היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

אינטערסאנטע סארט דקדוקים אין די לשון הצוואה, וואס אויף יעדע דיוק פאר זיך איז א דוחק און קוים א לימוד זכות, אוסרכ"ם עליה"ן עליכ"ם, עס איז דא א גראדע וועג פון קוקן אויף א זאך אן קיין קרומקייטן.

די בעסטע לימוד זכות איז די שורות:
והעידה בתו של הגה"צ יוסף יונה מאונדארף זצ"ל בשם אביה, שבדור שאחר החת"ס התחילו בנות ישראל ללכת בשייטל (פאה), מחמת שראו גדולי ישראל דאז שתקנתם (לא ללבוש פאה) היא קלקלתן (לילך בגילוי ראש), שהדבר גרם שהתחילו ללכת בשערות ראשן רח"ל, לכן הנהיגו ללכת בפאה נכרית, ע"כ דבריו. לכן אנו מוצאים שבימי הכתב סופר ומהר"ם שיק לא הקפידו על חבישת פאה נכרית.

אבער אוודאי ווער עס וויל זיך באמת פירן אזוי ווי דער הייליגער חתם סופר האט געפאדערט [על כל פנים פון זיינע דורות] קען אוודאי וויסן וואס דעת קדשו איז געווען.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אינטערסאנטע סארט דקדוקים אין די לשון הצוואה, וואס אויף יעדע דיוק פאר זיך איז א דוחק און קוים א לימוד זכות, אוסרכ"ם עליה"ן עליכ"ם, עס איז דא א גראדע וועג פון קוקן אויף א זאך אן קיין קרומקייטן.

די בעסטע לימוד זכות איז די שורות:
והעידה בתו של הגה"צ יוסף יונה מאונדארף זצ"ל בשם אביה, שבדור שאחר החת"ס התחילו בנות ישראל ללכת בשייטל (פאה), מחמת שראו גדולי ישראל דאז שתקנתם (לא ללבוש פאה) היא קלקלתן (לילך בגילוי ראש), שהדבר גרם שהתחילו ללכת בשערות ראשן רח"ל, לכן הנהיגו ללכת בפאה נכרית, ע"כ דבריו. לכן אנו מוצאים שבימי הכתב סופר ומהר"ם שיק לא הקפידו על חבישת פאה נכרית.

אבער אוודאי ווער עס וויל זיך באמת פירן אזוי ווי דער הייליגער חתם סופר האט געפאדערט [על כל פנים פון זיינע דורות] קען אוודאי וויסן וואס דעת קדשו איז געווען.


קוקט אויס ווי ממטוטשעט זיך צי פארענטפערן די חת"ס פארן אסר'ן מיט לעכערליכע דיוקים, מקען סתם זאגן סאיז א שווערע נסיון ודי..
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

קונטרס פאה נכרית להלכה ולמעשה
https://drive.google.com/file/d/12rs87d ... p=drivesdk
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

סאיז אינטרעסאנט צו צולייגן אז ווי באוואוסט איז הגה"ק ר' יודעל'ע פון דזיקוב געוווען דבוק בכל נימי נפשו צום הייליגן חת"ס און זיין גאנצע נדן האט ער געגעבן פאר ר' יוסף נפתלי שטרן זאל קענען דרוקן די דרשות חת"ס, האט מען אים אמאל געזאגט ווען סאיז פארגעקומען א חתונה ביי איינע פון די נכדי החת"ס אז אפשר זאל ער גיין צו די חופה, ווי רוחו הקדושה פון הייליגן חת"ס וועט דארט זיין אזוי ווי סשטייט אין זוה"ק, האט ער זיך אנגערופן בהאי לישנא, 'דארט קומט דער חת"ס אראפ? ביי די שישא'ס (משפחת שישא פון ירושלם צאצאי החת"ס) דארט קומט ער'.
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

לב בשר האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן: אין סאטמאר וועט מען זאגען אז דער חתם סופר איז געווען דער פוסק איבער גאנץ אונגארן און מיט א שמיץ אריבער, בשעת אין געוויסע ערטער אין אונגארן האט מען ניטאמאל געוויסט פון אים.

מקור????


