"קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
שוין יארן וואס די לייף אינשורענס אינדעסטרי איז נאך קיינער נישט אויפגעקומען מיט א חידוש

דאס קוקט אויס ווי א גוטער איינפאל!

דו ווייסט שוין דעטאלן?

אויב איזעס פלעין עוועירנעסס איזעס טאקע געוואלדיג, אבער נישט קיין בייפאל...

אגב, יעצט איז א יאר פון ווען איך האב אנגעדרייט די עוועירנעסס, דעמאלטס האט העסקן חיים בער מייזעלס אויפגעקומען מיט א געדאנק פאר זיין לאוקל ביהמ"ד אז מ'זאל קאנטאקטן אלע וואס באקומען געלט, למשל קמחה דפסחא, און מ' זאל זיי פרעגן צו זיי האבן לייף אינשורענס, אויב נישט זאל מען זיי אפערן נאך אפאר הונדערט דאללער א יאר צו צאלן פאר אינשורענס... ס'טייטש מאכן עוועיר דעם עולם, און אויב איינער קעניש עפארדן, אים העלפן באצאלן...

הלוואי איז דאס די קעיס, נאר אויף א גרעסערע פארנעם...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
שוין יארן וואס די לייף אינשורענס אינדעסטרי איז נאך קיינער נישט אויפגעקומען מיט א חידוש

דאס קוקט אויס ווי א גוטער איינפאל!

דו ווייסט שוין דעטאלן?

אויב איזעס פלעין עוועירנעסס איזעס טאקע געוואלדיג, אבער נישט קיין בייפאל...

אגב, יעצט איז א יאר פון ווען איך האב אנגעדרייט די עוועירנעסס, דעמאלטס האט העסקן חיים בער מייזעלס אויפגעקומען מיט א געדאנק פאר זיין לאוקל ביהמ"ד אז מ'זאל קאנטאקטן אלע וואס באקומען געלט, למשל קמחה דפסחא, און מ' זאל זיי פרעגן צו זיי האבן לייף אינשורענס, אויב נישט זאל מען זיי אפערן נאך אפאר הונדערט דאללער א יאר צו צאלן פאר אינשורענס... ס'טייטש מאכן עוועיר דעם עולם, און אויב איינער קעניש עפארדן, אים העלפן באצאלן...

הלוואי איז דאס די קעיס, נאר אויף א גרעסערע פארנעם...
דאס הערט זיך זייער אויספירבאר - וואס אויב איין גרעסערע קהילה גייט דאס איינפעדעמען - גייט דאס לכאורה ווערן גיך קאפירט פון מערערע גרעסערע קהילות.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
שוין יארן וואס די לייף אינשורענס אינדעסטרי איז נאך קיינער נישט אויפגעקומען מיט א חידוש

דאס קוקט אויס ווי א גוטער איינפאל!

דו ווייסט שוין דעטאלן?

אויב איזעס פלעין עוועירנעסס איזעס טאקע געוואלדיג, אבער נישט קיין בייפאל...

אגב, יעצט איז א יאר פון ווען איך האב אנגעדרייט די עוועירנעסס, דעמאלטס האט העסקן חיים בער מייזעלס אויפגעקומען מיט א געדאנק פאר זיין לאוקל ביהמ"ד אז מ'זאל קאנטאקטן אלע וואס באקומען געלט, למשל קמחה דפסחא, און מ' זאל זיי פרעגן צו זיי האבן לייף אינשורענס, אויב נישט זאל מען זיי אפערן נאך אפאר הונדערט דאללער א יאר צו צאלן פאר אינשורענס... ס'טייטש מאכן עוועיר דעם עולם, און אויב איינער קעניש עפארדן, אים העלפן באצאלן...

הלוואי איז דאס די קעיס, נאר אויף א גרעסערע פארנעם...
זעהט אויסווי זיי צילן דעם ברייטן ציבור, נישט נאר יחידים.

איך האלט אז אפילו די וואס קויפן יא לייף אינשורענס דארפן אווערנעס וויפיל צו קויפן, און הדרכה וועלכע פאליסי איז די בעסטע פאר אים.

אלנפאלס האף איך אז די פראקטישע חלקים פון די קאמפיין וועלן ווערן געפירט דורך מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט נגיעה, למשל געוועזענע אינשורענס עידזשענטס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שטומפיג האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
שוין יארן וואס די לייף אינשורענס אינדעסטרי איז נאך קיינער נישט אויפגעקומען מיט א חידוש

דאס קוקט אויס ווי א גוטער איינפאל!

דו ווייסט שוין דעטאלן?

אויב איזעס פלעין עוועירנעסס איזעס טאקע געוואלדיג, אבער נישט קיין בייפאל...

