שתיית טיטון....

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

שתיית טיטון....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין די פוסקים (אין הלכות יו"ט ועוד) ווערט ארומגערעדט וועגן 'שתית טיטון' צי מען מעג אין יו"ט צו נישט,

וואס איז דאס 'שתית טיטון' איז דאס א ציגערעטל, וואס פאר א גוט יאר האט עס מיט טרינקען?.. מען קען טרינקען א ציגאר? אויב יא, קען מען היינט אויך שאפן די משקה?
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אפשר מיינט עס א נרגילה וואס די אראבער רייכערן.
אטעטשמענטס
נרגילה.jpg
נרגילה.jpg (5.6 KiB) געזען 2681 מאל
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

און דאס טרונקט מען?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך האב אמאל געזעהן א סברא אז דאס וואס שטייט אין הל' ת"ב וועגען רייכערען אין א תענית, מיינט מען די נארגילא וויל מען נעמט אין זיך אריין פארע, משא"כ נארמאל רייכערען
אבער לכאורה ואחרי ככלות הכל, איז עס נישט שתי'
ושמעתי פעם אז עס ווערט אנגערופן אין די פוסקים שתיי' ארויסצוברענגען אז מען נעמט אריין די רויך אין זיך, ווייל אויף לשון הקודש איז נישטא קיין ווארט וואס ברענגט עס ארויס, עישון מיינט פאררייכערען די שטוב, שואף מיינט גליסטן, ממילא האט מען געניצט דאס ווארט שתי" מען זאל פארשטיין אז מען רעט פון רייכערען אריינצוענדיג די רויך דורך האלטן אין מאל, וואס איז לפי ערך א נייע זאך, שלא מוזכר בחז"ל, און מען האט געשאפן א ניי ווארט
דרך אגב טוטין איז טאבאקא, וכן הי' נקרא ביודיש עד המלחמה בגאליציע
למה זה תשאל לשמי...
איש ירושלים
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ירושלים »

שוטה האט געשריבן:אפשר מיינט עס א נרגילה וואס די אראבער רייכערן.

וויפל עס זעהט זיך אויס זענט איהר גערעכט!!
סופר סת"ם מאתרא קדישא ירושלים!
אויף צו זיך ווענדן שיקט אריין א אימייל ‏‪[email protected]‬‏

מאושר דורך לשכת הקודש תלמיד הרב אלישיב
https://drive.google.com/file/d/10dWEBm ... p=drivesdk
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

יהיה כן האט געשריבן:אין די פוסקים (אין הלכות יו"ט ועוד) ווערט ארומגערעדט וועגן 'שתית טיטון' צי מען מעג אין יו"ט צו נישט,

וואס איז דאס 'שתית טיטון' איז דאס א ציגערעטל, וואס פאר א גוט יאר האט עס מיט טרינקען?.. מען קען טרינקען א ציגאר? אויב יא, קען מען היינט אויך שאפן די משקה?

לדעתי איז דאס שמעקן טאביק, אבער נישט פלעין שמעקן די גערוך דערפון, נאר טאקע אזוי אז ס'זאל בלייבן אין די נאז ביז מאנטאג, פארשטיי'ציך אליינס אז מ'רעדט פון די ריכטיגע ענגלישע טאביק,
ווער ס'האט שוין דאס פראבירט פארשטייט זייער גוט פארוואס ס'איז א שאלה צו שמעקן אין א תענית, ס'כמעט ווי עסן,
ריכטיגער שתיית טיטון
The Divided States Of America
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

יש בו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אין די פוסקים (אין הלכות יו"ט ועוד) ווערט ארומגערעדט וועגן 'שתית טיטון' צי מען מעג אין יו"ט צו נישט,

וואס איז דאס 'שתית טיטון' איז דאס א ציגערעטל, וואס פאר א גוט יאר האט עס מיט טרינקען?.. מען קען טרינקען א ציגאר? אויב יא, קען מען היינט אויך שאפן די משקה?

לדעתי איז דאס שמעקן טאביק, אבער נישט פלעין שמעקן די גערוך דערפון, נאר טאקע אזוי אז ס'זאל בלייבן אין די נאז ביז מאנטאג, פארשטיי'ציך אליינס אז מ'רעדט פון די ריכטיגע ענגלישע טאביק,
ווער ס'האט שוין דאס פראבירט פארשטייט זייער גוט פארוואס ס'איז א שאלה צו שמעקן אין א תענית, ס'כמעט ווי עסן,
ריכטיגער שתיית טיטון

מען דארף נאר צוזעהן די עבודה פינעם רבי'ן אין ראכמאסטריווקא ארה"ק פארשטייט מען אלעס
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

Re: שתית טיטון....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עי' בשאלות ותשובות דרכי נעם (רבי מרדכי ב"ר יהודה הלוי) סי' ט 'וזל"ש: על שתיית העשן שמוצצים אותו דרך קנים חלולים כי לא
נמצא זה בספרי הפוס' לפי שלא היה בימיהם כי מקרוב עלה עשן זה ונתפשט בכל העולם ורובם ככלם שותים אותו וכו' עיי"ש.

אפשר, כי הוא הי' בארצות המזרח אשר הי' אב"ד מצרים ושם היו משתמשים בנרגילה לכן הסביר כן, משא"כ בארצות אירופה היו
משתמשים עם שפופרת שקראו פיפ"א.