אויב איינער קען אפירברענגען די דרשה פון הגאון ר' משה ניישלאס ביי די כינוס חתם סופר תש"נ ווי ער זאגט בשם הרה"ק מסקווירא זצ"ל אז אפילו אין די ווייטע רוסלאנד האבן ערליכע רבנים זיך געקאכט אין די דרך החתם סופר און זיינע ספרים איז נישט אראפ פון די טיש. שוין אפגערעדט אין בעלזא איז ידוע אז נאר דער חתם סופר האט מען גערופן דער "הייליגער" חתם סופר. הקיצור צו זאגן אז אין אנדערע פלעצער האט מען נישט געוויסט פון אים, איז פשוט נישט ריכטיג.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יש ספר שלם על מנהג תגלחת הנשים, חובר ע"י הרב חיים קראוס, בשם 'תוספת חיים בדרך האבות',
מלקט מכל גדולי ישראל אודות חומרת המנהג גם לא מגדולי אונגארן, למשל המהרש"ם, הנצי"ב בשו"מ משיב דבר, ועוד הרבה

[געשריבן נגד תגובה ארוכה, המתלוצץ על מנהג קדוש וחמור, וב"ה נמחקה ע"י ההנהלה, והצדק אתם]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איינער ווייסט עפעס מקורות איבער ווען און פארוואס מיידלעך האבן אויפגעהערט צודעקן די האר ביי די אשכנזים? ס'האט געמוזט זיין גאר א לאנגע צייט צוריק, מן הסתם אנפאנג תקופת הראשונים.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

לאמיר פראבירן אין קליינע שטיקלעך.

מ'האט דא געשריבען ערגעץ אז היינטיגע שייטלעך זענען אנדערש ווי די אלטע שייטלעך, ווייל דעמאלס האבען זיי אויסגעקוקט ווי שטרוי. זאג איך אז האר האט נישט אויסגעקוקט ווי די היינטיגע האר אויך נישט. היינט קען מען זיך וואשען טעגליך אין א שאוער, עס איז דא ביליגע זייף וואס נעמט ארויס יעדער שטיק שמוץ און די אלע אויל וואס מאכט די האר אויסקוקען ווי שטרוי. דעמאלס האט מען זיך אפגערעדט פון קאלטענעס וכדו', כמבואר בפוסקים בהל' חציצה. עס איז דא אסאך צו שמועסן דערוועגן, אבער דער מרחק צווישען די היינטיגע האר און די היינטיגע שייטלעך איז גאנץ מעגליך גארנישט נענטער ווי די מרחק צווישען אמאליגע האר און אמאליגע שייטלעך.

אוודאי זענען געווען אוסרים וואס האבען נישט אנגענומען די פסק פון דער רמ"א, אבער צו זאגען אז די מתירים האבען נישט געמיינט היינטיגע צייטן צוליעב די שיינקייט פון די היינטיגע שייטלעך דארף א בעסערע מקור.
לעצט פארראכטן דורך איישישאק אום דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 9:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'האף איר ווייסט אז איר רעדט הוילע שטותים.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האף אז דיין אלע אנדער האפענונגן ווערן בעסער אויסגעפירט
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אהא, הייסט מען דארף אייך פשוט מודיע זיין... דאן לאמיר זיין קלאר, איך קען אידן וואס האבן זיך שוין נישט געשאוערט מיט זייף פאר יאאאאארן, זייער האר איז קיינמאל נישט געווארן קיין קאלטענעס, זייער האר קוקט אויס פונקט ווי דער וואס זייפט זיך פעמים בכל יום, די אויל ווערט אפגעוואשן מיט פשוטע ווארעם וואסער. איר חלום'ט וואכערהייט, ווייל כנראה געפעלט אייך נישט עפעס...

אינטרעסאנט פארוואס נאר דער הייליגער ר' ר' אלימלך'ס בארד איז געווארן קאלטענעס [ווייל ער האט עס נישט "צוגערירט"] אבער קיין איינעם אנדערשס בארד נישט.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

די מענטשן וואס דו קענסט, זענען פרויען מיט לאנגע האר? אדער מענער, זאגאר חסידישע מענער, וואס האבען גאר ווייניג האר?

