תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סטראשעלע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר-כח פארשלאפן, דאס איז טאקע מער גאליציאניש געשטומט, ערלוי איז דאך אין אונגארן.

אפשר, ווייסט איר מער פרטים איבער דעם ר' משה, איז ער אוועק ביים קריג?


אין מאורי גאליציא כרך ג' צד 1063 שרייבט ר' מאיר וואונדער: נולד בדראביטש כ' סיון תר"ע לאביו ר' אברהם חיים דוד סופר-שרייבער נשיא א"י, למד בישיבות אונגאריא ובמיוחד בערלוי. נשיא כולל עסטרייך-גאליציען בגאליציע ובא"י, ונציג לכנסיות הגדולות של אגודת ישראל. ביקר בא"י בתרצ"ז, ובשנת ת"ש נתיישב שם. משנת תש"ב מראשי עיריית בני ברק והוועדה הדתית, מעסקני היהדות החרדית בעיר, וממייסדי חוגי חתם סופר.


להלן מהאינציק' לחלוצי הישוב:

בילד
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

ס'איז לכאורה ידועה אבער דזשאסט אין קעיס איינער ווייסט נישט.

עס איז דא א ספר פינעם צשעטשנעווע רב איך ווייס ניטאמאל וויזוי צו שרייבען די נאמען פינעם שטאט.

אילל הענג אפ ענד טריי עגען: עס איז דא א ספר איך מיין עס הייסט דברי שמחה א זין פינעם שינאווא רב אין אן איידעם ביים בעלזא רב, די צווייטע העלפט ספר איז מכתבים, א גרויס חלק דערפין באציט זיך נאר איבער די כולל רמבה"ן, איך האב עס נישט אינדערהיים אבער איך האב עס געזען א צייט צוריק, פערצופאל נישט לאנג אבער דאך געדענק איך נישט פינקטליך קען גאר זיין אלע אדער רוב בריוו זענען איבער'ן כולל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער נאמען איז.... ציעשינוב
יודישסטין האבן עס געשריבען טשעטשענאוו.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ווייסט איינער פשט פון דעם (סי קט"ו)? וואס איז געווען די פרשה דארט? זיי שרייבן קעגן הגה"ק ר' משה קליערס זי"ע. אויך שרייבן זיי אז זיין ברודער האט זיך גערופן יפה, איז דאס אמת?

אביסל שפעטער איז דא א מחאה דערקעגן שפת אמת תכון לעד, זיי באשולדיגן דארט איינער ר' יעקב שולמאן. אינטערעסאנט אז קוק האט זיך אנגענומען פאר הגה"ק ר' משה, שפעטער איז ר' משה געווען פייער אקעגן אים.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

האט מצוה לפרסם א שייכות מיט די אויבנדערמאנטע קו"ק קעגן כולל סלאנים אדער איז דאס א פרישע זאך? לכאורה האט דאס נישט קיין שייכות מיט די אויבנדערמאנטע ווייל זיי האקן קעגן די וואס פאררופן זיך בשם ישיבת חתם סופר און סלאנים האט זיך לכאורה קיינמאל נישט גערופן אזוי, אויך איז די פאשקעווילן קעגן א ישיבה אין צפת און די סלאנימע זענען געווען אין טבריא, אבער ביי די אויבנדערמאנטע לינק צייכענען זיי צו די קו"ק. זיי זענען מרמז אויף הש"ן והזא"ב, ווער זענען דאס און וואס איז געווען די פרשה?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קונטרס לא תשיג גבול רעך שנת תרס"ג און קונטרס גבול עולם תרס"ג.

וואס איז דעמאלטס געווען? עפעס רעדט זיך עס אויך פון די סלאנימע כולל אין טברי' (עי' קונטרס גבול עולם דף 15)
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יא, אין 'גבול עולם' רייסט מען אראפ דאס גרינדונג פון מוסדות אין טבריא וואס איז ידוע געגרינדעט געווארן בפקודת דער דברי שמואל פון סלאנים.

מען קען כמעט נישט פארשטיין וואס עס האט זיך אלץ אפגעטוען אין די מוסדות'ער (ליין: כוללים), וואס איז ליידער געווען א בחי' פון איש את רעהו חיים בלעו. דאס דחקות ועניות איז געווען אין לשער, דאס ביסעלע וואס מ'האט געהאט צו לעבן איז געווען א דאנק די בני חוץ לארץ וואס האבן געשיקט געלטער אויפצוהאלטן דעם ישוב, און ווען כולל פלוני האט געזעהן אז כולל אלמוני איז מצליח און זיי האבן גוטע קאנעקשאנס קיין חוץ לארץ, האט זיך גלייך אנגעהויבן א מיאוסע מערכה אראפצורייסן דעם קאנקורענץ, אויפן מיאוס'טען אופן.