אגב, יעצט איז א יאר פון ווען איך האב אנגעדרייט די עוועירנעסס, דעמאלטס האט העסקן חיים בער מייזעלס אויפגעקומען מיט א געדאנק פאר זיין לאוקל ביהמ"ד אז מ'זאל קאנטאקטן אלע וואס באקומען געלט, למשל קמחה דפסחא, און מ' זאל זיי פרעגן צו זיי האבן לייף אינשורענס, אויב נישט זאל מען זיי אפערן נאך אפאר הונדערט דאללער א יאר צו צאלן פאר אינשורענס... ס'טייטש מאכן עוועיר דעם עולם, און אויב איינער קעניש עפארדן, אים העלפן באצאלן...

הלוואי איז דאס די קעיס, נאר אויף א גרעסערע פארנעם...
זעהט אויסווי זיי צילן דעם ברייטן ציבור, נישט נאר יחידים.

איך האלט אז אפילו די וואס קויפן יא לייף אינשורענס דארפן אווערנעס וויפיל צו קויפן, און הדרכה וועלכע פאליסי איז די בעסטע פאר אים.

אלנפאלס האף איך אז די פראקטישע חלקים פון די קאמפיין וועלן ווערן געפירט דורך מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט נגיעה, למשל געוועזענע אינשורענס עידזשענטס
איך האף אז ס'וועט יא געפירט ווערן דורך מענטשן מיט געלט נגיעות. הגם ס'האט חסרונות קען עס אבער פארט ארויסקומען אסאך בעסער און זיך שנעלער ריקן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
פאמפעניקעל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 5:04 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמפעניקעל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ענדליך איז דא ברעכענדע נייעס, א ריזיגע קהילה, די גרעסטע אדער פון די גרעסטע קהילות האט באשלאסן צו מאכן עוועירנעסס פאר לייף אינשורענס, דער עולם ווארט אויף דעטאלן, און באאם, נאכאמאל, ערבים ווס לייף אינשורענס! לאז געמאכט!
איך זעה אז רוב עולם דא אויף איי-וועלט איז היפש פראָ לייף אינשורענס והמסתעף (שטייטצעך הכל בתר רישה גרור...) מיר פערזענדליך באדערד עס שוין אבער פאר עידזשעס! וואס סאאמהאו קען מיין מח-דזשעלי עס נישט מסיג זיין,
און היות איך זעה אז עס גיי שוין נעקסט-לעוועל און אט אט נעמען זיך גאנצעטע קהילת צוזאם 'אונצישרעקן דעם ציבור' אין זיכער מאכן אז יעדער האט לייף אינשורענס, האלט איך אז דער אמת'ער אמת דארף געזאגט ווערן בפומבי מיט באַק-ציינער.

די מעשה גייט אזוי:

פאמפעניקעל א זיידענע יונגערמאן האט חתונה,
פיגערט אויס דאס שלום בית,
עסט פאר-לאָנטש די ווייבס היימיש-געמאכטע טאָנאַ אין א דורכזיכטיגע קאנטעינער אין שווארצע שאפינג בעג נעבן די שירם'עס אין כולל,
לערנט פלייסיג,
א האלבע טאג מאכט ער שוין פאון-קאָלס פאר שומרי -החומות,
ווערט ב''ה געהאלפן,
טאטע/שווער טשיפן-אריין פארן קידוש,
טרעפט זיך פליצלינג טייֵט אין קעשענע,
וואנדערט פון ריקראטער צו ריקראטער צו טרעפן א ביגינער-דזשאב (אויסער בינדן און מאכן קאפיעס פון שליסלעך קען ער גארנישט..)
איינער איז זיך מרחם נעמט אים פאר אן אפיס ארבעטער,
פילטצעך ווי מיליאן-דאלער-פלאָס,
שטעקט אריין די ציצית אינטערן העמעד,
הייבט אן אויפצושטיין פרי,
עפענט אויף אן אֳ-דזשעֶי-סִי אקאנט,
זוכט א קאֳ-סיינער מיט לעכט,
נעמט ארויס אן עֶס-יאָ-ווִי (מיט טינט),
זאגט צו ער גייט געבן היטשעס פאר א יעדעם,
קויפט א טעבלעט פאר ביזנעס,

אריבער א יאר אהאלב:

ווידער געהאלפן געווארן ב''ה,
ס'געווען א וואכטנאכט ווי חתונה,
די רעבעצן קומט ב''ה צו די כוחות,
ער העלפט שוין יעדע נאכט אינדערהיים,

פעסט פאוועד צוויי יאר שפעטער:

אינמיטן די ארבעט קלינגט זיין פאון ער הייבט אויף פאר זיין חבר זעליג-זיינוול: העי וואטס אפ זעליג'וול וואס קען איך טוהן פאר דיר היינט?
ז.ז: שארט טא די פוינט, איך וויל זיך מיטן מיט דיר וועגן לייף-אינשורענס,
פאמפעניקעל: שאאר עניטיים! איך האב טאקע געהערט אז מען קען מאכן געלט דורך אן אינשורענס פאלעסי...

