א נייע מעשה האט געשריבן:עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין ווי אין 2023 קען אזא פארגעשריטענע ארגענעזאציע זיך באנוצען מיט אזא אוטדעיטעד טעקניק פאר פאונד רעזניג.
כלל ישראל איז געבענטשט מיט צענדליגער ארגענעזאציעס וואס רעיזן שווערע געלטער בדרכי נועם אן מצער זיין זייערע פאטענציאלע דאונערס, און זיי זענען זייער מצליח, פארוואס אין אין דער וועלט האט חיים מעדיקל אויס געוועלט אזא נעגעטיוו ביזנעס מאדעל?
מען שווענדעט שווערע געלטער פאר מארקעטינג אויף צו בויען די רעפוטאציע פון די ארגענעזאציע. דערנאך איז מען עס מאבד בידים מיטן מצער זיין אזויפיל מענטשן.
לא זכיתי להבין
זיי האבן לכאורה מחליט געווען צו גיין מיט דעם דרך קצרה וארוכה.
דאס איז זיכער אז מאכן טויזענטער פאון קאלס ברענגט אריין עפעס געלט וטובי' מאיר ניימאן יוכיח. און דאס איז נישט אזא שווערע אונטערנעמונג צו צושטעלן.
נאר וואס דען, אויב ווילן זיי מצליח זיין אין פאונד רעזניג אונעם עתיד גייען זיי סיי ווי דארפן נעמען די דרך ארוכה וקצרה, דאס מיינט אוועק שטעלן א פאונדרעיזינג סיסטעם מיט פראפעשאנאל רעיזערס, וואס איז ווייט נישט קיין גרינגע אונטערנעמונג, עס נעמט אסאך צייט דאס אויף צו בויען, אבער איין מאל דאס איז גוט אוועקגעשטעלט, איז 6 מיליאן פאר אזא קאליבאר ארגענעזאציע בכלל נישט א wow.
נאר וואס דען, דער דעמידש וואז זיי האבן יעצט אנגעווערטשאפט גייט נעמען צייט צו פארעכטן.