וואו מ'וועט נאר נישטערן אין אלטע צייטונגען און ירחונים איבער יענע ביטערע תקופה, וועט מען מיט שטוינונג טרעפן העסליכע בריוון און פאשקעווילן פון איינעם אויפן צווייטן. באזונדער קען מען זעהן אין די 'החבצלת' אויסגאבעס גאר אסאך וועגן די סארט.
לחיים ולברכה!
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

א חידוש אז קיינער דערמאנט נישט דעם ספר טיבור הארץ פין הרב ר' משה קלירס אין דיא צווייא ספרים חיבת הארץ אין ברכת הארץ פין
ר' ברוך דוד כהנא . דאא ערשטע וועגען טברי' אין אויך וועהר דער רמב''ן איז געווען . אין דיא אנדערע צווייא ספרים וועגען דאס חשיבות פין
נדבות פאר ארץ ישראל מפי ספרים וסופרים ובע''פ .דאס איז פין צווייא חסידישע יודען פין רייסען אין גלצי'
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

נחמן נתן האט געשריבן:יא, אין 'גבול עולם' רייסט מען אראפ דאס גרינדונג פון מוסדות אין טבריא וואס איז ידוע געגרינדעט געווארן בפקודת דער דברי שמואל פון סלאנים.

מען קען כמעט נישט פארשטיין וואס עס האט זיך אלץ אפגעטוען אין די מוסדות'ער (ליין: כוללים), וואס איז ליידער געווען א בחי' פון איש את רעהו חיים בלעו. דאס דחקות ועניות איז געווען אין לשער, דאס ביסעלע וואס מ'האט געהאט צו לעבן איז געווען א דאנק די בני חוץ לארץ וואס האבן געשיקט געלטער אויפצוהאלטן דעם ישוב, און ווען כולל פלוני האט געזעהן אז כולל אלמוני איז מצליח און זיי האבן גוטע קאנעקשאנס קיין חוץ לארץ, האט זיך גלייך אנגעהויבן א מיאוסע מערכה אראפצורייסן דעם קאנקורענץ, אויפן מיאוס'טען אופן.

וואו מ'וועט נאר נישטערן אין אלטע צייטונגען און ירחונים איבער יענע ביטערע תקופה, וועט מען מיט שטוינונג טרעפן העסליכע בריוון און פאשקעווילן פון איינעם אויפן צווייטן. באזונדער קען מען זעהן אין די 'החבצלת' אויסגאבעס גאר אסאך וועגן די סארט.

די סלאנימע כולל איז דאך די עלטסטע חסידישע (אדער אשכנז'ישע) כולל וואס ציעט זיך נאך מימי ר' מענדל וויטעפסקער און דער קאליסקער זי"ע. וויאזוי קען מען שרייבן אז זיי זענען מסיג גבול?
זיי האבן בלויז געמופט קיין טברי', נישט געגרינדעט א נייע כולל?

פון די קונטרס גבול עולם זעהט אויס אז עס איז געווען א וועד כל הכוללים וואס האט זיך אפגעגעבן צו צוטיילן די געלט פאר אלע כוללים און די טברי' כולל האט אליין געזאמלט געלט פאר זיך און דאס איז געווען די טענה קעגן זיי. איז די שאלה ווען די וועד איז געגרינדעט געווארן און ווער איז געשטאנען בראש וכו'. אזוי אויך, די אלע געלטער וואס ר' משה מ'קאברין און די יסוד עבודה וכד' האבן געשיקט קיין אר"י איז געגאנגען דורך די וועד?

אויך איז נישט פארשטענדליך פארוואס טאקע האט זיך די סלאנימע כולל נישט צוגעשטעלט צו דעם וועד?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אן אינטערעסאנטע דאקומענט געפונט זיך די טעג אויף די זשואיש-זשען ווויו-מעיט וועב-זייטל, דאס איז א נזר גבאות פאר ר' דוד אליעזר בעליסאף שו"ב אין שטאט ווענקאווער, בריטיש-קאלאמביע אין קאנאדא, פונעם כולל זיטאמיר לצדקת רמבעה"נ פון די שטעט; י-ם, צפת און טבריא.