סקעדזשולד, דעיט. טיים. לאקעשן!

ביים מיטונג האט זעליג-זיינוול אונגעהויבן א לענגס און ברייטס ווי וויכטיג עס איז צו האבן קאווערעדזש,,, עד כאן היה המעשה משנים קדמוניות.

לאמיך ענק פרעגן קלוגע יודן:
עס איז דא צוויי חלקים אין א פאלעסי,

1) אויב ח''ו איינער האט געמאכט א יָו-טעֶרן אויף א ראָנג לעין און ס'קומט דאן אריין-ציפליסן א ווייער פון געלט פאר די יורשים.

2) די אלע טויזענטער מענטשן וואס לעבן ב''ה פיין און האקן-א-לעבן, און צאלן פרימיומס פאר זייער רואוקייט צו האבן א פאלעסי אין פלעיס.

איז קודם כל אויף נאמבער 1 פארוואס דארף איך בכלל טראכטן אז איך גיי מארגן שטארבן?

וויפיל 27 יעריגע ינגעלייט לעבן נאך, און וויפיל זענען שוין געשטארבן?

אויב העסטע מיר ענפערן אז קיינער האט אבער נישט קיין שום גארענטי, איז אויב אזוי אפשר זאל איך אויך נישט דרייוון קיין קאר?!
(איך מיין עס איז דא א גרעסערע פראצענט מענטשן וואס שטארבן בשעתן דרייוון וויפיל קרן יתומים'ס עס איז שוין געווען אין די היסטאריע...)

נאכמער אין די מינוט וואס איך הייב אן טראכן פון זאכן וואס קענען אלס געשעהן, איז אויס וועלט!!!

איך דארף מיר יעדן איינציגן טאג טשעקן צו איך זעה נישט ח''ו א באָמפ ערגעץ ווי,

איך קען נישט מאכן קיין שום לעֶפ''ט טעֶר''ן'ס אויפן ראד ווייל א קאר קען קומען אין מיין בליינדספאט,

איך מוז גיין קוקן מיט א פעדער צו מיינע קינדער אטימען טאקע ביינאכט,

גיין אין מקוה מיט קראקס (נישט צו כאפן קיין דזשערמס ח''ו)

אויפהערן גיין מיטן עליוועטער (ווייל מ'הערט לעצטנס שרעקליכע מעשיות ל''ע)

טראכטן אגאנצן טאג אז די FBI גייט מיר אפשר אויפיקן היינט (וואס דאס האט מיינעך מער טשענסעס... אל תפתח שה לפטין)

אינשורען יעדע ווערטפולע זאך וואס איך קויף נאר, ווייל אפשר/אויב עפעס קען געשען, און זעהסט'אך נעבעך משה-לאזער, נישט געהאט קיין אינשורענס וויאזוי ער קוקט אויס.... (כשמו כן הוא לאזער-הגדול)
אפשר זאל איך אויך נישט מאכן קיין קאָפי צופרי ווייל עס קען זיך אויסגיסן אויף מיין ציצית ממש פאר א ביזנעס מיטונג.... (משום מעשה שהיה)

אלא מאי א מענטש מוז אנגיין און קען נישט זיצן און טראכטן נעגעטיוו ווייל אם כן אין לדבר סוף!!!

און אויף די צווייטע חלק פלעין זיך צו שפירן סעיף ארום'וואקענדיג,

זאלן טאקע אלע אנגעצויגענע מענטשן (זעקסער''ס) וואס קויפן יעדע סארט ווארענטי אויפן כדיר אפי' למשל אויף א נעגל-וואסער-שיסל זיי זאלן אויך קויפן וויפיל אונשורענס די קאמפעניס זענען נאר גרייט צו געבן,
אבער לאזט ביטע צירוה די מענטשהייט?!

ווען עס וואלט ווען געווען א מקור אין די תורה אז א מענטש איז מחיוב זיך זארגן צי איבערלאזן פאר די קינדער ווייל 'אפשר'ס' און 'אויב'ס', דעמולטס הער איך, אז איך מוז נישט פארשטיין, און איך לויף שוין היינט קויפן א פאלעסי פון צען-מיליאן-טאלער!
ס'דאך אבער נישטא קיין מקור פאר א סיבה...
איז סתם אין א גרינעם דיענסטיג אנשרעקן דעם עולם צום טויט (אווערנעס בלע''ז) הייסט געריטן אויפן ציבור! געריטן אויף די מענטשהייט! נישט נארמאל! נישט אידישלעך! (און נישט לעגאל)

און אלס א סייד נאוט,
אויב וואלטן אלע מיינע חברים טאקע דא אויף איי-וועלט געטראכט אפי' איין מינוט אז זיי קענען ווערן 'ריפאנדעד' מארגן (נפטר), וואלט קיינער נישט געזיצן דא (געליינט מיינע שטיתים) און א דיבעיטעט וואס קהלייף גייט טוהן, נאר ענק וואלטן געזיצן אין בהמ''ד מיט א תהילם און א טאש-טיכל און אין צווישן איין קאפיטל און די אנדערע געשריבן א צואה....

