דעמאקראטישע דיקטאטור, א ווענעזועלא'ר היכי תימצי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

דעמאקראטישע דיקטאטור, א ווענעזועלא'ר היכי תימצי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

ווענעזועלא'ס פרעזידענט-דיקטאטער, יוגא שאוועז, איז פונקט ווי דער גנב וועלכער רעכנט נישט זיינע דורכפאלן נאר פרובירט נאכאמאל ביז ווילאנג עס געלונגט אים. נאכדעם וואס זיינע אונטערטאנען האבן אין 2007 אנידערגעשטימט זיין פרואוו צו ווערן זייער לעבנסלענגליכע פרעזידענט, האט ער ווידעראמאל דורכגעפירט א רעפערענדום דערויף, און געווינען.

עס זאגט זיך אזוי "געווינען". לויט ווי באריכטעט האבן 54.4 פראצענט פון די וויילער באשטעטיגט דעם רעפערענדום וועלכע אנולירט טערמין באגרעניצונגען און גיבט אים די ערלויבעניש צו לויפן פאר ווידערערוועלונג אזוי לאנג ווי ער וויל. אבער זיין 'דעמאקראטישע' וואל-קאמפיין האט היבש געענדלט אין די פון קאמוניסטישע לענדער און זימבאבווע. לויט די פרעסע, זענען אלע רעגירונג און פאבליק געביידעס און אויטאס באהאנגען געווארן מיט פרא-שאוועז פראפאגאנדע. די נאציאנאליזירטע טעלעוויזיע און ראדיא סטאנציעס האבן אוועקגעגעבן רוב טאג צו פארקויפן שאוועז'נס אגענדע. אויך די קאראקעס מעטרא-באן סיסטעם איז אנגאזשירט געווארן אינעם קאמפיין און האט פון אירע הויכהילכער געצוואונגען פאסאזשירן אויסצוהערן די קאמפיין דזשינגל'ן. אנדערש פון צוויי יאר צוריק ווען ער האט דערלייגט צוליב העפטיגע קאמפיינען און פראטעסטן פון די סטודענטן, האט שאוועז דאסמאל נישט גענומען קיין שאנסן, נאר פארארדענט אויפצולעזן די 'אומלעגאלע' דעמאנסטראציעס "מיט א גוטע דאזע גאז."

איצט דערקלערט א טריאומפירענדער שאוועז, אז די וועג איז אויסגעפלאסטערט צו פירן ווענעזועלא צו "21-יאר-הונדערט סאציאליזם." מיר פארשטייען גוט וואס דאס באדייט. א קורצע בליק אויף זיינע 'סאציאליסטישע עררייכונגען' ביז היינט ווייזט אונז ווי אהין זיינע פלענער צילן. זיין סאציאליזם וועלכע ענדלען וואס א טאג מער אין די פון קובא'ס קאסטרא, האט ערפאלגרייך אונטערגעברענגט זיינע קריטיקירער אין די פרעסע. די 2004 "געזעץ אויף סאציאלע פאראנטווארטליכקייט פון ראדיא און טעלעוויזיע" הייסט אלע סטאנציעס לופטערן די פולע טראנסקריפטן פון זיינע רעדעס, טיילט אויס שטראף פאר פארשידענע אפאזיציאנערע מיינונג אויסדרוקן (פעירנעס דאקטרין...), און באשטימט אז די רעגירונג מעג אוועקנעמען די בראדקעסטינג לייסענס אויב מען האט צוויי מאל פארלעצט איינע פון די נייע געזעצן. די צווייט-גרעסטע פרעסע סטאנציע אין ווענעזועלא איז געשפארט געווארן אין 2007. ערשט דא נישט לאנג איז 'גלאבאוויזשען', א פריוואטע קעיבעל נייעס אגענטור, באשולדיגט געווארן אין "פארשעמען שאוועז". פרא-שאוועז געזעץ-געבער האבן געפאדערט אז דער אטורני גענעראל זאל עס אויספארשן. דערווייל האבן רעגירונג כוליגאנעס אריינגעווארפן טרערן-גאז אין די נייעס אפיסעס.

די אויבענדערמאנטע פאקטן זענען נישט קיין סוד וואס מיר האבן פריש אנטדעקט, נאר ברייט באריכטעט געווארן אין די אלגעמיינע פרעסע. און וואס איז געווען די רעאקציע פון די אבאמא אדמיניסטראציע צו שאוועז'נס א.ג. דעמאקראטישע רעפערענדום וועלכע ער האט מיט געוואלד ארויפגעצוואונגען אויף זיין לאנד? אט דאס: "מיר טוען קאנגראטולירן די פאבליק און אנטיילנעמען-גייסט פון די מיליאנען ווענעזועלער וועלכע האבן אויסגענוצט זייערע דעמאקראטישע רעכט צו וועהלן," האט די סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער דערקלערט, אפקערנדיג פון די געוועזענע בוש פאליסי פון נישט קאמענטירן אויף ווענעזועלא'ז פאליטיק.