ווילסט מיר ברענגן ראיות פון דער רבי ר' מיילעך?! אבער נישט פון אים, נאר פון די מעשיות אז ער האט געהאט קאלטענעס?! און נישט פון די מעשה זעלבסט, נאר פון דעם אז עס איז א מעשה, ממילא מוז זיין אז קיין אנדערע האט נישט געהאט, און פון דעם איז א ראיה אז מ'דארף נישט וואשען די האר אז עס זאל ווערן ריין?!?!?! אמונות טפילות האט אויך א שיעור!

דאס אז נישט צורירען ברענגט קאלטענע, איז דאך א פאקט. און אמאליגע צייטן איז זיך וואשען געווען א זעלטענהייט, איז אויך א פאקט. און אז ארימעלייט האבען געהאט וויינגערער געלעגענהייטן זיך צו וואשען, איז אויך א פאקט. און אפילו גבירים האבען געהאט א שווערע צייט אין דעם. ממילא קענסטו זיך נאך פארשען, אז די אמאליגע מאדעס האבען נישט געהאט קיין לאנגע האר היורד עפ"י מדותיו אויף די אקסעל, נאר מ'האט עס געמאכט שטייף און באהויפט אויף די קאפ, ווייל מיט שמוציגע האר איז דאס די לייכטסטע זאך צו טון. און ארימעלייט האבען דאס אויך נישט געטון, ווייל ארימעלייט האבען נישט געהאט די צייט זיך צו פארען מיט אזעלכע זאכען. ממילא איז א שייטל וואס איז שטייף און גראב, נישט דין און איידעל, געווען זייער ענדליך צו זייער האר.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך קען נישט איבערליינען דעם אשכול פון אנפאנג, ס'איז אבער פארהאן א ספר, א ליקוט אייגענטליך ס'הייסט "צוואות ר' יהודה החסיד". א סקווערער חסיד פון אלעד, ער הייסט גוטמן. קוקט אויס צו זיין א גאר חושובער ת"ח, און א ידען נפלא.

ער מאכט א וואנדערבארער ארבעט אויף די צוואה פון ר' יהודה החסיד בענין תגלחת בר"ח. ער צונעמט דעם גאנצן נושא אויף פיץ פיצלעך, ער ברענגט אלע מראה מקומות אין תשובות אויף דעם ענין פון זיך שערן. די היסטאריע איבער דעם, די גזירה אין פולין ליטע, און שפעטער אין רוסלאנד. די מנהג פון אשכניזים און ספרדים וכו' וכו'.

נאך זיין ערשטן חיבור האט דער הרב עובדיה יוסף ע״ה מראשי מנהגי הספרדים אים געענפערט. נאכן אדורך ארבעטן זיין משא ומתן אין די נושא, האב איך צום ערשטן מאל אנערקענט וואספארא גדול בתורה דער איז געווען. עכ"פ, הרב עובדיה האט זיך בעסיקלי אנגענומען פאר די ספרדים אויף דעם וואס זיי שערן זיך נישט, און איז גאר "מליץ טוב".. אויף די אשכניזים אויף דעם אז אז זיי שערן זיך יא. ער איז א ספרדי, גייט מיטן קאפ אין וואנט מיטן מחבר עברי טייטש און שוין. נישט ממש, ער איז אויך מלקט א אוצר מיט פריעדיגע תשובות. אקוצר, הרב גוטמטן איז אבער נישט שילדיג געבליבן, ער פרעגט אים אפ בכל התוקף און מיט קלארע מקורות.

ס'איז נישט מעגליך צו ציטירן פרקים פרקים.. ס'איז כדי עס אליינס צו לערנערן.. ס'איז אבער ברור אז זיך נישט שערן [ביי די אשכניזים זעכער] שפילט מען זיך מיט דאורייתא'ס ממש. וויפיל כ'האב שוין פראבירט צו זיכן בנוגע דעם ענין מיינעך אז דאס איז די רייכסטע ליקוט אין דעם ענין. ער דעקט היסטאריע און פוסקים צוריק פיפצן הינדערט יאר ביז נאכן בעל דברי יואל. עין שם ותהנה מאוד.