איך האב שוין אמתן אריין געוואלט שרייבן דעי ארטיקעל ווען אַמני איז ארויסגעקומען מיט זייער נויז-קאמפיין א שטיק צייט צוריק, אבער יעצט אז קהילת נעמען זיך שוין צוזאם אונגעהויבן מיט סאטמער, סאטמער, סאטמער, און נאכדעם גייט עס גיין ווייטער צו פאפא-צעלים אאז''וו
שפיר איך מיר זייער געטשויקט און באצווינגען צו טוהן אזאך וואס וויפיל איך האב שוין געטרייט צו פארשטיין גייט עס מיר אבער נישט און קאפ אריין,

און איך בין זיכער אז קהל מיינט גוט און אזוי אויך אלע אינשורענס עידזשנטס, און ס'גייט אויך ארויסקומען גוטס פון דעם, און עס קומט לכאורה ארויס גוטס

אבער מיר פערזענדלעך מאכט דאס נישט קיין טראפ סענס! גענוג די אלע רעטאריק קאמפיינס וואס איך זעה יעדע שבת אין אלע שילן (ודי למבין)
איז ווען איך האב געזעהן דעם אשקול קהלייף איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ והנה פאלאצט''י וגם נעווארט''י,

''לידועת הציבור איך האב גארנישט געשריבן אויף למעשה, נאר געשערט מיינע אינערליכע טאדס, און אויב טראכטו צו קענסלען דיין פאלעסי וועגן מיין ארטיקעל, נעם איך נישט קיין שום אחריות אויף דיין זיסע משפחה וואס קען זיך טרעפן פליצלינג אויפן וואסער (דו האסט'אך יא מורא) און נעם אין אכט אז אין פאל פון א קרן-יתומים ח''ו רעכן דיר נישט אויף מיר פאר גרויסע זאכן, כעעל מערטסטנס ביישטייערן $18 OJC''
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

עד כאן אומרים בשבת הגדול...
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קיינער האט נישט מורא פון שטארבן, והא ראי' אז מ'זיצט אויף אייוועלט.

איינער וואס האט אבער קינדער, און האט זיי עטוואס ליב, פארשטייט סאמהאו אליין אז אויב ער שטארבט (ווהיטש מייט בי פערפעקטלי פיין) גייען אבער זיינע קינדער ליידן צער און בושות. און אווי א פאטער וואס גלייכט זיינע קינדער, זארגט ער זיך פאר דעם טאג.

יא, גערעכט. איינער וואס האט נאכנישט קיין קינדער קען עס טאקע נישט פארשטיין.
געשטימט פאר ראשעק הול
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך הער פאמפעניקעל!

אבוויעסלי ביזטו נישט גערעכט און דו ביזט דאך מודה דערצו אויך, נאר וואס דען דיר באדערט אז מען באצוואונגט דעם ציבור, עס איז דא א שטארקע סיבה צו גיין קעגן דעם שטראם און אולי וועט נאך זיין א האט-ליין דאס ארויס צוברענגען בטוב טעם ודעת - די סיבה פון די פרעשור און באצוואונגונג קומט ווייל געוואוסע גאר וואוילע, זיסע, טייערע און חשובע אידען האבען אויך געהאט די ספיקות אדער האט ער ניואמאל קיין ספק געהאט ווייל קיין שום עיזשענט איז נישט אנגעקומען צו אים און היינט בשמי מרום וואלטען זיי שוין לאנג געמאכט א לייף אינשורענס פאליסי וואוסענדיג די יסורים וואס זייערע קינדערלעך גייען א דורעך גיין יעדע מאל ווען מען דארף א דאלער אין שטוב.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

אין די בראשור וואס קהל שיקט יעצט ארום פאר די מעמבערשיפ קאמפיין רעדן זיי פון דעים אויך. קוקט אויס אז מגייט מאכן א קאמפיין אז יעדער זאל האבן די מינימום קאוורעדזש.
אוועטאר
פייף דיך אן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:05 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייף דיך אן »