כאטש דער ווארטזאגער האט דערמאנט "אומאנגענעמע באריכטן איבער סטראשען די וויילער", האט ער אין דעם זעלבן אטעם אנגערופן די רעפערענדום אלס "פולקאם אויסגעהאלטן לויט די דעמאקראטישע פראצעדור" און געמוטיגט די ווענעזועלא באאמטע צו "לייגן געוויכט אויף רעגירן דעמאקראטיש."

די גרויסע פראגע דא איז: וועמען נארט די סטעיט דעפארטמענט? פרובירן זיי דא צו טרייבן שפאס פון די אמעריקאנע דעמאקראטישע סיסטעם אנרופנדיג די ווענעזועלא רעפערענדום אלס "פולקאם אויסגעהאלטן דעמאקראטיש?" צו זעהן זיי זיך זעלבסט אלס דעמאקראטיש אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי ווענעזועלא? (דאס קען פילייכט פארענטפערן די ליבעראלע מאסיווע וואל פעלשערייען, עיין ערך 'עיקארן', מיניסאוטע, ועוד.)

עס ווייסט קינד און קייט אז דער "רעגירן דעמאקראטיש" פערד האט פארלאזט דעם ווענעזועלא שטאל מיט א שטיק צייט צוריק. די איצטיגע לויב פון די אבאמא אדמיניסטראציע געבט לעגיטימאציע פאר שאוועז'נס מאניפולאציע פון די ווענעזועלא פאלק, און שיקט אינאיינוועגס א מעסעדזש פאר אנדערע וועלט פירער כיוצא בו אז אפגעזען פון ווי דיקטאטוריש זייער רעזשים, וועלן זיי בלויז הערן גוטע רייד פון ריכטונג פון וואשינגטאן. נייע ווינטן בלאזן אין וואשינגטאן. אוועק מיט בוש'נס "הלנו אתה אם לצרנו" צוגאנג. היינט זענען אלע וואוילע קינדער, אויך ווען מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין.

די גאנצע רעפערענדום איז נישט געווען לעגאל. די וויילער האבן עס אנידערגעשטימט קוים צוויי יאר צוריק, און עס האט נישט געטארט נאכאמאל ארויפגעברענגט ווערן פאר נאך צוויי יאר. שאוועז האט אבער קיינעם נישט געפרעגט. אויס זארג אז די סטודענטן וועלן זיך ווידעראמאל קעגנשטעלן זיינע שטיק, האט מען נישט ערלויבט פאר אסאך 18 יעריגע זיך צו רעגיסטרירן פאר די וואלן (וואו איז עיקארן ווען מען דארף זיי?..) כאטש לויט'ן געזעץ מעג אן 18 יעריגער שטימען. נאכוואס האט מען דאס געדארפט אפלאדירן?
די גאנצע דעמאקראטיע דארט איז אויף געהאקטע צרות, אויב אזא זאך עקזיסטירט נאך אין ווענעזועלא. די לעצטע צען יאר פאליטישע איבערקערעניש אין ווענעזועלא צייגט עס קלאר. שאוועז האט נאכאנאנד געטוישט די לאנד'ס קאנסטיטוציע לויט ווי עס האט אים געשמעקט. אזא אויפפירונג באשיצט נישט די רעכטן פון פאליטישע מינאריטעטן, און מאכט א חוזק פון די קאנסטיטוציע.

די אידישע געמיינדע אין ווענעזועלא דארף גרויס רחמי שמים ווען די אנטיסעמיטיזם דארט וואקסט אויף א שרעקליכע פארנעם. אנגעהויבן האט זיך עס מיט שאוועז' אפענע רעדע קעגן דעם אידישע פאלק פאר דריי יאר צוריק ווען ער האט באשולדיגט די "אייניקלעך פון די וואס האבן געקרייציגט דעם אותו האיש" אין גנב'נען די וועלטס רייכטום, און דא גאר לעצטענס מיט די שאנדפולע חילול בית המדרש ווען זיינע כוליגאנעס האבן פארשוועכט די ספרי תורה און פארשמירט דעם שוהל אין קאראקאס. אזוי פירט זיך אויף א געמיינער גענגסטער, נישט א דעמאקראטישע פרעזידענט.

