bailout האט געשריבן:כ'ווייס נישט קיין סאך דערוועגן, אזויפיל ווייס איך אז די וואס האבן געטוהן מיט אים אין וועד הצניעות האלטן אז ס'איז געווען יד ישראל באמצע.
איך וויל אייך אזויפיל זאגן אז עס איז דעמאלטס נישט געווען אזא זאך וואס האט געהייסן וועד הצניעות, און דעם איין ווארט "חזקל שמש" ווי מען האט אים געריפן, איז געליגען עטליכע פון אזונע זאכן וואס היינט פארפיגט עס דורך א וועד פון עטליכע, און ליידער איז דער חלל נאך דא, עד היום הזה, מען האט ליידער נישט ערפילט זיין פלאץ און דעם הינזיכט, וויפול ער האט געטון און דעם ענין מיט א ווייך און א שטארק הארץ און די זעלבע מינוט, איך ווייס פון א מעשה וואס ער האט אפיר גענימען איינעם, און די ערשטע 10 מינוט פונעם שמועס האט ער בלויז געוויינט און געוויינט ווי א קליין קינד, און נאכער האט ער אנגעהויבן רעדן צו אים אבער עס האט שוין נישט קיין סאך אויסגעפעלט, זיין רעדן, זיין ערנסטקייט, און זיין ארבעט, מיט זיין אמתע טרערן פאר א צווייטן איד'ס רוחניות, האט געמאכט דעם דשאב.
דעס וואס די זאגסט אז יד ישראל באמצע, סאיז אמת אז אזוי האט מען געטראכט מתחילה, ווייל ער האט שוין געהאט סטראשעניקיס אויפן לעבן, אבער עס האט זיך ארויס געשטעלט שפעטער אז עס איז נישט וואהר, עס איז געווען א אויספלאנירטע ראבעריי אויף א צווייטן יוד, און ווען דער רויבער/מערדער האט געזעהן אז ער האט זיך אים ארויס געגליטשט פון אינטער זיינע הענ האט ער גענימען דעם ערשטן קאר וואס ער האט באגעגעענ און דאס איז געווען ר' חזקל אינמיטן אנווארעמען זיין קאר, האט ער אים ארויס געווארפן מיט אפאר שאסן און גענימען די קאר יענעם נאכצולויפן. די ווערסיע געדענק איך נאך פון דעמאלטס.
יעצט דעם ר' חזקל ליגט מיר גוט און די ביינער איך בון געווען א יונג בחור דעמלטס, ער פלעגט זיך דרייען שבת און בית מדרש פרייטוג צו נאכטס מיטן שיפע שטריימל און מיטן גרויסן שטעקן פלעגט ער אזוי פאמעליך וואקן צו די הויכע פענסטערס זיי א "צו" טאן אויף אריין(דעמאלטס האט מען זיך נאך מער באניצט מיט די מעטאד אויסצוליפטערן דעם בימ"ד) די זכרים אויסריפן ווען מען האט געקענט א פליג הערן פליען, 10 אדער 15 זכרים אויף אויסנווענדיג, (דאס איז שוין סתם געווען א בונס צו זיינע פעאיקייטן) איך דענק ווען עס איז געווען די פראטעסט פון די פאטריקאנע וועגן א סיכסוך וואס זיי האבן געהאט איבער די PS16 וואס די שטאט האט געוואלט דעמאלטס געבן א חלק פאר סאטמאר, פאליציי זענען געשטאנען א פאר שעה און געטריבן דעם עולם מען זאל זיך נישט צאם לויפן דארט, מען האט מורא געהאט פון פרוויציראציע, די שומרים האבן גארבעט צו העלפן די פאליציי, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, ביז מען האט גענדיגט און סאטמאר דאווענען (סאיז געווען שבת) און ר' חזקל איז אנגעקומען און געשריגן אביסל, די גאס איז געווארן ליידיג ביז מינוטן, איך דענק ווי איך אבערחכם בון געבליבן און א ווינקל, ווען מען האט שוין נישט געזעהן קיין מענטש אויפן גאס, און ער האט מיך אויך נישט אויסגעלאזט, וועמנס ביסטו געט ער א שריי, עס האט מיר געכאפט דאס... און איך בון אריין געלויפן און בימ"ד דערנעבן.
איך דערמאן מיך ווי ער פלעגט שטיין פרייטוג צונאכטס צו די זייט פון די בעל תפילה צו העלפן מיטן ניגון לכה דודי. ועוד ועוד מיר האבן אים אלע ליב געהאט און ארויפגעקוקט און מורא געהאט פון אים.