עס וואלט כדאי געווען צו אידענטיפיצירען די חותמים וועלכע זענען ווארשיינליך געווען פון די פירנדע מיטגלידער אין די הנהלות אין אר"י בימים ההם (איך האב ניאכנישט מצליח געווען צו טרעפן דאס יאר פונעם דאקומענט.

1) חיים במהר"א ז"ל ממעזריטש
2) חיים זאב שפירא
3) יהושע בן מרדכי סת"ם מ...אטש
4) משה נכד הרה"צ מהאניפאלי זצ"ל
5) שלמה צבי שפירא
6) דוד ב"ר ? הכהן
7) שמואל הוראוויץ
אטעטשמענטס
fittowidth.jpg
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע דאקומענט געפונט זיך די טעג אויף די זשואיש-זשען ווויו-מעיט וועב-זייטל, דאס איז א נזר גבאות פאר ר' דוד אליעזר בעליסאף שו"ב אין שטאט ווענקאווער, בריטיש-קאלאמביע אין קאנאדא, פונעם כולל זיטאמיר לצדקת רמבעה"נ פון די שטעט; י-ם, צפת און טבריא.



זעהט אויס אז ער איז נאר געווען גבאי ביי 'סעודת מצוה חתונה וברית מילה' און נישט ארום געגאנגען מבית לבית לקבץ נדבות
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

מילער

לענ"ד
נומער 3 מאכט מפאוולאטש
נומער 6 איז ער זיך מזכיר בשם אמו "דישקע"
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א באריכט אין זומער תרפ"ג אז הרב ר' הלל קליין ז"ל נשיא כולל שומרי החומות באמעריקא זאגט אז דער לאקאלער אפיס האט געהאלטן דאס גאנצע געלט פאר אירע אייגענע אויסגאבן....

AUGUST 24, 1923
Says “meshullachim” Took Money Intended for Jerusalem

NEW YORK, Aug. 24 (JTA) –
Charges that the local offices of the Jewish community in Palestine known as the "Kolel Shomre Hachomoth" (Guardians of the Walls) had used all the contributions intended for the members of the community for the expenses of the local office are made in an appeal published in the Jewish Morning Journal by the Rev. Dr. Philip Klein.
Rabbi Klein contends that the local offices have not sent as much as a cent to the Jerusalem community in 5 months. He couples this charge with an appeal that Hungarian Jews send moneys intended for the "Kolel" direct to Jerusalem or else only to representatives authorized by him. He states that 3,000 members of the Hungarian community in Jerusalem are in woeful distress

פון:
http://archive.jta.org/article/1923/08/ ... -jerusalem
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

imzist האט געשריבן:א זאך וואס מוטשעט מיר:
א) דער כולל זיבענבערגען איז דאך לכאורה דער כולל טראנסילוואניען. לפי מיעוט ידיעתי זענען די 2 היינו הך. נו, וועלכע פון די 2 קרייזן הנ"ל זענען געווען די נשיאים דארטן? קיין איינער! עס איז געווען אונטער דעש אייביג. צי האלטן מיר ביי 3 סעפעראטע כוללים אין טראנסילוואניען אליינס?
ב) והיא העיקר: אוואו זענען נעלם געווארן די וויזשניצע און סיגוטע כוללים נאכן קריג? פארוואזשע איז רביה"ק מ'סאטמאר - אליינס א זון פונעם קדושת יו"ט - אריבער געגאנגען צו כולל שומרי החומות?


"סיגוט" און דער גאנצער מארמאראשער געגענט האט באלאנגט נישט פאר כולל שוה"ח און נישט פאר כולל זיבענבערגען, נאר פאר כולל מארמאראש, וואס בחייו של הקדיו"ט איז דאס געווארן געפירט פון וויזניץ און דערנאך האט מען זיך אפגעטיילט כנ"ל.
לעומת זה די שטאט "סאטמאר" האט באלאנגט פאר כולל זיבענבערגען, ווען רביה"ק מסאטמאר איז געקומען קיין אמעריקא איז האדמו"ר מדעעש שוין געווען נשיא לכולל זיבענבערגען בירושה מבית אבותיו, און וויבאלד א גרויס חלק פון חסידי סאטמאר זענען יוצאי אונגארין, האט כולל שוה"ח אויפגענומען רביה"ק אלס נשיא ביי זיי, קיין סיגוטער כולל האט שוין דעמאלטס ליידער אינגאנצען נישט פיגורירט.
מען זעהט טאקע אז מען פלעגט אלע יארן און עד היום, צו מאכן אין סאטמאר אן אפיעל פאר כולל זיבענבערגען
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