שאוועז האט איבערגענומען דאס לאנד און זיך אויפגעבויעט א רעגירונג-מאכט וועלכע קיין שום דעמאקראטישע רעגירונג פארמאגט נישט. ער קאנטראלירט די געריכטן, די פארליאמענט, די צענטראלע באנק, די מיליטער, די אויל איינקונפטן, כמעט די גאנצע פרעסע און אויך די איבריגע טייל דערפון, אא"וו. אויב עס האט עפעס שייכות מיט מאכט אדער געלט, ליגט עס איז זיינע הענט. אנדערש פון דא אין אמעריקע, האט ער נישט געדארפט 'פאנד-רעיזן' און בויען אויף די ליבעראלע מידיא אז זיי וועלן טוהן די ארבעט פאר אים, דארט האבן די קעגנער אינגאנצן נישט געקענט לאזן הערן זייער מיינונג אין די פרעסע, און אוודאי נישט באקומען קיין פערמיט'ס פאר פראטעסטן.

אויב דאס איז נישט גענוג, האט שאוועז אויסגע'רודפ'ט די קליינטשיקע דיסידענטן גרופעס עד חרמה. זיינע רויט-העמעדיגע כוליגאנעס (ברענגט אויפ'ן זכרון די טרויעריג-בארימטע 'ברוינע-העמדער') האבן דערשטיקט יעדע'ס אפאזיציע און געסטראשעט מיט'ן ארגסטען ווער עס וועט וואגן צו וועהלן אנדערש פונעם 'פוהרער'ס' ווילן.
האט געפרעגט ווער: נישט געפערליך. בלומבערג האט אויך אנולירט די טערמין באגרעניצונג, כאטש מער דיפלאמאטיש. נו מה כל הרעש?

די חילוק איז גאר באדייטענד, כאטש מיר בארעכטיגן נישט דעם מעיאר'ס שריט. ווער עס וויל נישט בלומבערג, וועט אים ארויסוועהלן פון אמט אינעם וואל-טאג. אבער ווען שאוועז האט אזויפיל מאכט צו זיין דיספאזיציע, גלויבט דען עמיצער אז ער וועט ערלויבן מען זאל אים ארויסוועהלן פון אמט ווען זיין טערמין לויט אפ? אויב מען וועט אים נישט פיזיש ארויסווארפן וועט ער בלייבן אויפ'ן בענקל פאר א לאנגע צייט. עס מאכט נישט אויס אויב די אינפלאציע וועט שטייגן היי יאר צו 60 פראצענט, אדער די עקאנאמיע וועט אינגאנצן צוזאמפאלן.

דאס טאר נישט טאלערירט ווערן, און אוודאי נישט קאנגראטולירט ווערן.

נאכדעם וואס שאוועז איז ארויס פון די כלים אין די לעצטע יארן ווען בוש האט אים געוויזן די רוקן, באקומט ער פלוצלונג א שמייכל פון וואשינגטאן. און די שענסטע איז, ער האט נישט געדארפט טוישן דעם טאן אדער ווערן עטוואס מער דעמאקראטיש גענויגט עס צו באקומען.

די לעגיטימאציע פון וואשינגטאן איז א וויכטיגע זאך וואס מען טאר נישט פארקוקן. שאוועז, לויט ווי מען קען זעהן פון זיין צען יעריגע רעזשים, איז אויסן צו האבן די זעלבע מאכט ווי זיין לערער פידעל קאסטראו. ער איז אבער גענוג כיטרע צו וויסן אז ווען ער וועט אפן ארויסווייזן זיינע געדאנקען, דאן וועט ער אויך געניסן פון וועלטליכע אנזעהן פונקט ווי קובא. דעריבער פארקויפט ער זיך אלס א "רעוואלוציאנערע דעמאקראטיע," א הוילע סלאגאן. און איצט אז נישט נאר זיינע לאטיינישע פריינט וועלן אים קלאפן גוט-ברודעריש אין רוקן, נאר ער וועט געניסן אויך פון די איינשטימיגע קאפ-שאקל פון אמעריקע, אייראפע, און נאך, וועט ער ווירקליך קענען טוהן וואס זיין הארץ גלוסט.

טא וואס איז דער מיין פון די סטעיט דעפארטמענט סטעיטמענט? צייגט דאס די אפיציעלע דיפלאמאטישע ליניע וועלכע מיר קענען ערווארטען פון די אבאמא אדמיניסטראציע?

לאמיר צוריקגיין מיט עטליכע מאנאט צו מאי 2008, ווען די פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן דעבאטירט אין פלארידע אויב מען זאל איזאלירן דעם ווענעזועלן דיקטאטער אדער פארהאנדלען מיט אים.

אייגענטליך האבן עס די פרעזידענטליכע קאנדידאטן נישט דעבאטירט, איין פרעזידענטליכע קאנדידאט האט עס דעבאטירט מיט זיך זעלבסט. דער דאמאלסדיגער סענאטאר באראק אבאמא האט געזאגט איין טאג אזוי, און אויפצומארגנס פונקט פארקערט.