וסמך לדבר זה עי' בבאר היטב סי' ר"י ס"ק ט' מביא לשון המ"א שם, וזל"ש וצ"ע באותן שנותנין עשב שקורין טובא"ק או טוטי"ן לתוך
שפופרת, ומדליקין אותו ושואבין את העשן לתוך פיהם וחוזרין ופולטין אותו וכו' עיי"ש, ובשערי תשובה שם מביא בשם החיד"א
[בברכי יוסף] במחזיק ברכה: בענין זה כי יש מתירין להדליק הפיפ"א מנר של חלב וכו' ומסיים שם הנזהר שלא לשתות וכו' ומכל מקום
לכל הדברות במקומותינו רבים שתו והוא שוה לכל נפש.

[ומכיון שהזכרנו דברי המחזיק ברכה אזכיר מה שכתב שם הענין שאסור לעשן בחופת חתנים. ועוד אזכיר מ"ש במור וקציעה (מהריעב"ץ),
ושמעתי בילדותי מאמ"ה ז"ל שספר לנו שהוא בימי חרפו היה נוהג בו איסור, ואמר לו חסיד גדול ורב מובהק אחד, שלא יפה הוא עושה
בזה שמונע עצמו משמחת יו"ט בחנם ומאחר שהיה רגיל בו גורם לו צער ביו"ט וכן לא יעשה על כן חזר לנהוג בו התר].

בפמ"ג סי' קי"א ס"ק ב' במשבצות כתב: הנה אני רגיל לשתות טיטו"ן ביו"ט, כמנהג עולם לרפואה ובפרט כהיום ממש שוה לכל נפש,
ולקרוע הנייר צריך מעיו"ט וכו' עיי"ש.

נראה מדבריו שאין זה אותו סוג של שתיית טיטו"ן שהי' נהוג בארצות המזרח, ממה שכתב לגבי לקרוע הנייר, וכן כתב בקצות השלחן
(רבי חיים נאה) ח"ז סי' קל"ח סעי' ז' בבדי השלחן ס"ק י"ג, וזל"ש: וכוונתו כי בזמנו היה נייר דק מיוחד לטיטון דפים גדולים, והיו חותכין
אותן לפימדת הסיגריה, וכורכין אותו עם טיטון בפנים ומדבקין קצה הנייר עם רוק ומעשנין, או שהיו הניירות חתוכות כמדתן אלא שמדובקין
בפנקס קטן כמו שהוא בזמננו.

מצינו שקראו לעישון הטאבי"ק שתיית טיטו"ן.

וכן מצינו בשאלות ותשובות האלף לך שלמה (רבי שלמה קלוגער) ח"א סי' של"ח, וזל"ש: בנדון ביו"ט בשתיית הטאבאק בדרך זה שעושין
ביו"ט הציגארין והיינו שמניחין הטאבאק בהנייר בעגול ומדבקין הנייר ברוק וכו' עיי"ש.

ובקיצור שלחן ערוך עם מנחת יו"ט סי' צ"ה ס"ק קט"ו אות א, וזל"ש: המג"א סימן תקי"ד ס"ק ד' הביא בשם הכה"ג דאסור לשתות [פירוש
לעשן] הטיטי"ן שקורין טובא"ק, מפני שיבינו מה ענין שתיה זו הכניס המחבר מנחת יו"ט במרובעות "פירוש לעשן".

וכן מצינו בשארי ספרי הפוסקים שקורין לזה פעם שתיית הטיטו"ן ופעם עישון, יש לומר דהלשון 'שתיית' נמשך אחרי דברי הדרכי נעם
אשר הי' הראשון שהזכירו בתשובותיו, והי' אב"ד במצרים ושם הי' מעין שתיה בנרגילה.
אטעטשמענטס
Hookah - narg1.png
Hookah - narg1.png (206.05 KiB) געזען 557 מאל
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שתית טיטון....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שטימט אויב עס איז דער טערקישער/אראבישער נארגילא
אויב איז עס א פייפ (לילקע ציבעך) שטימט נישט דער הסבר
אגב פארשטיי איך נישט וואס דער אראבער טוט און דער סולטאן וואס איז נאך דערצו געזיצן אויף דער אויפן טעפיך
ער ציט אריין לופט פון העכער א טאפ פול מיט פלעיווארד וואסער ?
(אזוי ארבעט א נארגילא ?)
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: שתית טיטון....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

רב פאפלאנאש האט ערגעץ א שיעור דעוועגן דאכצעך
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

Re: שתית טיטון....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:55 pm
שטימט אויב עס איז דער טערקישער/אראבישער נארגילא
אויב איז עס א פייפ (לילקע ציבעך) שטימט נישט דער הסבר
אגב פארשטיי איך נישט וואס דער אראבער טוט און דער סולטאן וואס איז נאך דערצו געזיצן אויף דער אויפן טעפיך
ער ציט אריין לופט פון העכער א טאפ פול מיט פלעיווארד וואסער ?
(אזוי ארבעט א נארגילא ?)
אויבן אינעם בילד וואס מיר האבן גברענגט פון די נארגילה, ווערט ערקלערט ווי אזוי עס ארבעט.

עס זענען דא וואס זאגן אז ווען מען האט גברענגט טאביק קיין יוראפ, האבן זיי נישט געהאט קיין ריכטיגע טערמין
ווי אזוי אנצורופן דער מאדנעם זאך פון רייכערען, האבן זיי עס גערופן טרינקען טאביק.

ווי קאמיש עס הערט זיך, אבער: עס איז אין יענע ערשטע יארן געוועהן אזא מאדנער ערשיינונג דאס רייכערען,
אז דינער\דינסטען ווען זיי האבן געזעהן דאס ערשטע מאל אז פון זייער רייכער האר קומט ארויס רויעך פונעם
מויל, האבן זיי נעבאך געמיינט אז זייער ליבער האר איז אנגענומען געווארן מיט א פייער, דערפאר האבן זיי
שנעל גברענגט עמערס מיט וואסער און אנגעגאסן זייער האר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”