איישישאק, פארוואס זענען לאנגע שייטלען גע׳אסרט?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איישישאק האט געשריבן:די מענטשן וואס דו קענסט, זענען פרויען מיט לאנגע האר? אדער מענער, זאגאר חסידישע מענער, וואס האבען גאר ווייניג האר?

ווילסט מיר ברענגן ראיות פון דער רבי ר' מיילעך?! אבער נישט פון אים, נאר פון די מעשיות אז ער האט געהאט קאלטענעס?! און נישט פון די מעשה זעלבסט, נאר פון דעם אז עס איז א מעשה, ממילא מוז זיין אז קיין אנדערע האט נישט געהאט, און פון דעם איז א ראיה אז מ'דארף נישט וואשען די האר אז עס זאל ווערן ריין?!?!?! אמונות טפילות האט אויך א שיעור!

דאס אז נישט צורירען ברענגט קאלטענע, איז דאך א פאקט. און אמאליגע צייטן איז זיך וואשען געווען א זעלטענהייט, איז אויך א פאקט. און אז ארימעלייט האבען געהאט וויינגערער געלעגענהייטן זיך צו וואשען, איז אויך א פאקט. און אפילו גבירים האבען געהאט א שווערע צייט אין דעם. ממילא קענסטו זיך נאך פארשען, אז די אמאליגע מאדעס האבען נישט געהאט קיין לאנגע האר היורד עפ"י מדותיו אויף די אקסעל, נאר מ'האט עס געמאכט שטייף און באהויפט אויף די קאפ, ווייל מיט שמוציגע האר איז דאס די לייכטסטע זאך צו טון. און ארימעלייט האבען דאס אויך נישט געטון, ווייל ארימעלייט האבען נישט געהאט די צייט זיך צו פארען מיט אזעלכע זאכען. ממילא איז א שייטל וואס איז שטייף און גראב, נישט דין און איידעל, געווען זייער ענדליך צו זייער האר.

איך רעדט פון אזעלכע מיט לאנגע אדער צוזאמגעדרייטע שיינע פיאות, און גרויסע בערד. איר וויילט פשוט איבערשרייבן מציאות פון אמאל לויט ווי איר זענט משער, כדי צו ברענגן ראיות צו עפעס וואס געפעלט אייך נישט. כ'הער. אבער וויסן זאל איר אז איר חלום'ט הויך.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: ס'איז אבער ברור אז זיך נישט שערן [ביי די אשכניזים זעכער] שפילט מען זיך מיט דאורייתא'ס ממש.

כ׳בין חלילה נישט מזלזל אין די חומר הדברים פון זיך שערן, אבער דאורייתא׳ס??
אפשר אלס נדר וואס איז א דאורייתא, אבער דעס איז ביי יעדע מנהג טוט נישט דוקא שערן...
כ׳מיין צו פרעגן, ער זאגט אז די ׳עצם שערן׳ איז א דאורייתא?
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

טשאדעלע באדעלע - איך רעד נישט פון זיך שערן, איך רעד פון די חילוק צווישען אמאליגע שייטלעך און היינטיגע שייטלעך. איך האב נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן זיך שערן.
פארוואס זענען לאנגע שייטלעך גע'אסר'ט? עס איז גראדע געבויט אויף א מג"א, אויף וואס דער חלקת מחוקק איז חולק. איך ווייס נישט פארוואס מ'נעמט אן די מגן אברהם להלכה, בפרט אז דער משנ"ב נעמט עס נישט אן. איך האב געזען קונטרסים'לעך פון יונגעלייטלעך דאס צו אסר'ן, אבער פון גדולי הפוסקים האב איך עס נישט געזען. ביזדערווייל, וויבאלד איך בין א מעמבער פון סאסייעטי, און אין אונזער היימשיע געזעלשאפט איז עס אראפ געקוקט, גיי איך עס פערזענליך נישט צולאזען ביי מיר אין שטוב. אבער איינער וואס טוט אלס ערליך, עס איז נישט קיין חלק פון א גליטש אין אידישקייט, וואלט איך נישט אראפ געקוקט אויף איינער וואס אין זיין שטוב גייט מען יא א לאנגע שייטל. ווייל איך בין בכלל נישט איבערגעצייגט אז דאס איז אסו עפ"י הלכה.

