טעראר אטאקע אין מאמבעי אינדיע; אריבער הונדערט טויט, משכונות פארכאפט - חשון תשס"ט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

טעראר אטאקע אין מאמבעי אינדיע; אריבער הונדערט טויט, משכונות פארכאפט - חשון תשס"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גאר גוטער קארדענירטער טעראר אטאקע איז היינט פארגעקומען אין די שטאט מאהאראשטרא אין אינדיע, ווי טעראריסן זענען אין זעלבע צייט אריינגעקומען אויף עטליכע פלעצער מיט שווערע מאשין געווער און אנגעפאנגען שיסן רעכט און לינקס.

חוץ מאשין געווער האבן זיי אויך געניצט גראנאטן צו שיסן צווישן צווישן די מענטשן אינמיטן די פאניק.

צווישן די ערטער ווי זיי האבן אוסגעשאסן איז צוויי האטעלן, א באן סטאנציע, א כאפע הויז און נאך.

עס האלט יעצט ביי 78 טויטע און אריבער 200 פארוואונדעט, לויט א ווארטזאגער אין יענער שטאט. פאליציי האט שוין אינדעפעצירט 26 טויטע.

צווישן די טויטע ציילט זיך אויך דער שטאט'ס אנטי טעראר סקוואד הויפט, וואס איז אגב נישט דירעקט געשאסן געווארן דורך די טעראריסן, נאר ענדערש געשטארבן פון די פאניק אינדערמיט.

אויך איז באריכטעט געווארן אז דער קאפע הויז וואס איז באשאסן געווארן איז ממש נעבן א חב"ד שול דארט אין שטאט. אבער ב"ה קיין אידישע פארווינדעטע זענען נישט באריכטעט געווארן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאמבעי פאליציי ווארטזאגער סעטיש קאסטא זאגט אז די טעראריסן האבן איבער גענומען צוויי האטעלן ווי זיי האלטן צענליגער מענטשן אלס משכונות.

פון עטליכע נייעס קוועלער קומען אריין מעלדונגען איבער אומאויפהערליכע אטאקעס ביי די צוויי האטעלן, אויפרייסן און שיסערייען קומען פאר שוין צוויי שעה נאכן איצטידענט.

IBM נייעס סטאנציע האט נאכגעזגאט פון א פאליציי קוואל אז משכונות זענען גענומען געווארן ביי די צוויי האטעלן.

א לאקאלע נייעס באריכטער האט געזאגט CNN אז ער האט מיטגעהאלטן א עקסטערע אטאקע אין די שטאט'ס לאקאלער עירפאורט, וואס איז אינדרויסן פון די הויפט שטאט מאמביי.

"מיר ווייסן נאך נישט אויב דאס איז א באווייז אויף פרישע אטאקעס אדער עס האלט נאך אן די אלטע שלעגערייען" האט א ווארט זאגער געזאגט.

בסך הכל זענען באריכטעט געווארן גרויסע אטאקעס אין צוויי גרויסע האטעלן, א באקאנטע קאפע הויז, עטליכע גרויסע טורמענעלן פון די באן סטאנציע, א שפיטאל און אין די עירפאורט.

דאס איז די גאר לעצטע נייעס. מיר וועלן ברענגען נאך נייעס ווי נאר מיר וועלן אריינבאקומען.

צייטליך פאר די ק.נ.א. אין ניו יארק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

עס איז אינטרעסאנט אז די אטאקעס זענען פארגעקומען פונקט אין די טאג וואס די סי איי עי האט ארויס געגעבן די ווארענונג אז אל קאידע וויל אטאקירן די נו יארקער באן סטאנציעס. און די לאקאלע באאמטע האבן געזאגט אז זיי זעהן נישט אז עפעס זאלפארקומען.

אפשר האט די סיי איי עי עפעס אויפגעכאפט פון אל קאידע וועגן גרויסע באן סטאנציעס און זיי האבן באלד פארשטאנען אז מן הסתם איז עס אין נו יארק אבער דערווייל איז עס געווען אין איניע.

עס קאסט נישט קיין געלט צו שפעקולירן.



יישר כח צייטליך פאר די באריכטען. קיפ אס אפדעיטעד.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לויט ווי עס ווערט יעצט באריכטעט זענען 9 באזינדערע פלעצער אטאקירט געווארן.

אויך איז יעצט געמאלדן געווארן אז די ארמיי קאמאנדא זענען שוין אריין אין איינע פון די 2 האטעלן ווי די טעראריסטן האלטן משכונות.

