.... גראד צום באשעפער...!"