איך זע אין המאור, חודש טבת תשכ"א, א חגיגת מסירת נזר נשיאות דכולל שומרי החומות, פאר מרן מסאטמאר, הרב מצעלים והרב ממט"ד.
ווייסט איינער ווער איז געווען ביז דעמאלטס אפציעל די נשיאים?
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

ווי איך זעה האט מען בארירט דא עטליכע נושאים אינעם ענין פון צדקת רבי מאיר בעל הנס איך וועל דא שרייבן עטליכע פרטים לפי ידיעתי וואס זענען ענטפערס צו פריערדיגע תגובות ובתוספות נופך
די ענין פון צדקת רבי מאיר בעל הנס איז שטארק נתחדש געווארן בימי הבית יוסף והאלשי"ך והחברייא קדישא
די ענין פון סיגעט וויזניץ אי נאך געוועהן בחייו פונעם קדושת יום טוב וזל"ק במכתב וואס ער האט געשריבן פאר ר' יוסף פרענקל געדרוקט אין בוצינא א קאפי דערפון....אחד"ש, השגתי נכון מכתבו אשר תוכו שואל ממני להגיד טעמי ונימוקי בדבר המעות רמב"נ אשר אמרתי לשלוח לידי, ומידי ישולח לעניי ארצינו הקדושה.
.....לכן אמרתי עם לבבי שיותר טוב הוא שהמעות ישולח לידי, ומידי ישולח לחלק המעות בסדר נכון כמו המעות דפה עירינו והסביבה.....
זעהט מען פון דעם אז בחייו האט ער נאך עוסק געוועהן אין דעם ענין און געשיקט געלט קיין ארץ ישראל ועיין באלף כתב שמספיד הקדושת יום טוב און ער דערמאנט אז ער פלעגט שיקן גרויס געלט קיין ארץ ישראל
ולאחריו האט דער עצי חיים שטארק עוסק געוועהן כידוע, און עס איז דא א בריוו פון ר' נחום הערש גבאי ווי ער שרייבט אז הגה"צ מקראלי (רביה"ק מסאטמאר) האט געגעבן פארן כולל א סכום גדול
דער ברך משה האט עוסק געווען בשנת תשל"ח מיטן גרינדן א כולל אין ירושלים לשמו ולזכרו פון זיין הייליגן פאטער-אין ספר ומשה היה רועה איז דא א קאפי פון א מודעה פון כולל עצי חיים פון ארץ ישראל פון יענע יארן-למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט
און דאס נישט עוסק זיין דערין במשך כמה יארן איז א קשיא נישט קיין תירוץ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אות זכרון וואס איז געהאנגען אינעם ביורא פון כולל חבת ירושלים נאך איידער דעם חורבן אייראפע.
אטעטשמענטס
חיבת ירושלים טאוועל.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זעה טאקע דערצו אז דער באגרעבער הרב אמסעל זאל צורעכט מאכן דעם פארדריסליכער טעות ביי הרב קאנאריק'ס באגרעבעניש פראפייל...

http://kevarim.com/rabbi-shlomo-zalkah-kanarek/
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:אות זכרון וואס איז געהאנגען אינעם ביורא פון כולל חבת ירושלים נאך איידער דעם חורבן אייראפע.

טוב שם משמן טוב
הנה שכרו אתו ופעולתו לפניו והלך לפניך צדקיך ןכבוד ה' יאספך
לזכר עולם בארץ החיים
ב"ה
תכתב זאת לדור אחרון צדקת רבותינו הגאונים הצדיקים הקדושים
נשיאי ארעא קדישא מאורי הגולה זי"ע אשר שמשו בכתר הנשיאות
במפעל הכביר והנשגב של צדקת רבינו מאיר בעל הנס זי"ע להח'
הישוב הקדוש באר"הק, זכרה להם אלקינו לטובה להחסותם בצל
כנפי השכינה, בגן עדן תהא מנוחתם וימליצו טוב בעדנו עדי יקיצו
וירננו שוכני ובלצ"ג בב"א.

הגאון האדיר מאור הגולה הרב ר' מרדכי זאב עטינגער זצ"ל מלבוב בהגה"צ
הרב ר' יצחק אהרן זצ"ל, נשיא ארה"ק ת"ו, הלך לאור באור החיים הנצחיים ביום ב' תמוז תנצב"ה.

