ק.נ.א. וועטער ביורא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טראפישע שטורעם Iota, דער ניי געקרוינטער נאכפאלגער פון ETA, ווערט שטערקער און שטערקער.
ס'האלט שוין ביי 70 מייל א שעה, און איז שוין גאר נאנט צו ווערן באצייכענט אלס קאטעגאריע 1 האריקעין.

ס'איז ערווארטעט אז פונקט ווי ETA וועט אויך Iota ווערן א מאכטפולע מאנסטער שטורעם, און קען אנקומען צו א קאטעגאריע 4 שטארקייט ביז 48 שעה ארום.

גענוי ווי ETA צילט אויך Iota אנצופאלן אויף Nicaragua און פון דארט צו Honduras, איין חילוק איז נאר... ETA האט שפעטער געצילט צו רעכטס ארויס צוריק צום קאראביען ים, און Iota צילט אויף לינקס אריינצופארן אינעם פאסיפיק.

שוין געווארן א האריקעין!

ס'איז ערווארטעט אז Iota וועט זיך פארשטערקערן מיט א בליץ-שנעל ספיד, און קען שוין אנקומען צו א מעידזשער האריקעין סטאטוס אין ווייניגער ווי 24 שעה ארום.

יאפ ער האלט זיך און איין פארשטערקערן האלט שוין יעצט ביי 85 מייל א שעה
אטעטשמענטס
114759_5day_cone_no_line_and_wind.png
114759_5day_cone_no_line_and_wind.png (81.08 KiB) געזען 1845 מאל
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

ק. נ. א יש"כ פאר די זאפטיגע אפדעיטס,
זאג נאר, דאס אז די לעצטיגע עטליכע הוריקענס ווערן גאר שנעל ווילד און שטארק האט צו טון מיט די יעצטיגע שוין אנהייב ווינטער סיזען? אדער מיט די לאקאציע ווי ער דרייט זיך?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מאתים האט געשריבן:ק. נ. א יש"כ פאר די זאפטיגע אפדעיטס,
זאג נאר, דאס אז די לעצטיגע עטליכע הוריקענס ווערן גאר שנעל ווילד און שטארק האט צו טון מיט די יעצטיגע שוין אנהייב ווינטער סיזען? אדער מיט די לאקאציע ווי ער דרייט זיך?

געוויס האט עס מיט די לאקאציע.

באמת איז דאס א מוסר השכל אויך פארן מענטש, דער מענטש זאל נישט מיינען אז דאס וואס ס'גייט אים נישט אמאל דאס לערנען אדער דאווענען האט צו טוהן מיט די סיזען, דהיינו ס'איז דא צייטן וואס ס'גייט מיר און ס'איז דא צייטן וואס נישט, און יעצט איז די צייט וואס ס'גייט נישט.
ניין! דו קענסט אייביג דינען דעם אייבערשטן, ס'האט גארנישט מיטן צייט... ס'האט צו טוהן מיט די לאקאציע, דהיינו אין וועלכע סביבה מ'דרייט זיך!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אצינד צוריק צום היימישן ניו יארק

א פרישע רעגן איז אויפן האריזאנט היינטיגן זונטאג תולדות.
פארמיטאג דארף מען נאך נישט דעם שירעם אפילו אויב ס'וועט אפשר אזוי אויסזעהן פון די וואלקענעס, אבער נאכמיטאג יא.
און שפעטער ביינאכט א ווינט-פרוף שירעם, אדער א מעיל, אדער בלייבן זיצן אינדערהיים \ ביהמ"ד.

צווישן 1:00 און 3:00 קען אנהייבן צו פאלן די ערשטע טראפן פון לייכטע רעגן און וועט אזוי אנהאלטן ביז ווען די נאכט וועט צופאלן.
צווישן 6:00 און 8:00 וועט די רעגן שוין ווערן מער פארשטערקערט, אבער נישט פון דעם רעדט די פסוק...

די פסוק רעדט פון ווילדע טאנדער סטורעמס (שלאקס רעגן באגלייט מיט שטארקע ווינטן), וואס וועלן דורכרייסן די ראיאן פון צפון מערב צו דרום מזרח.
די תהלוכה פונעם שטורעם וועט ארויסגיין אין די קעטסקילס ראיאן ארום 8:00 צייט, און וועט מאכן צוביסלעך מאכן די וועג ביז צו די סיטי.
ווען די תהלוכה וועט אריינגעפירט ווערן אין די סיטי וועט שוין זיין נענטער צו 10:00 צייט.
די גוטע נייעס איז אבער אז די שטורעם וועט אנהאלטן בלויז א שעה צייט בערך, און איינמאל די ווילדע שטורעם וועט זיך ענדיגן וועט זיך שוין אנהייבן אויסקלארן.