פאר וואלטער פאקעטשאו פון די 'ארלאנדאו סענטינעל' האט אבאמא געזאגט דאנערשטאג אז ער וועט זיך פערזענליך טרעפן מיט מר. שאוועז: "איינע פון די העכסטע פריאריטעטן אין מיינע פארהאנדלונגען מיט פרעזידענט יוגא שאוועז וועט זיין אפצושטעלן די אנטי-אמעריקאנע סענטימענטן אין לאטיין אמעריקע, זיין שטיצע פון די (טעראריסטישע גרופע) FARC אין קאלאמביע, און נאך טעמעס," האט אבאמא געזאגט, און בארעכטיגט זיינע פלענער פאר דירעקטע פארהאנדלונגען זאגנדיג אז "עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז דאס איגנארירן פון די לענדער האט נישט געפירט צו פארבעסערטע אויפפירעכטס פון זייער זייט, און האט נישט געדינט אונזערע נאציאנאלע אינטערעסטן."

ווירקליך א גוטע טענה.

אבער אין א רעדע אין מיאמי אויפצומארגנס פרייטאג, האט אבאמא געזאגט אז סיי וועלכע לאטיין-אמעריקע רעגירונג שטיצט FARC (די שפאנישע אקראנים פאר 'רעוואלוציאנערע באוואפענטע קרעפטן פון קאלאמביע'), דארף ווערן איזאלירט. "מיר וועלן ווארפן א שיין אויף יעדע שטיצע פאר פארק וועלכע קומט פון די דערנעבענדיגע רעגירונגען," האט אבאמא געזאגט פאר די 'קובאנע-אמעריקאנע נאציאנאלע פונדאציע'. "די אויפפירונג מוז ווערן אויפגעדעקט פאר אינטערנאציאנאלע פארדאמונג, ראיאנאלע איזאלאציע, און אויב נויטיג, שווערע סאנקציעס. עס טאר נישט אנהאלטן."

דזשעיק טעפּער פון עי.בי.סי. האט דאס באלד אויפגעכאפט און געפרעגט: הייסט עס אז ער וועט זיך באגעגענען מיט א פירער פון א לאנד וועלכע ער זאגט גלייכצייטיג אז עס דארף איזאלירט ווערן? הא?

טעפּער גייט אבער ווייטער, און פרעגט נאך א שטערקערע פראגע. אין דעם אינטערוויו מיט די 'ארלאנדאו סענטינעל' האט אבאמא געזאגט אז שאוועז שטיצט FARC. אבער דעם נעקסטן טאג אין אן אינטערוויו מיט די מיאמי העראלד האט ער צוריקגעצויגן: "מיר דארפן האלטן ווענעזועלא פאראנטווארטליך אויב זיי פרובירן טאקע אונטערצושטיצן טעראר אקטיוויטעטן אין אנדערע לענדער," זאגט אבאמא. "טאמער ווענעזועלא האט פארלעצט די געזעצן, דאן דארפן מיר מאביליזירן אלע לענדער ארויפצולייגן סאנקציעס אויף ווענעזועלא און זיי לאזן וויסן אז דאס איז נישט אננעמבאר."

הייסט עס אזוי, איזאלירן אדער פארהאנדלען מיט ווענעזועלא ווענדט זיך בלויז אין זייער שטיצע פון די FARC טעראריסטן? דאן ווי אזוי האט אבאמא בארעכטיגט דירעקטע פארהאנדלונגען מיט'ן טענה אז "דאס איגנארירן פון די לענדער האט נישט געפירט צו פארבעסערטע אויפפירעכטס פון זייער זייט, און האט נישט געדינט אונזערע נאציאנאלע אינטערעסטן?"

אן אבאמא אויסער'ן פאליסי ראטגעבער האט שפעטער געזאגט פאר דזשעיק טעפּער אז אבאמא גלויבט יא אז שאוועז שטיצט פארק.

אבאמא מוז עס נישט גלויבן, די באווייזן דערויף זענען גאנץ קלאר און אומ-אפפרעגבאר. קאלאמביאנע אויטאריטעט'ן האבן פארגאנגענעם מערץ געכאפט א לעפטאפ קאמפיוטער פונעם פארק פירער רעאול רעיעס, און דארט געפינען עטליכע און דרייסיג טויזנט געהיימע פיילס. די דאקומענטן האבן געוויזן קליפ-און-קלאר אז שאוועז און דער עקוואדאר'ער פרעזידנט ראפאעל קארעא גיבט זיי אקטיווע שטיצע און וואפן. צווישן אנדערע האט מען דארט אויך געפינען א צוזאג פון שאוועז פאר נאך $300 מיליאן אין געלט שטיצע.

איצט בלייבט נאר שווער די לעצטע פראגע: אויב אבאמא ווייסט און גלויבט אז שאוועז שטיצט די טעראריסטן, דאן פארוואס האט ער געזאגט אז ער וועט מיט אים פירן געשפרעכן? דא קומען מיר צו אן אנדער'ן טייל פון אבאמא'ס רעדע אין מיאמי יענעם פרייטאג, אין וועלכע ער באשולדיגט גאר פרעזידענט בוש אין דעם אז שאוועז האט איבערגענומען די מאכט.