הגאון הגדול הצדיק הרב ר' יצחק עטינגער זצ"ל מלבוב, בהגה"צ ר' מרדכי זאב
זצ"ל, נשיא ארה"ק ת"ו, הלך לאור באור החיים הנצחיים ביום ז' שבט תרנ"א תנצב"ה.

הרב הגאון הצדיק רבי יצחק ליב סופר זצ"ל מדראהביטש בהגה"צ ר' אברהם
שמואל בנימין זצ"ל שמש בכתר הנשיאות שבע עשרה שנה עד עלות נשמתו הטהורה
ביום י"ג תמוז התרס"ז תנצב"ה.
זוגתו הרבנית הצדקת המפורסמת אשת חיל רבת פעלים מרת שרה מלכה ע"ה
בהרה"ג ר' דוד לינדענבוים ז"ל, נלב"ע ביום כ"א אדר תרצ"ב תנצב"ה.

הרה"ג המפורסם רב פעלים מו"ה יצחק אייזיק פאפערש ז"ל, נשיא ארה"ק
בבראד, הלך לאור באור החיים יום ו' אייר התרפ"ז, תנצב"ה.

הרה"ג המפורסם רב פעלים מו"ה ר' שמואל יהודא שענקער ז"ל בהר"ר חיים ז"ל
נשיא ארה"ק בקראקא, הלך לאור באור החיים ביום ו' טבת תרצ"ב, תנצב"ה.

הרה"ג המפורסם רב פעלים מו"ה ר' שלמה זלקי בהר"ר ישראל קאנאריק זצ"ל
נשיא האפיס דכוללינו בנויארק, הלך לאור באור החיים ביום ו' טבת תרצ"ב, תנצב"ה.

הרה"ג המפורסם רב פעלים מו"ה ר' ישראל בה"ר שמואל משה הכהן קעניגסבערג זצ"ל
סוכן האפיס דכוללינו בנויארק, הלך לאור באור החיים ביום ב' אייר תרצ"ד, תנצב"ה.

הרב הגאון הצדיק ר' אברהם חיים דוד סופר זצ"ל, מבאריסליב, יע"א
בהרהגה"ת ר' יצחק ליב סופר זצ"ל, שמש בכתר הנשיאות שלשים שנה, הלך לאור
באור החיים יום ז, ניסן התרצ"ז, תנצב"ה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אינטערעסאנט - הרב פארשלאפן - און א ייש"כ פארן פענוח.

איך מערק אן אז ס'שטייט נישט קיין איין ווארט 'כולל חבת ירושלים'. ברוך אמסעל שרייבט טאקע נשיא 'כולל שומרי החומות', און דאס מאכט אפשר מער סענטס.
לחיים ולברכה!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

סענס?
כולל דראהביטש? קוק די נשיאים, עס איז אלס כולל עסטרייך, שנקרא כיום חבת ירושלים
הנשיאים בשומרי החומות היו הרב מפרעשבורג והרב מאונגוואר כידוע
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תעודת חבר פאר א איד פון סאן-פראנציסקא משנת תש"ז פונעם אמעריקאנער כולל תפארת ירושלים.

ווער ווייסט מער איבער די חותמים ר' יצחק קירשנבוים און ר' זלמן גרוסמאן? בכלל איבער די אמעריקאנער כולל
אטעטשמענטס
4714593965_b9918e86a9_b.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איבער די אמעריקאנער כולל מיסודו של ר' יהושע ליב דיסקין איז געווען א היבש היציגע מחלוקת בשעתו.
זעה אין שנות דור ודור (דסלר) ח"ב עמ' ס א שארפע בריוו פון ר' דוד שלמה צבי מלעלוב און ר' שלמה זלמן בהר"ן אנקעגן די נייע כולל.

דער נעקסטער דאקומענט בספר הנ"ל איז א אינטרעסאנטער דאקומענט בחתימת גבאי עניי ארץ ישראל וחתימת "הרב הכולל", דער עורך איז מציין אז בספרו של הרב הכולל "לבית יעקב" [די נייע דרוק נישט די וואס איז אויף ה"ב] בסוף איז דא נאך דאקומענטן בנוגע די פרשה.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום מאנטאג מאי 14, 2012 11:25 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, בזכרוני שדברנו פונעם אמעריקאנעם כולל וסימניך אייזענשטיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, בזכרוני שדברנו פונעם אמעריקאנעם כולל וסימניך אייזענשטיין.


רייט, דאכציך מיר האבן געהאט א קונטרסל וואס האט עוסק געווען איבערן כולל.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”