למעלה משבעים - איך האב טעכטער און איך האב שוועסטערס. נאך א פאר טעג יו"ט, זעט אויס די האר אנדערש ווי אגאנצע וואך. און איך קען מיר משער זיין אז נאך א וואך איז נאך ערגער. וואס איז מיט פאות? איך קוק נישט נאך קיינעמ'ס מנהגים אין וואשען די האר, אבער איך שטעל מיר פאר אז עס איז דא אסאך מענטשן וואס טאג און נאכט קעמפען זיי די פאות און בארד, מיט א קליינע קעמער אין קעשענע. אפשר איז דאס די סבה אז זיי האבען אזעלכע גלאנציגע פאות. אפשר איז דא א חילוק צווישען מענטשן, און עס איז דא אזעלכע וואס האבען נישט קיין אויל אין די האר. איך ווייס נישט, איך קען נישט יעדעם פארענטפערן. אבער עס איז נאריש צו זאגען אז וואשען די האר מאכט גארנישט אויס, ווען אזויפיל געלט ווערט געספענד אויף די זאכען טעגליך. און דאס איז קלאר אז אמאל האט מען נישט געהאט אזעלכע געלעגענהייטן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דער איישיאק ברענגט אויף זאכליכע טענות אבער אנשטאט צו ענטפערן נארמאל האקט מען
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'האב קיין מושג וואס איר ווילט, די וועלכע וואס זייפן זיך נישט, דרייען זיך נישט מיט קיין קעמלעך...

אויסקוקן אנדערש וואס עס דמיון'ט זיך אייך, איז קיין שום פארגלייך צו וואס מען רעדט ווי אזוי די שייטלעך האבן אמאל אויסגעקוקט. און ווי איר זאגט אליין איר קענט משער זיין, אבער דאס מאכט עס נישט קיין מציאות. זע דא ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט.

viewtopic.php?p=1518449#p1518449

אוהבך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו

ריכטיג; ובעיני ראיתי, א שייטעל פון 100 יאר צירוק, און ס'קוקט אויס ווי Fringes. און דאס גרעניץ זיך בכלל נישט מיט די מושג פון חומרא - ווי אסאך מענטשען מיינען; אבער אזויווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול "הערות בדברי יואל" אז ס'איז אסור מחמיר צו זיין מער ווי די הלכה. נאר דאס איז אסור לויט אלא פוסקים מדאורייתא וכמבואר ביבמות עב:.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מ׳קען נישט גיין צום ציון פון א ראשון, אדער אפילו א שפעטער׳דיגע פוסק מיט א היינטיגע שייטל אנפרעגן א שאלה.. מ׳ברויך אבער האבן שכל ווי א קאץ נישט צו פארשטיין. דאס איז נישט ווי די פרה אדומה ביי וואס דער אייבישטער זאגט גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה. שערות אישה ערוה. ער זאגט דאך דעם איסור. מיט וואס זענען די אומצניעות׳דיגע שייטלן אנדערש? ליידער האבן די חולי ישראל לרפו״ש געהעריג פיאות.. רח״ל, דער בוכ״ע זאל רחמנות האבן.. מיין נקודה איז.. די סארט שייטלן זענען קיין צודעק נישט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

קרייסלער האט געשריבן:דער איישיאק ברענגט אויף זאכליכע טענות אבער אנשטאט צו ענטפערן נארמאל האקט מען

אייוועלט איז נישט געמאכט פאר מענטשן וואס ווילן פארשטיין א צווייטנ'ס צד, די וועלכע ענדשויען חומרות א.ד.ג. וועלן זיך פילן גוט מיט זייערע לאזונגען און נארישע ראיות און טענות, און די וועלכע ווילן וואוסן דעם אמת וועלן דורכטון די סוגיא אויפריכטיגערהייט אדער אנפרעגן אן אויפריכטיגן תלמיד חכם, וכל העם על מקומו יבא בשלום.
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

ווייל 100 יאר צירוק האט מען נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן יומען העיר שייטלעך מחמת ארימקייט מיינט נאכנישט אז עס איז אסור. אלע מתירים זאגן קלאר ארויס אז מען אפילו יומען העיר איז מותר