"זינט די בוש אדמיניסטראציע האט אנגעהויבן די אומ-געצילטע קריג אין איראק, זענען אירע פאליסיס אין דרום אמעריקע געווען פארנאכלעסיג קעגן אונזערע פריינט, אומ-עפעקטיוו מיט אונזערע קעגנער, אומ-אינטערסירט אין די פראבלעמען וועלכע מאכן אויס אין מענטשן'ס לעבנס, און אומ-טויגליך אין פאראויס-שטופן אונזערע אינטערעסן אין דעם ראיאן," האט אבאמא געטאדלט. "עס איז דעריבער קיין וואונדער אז דעמאגאג'ן ווי יוגא שאוועז זענען אריינגעטרעטן אין דעם וואקיום."

איי, וועט איר פרעגן: שאוועז איז דאך ארויף אויפ'ן בענקל אין ווענעזועלא אין 1998, און בוש ערשט אין 2000? דאן ווי אזוי קען בוש געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר שאוועז'נס שטייגן צום טראן?

אוי פרעגט איר דאך גוט!

אבאמא האט טאקע באוויזן נאך איידער ער איז געווארן פרעזידענט, אז ער איז נישט "פארנאכלעסיג קעגן אונזערע פריינט," אדער "אומ-עפעקטיוו מיט אונזערע קעגנער." צווישן די דאקומענטן אויף דעם קאמפיוטער פונעם FARC הויפט רעאול רעיעס, האט מען געפינען א בריוו אין וועלכע ער שרייבט צו זיינע געהילפן אז ער האט זיך באגעגענט מיט "צוויי גרינגאו'ס" (גרינגאו – א באליידיגונג אויסדרוק פאר אמעריקאנע) וועלכע האבן אים געזאגט אז סענאטאר אבאמא וועט ווייזט אויס זיין דער נעקסטער פרעזידענט, און ער וועט אפהאקן די מיליטערישע הילף פאר קאלאמביע און אויך זיך קעגנשטעלן די פרייע האנדל אפמאך מיט די קאלאמביאנע רעגירונג.

פארפאלן, אבאמא פארשטייט צו די טעראריסטן, און זיי פארשטייען אים אויך...

די צווייפלהאפטיגע בוש באשולדיגונגען און נאכאנאנדיגע קעגנזאצן וועלכע האבן געדינט דעם ציל אלס קאמפיין רעטאריק, האבן אין די אבאמא אדמיניסטראציע אנגענומען א פארעם פון אפיציעלע אויסער'ן פאליסי. אויב די ליניע וועט ווייטער אנהאלטן, דאן וועט אבאמא זיך שפירן גאנץ באקוועם פירנדיג געשפרעכן מיט שאוועז, א בחינה פון מצא 'דעמאגאג' את מינו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא, ס'איז א רחמנות, די איינוואונער פון ווענעזועלע זענען אויף צרות, זיי וועלן בקרוב וואונען אין א פולקאם קאמעניסטיש לאנד, אבאמא וויל אויך גיין אין דעם ריכטונג, כ'האף אז ער וועט נישט אויספירן...

ר' יודל, יא איר קענט! נישט אזוי ווי אונזער דעמאגאג! נאר איר קענט טאקע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דיס גיי איז אנריעל, וויטש גיי אר יו עסקינג? אה אלל אף דעם, יוגא מיט זיין אזויגערופענע דעמאקראטיע, אבאמא מיט זיין געלונגענע אויסערן (ווי אינערן) פאליטיק, און ר' יודל מיט זיין חוש ההסבר.

יישר כח ר' יודל איר האט מיר נאכאמאל נישט אויסגעשפילט.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך בין שוין צוגענאגלט צו מיין סקרין פאר די לעצטע 10-15 מינוט, מיין נאז טיף אין די ארטיקל שלינגענדיג א יעדעס ווארט. עס איז נישט קיין רחמנות אויך די ווענעזיעלער בירגער ווייל זיי זענען זיך אליינס שולדיג, זיי האבן אים אריינגעברענגט און זיי האבן אים נישט אפגעשטעלט ווען ער האט אנגעהויבן מיט זיינע שטיקעס ווען ער האט נאציאנאליזירט אלע פירמעס ווי טעלעפאון וכדומה, דעמאלטס האבן זיי געזאגט אז עס איז נישט געפערליך, סך הכל ווי ער רעגולירן די פירמעס אזוי וועט די עקאנאמיע זיין שטערקער, אדער האבן זיי געזאגט אז פארוואס זאלן די פאר בעלי בתים פון די פירמעס זיין רייך און מיר אלע ארים. לאז די רעגירונג נעמען די פירמעס און אזוי וועלן מיר קענען אויך געניסן פון די פירמעס. און יעצט זענען זיי אין א פעקל.