איך האב גערעדט לעצטענס צו איינע פון די שמשים מיט וועמען איך בין נאנט האט ער מיר געזאגט אז קהל האט געטראכט אלע מיני פלענער וואס מען מאכן פארן כלליות'דיגן ציבור אבער למעשה נאך אלע פלענער איז גארנישט געבליבן אחוץ א פשוטע אויפוועקונג און אויפשאקלונג מיטל יעדעם אויפצווועקן און מען זאל מאכן לייף אינשורענס. און פינטל
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פאמפעניקעל האט געשריבן:
שיינע מעשה, א שאד ביסט אנגעקומען נאך די שרייבעריי פארמעסט...
אבער זיין דערשראקן פון "שטארבן" האט קיין שייכות מיטן טראכטן פון "נאכן שטארבן".
איינער וואס טוט מצוות ומעש"ט כדי שיזכה לחיי עוה"ב הייסט נישט קיין פחדן, איינער וואס שרייבט צוואה הייסט נישט קיין פחדן, איינער וואס קויפט א חלקה יונגערהייט הייסט נישט קיין פחדן וכו' וכו'
בפרט אז די השקעה איז מינימאל קעגן די הפסד וואס ס'איז מונע ל"ע, ס'זאל קיינעם נישט נוגע זיין.

היוצא לנו מכל זה אז דו ביסט דער וואס האט מיך אלע יארן גערופן פאר כולל שומרי החומות... נא נא...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טראמפ
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:11 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמפ »

פאמפעניקעל האט געשריבן:
''
כדרכינו בקודש,
פירן מיר זיך נישט צו ראגירן ווער איינער שרייבט דיפלאמאטישע נאנסענס.
אוועטאר
XYZ
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 9:25 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך XYZ »

פאמפעניקעל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ענדליך איז דא ברעכענדע נייעס, א ריזיגע קהילה, די גרעסטע אדער פון די גרעסטע קהילות האט באשלאסן צו מאכן עוועירנעסס פאר לייף אינשורענס, דער עולם ווארט אויף דעטאלן, און באאם, נאכאמאל, ערבים ווס לייף אינשורענס! לאז געמאכט!
איך זעה אז רוב עולם דא אויף איי-וועלט איז היפש פראָ לייף אינשורענס והמסתעף (שטייטצעך הכל בתר רישה גרור...) מיר פערזענדליך באדערד עס שוין אבער פאר עידזשעס! וואס סאאמהאו קען מיין מח-דזשעלי עס נישט מסיג זיין,
און היות איך זעה אז עס גיי שוין נעקסט-לעוועל און אט אט נעמען זיך גאנצעטע קהילת צוזאם 'אונצישרעקן דעם ציבור' אין זיכער מאכן אז יעדער האט לייף אינשורענס, האלט איך אז דער אמת'ער אמת דארף געזאגט ווערן בפומבי מיט באַק-ציינער.

די מעשה גייט אזוי:

פאמפעניקעל א זיידענע יונגערמאן האט חתונה,
פיגערט אויס דאס שלום בית,
עסט פאר-לאָנטש די ווייבס היימיש-געמאכטע טאָנאַ אין א דורכזיכטיגע קאנטעינער אין שווארצע שאפינג בעג נעבן די שירם'עס אין כולל,
לערנט פלייסיג,
א האלבע טאג מאכט ער שוין פאון-קאָלס פאר שומרי -החומות,
ווערט ב''ה געהאלפן,
טאטע/שווער טשיפן-אריין פארן קידוש,
טרעפט זיך פליצלינג טייֵט אין קעשענע,
וואנדערט פון ריקראטער צו ריקראטער צו טרעפן א ביגינער-דזשאב (אויסער בינדן און מאכן קאפיעס פון שליסלעך קען ער גארנישט..)
איינער איז זיך מרחם נעמט אים פאר אן אפיס ארבעטער,
פילטצעך ווי מיליאן-דאלער-פלאָס,
שטעקט אריין די ציצית אינטערן העמעד,
הייבט אן אויפצושטיין פרי,
עפענט אויף אן אֳ-דזשעֶי-סִי אקאנט,
זוכט א קאֳ-סיינער מיט לעכט,
נעמט ארויס אן עֶס-יאָ-ווִי (מיט טינט),
זאגט צו ער גייט געבן היטשעס פאר א יעדעם,
קויפט א טעבלעט פאר ביזנעס,

אריבער א יאר אהאלב:

ווידער געהאלפן געווארן ב''ה,
ס'געווען א וואכטנאכט ווי חתונה,
די רעבעצן קומט ב''ה צו די כוחות,
ער העלפט שוין יעדע נאכט אינדערהיים,

פעסט פאוועד צוויי יאר שפעטער:

אינמיטן די ארבעט קלינגט זיין פאון ער הייבט אויף פאר זיין חבר זעליג-זיינוול: העי וואטס אפ זעליג'וול וואס קען איך טוהן פאר דיר היינט?
ז.ז: שארט טא די פוינט, איך וויל זיך מיטן מיט דיר וועגן לייף-אינשורענס,
פאמפעניקעל: שאאר עניטיים! איך האב טאקע געהערט אז מען קען מאכן געלט דורך אן אינשורענס פאלעסי...

סקעדזשולד, דעיט. טיים. לאקעשן!

