בלעקבערי אן אינטערנעט - לייגט צו א האנט
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר חמישים
- תגובות: 96
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2010 5:59 pm
בלעקבערי אן אינטערנעט - לייגט צו א האנט
פילצאליגע אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט א בלעקבערי וואס האט אויף זיך אינטערנעט, וועלן אנגעבן די אויסרייד פארוואס זיי האלטן אין טאש א כלי וואס איז באהאפטן צו די ארגסטע השחתה און טומאה און האט די מעגליכקייט אראפצופירן אין שאול תחתית דעם ערליכסטן אינגערמאן – אז זיי דארפן האבן דעם בלעקבערי פאר ביזנעס צו קענען שיקן און באקומען אי-מעילס אדער אנהאלטן קאנטאקט דורך בלעקבערי מעסענדזשער און אנדערע פראגראמען, און די קאמפעני וואס שטעלט דאס צו, געבט אויך דערמיט צו אינטערנעט און מען קען נישט האבן בלויז די בלעקבערי סערוויס אן די אינטערנעט. (ארויפלייגן דזשעי נעט איז שוין א פרישע הוצאה וואס נישט יעדער איילט זיך דאס צו טאן, כאטש וואס עס איז קריטיש וויכטיג.)
אונזער חשוב'ער ידיד דא אויף איי וועלט "לאז געמאכט" האט צוזאמגעשטעלט א פראגראם וואס טוט אראפנעמען די אינטערנעט בראוזער פונעם בלעקבערי אבער אלע אנדערע פראגראמען בלייבן פונקציאנירן אזוי ווי בעפאר. און דאס געבט די מעגליכקייט צו האבן א בלעקבערי אן זיין באהאפטן צום אינטערנעט.
איך האלט אז דאס איז א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס פארשפרייטן אז נאך אנדערע אידן זאלן קענען געניסן פון דעם און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות יעדע מינוט פון טאג. און מיט רשות פון "לאז געמאכט" האב איך אנגעהויבן א קאמפיין דאס צו פארשפרייטן צווישן אחינו בני ישראל. איך האב געעפענט אן אי-מעיל אקוינט [email protected] און ווער עס וויל קען דארט אריינשיקן אן אי-מעיל און איך וועל בל"נ צוריקשיקן דעם פראגראם וואס מעקט אויס דעם בראוזער מיט די פונקטליכע אינסטרוקציעס.
ווער עס וויל מזכה זיין את הרבים זאל דאס מעלדן פאר זיינע חברים אדער אויפהענגן אין זיין ביהמ"ד דעם בייגעלייגטן מודעה.

- אטעטשמענטס
-
- איכא דרכא אחרינא.pdf
- (20.86 KiB) געווארן דאונלאודעד 525 מאל
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm
ברוך הבא הרב אנעליזער. ווי ביזטו געווען ביז היינט? דאס איז דאך ממש א ישועה, מען וועט קענען האבען א ריינע בלעקבערי, מיט אלע באקוועמליכקייטען, און נאך פאר פרי אויך,
איך גיי עס אי"ה מאכען אויף מיין פוין,
און וויסענדיג אז עס איז דא נאך אסאך וואס דרייען זיך ארום ווי איך מיט די גילטי פילינג היתכן מען איז אפען צום שאול תחתית, אבער מען קען נישט ביישטיין די נסיון פון דארפען צאלען מער געלט פאר jnet א ד ג
בין איך מיך מקבל כדי לזכה הרבים צו עס מפרסם זיין ווי ווייט מעגליך.
א גרויסען שכח, און פארשטייט זיך אויך פאר לאז געמאכט, שכרכם הרבה מאוד

- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
ברוך השם, איך זוך שוין לאנג וויאזוי איך קען אפשפארן די אינטערנעט פון מיין בלעקבערי, איך האב פרובירט ביי ספרינט, אבער זיי האבן מיר געזאגט אז אויב האקן זיי אפ די אינטערנעט וועט גארנישט ארבעטן בלויז די טעלעפאון און טעקסט מעסידזשעס. דא איז שוין ענדליך דא א וועג וויאזוי מען קען אויסמעקן גענצליך דעם בראוזער און אלעס אנדערש בלייבט ווייטער ארבעטן. געוואלדיג!!
א גרויסן יישר כח "לאז געמאכט", זכות הרבים תלוי בך!!
און גלייכצייטיג אויך פאר'ן גוטן שליח "אנאליזירער" שכרך הרבה מאוד!!

געלעגער האט געשריבן:נו, זאל זיך איינער יאווען און מאכן די אייוועלט אפלעקאציע אזוי וועט עס זיין א דבר השלם.
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=392996#p392996
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
און וואס טוט זיך מיט "בלעקבערי גרופס"? ווערט דאס אויך אוועקגענומען?
בלעקבערי גרופס איז - לדעתי - פונקט אזוי געפערליך ווי דער אינטערנעט בראוסער. דאס האט ליידער אראפגעברענגט חסידישע אינגעלייט צו גאר נידעריגע שטאפלען. אסאך פון די וואס דרייען זיך דארט זענען עובר "לכתחלה" און טרעטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם אויף איסורי דאורייתא, אריינגערעכנט השכלה און כפירה ומינות. כידוע ליודעים.

בְּטַח בַּד' וַעֲשֵׂה טוֹב שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה.
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
רעאליסטיש האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט "בלעקבערי גרופס"? ווערט דאס אויך אוועקגענומען?
בלעקבערי גרופס איז - לדעתי - פונקט אזוי געפערליך ווי דער אינטערנעט בראוסער. דאס האט ליידער אראפגעברענגט חסידישע אינגעלייט צו גאר נידעריגע שטאפלען. אסאך פון די וואס דרייען זיך דארט זענען עובר "לכתחלה" און טרעטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם אויף איסורי דאורייתא, אריינגערעכנט השכלה און כפירה ומינות. כידוע ליודעים.
קלינגט זייער נישט רעאליסטיש.
איך האב א בב שוין אפאר יאר, מיט עטליכע בבמ גרופס דערויף. נאכנישט געטראפן ענדליך צו וואס דו דערמאנסט.