די סלאגאן וואס שטייט דארט צוגעשריבן אין די זייט, לא תילים אלא תהלים, קומט פון די ערשטע איראקער קריג, ווי דער דעמאלסדיגער הערשער כוסעין, האט געסטראשעט מיטן ווארפן סקאד מיססילס אויף ארץ ישראל. אבער די אותיות זעהט אויס עלטער ווי תשנ"א.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
דאקומענטן פון די סארט זעהט מען כסדר חדשים לבקרים. ליידער אין די לעצטע 70 יאהר איז כסדר געווען אנגעצויגענע זמנים אין ארץ ישראל וואו דער ציבור איז גערופן געווארן להתחזק בלימוד התורה וכדו'. מיר רעדן פון סארט בריוון און מודעות וואס קומט ווארפן א שטראל איבער א געוויסער מאורע וואס איז פארגעקומען און מיר ווילן דערגיין וואס דארט האט פאסירט. מיר גלייבן אז פון די סארט וואס מיר רעדן האט איר אויך, דעריבער אל תקמץ את ידך און זיי מוסיף כיד ה' הטובה.

*
הרב פלאי;
וואס האט מירון מיט כפר וויזניץ צוטוען?
דער וואס האט אויפגעשטעלט דעם פראיעקט, האט געהאט א פלאץ אין די מירון געגענט, ווי מען האט זיך געדארפט לערנען ארבייטען, לערנען א חלק פונעם טאג, און א חלק פונעם טאג טרענירען פארן מיליטער
פון די נעמען זעהט אויס אז מען רעט דא פונעם בי"ד חסידים נישט פונעם בי"ד פרושים, ווייל ליפמאן דוד, זעט אויס אז מען רעט דא פון ר' דוד'טש שובקס, וואס איז געווען אינעם חסידים בית דין שפעטער האבען די צוויי בתי דינים זיך צוזאמגעשטעלט,
ווייסט איינער וואס דער מחאה באדייט? עפעס א פגיעה געווען אין הרב קוק? [ס'שטייט דארט 'לאיש מורם מעם ודגול מרבבה מצד אישיות ובחיר העם ואלופו מצד מעמדו בתור נשיא הרבנות הראשית לאה"ק בירושלים']. [קליקט אויף עס צו עס זעהן גרעסער]
אין ספר מאמר מרדכי פון ר' מאטל סלאנימער איז דא א שארפע בריוו וואס ער האט געשריבן צו א רב וואס האט מוחה געווען אויף א פורים שפיל וואס די אגו"י נאכט חדרים האבן אויפגעשפילט, ווי זיי האבן מבזה געווען קוק. קען זיין אז ס'האט א שייכות.
וואס איז פשט פון די ווערטער "להרוג נפש באכזריות וגסות פראות"?
farshlufen האט געשריבן:נע, פון גאר אן אנדערער חדר.
אונז זענען נישט בארעכטיגט צו וויסן? פארוואס האלטסטו דאס בסוד.
אין די קו"ק ווערט קלאר דערמאנט אגו"י און חנוך לנער, אזוי אויך אין די בריוו אין מאמר מרדכי ווערט ביידע דערמאנט. די דאטומען שטימען אויך, די קו"ק איז געשריבן ב' ניסן תרצ"ב און די בריוו איז כ"ב ניסן תרצ"ב.
איך בין זיך מצרף צו די בקשה פון יגעתי ומצאתי, אז דו ווייסט מער פרטים, דאן גיב ארויס, עס איז נישט קיין סודות דא. אויב האסטו מורא עס וועט ווערן אן איבערקערעניש, איך נעם זיך אונטער בל"נ צו האלטן קאנטראל אויפן מצב, אבער קום ארויס מיטן לשון!