ביים מיטונג האט זעליג-זיינוול אונגעהויבן א לענגס און ברייטס ווי וויכטיג עס איז צו האבן קאווערעדזש,,, עד כאן היה המעשה משנים קדמוניות.

לאמיך ענק פרעגן קלוגע יודן:
עס איז דא צוויי חלקים אין א פאלעסי,

1) אויב ח''ו איינער האט געמאכט א יָו-טעֶרן אויף א ראָנג לעין און ס'קומט דאן אריין-ציפליסן א ווייער פון געלט פאר די יורשים.

2) די אלע טויזענטער מענטשן וואס לעבן ב''ה פיין און האקן-א-לעבן, און צאלן פרימיומס פאר זייער רואוקייט צו האבן א פאלעסי אין פלעיס.

איז קודם כל אויף נאמבער 1 פארוואס דארף איך בכלל טראכטן אז איך גיי מארגן שטארבן?

וויפיל 27 יעריגע ינגעלייט לעבן נאך, און וויפיל זענען שוין געשטארבן?

אויב העסטע מיר ענפערן אז קיינער האט אבער נישט קיין שום גארענטי, איז אויב אזוי אפשר זאל איך אויך נישט דרייוון קיין קאר?!
(איך מיין עס איז דא א גרעסערע פראצענט מענטשן וואס שטארבן בשעתן דרייוון וויפיל קרן יתומים'ס עס איז שוין געווען אין די היסטאריע...)

נאכמער אין די מינוט וואס איך הייב אן טראכן פון זאכן וואס קענען אלס געשעהן, איז אויס וועלט!!!

איך דארף מיר יעדן איינציגן טאג טשעקן צו איך זעה נישט ח''ו א באָמפ ערגעץ ווי,

איך קען נישט מאכן קיין שום לעֶפ''ט טעֶר''ן'ס אויפן ראד ווייל א קאר קען קומען אין מיין בליינדספאט,

איך מוז גיין קוקן מיט א פעדער צו מיינע קינדער אטימען טאקע ביינאכט,

גיין אין מקוה מיט קראקס (נישט צו כאפן קיין דזשערמס ח''ו)

אויפהערן גיין מיטן עליוועטער (ווייל מ'הערט לעצטנס שרעקליכע מעשיות ל''ע)

טראכטן אגאנצן טאג אז די FBI גייט מיר אפשר אויפיקן היינט (וואס דאס האט מיינעך מער טשענסעס... אל תפתח שה לפטין)

אינשורען יעדע ווערטפולע זאך וואס איך קויף נאר, ווייל אפשר/אויב עפעס קען געשען, און זעהסט'אך נעבעך משה-לאזער, נישט געהאט קיין אינשורענס וויאזוי ער קוקט אויס.... (כשמו כן הוא לאזער-הגדול)
אפשר זאל איך אויך נישט מאכן קיין קאָפי צופרי ווייל עס קען זיך אויסגיסן אויף מיין ציצית ממש פאר א ביזנעס מיטונג.... (משום מעשה שהיה)

אלא מאי א מענטש מוז אנגיין און קען נישט זיצן און טראכטן נעגעטיוו ווייל אם כן אין לדבר סוף!!!

און אויף די צווייטע חלק פלעין זיך צו שפירן סעיף ארום'וואקענדיג,

זאלן טאקע אלע אנגעצויגענע מענטשן (זעקסער''ס) וואס קויפן יעדע סארט ווארענטי אויפן כדיר אפי' למשל אויף א נעגל-וואסער-שיסל זיי זאלן אויך קויפן וויפיל אונשורענס די קאמפעניס זענען נאר גרייט צו געבן,
אבער לאזט ביטע צירוה די מענטשהייט?!

ווען עס וואלט ווען געווען א מקור אין די תורה אז א מענטש איז מחיוב זיך זארגן צי איבערלאזן פאר די קינדער ווייל 'אפשר'ס' און 'אויב'ס', דעמולטס הער איך, אז איך מוז נישט פארשטיין, און איך לויף שוין היינט קויפן א פאלעסי פון צען-מיליאן-טאלער!
ס'דאך אבער נישטא קיין מקור פאר א סיבה...
איז סתם אין א גרינעם דיענסטיג אנשרעקן דעם עולם צום טויט (אווערנעס בלע''ז) הייסט געריטן אויפן ציבור! געריטן אויף די מענטשהייט! נישט נארמאל! נישט אידישלעך! (און נישט לעגאל)

און אלס א סייד נאוט,
אויב וואלטן אלע מיינע חברים טאקע דא אויף איי-וועלט געטראכט אפי' איין מינוט אז זיי קענען ווערן 'ריפאנדעד' מארגן (נפטר), וואלט קיינער נישט געזיצן דא (געליינט מיינע שטיתים) און א דיבעיטעט וואס קהלייף גייט טוהן, נאר ענק וואלטן געזיצן אין בהמ''ד מיט א תהילם און א טאש-טיכל און אין צווישן איין קאפיטל און די אנדערע געשריבן א צואה....

