פרשת גזירת גיוס בנות שנת תשי"ד
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פרשת גזירת גיוס בנות שנת תשי"ד
איז איינער באקאנט מער איבער דעם עוכר ישראל בן גוריון שר"י??
חוץ פון דעם אז ער האט זיך געטראפן מיט מרן החזון איש דאן ביי די גיוס בנות פרשה. והדברים עתיקים. האט ער געהאט עפעס אנדערע שייכות'ן מיט גדולי ישראל אמיתים פונעם פרומען לאגער??
זאל עס הייסן אז ער האט געשיקט פרעגן עצות פון מרן מהריץ דושינסקיא, ביים מלחמת השחרור, אדער מרן הרה"ק מבעלז ביי מבצע סיני??

בכל אופן, איידער מען גייט ווייטער מיט דעם פאלעמיק, מוז מען מקדים זיין פאר'ן אינגן דור, ווער דער בן גריון איז געווען, עס זאל זיך נישט דוכטן אז ער איז געווען ווי א היינטיגער ראש הממשלה, בן גריון איז געווען אן עוכר ישראל בשיטה, און א מומר וואס האט עפענטליך געזוכט חוזק צו מאכן פון די אמונה און תורה ווען עס האט זיך געלאזט. גאר שטארק איז באקאנט זיין רעדע ווי ער האט געלייקנט און חוזק געמאכט פון יציאת מצרים.
ויש להאריך עוד.
ויש להאריך עוד.
אין הרב מבריסק _(דאכציך דריטער חלק) איז א גאנצער שמועס מיט דעם עוכר ישראל מיט דריי גדולי ישראל הגרצ"פ פראנק הגרא"ז מלצר בעל אבן האזל, און דריטער וועם כ'געדענק נישט יעצט בענין גיוס בנות
עכ"פ דער שייגאץ בן גוריון מאכט ליצי ליצנות דארט פון דעם אלטן גאון וצדיק בעל האבן האזל זצ"ל (וועלכער האט געגאסן טרערן בפניו להעביר את רוע הגזירה) אויף א גאר ביליגן אופן
אלזא. אויב וועט איינער נוטה זיין אז בן גוריון שר"י איז געווען דעת חכמי ישראל נר לרגליו, לענ"ד איז עס געווען נאר בכוונה לעשות ליצנות מכל קדשי וקדושי ישראל, והתורה אמרה שאסור לכסות ולחפות על רשעים או ללמוד עליהם זכות