מאנטאג וועט זיין א ווינטיגע (נעשענעל הוטן פליען) טאג, און פארשטייט זיך אויך אז ס'וועט נישט זיין אזוי ווארעם, און א מאנטל און שאל קען צוניץ קומען - ספעציעל אין אפסטעיט.

למעשה איז דא טרעפיק! און די רעגן וועט אנקומען שפעטער אביסל.

די ערשטע טראפן רעגן וועט אנקומען אין אפסטעיט ערגעץ צווישן 4:00 און 5:00 לויט די יעצטיגע אויסקוק
און ארום 6:00 צייט אין די סיטי

די העווי גאס רעגן און ווינטן איז אבער נאך אלס געסקעדזשולט פאר צווישן 8:00 און 10:00, הגם יעצט קוקט אויס אז ס'וועט נישט זיין אזוי שטארק ווי אויסגעקוקט פריער.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א דאנק הער ק.נ.א.

איך זעה איז לא נס ליחו, כה לחי!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

בערל קראקאווער האט געשריבן:א דאנק הער ק.נ.א.

איך זעה איז לא נס ליחו, כה לחי!

גא"מ
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:למעשה איז דא טרעפיק! און די רעגן וועט אנקומען שפעטער אביסל.

די ערשטע טראפן רעגן וועט אנקומען אין אפסטעיט ערגעץ צווישן 4:00 און 5:00 לויט די יעצטיגע אויסקוק
און ארום 6:00 צייט אין די סיטי

די העווי גאס רעגן און ווינטן איז אבער נאך אלס געסקעדזשולט פאר צווישן 8:00 און 10:00, הגם יעצט קוקט אויס אז ס'וועט נישט זיין אזוי שטארק ווי אויסגעקוקט פריער.

די זייגער קלאפט צווישן 4:00 און 5:00, און די ערשטע טראפעלעך רעגן הייבט שוין אן פאלן אין טיילן פון אפסטעיט, אריינגערעכענט בלומינגבורג און קרית יואל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די טאנדער סטורעם פליהט אויף 60 מייל א שעה

ס'איז יעצט אין מאנטיסעלא

אויף דעם ספיד וועט עס שוין אנקומען סאך שנעלער אין די סיטי
אזוי אויך מיינט עס אז ס'וועט זיין א קאם ענד גאו ס'וועט נישט זיצן צו לאנג אויף איין פלאץ
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

נאך ווי לאנג גייט רעגענען? (איך האנישט א שירעם........ )
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כ׳ווייס נישט וואס דער מצב איז איבעראל, אבער אין וומסב״ג האבן די וואלקענעס זיך אויסגעבלאזן די נאז אין געגאנגען ווייטער.

יעצט איז אלעס צוריק שא שטיל. ביי אלע ווינקלען זענען אנגעזאמלט גרויסע וואסער קופקעס און לאזן נישט דעם עולם קראסן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳ווייס נישט וואס דער מצב איז איבעראל

אין קרית יואל האבן די שטארקע ווינטן זיך דוקא פארלייגט אויף א געוויסע עלעקטעריק-שטאנג אויף פארעסט ראוד נעבן די פארקינג לאט פון ביהמ"ד הגדול, ס'האט געשפריצט פונקען פייער, אזש ס'איז געווען אש מים (רעגן) און רוח צוזאמען, קען זיין ס'איז געווען עפר אויך, אבער צוליב וואס ס'איז געווארן א בלעקאוט האט מען עס נישט געקענט זעהן.

ב"ה אז יעצט איז שוין אלעס צוריק ווי אמאל, ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט געדארפט רופן גוי'אישע עלעקטערישאנס פון עפעס א קאמפאני O&R צו פיקסן די ווייער'ס, נישטא גענוג עלעקטערישאנס אין קרית יואל?

IMG-20201115-WA0223.jpg
IMG-20201115-WA0223.jpg (66.21 KiB) געזען 1104 מאל

-----

יעצט איז דא א שטיקל ברעיק אין די ווינטן, אבער ס'וועט צוריקקומען, און מארגן וועט זיין א ווינטיגע טאג, הגם נישט אזוי שטארק ווי בשעת די ווילדע שטורעם האט דורכגעריסן.

לאמיר האפן אז די ווינטן וועלן נישט מאכן מער קיין שווארצע-אינדרויסן [בלעק-אוט], אז יא וועט מען מוזן מאכן א BLM פראטעסט.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אין לאגווארדיע לופטפעלד איז באריכטעט געווארן א ווינט גאסט פון 62 מייל א שעה, אין קענעדי 59 מייל א שעה, אין סענטראל פארק 41 מייל א שעה.