די יסוד קומט פונעם שלטי הגיבורים וואס שרייבט
"ומשמע להדיא שמותרות בנות ישראל להתקשט בהן, דשיער באשה ערוה דקאמר לא הוי אלא בשיער הדבוק לבשרה ממש ונראה גם בשרה עם השיער, אבל שיער המכסה שערה אין כאן משום שיער באשה ערוה וגם לא משום פרועת ראש. ונראה דלא שנא שערות דידה לא שנא שערות של חברתה, כל עוד דעבידי לכיסוי השיער והן תלושות, אע"פ דקישוט הוא לה כדי שתראה בעלת שיער, אין בכך כלום ושפיר דמי."

די משנה ברורה שרייבט
"שיער נכרית. קרי נכרית להשיער שנחתך ואינו דבוק לבשרה, וסבירא ליה דעל זה לא אמרו חז"ל שיער באשה ערוה, וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש. ויש חולקין ואומרים דאף בפאה נכרית שייך שיער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש. וכתב הפמ"ג, דבמדינות שיוצאין הנשים בפאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע, ומשמע מיניה שם דאפילו שיער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל. ובספר מגן גיבורים החמיר בזה [היינו בשיער של עצמה שנחתך ושוב חברה לראשה]. ע"ש. וכתב עוד שם, דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית, בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין, ע"ש".

אז מען איז מעיין וואס זיי שרייבן זעט מען אז די היתר איז ווייל עס איז "נחתך" אדער "תלושות" נישט ווייל עס קוקט אויס ווי אניצי פשתן.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

חלב ישראל האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:דער איישיאק ברענגט אויף זאכליכע טענות אבער אנשטאט צו ענטפערן נארמאל האקט מען

אייוועלט איז נישט געמאכט פאר מענטשן וואס ווילן פארשטיין א צווייטנ'ס צד, די וועלכע ענדשויען חומרות א.ד.ג. וועלן זיך פילן גוט מיט זייערע לאזונגען און נארישע ראיות און טענות, און די וועלכע ווילן וואוסן דעם אמת וועלן דורכטון די סוגיא אויפריכטיגערהייט אדער אנפרעגן אן אויפריכטיגן תלמיד חכם, וכל העם על מקומו יבא בשלום.

און די וואס ווילן טוהן וואס זייערע עלטערן /באבעס האבן געטוהן און וואס זייערע מורה הוראות/רבנים האבן געהייסן/געזאגט - אן פשעטלעך, אוקימתות און סברות - גייען אריין אין וועלכען כלל/צד ?
חומרות מיט אמת זענען א תרתי דסתרי ? חידוש נפלא !
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

Don't worry האט געשריבן:ווייל 100 יאר צירוק האט מען נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן יומען העיר שייטלעך מחמת ארימקייט מיינט נאכנישט אז עס איז אסור. אלע מתירים זאגן קלאר ארויס אז מען אפילו יומען העיר איז מותר.


נאכמער, היינטיגע צייטן פירט מען זיך אז מיידלעך דעקן זיך נישט צו די האר, מיידלעך דארפן נישט גיין אנגעטון צניעות'דיג? אלא מאי אז ס'איז אזא דין אזא אז די האר פון א פארהייראטע פרוי דארף זיין צוגעדעקט, קיין שום שייכות צו צניעות צו וואס. איי פאר אן עם הארץ קוקט עס אויס ווי לצנות, נישט געפערליך, ס'נישט די איינציגסטע מצווה וואס קען אויסקוקן ווי א לצנות. כי ישרים דרכי השם, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

התבונני האט געשריבן:און די וואס ווילן טוהן וואס זייערע עלטערן /באבעס האבן געטוהן און וואס זייערע מורה הוראות/רבנים האבן געהייסן/געזאגט - אן פשעטלעך, אוקימתות און סברות - גייען אריין אין וועלכען כלל/צד ?

פון זיי רעדט מען בכלל נישט, זיי קומען בכלל נישט אריין אין דעם אשכול, מ'טוט וואס די באבע/רבי האט געטון און פערטיג.

התבונני האט געשריבן:חומרות מיט אמת זענען א תרתי דסתרי?

ניין.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”