יעצט וויל איך זיין די דעווילס אדוואקאט פאר א מינוט און פרובירן צו פארענטפערן די סטעיט דעפארטמענטס גראטולאציע פון ווענענזיעלא. ווען אן ארמיי טיט לאקערן אויף א שונא און פלוצלינג זעהט מען אז זיי ציען זיך צוריק פון זייערע פאזיציעס וועלן אלע גלייך שרייען אז זייזענען משוגע, פארוואס ציען זיי צוריק? מען מוז אינגאנצן אויסראטן די שונא. און פון די אנדערע זייט שאלט טאקע די שונא אז ער האט באזיגט זיין קעגנער, והא ראי' אז ער ציט צוריק. אדערווייל אפאר טעג שפעטער באווייזט זיך די ארמיי גאר פון אן אנדערע זייט און צוליב די מאמענטום אוו סורפריי לייגט ער אנידער זיין שונא איינס צוויי דריי. בקיצור ער האט אויסגענארט די שונא אז ער האט אויפגעגעבן אויף די שלאכט, און ווען די שונא האט אראפ געלאזט זיין גארד האט ער אים גענצליך פארניכטעט.


קען זיין אז דאס איז די פאליסי פון די אבאמא אדמיניסטראציע, לאמיר איינרעדן שאוועז'ן אז מיר זענען זייע פריינט, אזוי אז ער זאל גארנישט חודש זיין, און דערנאך וועלן מיר אים סורפרייזן מיט פאטאלע אטאקע צו פין אונענווייניג אדער פון אינדערויסן.



.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

יישר כח ר' יודל

זייער שיין און רייך באשריבן

זאל דער באשעפער אים באצאלן פארן טשעפען אידישע קינדער
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
שמייכל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2007 2:01 am
לאקאציע: אויף די לעפצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל »

לעווי,
עס קען זיין ווי די זאגסט אבער די אבאמא אדמיניסטראציע איז באקאנט אלס אנטי-מלחמה פרעדיגער.
דאס זעלבע טוט ער מיט איראן וואו ער שיקט דיפלאמאטן פארהאנדלן און זיך אויסגלייכן, אויך נעמט ער ארויס טרופן פון איראק (עכ"פ לויט זיין קאמפיין). ער האלט אז מיט שלום וועט ער מער אויפטאן.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב דאך געשריבן אז קען זיין אז די קלאפ וועט קומען פון אינענווייניג.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ר' יודל, הערליך א-ווי שטענדיג, יישר כח.

לעווי, רעדעך איין. אבאמא זעט דערווייל נישט אויס, ווי איינער מיט אזעלכע איידיעס.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יודל הערליך, כ'בין משוגע פאר דיין ארטיקל.
לעוי, אבאמא האט נישט קיין אידישן קאפ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

א גרויסן יישר כח פאר די חשובע קרעטשמע מיטגלידער פאר די קאנגראטולאציעס און קאמענטארן אויף דעם און מיינע אנדערע ארטיקלען.

אינני בכח, מזמור לתודה פרטית - לכל אחד לשלוח, זאל עס דעריבער יעדער אננעמען אלס פערזענליכע 'שקויעך'!

הרב לעווי, כאטש איך גלויב נישט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט אין פלאן א פאטאלע קלאפ פאר שאוועז, ביזטו אבער גערעכט אז מען קען קיינמאל נישט אויסרעכענען די פלענער פון די קעפ אין וואשינגטאן. גראדע זענען עס די לינקע וואס אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן זענען זיי געווען די 'טריגער העפי' קאובאו'ס, און נישט געטראכט צוויי מאל איידער'ן גיין אין קריג.

ממילא קען מען נישט וויסן וואס וועט זיך דא אויסקאכן מיט ווענעזועלא. עס בלייבט אונז נאר איבער מתפלל צו זיין פאר די אידישע קינדער וואס וואוינען דארט, און בכל מקומות מושבותיהם. גלייכצייטיג איז אויך אונזער פליכט מתפלל צו זיין בשלום המלכות. ס'הייסט די רעגירונג, בכלליות. ווייל אפגעזעהן צו לינק אדער רעכט, פירט דאך ג-ט ב"ה אליין זיין וועלטל, און אלע זענען אין זיין האנט.

זאל דער גוטער פאטער אוודאי האלטן די רעכטע האנט אויף זיינע ליבע קינדערלעך, און אונז פרייליך מאכן בשמחת עולם אין דעם פרייליכן מרבין בשמחה חודש אדר.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

שטארק הנאה געהאט ר' יודל, יישר כח.