ס'איז פריער אין די נאכט געווען "טארנעידא ווארענונגען" פאר טיילן פון וועסטשעסטער קאונטי, די בראנקס, און קווינס, און אזוי אויך אין לאנד איילענד און אין קאנעטיקוט.
לעצט פארראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום זונטאג נאוועמבער 15, 2020 11:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אין בערגן קאונטי ניו דזשערזי האט א בוים זיך נישט געקענט האלטן גענוג פעסט קעגן די בייזע ווינטן און איז נעבעך אומגעפאלן.
מערקט ווי אינעווייניג אין די הייזער איז טונקל, ס'איז צווישן די פילע געגענטער וואס האבן נאכט געליטן פון א קורצע פארשליסונג (קורצשלוס בל"ע).
אטעטשמענטס
Em6c8SKXMAAzC7v.jpg
Em6c8SKXMAAzC7v.jpg (60.74 KiB) געזען 1050 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אויך אין בערגן קאונטי, דא איז יא דא עלעקטער קוקט אויס.

מערקט דעם גרויסן בוים וואס האט באשלאסן צו טרינקען די רעגן וואסער בהסיבה.
אטעטשמענטס
Em6klkQWMAA5WtW.jpg
Em6klkQWMAA5WtW.jpg (83.34 KiB) געזען 1037 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אין Old Greenwich CT איז דא שטארקע דעמידזש איבעראל. גאס נאך גאס איז פיל מיט אזעלכע מראות
איינער פון די ארטיגע איינוואוינער האט אויך באקומען אן אומגעוואונטשענעם גאסט אין שטוב ווען א בוים האט זיך איינגעבראכן דורכן דאך און געלאנדעט אין קיטשען
(געווען זייער הונגעריג זעהט אויס)
אטעטשמענטס
Em6m7t6W8AEhLeS.jpg
Em6m7t6W8AEhLeS.jpg (12.8 KiB) געזען 1018 מאל
Em6m7uNW8AIbjYR.jpg
Em6m7uNW8AIbjYR.jpg (24.31 KiB) געזען 1018 מאל
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין בערגן קאונטי ניו דזשערזי האט א בוים זיך נישט געקענט האלטן גענוג פעסט קעגן די בייזע ווינטן און איז נעבעך אומגעפאלן.
מערקט ווי אינעווייניג אין די הייזער איז טונקל, ס'איז צווישן די פילע געגענטער וואס האבן נאכט געליטן פון א קורצע פארשליסונג (קורצשלוס בל"ע).

מערקט דעם סטעישאן וואגאן. ער האט עס נאך דורך געמאכט...
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

@קנא, קודם איינס דו האסט צוגעלייגט א טאנק מיט פרישע לחלוחית צו דיר, און ס׳גיסט זיך. איך געדענק נישט אין די פארגאנגענהייט אזא געשמאק צו ליינען די וועטער אנאליז.

אלנפאלס לא על של זאת באתי.

באתי לבקש ולהתחנן אז דו זאלסט ברענגן עפעס א ווייסע ברעקל אדער צוויי פאר אונז. דו ווייסטאך וואסארא שווערע יאר מיר האבן מיטגעמאכט מיר דעזערווערן א ווייסע ליילעך.

הצעיר באלפי ישראל
ממש אזוי
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ממש אזוי האט געשריבן:דו ווייסטאך וואסארא שווערע יאר מיר האבן מיטגעמאכט מיר דעזערווערן א ווייסע ליילעך

וואס? א ווייסע ליילעך ווילסטו? :shock: כ'האף אז דו מיינסט עס נישט 'ממש אזוי'.

---

נישט געזארגט ס'וועט נאך אנקומען די שניי, ס'איז נאך אביסל צי פרי אין סיזאן פאר שניי.
ס'איז נאך דא א גוטע 5 וואכן ביזן אפיציעלן אנהייב פון ווינטער, און געווענדליך די ערשטע שנייען אין ברוקלין הייבן זיך אן הערשט ערגעץ אין דעצעמבער

איר מיינט אפשר אז די ווינט וואס האט אונז פריער באזוכט הייסט שטארק?
נע, די חברה דארט אין זיד אמעריקא וואלטן זיך געוואונטשן הלוואי נאר אזא ווינט.

זיי גרייטן זיך צום צווייטן מאנסטער שטורעם אין בלויז 2 וואכן...

האריקעין Iota איז יעצט שוין זיכער א קאטעגאריע 3 האריקעין, בלויז פון כאפן א בליק אויף אים אויפן סעטעלייט זעהט מען שוין אלעס מ'דארף שוין נישט מעסטן...(מערקט דעם שארפן אויג, א צייכן פון א שטארקע האריקעין).