איך האב שוין אמתן אריין געוואלט שרייבן דעי ארטיקעל ווען אַמני איז ארויסגעקומען מיט זייער נויז-קאמפיין א שטיק צייט צוריק, אבער יעצט אז קהילת נעמען זיך שוין צוזאם אונגעהויבן מיט סאטמער, סאטמער, סאטמער, און נאכדעם גייט עס גיין ווייטער צו פאפא-צעלים אאז''וו
שפיר איך מיר זייער געטשויקט און באצווינגען צו טוהן אזאך וואס וויפיל איך האב שוין געטרייט צו פארשטיין גייט עס מיר אבער נישט און קאפ אריין,

און איך בין זיכער אז קהל מיינט גוט און אזוי אויך אלע אינשורענס עידזשנטס, און ס'גייט אויך ארויסקומען גוטס פון דעם, און עס קומט לכאורה ארויס גוטס

אבער מיר פערזענדלעך מאכט דאס נישט קיין טראפ סענס! גענוג די אלע רעטאריק קאמפיינס וואס איך זעה יעדע שבת אין אלע שילן (ודי למבין)
איז ווען איך האב געזעהן דעם אשקול קהלייף איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ והנה פאלאצט''י וגם נעווארט''י,

''לידועת הציבור איך האב גארנישט געשריבן אויף למעשה, נאר געשערט מיינע אינערליכע טאדס, און אויב טראכטו צו קענסלען דיין פאלעסי וועגן מיין ארטיקעל, נעם איך נישט קיין שום אחריות אויף דיין זיסע משפחה וואס קען זיך טרעפן פליצלינג אויפן וואסער (דו האסט'אך יא מורא) און נעם אין אכט אז אין פאל פון א קרן-יתומים ח''ו רעכן דיר נישט אויף מיר פאר גרויסע זאכן, כעעל מערטסטנס ביישטייערן $18 OJC''

העללא פאמפעניקעל,

פון דיין שרעקעדיגע אויספיר אז דו גייסט נאר געבן $18 האסטו מיר דערשראקן מער פון אלע לייף אינשורענס עידזשענטס ביז היינט.... לחיים.
ווען אן עלעפאנט וואלט ווען געקענט זינגען,
וואלט איך געהאט א לאנגע נאז.
אוועטאר
XYZ
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 9:25 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך XYZ »

Hershy21 האט געשריבן:
אין די בראשור וואס קהל שיקט יעצט ארום פאר די מעמבערשיפ קאמפיין רעדן זיי פון דעים אויך. קוקט אויס אז מגייט מאכן א קאמפיין אז יעדער זאל האבן די מינימום קאוורעדזש.
?pdf
ווען אן עלעפאנט וואלט ווען געקענט זינגען,
וואלט איך געהאט א לאנגע נאז.
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

באקומען אויף די פאסט
אוועטאר
XYZ
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 9:25 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך XYZ »

נישט באקומען, וואס איז די נייע אפדעיט?
פיקטשער ביטע

כ'האב עס באקומען שבת. ס'איז די מעמבערשיפ קאמפיין
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

XYZ האט געשריבן:
נישט באקומען, וואס איז די נייע אפדעיט?
פיקטשער ביטע
קיין שום אפדעיט, געמאלן וואסער
אונטערשטע שורה אז ס'קומט א קאמפיין
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
XYZ
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 9:25 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך XYZ »

ס'איז געבליבן אז מען גייט מאכן אן אסיפה.
ווען אן עלעפאנט וואלט ווען געקענט זינגען,
וואלט איך געהאט א לאנגע נאז.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

פאמפעניקעל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ענדליך איז דא ברעכענדע נייעס, א ריזיגע קהילה, די גרעסטע אדער פון די גרעסטע קהילות האט באשלאסן צו מאכן עוועירנעסס פאר לייף אינשורענס, דער עולם ווארט אויף דעטאלן, און וען עס וואלט ווען געווען א מקור אין די תורה אז א מענטש איז מחיוב זיך זארגן צי איבערלאזן פאר די קינדער ווייל 'אפשר'ס' און 'אויב'ס', דעמולטס הער איך, אז איך מוז נישט פארשטיין, און איך לויף שוין היינט קויפן א פאלעסי פון צען-מיליאן-טאלער!
ס'דאך אבער נישטא קיין מקור פאר א סיבה...
איז סתם אין א גרינעם דיענסטיג אנשרעקן דעם עולם צום טויט (אווערנעס בלע''ז) הייסט געריטן אויפן ציבור! געריטן אויף די מענטשהייט! נישט נארמאל! נישט אידישלעך! (און נישט לעגאל) $18 OJC''
זאג האסט שוין אמאל געהערט פון א מסכת וואס הייסט כתובות?
לייג אריין און אוצר החכמה
מזון האשה והבנות לאחר פטירת הבעל,
און זאג מיר וויפיל מקור ס'האט און די תורה!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
XYZ
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 9:25 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך XYZ »