צווישן די טויטע זענען 3 פאליס, אויך איז געמאלדן געווארן אז 2 פון די טעראריסטן זענען אראפגעשאסן געווארן אויף טויט.

א באריכט זאגט אז די פאליציי האט שוין אריינגענומען אין ארעסט 9 פארדעכטיגטע אין די אטאקעס. אויך זאגט עס אז די טעראריסן האבן געזיכט אין די האטעל פאר בריטיש און אמעריקאנע פאספארטן.

עס איז נאכנישט קלאר ווער עס שטייט אינטער די אטאקעס, מ'קען זיך פארשטעלן אז דאס זענען מיסתמא איסלאמישע טעראריסטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

א גרופע מיטן נאמען Deccan Mujahideen, האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקעס.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

די אמעריקאנע סטעיט דיפארטמענט זאגט יעצט די זעלבע וואס יעדער זאגט ווען אמעריקא ווערט אטאקירט,

"We are monitoring the situation very closely and stand ready to support the Indian authorities as they deal with this horrific series of attacks."
java

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך java »

זעה לינק

www.nytimes.com/2008/11/27/world/asia/27mumbai.html?em

האומר דבר בשם גוגל מביא גיגל לעולם
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

די פאליציי האט ביזדערווייל קאנפערמירט 26 טויטע, כאטש עס איז מסתם דא איבער 70.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די טאדזשמא האטעל, איינע פון די צוויי אטעקירטע האטעלן איז יעצט אין פייער.

פון די בילדער וואס קומען אריין קען מען זעהן שווערע רויעך און פלאמען ארויסקומען פון דעם פינף שטערן'דיגער האטעל ווי עס ווערן געהאלטן משכונות די לעצטע עטליכע שעה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

פאליציי באריכטעט אז אין ביידע האטעלן ווערן געהאלטן האסטעדזשעס, די פאליציי איז יעצט אריין אין די צווייטע האטעל וואס ברענט נישט.

עס איז שוין באריכטעט געווארן 78 טויטע, אויף קיין שום איד געזאגט.
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

שרעקעדעיג מען קען ערגעץ עס וואטשן?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יישר כח צייטליך פאר דעים שיינעם באריכט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לעבעדיגע בילדער אין ווידיאו'ס קען מען נישט מיטהאלטן וויבאלד אלע גאסן דארט זענען פארשלאסן פאר מענטשן און אפילו דזשורנאליסטן זענען פארבאטן ארויסצוגיין. עס הערשט נאך א סכנה איבעראל וויבאלד די טעראריסטן זענען נאך אויף די פריי.

באריכטן און געשטיקעלטע ווידיאו'ס קען מען זעהן און הערן דורכאויס די גאנצע צייט אויף CNN.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פייער לעשער'ס ארבייטן איבערמידלעך צו באהאנדלען דעם פייער, רעטונג'ס אקציע'ס גייען אן די גאנצע צייט ארויסצונעמען אלע פארבליבענע אין די האטעל. עטליכע לייטער'ס זענען אויסגעצויגן אויף באזונדערע פלעצער ארויסצונעמען דורכן פענסטער די געשטראנדעטע.

נאדער א בילד פונעם האטעל איינגעהילט אין פלאמען נאך די טויטליכע טעראר אטאקעס אין אינדיא.
אטעטשמענטס
t1wide_india_attacks1_gi.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין דא 200 טויטע און 1,000 פארוואונדעטע.
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

http://ibnlive.in.com/videos/video_streaming.php

מען קען יעצט זעהן לעבעדיג אינדרויסן פון די חבד הויז ווי אידישע קינדער ווערן געהאלטן האסטעדש.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

לויט די באריכטען קען מען נישט ציקומען צים דארטיגען חב"ד שליח ר' גבריאל שליט"א
אין ווי עס שיינט זענען זיי געהאלטען אלץ משכונות אין די נארימאן האוז
כלל ישראל ווערט אויפגעפאדערט צי מרבה זיין בתפילה פאר ר' גבריאל מיט זיין משפחה אין די אנדערע אידען וואס ווערען געהאלטען אלץ משכונות
נאמען :
גבריאל נח בן פריידא בלומא
מיט זיין רעביצין אין קינד
המקום ירחם עליהם ויוצאם מצרה לרוחה ומאפילה לאורה ומשיעבוד לגאולה
אמן