די נעקסטע אפיציעלע באריכט פון די NHC קומט ארויס אין בערך א האלבע שעה ארום מיט נאך א פערטל.
אטעטשמענטס
c40049e5-a7f0-4fd3-8d74-f37c26b3a500.jpg
c40049e5-a7f0-4fd3-8d74-f37c26b3a500.jpg (212.4 KiB) געזען 1650 מאל
לעצט פארראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 12:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:דו ווייסטאך וואסארא שווערע יאר מיר האבן מיטגעמאכט מיר דעזערווערן א ווייסע ליילעך

וואס? א ווייסע ליילעך ווילסטו? :shock: כ'האף אז דו מיינסט עס נישט 'ממש אזוי'.

---

נישט געזארגט ס'וועט נאך אנקומען די שניי, ס'איז נאך אביסל צי פרי אין סיזאן פאר שניי.
ס'איז נאך דא א גוטע 5 וואכן ביזן אפיציעלן אנהייב פון ווינטער, און געווענדליך די ערשטע שנייען אין ברוקלין הייבן זיך אן הערשט ערגעץ אין דעצעמבער

פאראיאר דוכט זיך איז געווען א שווארצע ווינטער, קיין שניי!
ת'זכור פ'אריעריגע ש'ניי
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

נישט געווען אזוי שווארץ ווי דו מאכסט עס, ס'איז יא געווען שניי, נאר זייער ווייניג.
און טאמער מיינט איר אז ס'איז געווען א רעקארד? בכלל נישט...

די רעקארד ווייניגסטע אין ניו יארק סיטי איז 1973 למס' (תשל"ג) ווען ס'איז געפאלן א נישטיגע 2.8 אינטשעס (א יאר שפעטער איז 23.5 אינטשעס געפאלן).

איינס נאכדעם קומט 2002 למס' (19 יאר צוריק) מיט 3.5 אינטשעס פארן גאנצן ווינטער (א יאר שפעטער איז 49.3 אינטשעס געפאלן).

די דריטע אין די דרייע קומט יאר 1919 למס' (תרע"ט - איבער 100 יאר צוריק - נאך סאך פאר גלאובל ווארעמינג האט עקזיסטירט) מיט בלויז 3.8 אינטשעס (א יאר שפעטער איז 47.6 אינטשעס געפאלן).

פאריאר ווינטער איז די פערדע אין די רייע, מיט 4.8 אינטשעס.

וועט היי יאר פאלן אסאך שניי אזוי ווי נאך 1919, און נאך 2002?
אדער וועט זיין היי יאר מער ווייניגער עוורידזש אזוי ווי נאך 1973 און נאך 1932 (וואס איז די פינפטע אין די רייע מיט 5.5 אינטשעס פארן סיזאן, און א יאר שפעטער 27 אינטשעס).

דאס אלעס וועל מיר געוואויר ווערן אין די נעקסטע פאר חדשים
אבער קוקענדיג אין די רעקארד איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די לעצטע 150 יאר אז ס'זאל זיין 2 יאר אין א ציה מיט אזוי ווינציג שניי.
לעצט פארראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 12:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יידישע קהילות האט געשריבן:פאראיאר דוכט זיך איז געווען א שווארצע ווינטער, קיין שניי!
ת'זכור פ'אריעריגע ש'ניי

און וואס מאכט תשפ"א?

ת'היה א'סאך פ'ארפרוירענע ש'ניי
(פארפרוירענע מיינט די ריכטיגע סחורה, נישט קיין נאסע שניי)
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין Iota איז יעצט שוין זיכער א קאטעגאריע 3 האריקעין, בלויז פון כאפן א בליק אויף אים אויפן סעטעלייט זעהט מען שוין אלעס מ'דארף שוין נישט מעסטן...(מערקט דעם שארפן אויג, א צייכן פון א שטארקע האריקעין).

נו וואס האב איך אייך געזאגט?
גלייך מיט איין קוק האט מען שוין געקענט זעהן פריער במה דברים אמורים
צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין

ס'איז יעצט אפיציעל באצייכענט אלס א מאכטפולע קאטעגאריע 3 האריקעין מיט ווינטן פון 125 מייל פער שעה

און איז שוין אפילו כמעט א קאטעגאריע 4, בלויז 5 מייל שטערקער דארף עס ווערן צו ווערן באצייכענט אלס קאטעגאריע 4

אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז ס'איז געגאנגען אין 24 שעה פון א קאטעגאריע 1 ביז כמעט א 4, דאס איז א בליץ שנעלע intensification .
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:

דיין שפראך איז להפליא!!!

יישר כח פאר דיינע שטענדיגע באריכטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאלסט זוכה זיין צו אסאך השפעות טובות. ס'זאך זיך גיסן געלט ווי אינטשעס רעגן, נחת ווי שניי, געזונט ווי ווינטן, און הרחבת הדעת ווי די ווארימע זון וואס שיינט ביים ים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”