מקובל אלוקי האט געשריבן:
זאג האסט שוין אמאל געהערט פון א מסכת וואס הייסט כתובות?
לייג אריין און אוצר החכמה
מזון האשה והבנות לאחר פטירת הבעל,
און זאג מיר וויפיל מקור ס'האט און די תורה!
טאקע נייגעריג מקורות כאטש איינס?
עס גייט קאסטן פאמפעניקעל היפשע פאר דאלער :lol:
ווען אן עלעפאנט וואלט ווען געקענט זינגען,
וואלט איך געהאט א לאנגע נאז.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

XYZ האט געשריבן:
מקובל אלוקי האט געשריבן:
זאג האסט שוין אמאל געהערט פון א מסכת וואס הייסט כתובות?
לייג אריין און אוצר החכמה
מזון האשה והבנות לאחר פטירת הבעל,
און זאג מיר וויפיל מקור ס'האט און די תורה!
טאקע נייגעריג מקורות כאטש איינס?
עס גייט קאסטן פאמפעניקעל היפשע פאר דאלער :lol:
כאטש איינס???
גאנצטע בלעטער גמרא, סגיות און ש"ס, סימנים און שו"ע!!!
ווי הייב איך אן?
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פייף דיך אן האט געשריבן:
איך האב גערעדט לעצטענס צו איינע פון די שמשים מיט וועמען איך בין נאנט האט ער מיר געזאגט אז קהל האט געטראכט אלע מיני פלענער וואס מען מאכן פארן כלליות'דיגן ציבור אבער למעשה נאך אלע פלענער איז גארנישט געבליבן אחוץ א פשוטע אויפוועקונג און אויפשאקלונג מיטל יעדעם אויפצווועקן און מען זאל מאכן לייף אינשורענס. און פינטל
אויב גייט זיין א שטארקע דגש אויף term לייף אינשורענס איז עס א מוירדיג זאך, ווען איך בין געווען אין כולל האב איך געמיינט(די agents האבן מיר נישט געגעבן קיין צווייטע אויסוואל) אז צו האבן לייף אינשורענס קאסט א פאר טאזנט דאלאר א יאר..
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

טראמפ האט געשריבן:
פאמפעניקעל האט געשריבן:
''
כדרכינו בקודש,
פירן מיר זיך נישט צו ראגירן ווער איינער שרייבט דיפלאמאטישע נאנסענס.
למעשה האסטו יא געפילט פאר וויכטיג צו רעאגירן אז דו רעאגירסט נישט...

גראדע זעה איך נישט קיין נאנסענס און נישט קיין דיפלאמאטיע (אפשר אפאר ספעלינג מיסטעיקס), סך הכל האט איינער געמאכט זיין קעיס פארוואס ער פארשטייט נישט די וויכטיקייט פון לייף אינשורענס, אויב האלטסטו אנדערש זיי דיך מסביר, אטאקיר נישט מיט נאנסענס...
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

מקובל אלוקי האט געשריבן:
פאמפעניקעל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ענדליך איז דא ברעכענדע נייעס, א ריזיגע קהילה, די גרעסטע אדער פון די גרעסטע קהילות האט באשלאסן צו מאכן עוועירנעסס פאר לייף אינשורענס, דער עולם ווארט אויף דעטאלן, און וען עס וואלט ווען געווען א מקור אין די תורה אז א מענטש איז מחיוב זיך זארגן צי איבערלאזן פאר די קינדער ווייל 'אפשר'ס' און 'אויב'ס', דעמולטס הער איך, אז איך מוז נישט פארשטיין, און איך לויף שוין היינט קויפן א פאלעסי פון צען-מיליאן-טאלער!
ס'דאך אבער נישטא קיין מקור פאר א סיבה...
איז סתם אין א גרינעם דיענסטיג אנשרעקן דעם עולם צום טויט (אווערנעס בלע''ז) הייסט געריטן אויפן ציבור! געריטן אויף די מענטשהייט! נישט נארמאל! נישט אידישלעך! (און נישט לעגאל) $18 OJC''
זאג האסט שוין אמאל געהערט פון א מסכת וואס הייסט כתובות?
לייג אריין און אוצר החכמה
מזון האשה והבנות לאחר פטירת הבעל,
און זאג מיר וויפיל מקור ס'האט און די תורה!
וואס @וויכי האט אזוי געשריבן??

אפי' אינמיטן חלומען וואלט איך אזאנס נישט געקומען אויפן געדאנק... עס איז אזוי ווי וועסט שרייבן אז סאטמאר רב איז געגאנגען צום כותל...

עס איז די מסטעיק פון יאר הונדרעט.... פאדרייט האקעלע יוצרות..
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”