לגבי ס'ענין מיינעך אז מ'קען נישט געבן א מאך אוועק די אדמיניסטראציע'ס צוגאנג צו שאוועז, סוכ"ס ווייסן זיי זייער גוט וואס פאר א דעמאקראטישער דיקטאטור דער שאוועז איז, און כ'שטעל מיר פאר אז בעפארן ארויסגעבן דעם סטעיטמענט זענען די גרעסטע קעפ געזיצן דערויף בכובד ראש דאס צו דן זיין.

איך וואלט אנגעקוקט ס'געשיכטע מער אויף א פאזיטיווע בליק, דהיינו, ווען א מלמד פלאגט זיך צוזאם מיט א קינד אין חדר, און ער האט איינגעזען אז מ'מוז צוגיין צום קינד מיטן שטרענגסטן, אזוי ארום וועט זיך ס'קינד אויס'מענטש'לען, און ס'אדורך דאס יאר און מ'האלט ביי אלף, און דאס קינד ווערט נאר א גרעסער מחוצף.

ווען ס'געקומען אריינצוגיין אינעם נייעם חדר צום נייעם מלמד, האט דער אלטער מלמד איבערגעגעבן פונקטליך דעם מצב פונעם קינד פארן נייעם מלמד, אבער דער נייער מלמד הערענדיג אז מיט געוואלד האט נישט געהאלפן, האט ער אנגענומען גאר א צווייטן מהלך. ער האט אנפאנג גערעדט צום אינגל גאר שיין, און אזוי האט ער אים אפגעקויפט, און דער אינגל האט זיך שטענדיג פרובירט ציצושטעלן צום מלמד, און אוודאי און אוודאי האט ער זיך שוין נישט אזוי מתחצף געווען פארן מלמד, און פון דארטן און ווייטער איז שוין נישט געווען אזוי שווער אים צו אויס'מענטש'לען.

די משל איז וויייט נישט דער זעלבער ווי נמשל, אבער מ'קען פארשטיין דעם גאנג.

לגבי די פעירנעס דאקטרין, האבעך הנאה אז דער אבאמא אדמיניסטראציע האט פארגאנגענע וואך געלאזט מעלדן אז זיי גייען דאס נישט צוריק איינפירן.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

יישר כוח ר' יודל
פארן בארייכערן מיינע ידיעות אין מחשבות
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

עס האט גענומען צוויי טאג אבער צום סוף האב איך עס גענדיגט, שכוח ר' יודל.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:

פארפאלן, אבאמא פארשטייט צו די טעראריסטן, און זיי פארשטייען אים אויך...

די צווייפלהאפטיגע בוש באשולדיגונגען און נאכאנאנדיגע קעגנזאצן וועלכע האבן געדינט דעם ציל אלס קאמפיין רעטאריק, האבן אין די אבאמא אדמיניסטראציע אנגענומען א פארעם פון אפיציעלע אויסער'ן פאליסי. אויב די ליניע וועט ווייטער אנהאלטן, דאן וועט אבאמא זיך שפירן גאנץ באקוועם פירנדיג געשפרעכן מיט שאוועז, א בחינה פון מצא 'דעמאגאג' את מינו.



לעווי האט געשריבן:

יעצט וויל איך זיין די דעווילס אדוואקאט פאר א מינוט און פרובירן צו פארענטפערן די סטעיט דעפארטמענטס גראטולאציע פון ווענענזיעלא. ווען אן ארמיי טיט לאקערן אויף א שונא און פלוצלינג זעהט מען אז זיי ציען זיך צוריק פון זייערע פאזיציעס וועלן אלע גלייך שרייען אז זייזענען משוגע, פארוואס ציען זיי צוריק? מען מוז אינגאנצן אויסראטן די שונא. און פון די אנדערע זייט שאלט טאקע די שונא אז ער האט באזיגט זיין קעגנער, והא ראי' אז ער ציט צוריק. אדערווייל אפאר טעג שפעטער באווייזט זיך די ארמיי גאר פון אן אנדערע זייט און צוליב די מאמענטום אוו סורפריי לייגט ער אנידער זיין שונא איינס צוויי דריי. בקיצור ער האט אויסגענארט די שונא אז ער האט אויפגעגעבן אויף די שלאכט, און ווען די שונא האט אראפ געלאזט זיין גארד האט ער אים גענצליך פארניכטעט.


קען זיין אז דאס איז די פאליסי פון די אבאמא אדמיניסטראציע, לאמיר איינרעדן שאוועז'ן אז מיר זענען זייע פריינט, אזוי אז ער זאל גארנישט חודש זיין, און דערנאך וועלן מיר אים סורפרייזן מיט פאטאלע אטאקע צו פין אונענווייניג אדער פון אינדערויסן.



.

אקעי. זיי האבן זיך שוין געטראפן.
וואס זאגט איר יעצט?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אין 1998, די יאר וואס יוגא שאוועז איז ערוועלט געווארן אלס פרעזידענט, האבן געוואוינט אין ווענעזועלא 22,000 אידן. היינט איז די דארטיגע אידישע באפעלקערונג געשאצט אויף צווישן 10 און 15 טויזנט.