לאקשען עט ק.נ.א. מאמביי. אינדיע.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

דריי אידען זיך ארויס געראטעוועט
א פאר מינוט צירוק

לאקשען עט ק.נ.א.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

לויט ווי עס קוקט אויס האבען די ווייב אין קינד פינעם חב"ד שליח זיך ארויס געראטעוועט

לאקשען עט ק.נ.א.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ס'דרייט זיך א שמועה אז וואלאווער רב'ס זוהן ר' אריה לייביש די איידים פון תוא"י רבי'ן געפינט זיך דארט.
זייט'ס מתפלל הרב אריה לייבוש בן אלטע נחמה מלטשע.
אויך א באבוב'ער יונגערמאן ר' בן ציון בן אלקע (קרומן).
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קול מבשר זאגט אפדעיטס יעדע שטיק צייט, 212-444-1100 #1-1-3
יעצט מעלדט ער אז די טעראריסטן ווילן פארהאנדלן דאס גיט האפענונג אז מוועט ארויסהאבן די אידן לעבעדיג.
א מדינת ישראל נייעס אגענטור האט געלייקנט די באריכטן פון געוויסע קוועלער אז מהאט געפונען דער חב"ד שליח מיט זיין פרוי ליידער נישט בין החיים.
אזוי אויך פאדערט ער אויף נאכאמאל, אז מזאל מתפלל זיין פאר
הרב ארי' לייבוש בן אלטא נחמה מאלטשע
בנציון בן עלכא
גבריאל נח בן פרידא בלומא
רבקה בת יהודית
משה צבי בן רבקה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די אמעריקאנע סטעיט דעפ. האט געמאלדן אז 3 אמעריקאנער זענען באשטעטיגט געווארן טויט, ס'קען זיין מערער אבער 3 איז שוין באשטעטיגט.

דער שווער און שוויגער פונעם חב"ד שליח הרב רוזענבערג פון ארץ ישראל, האט זיך ארויסגעלאזט קיין מומביי אינדיע, אינאיינעם מיט זק"א מעמבערס.

דערווייל הערט מען נישט וואס טוט זיך מיט די חב"ד שליחים און דער בית חב"ד.

לאמיר הערן און דערציילן גוטע בשורות.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א פרישער אויפרייס איז יעצט פארגעקומען אין די טאדזש. האטעל ווי עס ווערן געהאלטן בערך 30 משכונות פארכאפט.

דער פייער איז יעצט אויפן 4'טן שטאק.

אויך זענען פארגעקומען פרישע שיסערייען און אויפרייסן אונעם צווייטן האטעל וווי עס ווערן געהאלטן משכונות פארכאפט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

איינע פון די Comments אויף וואס איז נייעס

I was in Mumbai this year on business. A city from Dante's hell, fulthy and crowded beyond a westerners nightmares. There is no kosher food or minyan in Mumbai, so i went to the Chabad house. They have 3 minyanim a day and after every meal the shaliach and his wife serve meals. There are 20 to 50 people eating there per meal, mostly traveling Israelis and businessmen, many frei. I asked Rabbi Holtzberg "where do you get the food from?" He replied "I shecht 100 chickens a week to serve 400 fleishig meals, and my wife cleans them. Sincve theres no pas yisroel here my wife bakes bread . (for about 800 people per week) every bit of food is home made."
They ask for no money and charge nothing. By every meal he says a dvar torah, to inspire the orchim. Avraham Avinu would be proud of Rabbi Holtzberg
May hashem who rescued Avraham from Nimrod's furnace save the shaliach and his family
נא גוט...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

טאקע א טייערער איד. זאל השי"ת העלפן אז ער און די משפחה זאלן ארויסקומען פריש און געזינט פון דארט.

אבער לויט ווי "אידישע וועלט" באריכטעט, קומען אריין באריכטן אז ראביי האלצבערג און זיין בני בית זענען ל"ע אומגעקומען דורך די טעראריסטן. זיי לייגן צו אז ס'איז נישט זיכער און זיי וועלן מעלדן ווען זיי וועלן הערן פרישע אינפארמאציע. לאמיר האפן.

אין באזינדערע נייעס איז באריכטעט געווארן אז די פאליציי האבן געפינען א "סעל-פאון" אין די לאבי ביי איינע פון די אטעקירטע האטעלן און געבן איבער אז דאס איז דער סעלפאון פון איינע פון די טעראריסטן. עס איז א שטארקע דורכברוך פאר די פאליציי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”