יהיה כן האט געשריבן:אין הרב מבריסק _(דאכציך דריטער חלק) איז א גאנצער שמועס מיט דעם עוכר ישראל מיט דריי גדולי ישראל הגרצ"פ פראנק הגרא"ז מלצר בעל אבן האזל, און דריטער וועם כ'געדענק נישט יעצט בענין גיוס בנותעכ"פ דער שייגאץ בן גוריון מאכט ליצי ליצנות דארט פון דעם אלטן גאון וצדיק בעל האבן האזל זצ"ל (וועלכער האט געגאסן טרערן בפניו להעביר את רוע הגזירה) אויף א גאר ביליגן אופן
אלזא. אויב וועט איינער נוטה זיין אז בן גוריון שר"י איז געווען דעת חכמי ישראל נר לרגליו, לענ"ד איז עס געווען נאר בכוונה לעשות ליצנות מכל קדשי וקדושי ישראל, והתורה אמרה שאסור לכסות ולחפות על רשעים או ללמוד עליהם זכות
דער דריטער איז געווען ר' מאיר קרליץ אחיו הגדול פונעם חזו"א,.
דער גאנצער דיון דא זעהט עפעס אויס האלב-געבראטן איך פארשטיי נישט געהעריג די נושא.
דרך אגב, אין א אינטערוויו אין 'שעה טובה' פאראיאר מיט א זון פון רבי"י ראבינאוויטש ממונקאטש-חולון (מזוו"ש) האט ער דערציילט אז ב"ג פלעגט זיין אן אפטער גאסט ביי אים און זיך דורכרעדן מיט אים אין פארשידענע נושאים.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיללער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:אין הרב מבריסק _(דאכציך דריטער חלק) איז א גאנצער שמועס מיט דעם עוכר ישראל מיט דריי גדולי ישראל הגרצ"פ פראנק הגרא"ז מלצר בעל אבן האזל, און דריטער וועם כ'געדענק נישט יעצט בענין גיוס בנותעכ"פ דער שייגאץ בן גוריון מאכט ליצי ליצנות דארט פון דעם אלטן גאון וצדיק בעל האבן האזל זצ"ל (וועלכער האט געגאסן טרערן בפניו להעביר את רוע הגזירה) אויף א גאר ביליגן אופן
אלזא. אויב וועט איינער נוטה זיין אז בן גוריון שר"י איז געווען דעת חכמי ישראל נר לרגליו, לענ"ד איז עס געווען נאר בכוונה לעשות ליצנות מכל קדשי וקדושי ישראל, והתורה אמרה שאסור לכסות ולחפות על רשעים או ללמוד עליהם זכות
דער דריטער איז געווען ר' מאיר קרליץ אחיו הגדול פונעם חזו"א,.
אין די "משפחה" פאר סוכות (א צוויי דריי יאר צוריק) האבן זיי געהאט א שמועס מיט ר' מנחם פרוש ע"ה וועלכער האט באגלייט די דריי דערמאנטע גדולי ישראל צו בן גוריון שר"י, זיך בעטן ביי אים ביי די גזירה פון "גיוס בנות", לויט ווי ער לייגט עס אראפ האט בן גוריון בכלל נישט ליצנות געמאכט פון די גדולי ישראל, ער האט זיך נאר מתווכח געווען מיט זיי, הגם כמ"פ איז געווען שארפע ווערטער אויסטוישן. פארקערט דער שגץ האט נאך גענוצט די תורה הק' צו זיין זייט, זאגנדיג אז ער ווייסט וואס דער רמב"ם זאגט בנוגע א 'מלחמת מצוה' "יצא חתן מחדרו וכלה מחופתה".
ס'איז מורא'דיג אינטרעסאנט צו ליינען דעם שמועס, און ווי ר' מנחם לייגט אראפ האט הגרצ"פ פראנק אויסגעבראכן אין א געוויין, און ס'האט געהערשט א מורא'דיגע ערנסטקייט און אנגעצויגנקייט אין די לופט. הגרצ"פ האט גערעדט מער מיט שטרענגקייט און תקיפות, משא"כ הגרא"ז האט מער גערעדט מיט תחנונים זיך בעטנדיג ביים עוכר ישראל ער זאל מבטל זיין די גזירה. ר' מנחם זאגט דארט אז די באזוך איז אויך געווען א היסטארישע ביי בן גוריון, און ער דערמאנט עס אין זיינע כתבים.
*
אויך איז באקאנט אז דער קלויזענבורגער רב זצ"ל בעל "שפע חיים" האט זיך געטראפן מיט בן גוריון, עס איז אויך דא א באקאנט בילד פון דעם. וואס עס איז געווען די מדובר ווייס איך נישט.
דאס איז נישט אור הצפון'ס חידוש כהאב דאס שוין לאנג צירוק געזען שרייבן, אז פאר די יו"כ מלחמה האט בן גריון אנגעפרעגט ביי רי"מ לעווין ווער ס'איז די גרעסטער ביים חרדישער ציבור כדענק נישט צי ער האט געוואלט סופארט פאר א דעסיזשען אדער גאר א ברכה, לעווין האט אים געשיקט צים בעלזער רב, לויט מיין זכרון איז ב"ג נישט אליינס געגאנגען נאר געשיקט א שליח זיינעם.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24612
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
וואס איך ווייסט בנוגע דער באזוך פון ב"ג ביים הייליגן חזו"א, איז אז ס'איז געוועהן א וויכוח בכמה נושאים, אין דער חזו"א איז אגאנצן צייט געזיצן מיו דער פנים אויסגעדרייט, ווי דער חז"ל זאגן אסור להסתכל בפנים של .....
בנוגע דער שליחות פון ב"ג צום בעלזער רב איז דברים ידועים, אז ווען דער מצב איז געווארן אנגעצויגען האט ב"ג געפרעגט איטשע מאיר ווער איז דער גרעסטע ביי כלל ישראל, האט ער גענפעערט אז דער בעלזער רב אעז דער גרעסטע, האט ב"ג דאן פארטרויעט דעם איטשע מאיר וועגן דעם מלחמה בסודי סודות, אין געבעטן צו גיין נעמען א ברכה ביים בעלזער רב, איז איטשע מאיר געגאנגען אין האט זיך פארמאכט ביים בעלזער רב שטיב, אפי' דעם שלום פויגעל האט נישט געמעגט זיין דארט, דער איהאלט פין דער שמועס איז נישט באקאנט אבער שפעטער האט איטשע מאיר פארציילט איין זאך, אז די בעלזער רב האט געזאגט אז דער רשע [ נאצר פון מצרים] איז א ערגערע רשע פון דער משוגענע הונט [דער רשע פון דייטשלאנד]
עכ"פ ב"ג איז טאקע געוועהן א עוקר ישראל חוזק געמאכט פון אלעס, אבער ווען עס איז געקומען צו א שווערע מצב דער פוס האט איהם געברענט, האט ער געפילט אז ער מוז האבן א ברכה פון איינעם...............

מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מאטקע האט געשריבן:דער מקור פון דער מעשה איז ר' משה שיינפלד, דער איידעם פון איטשע מאיר.
דאס איז שוין פון לאנג א באקאנטע מעשה, כ'געדענק נישט אויפן מאמענט ווי ס'איז שוין געשטאנען, כ'גלייב אין בעלזער אויסגאבע'ס במשך דער יארען.
יעצט האב עך געזען, אז דאס איז שוין געשטאנען אין "קול מחזיקי הדת", ארויסגעגעבען דורך בעלזא אין דער סוף למ"ד יארען, שטייט דארטען, אז דאס האט איטשע מאיר דערציילט סוף ימיו, נישט וועלנדיג זאגען, וואס דער בעלזער רב האט איהם געזאגט.
דרך אגב, ווערט דערציילט, אז אינמיטן שמועס האט ר' שלום פויגעל געפענט דער טיר, האט זיך בעלזער רב אנגערופן צו איטשע מאיר: נו! אין וואס זאגט דער דאקטער?...
מומחה יוחס האט געשריבן:דער חזו"א איז אגאנצן צייט געזיצן מיו דער פנים אויסגעדרייט, ווי דער חז"ל זאגן אסור להסתכל בפנים של .....
מיר ליגט אין קאפ אז ער האט זיך אויסגעטוען די גלעזער.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
קאמענטאטאר האט געשריבן:אין 'איד' פארגאנגענע וואך איז געווען א לענגערער ארטיקל פון - דוכט זיך - ר' מ. שטערן איבער דעם נושא, ספעציעל איבער א.ג. 'געהיימע בעראטונגען' וועלכע זאלן האבן פארגעקומען צווישן דעם עוכר ישראל און להבדיל ביהטוה"ט מהר"א מ'בעלז זי"ע, ס'איז כדאי צו לייענען.
אויסבעסערונג: ס'איז אין די 'תורה אפטיילונג' פון הר' מ. פילאפף (ב. טויב) אונטערן קעפל "ויסלף דברי צדיקים".
קאמענטארן זענען איבריג