די נומערן דערציילן די גאנצע מעשה. די אידן פון ווענעזואעלא אנטלויפן קיין מיאמי און אנדערע ערטער צוליב די אנטי-סעמיטיזם וועלכע זיי שטייען אויס אינדערהיים. אין אן אינטערוויו די וואך אין וואשינגטאן די.סי., האט דער הויפט רב פון לאנד געלאזט הערן א ווארנונג: "עס הערשט גרויס פחד אין די אידישע געמיינדע צוליב די לעצטע פאסירונגען," זאגט הרב פינחס ברעמער, "און נאך מער פון וואס עס קען נאך פאסירן."

שאוועז'נס העצע קעגן אידן איז פון לאנג באקאנט. אין די לעצטע יארן האט ער אנגערופן די אידן אין ווענעזועלא אלס "אפשטאמיגע פון די זעלבע וועלכע האבן געקרייציגט דעם אותו האיש" און "א מינאריטעט וועלכע האט איינגעשאפט אלע גאלד פון די פלאנעט." לויט רב הערצפעלד פון וואשינגטאן וועלכער האט באזוכט אין ווענעזועלא לעצטענס, טוט "שאוועז איזאלירן די אידן און העצט די ווענעזועלאר באפעלקערונג קעגן די אידישע געמיינדע. די רעגירונג טראנספארמירט א געזעלשאפט וועלכע האט פריינטליך אויפגענומען די אידן אין די פארגאנגענהייט."

רב ברעמער וועלכער וואוינט שוין אין ווענעזועלא פאר איבער 40 יאר, זאגט אז ער האט אמאל נישט באגעגענט קיין אנטיסעמיטיזם אין ווענעזועלא, און אויך נישט געהערט פון אנטי-סעמיטיזם, אבער די צושטאנד עס האט זיך דראסטיש געטוישט אין די לעצטע יארן.

אין יאנואר היי יאר איז די גרעסטע ספרד'ישע שול אין קאראקעס וואנדאליזירט און געשענדעט געווארן, מיט שרעקליכע אנטיסעמיטשע אויפשריפטן אויף די ווענט. א מאנאט דערויף איז א צווייטע שוהל אטאקירט געווארן מיט א האנט גראנאט.

אן ארטיגער פראפעסער האט פאַרעפענטליכט א בריוו אין וועלכע ער רופט די באפעלקערונג צו באיקאטירן אידישע ביזענעסער און קאנפיסיקירן די פארמעגנס פון אידן וועלכע שטיצן מדינת ישראל. די אויסשפראך וועלכע ער האט גענוצט אין זיין ארטיקל ענדעלט גאר שטארק אין די פון די נאציס אין 1930, נאר אויף שפאניש.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דער אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

שאוועז זאגט אז "קאמראד אבאמא" איז שוין מער לינק פון אים און קאסטרא.

זאל מען לאכן, אדער וויינען?
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

פרעגסט צו לאכן אדער וויינען?

ווער עס וויל באמת סיי לאכן און סיי וויינען, זאל גיין אויסהערן זיינע רעדעס וואס ער געט יעדע ואך פאר עטליכע שעה, ווי ער ווארפט צוזאם הויפענס מיט שטותים, און מען קען לאכן אדער וויינען, ווי פארוקט ער איז.

נישט פארגעסן, די וואך האט ער אויך באשולדיגט די סי איי עי, אז זיי האבן פלאנירט א אטענטאט אויף אים, און ער האט עס באצייטענס אנטדעקט, יאבאבאם שאוועז! האסט אסאך זיסע חלומות.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

ער רעדט אסאך, און אוטאמאטיש אויך פיל שטותים. אבער "קבל את האמת ממי שאמרו."
אין קאמוניזם פארשטייט ער דאך גאר גוט, דאס איז לית מאן דפליג.

דו ווייסט פאר א פאקט אז די סי.איי.עי. האט נישט געפלאנט קיין אטענטאט קעגן אים? עס איז שוין נישט קיין סוד אז זיי פארנעמען זיך אפט מיט דעם צוגאנג, און נישט פון היינט. עס לייגט זיך גראדע אויפ'ן שכל אז זיי האבן געפלאנט אים אראפצו-ווישן פון די מאפע. וואס איך גלויב אבער נישט איז, אז ער קען עס אויפווייזן. ווען יא וואלט ער עס שוין געטוהן.

אויסערדעם שטאמט זיין פחדנות פון פאראנאיע. אלע זעלבסט געבויעטע פירער-דיקטאטור'ן זענען פון נאטור אויס פאראנאיד. ווען נישט וואלט מען זיי דאך באגראבן אויפ'ן וועג ארויף. דעריבער געטרויען זיי טאקע קיינעם נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”