מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

באנאנא האט געשריבן:
היום יום ראשון שבו ביקר רבינו שליט"א אנ"ש תושבי ארצינו הקדושה:
חלק שני פונעם ערשטן טאג בארצינו הקדושה:


פון די מעמד קבלת פנים אין קרית באבוב מיט די קינדער איז רבינו שליט"א געפארן אין א מאטארקאדע מיט די נגידים ובוני הבנינים, ובראשם הנגיד ר' ישראל אלכסנדר הכהן ענגלענדער, קיין בני ברק צום מעמד קביעת מזוזה פארן בנין החדש והמפואר ישיבת חכמת שלמה אין בני ברק 'בנין רובין'. די מעמד קביעת מזוזה איז געווען מיט א ענגע צאל מקורבים, בלויז מיט די נגידים בעם.

נאכן מעמד זענען די נגידים געפארן קיין תל אביב צום גרויסארטיגן מעמד חנכות הבית פאר די צוויי נייע גרויסע בנינים. אין די זעלבע צייט האבן הונדעטער אנ"ש און בחורי אנ"ש אין אר"י זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום גרויסען מעמד. עס איז געווען א קידוש השם ווען די בילבארדס ארום די היכל שלמה אין ת"א האבן מקדים געווען בברכה די משתתפים צום חנוכת הבית נאכדעם וואס די עסקנים האבן זיך דערזען מיט גרויסע בילבארדס וואס ברענגט מיט זיך א גרויסע נסיון אין שמירת עינים איז מען געגאנגען און דאס געדינגען פאר די נאכט.

אריינקומענדיג צום מעמד האבן אלעמענס אויגן זיך נישט געקענט אפזעטיגן פונעם הערליכע מיאעסטעטישע מלכות'דיגע אויסשטעל פונעם זאל. אינטער'ן אויבנאן איז געווען אויפגעשטעלט א הערליכע פלאטפארמע מיט די צורת הבנינים, און אויך אלע בניני קהילתנו הק' אין ארץ ישראל. ארום און ארום די זאל איז געווען אויף אויסשטעל אלע בנינים פון קהילתנו הק' די בכל אתר ואתר.

די בחורים האבן זיך נישט געוואשן דארט אין זאל נאר נאכדעם געקומען מיטהאלטן אויף די גרויסע הויעכשטאקיגע פארענטשעס. מהנה געווען בשיר האט די מלכות כאר אינאיינעם מיט ר' זאנוויל וויינבערגער. דורכאויס די מעמד האבן זיי הערליך שיין אראפגעלייגט ניגוני באבוב ולמעלה בקודש.

אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים. דערנאך איז דער רב געווען מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר' קלבן בריננער, ראש קרן הבנין, וואס זיצט שבעה נאכן מאמע ע"ה.

פון דארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין תל אביב צום גרויסן צענטראלע מעמד וואו די ריזן ציבור האבן מקבל פנים געווען בשיר 'קול רנה וישועה' און 'צהלו ורוני יושבת ציון'. באלד נאכן זיך וואשן האט אויפגעטרויטן הרב חיים דוד באקאן, מנהל ישיבת קדושת ציון, מיט דברי פתיחה ארויסברענגענדיג רגשי הלב פון קהליתנו הקדושה אין אר"י אויף דעם גרויסע מאמענט, בפרט בביאת צדיק אל המקום מיטן געהויבענע באזוך פון רבינו שליט"א אריינצובלאזן חיזוק און התעלות בקרב אנ"ש און די בחורים.

רח"ד האט דערנאך אויסגערופן הרב יצחק שטערנבוך פון אנטווערפן וועלכע האט במתק לשונו אויפגעטרויטן בשם די מוסדות אלס שבח והודאה פאר'ן נגיד ר' איזי ענגלענדער אויף די ריזיגע תמיכה פון מיליאנען דאלארן וואס ער האט זיך געלאסט קאסטן פאר דעם קרן הבנין פראיעקט.

דערנאך האט אויפגעטרויטן הנה"ח ר' לייביש לאנדא, מגבאי קהל שערי ציון פאר לאנגע יארן, וועלכע איז געווען גאר אקטיוו אין די מלאכת הבני. ער האט אויסגעשריגן 'מזל טוב פאר רבינו הקדוש ז"ל.. און מזל טוב פאר הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א צום גרויסע מאמענט. דערנאך האט ער מכבד געווען איזי ענגלענדער מיט א גאלדענע שליסל אין א שיינע פלעק, ארויסברענגענדיג אז ער איז 'די שליסעל צו אונזער הצלחה'. ער האט דערמאנט די לשון פון די סליחות 'עיזי עזה נא' אז ער שטייט צום היינט פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ווען אימער מען דארף אים נאר. ביים פרעזענטירן דעם פלעק איז מען געגאנגען צום פלאץ פון רבינו שליט"א וועלכע האט דאס געליינט און געוואונטשען ברכות קדשו.

באלד דערנאך האט זיך דאס גאנצע זאל אויסגעבראכן אין הילכיגע געזאנג און טענץ בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווען פון איין זייט כאפט אן ר' ישראל ענגלענדער און די צווייטע זייט ר' לייבל רובין, נאכן זינגען א ניגון שמחה האט מען אנגעהויבן 'קה זכות אבות' און רבינו שליט"א האט געטאנצן א לענגערע צייט מיט גרויסע דביקות און שמחה.
נאכן טאנצן האט מען אויפגערופן די נעמען פון אלע נגידים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פאר די נייע בנינים, און רבינו שליט"א האט יעדעם איינעם געגעבן א באטל וויין אינאיינעם מיט ברכת קדשו פאר ווייטערדיגע הצלחה.

ר' שמחה שלמה רובין האט דאן אויפגעטרויטן מיט א הערליכע דרשה לכבודו פון זיין חשובע'ן טאטע ר' לייבל רובין, ארויסברענגענדיג אז שוין פון די ערשטע מינוט פון ווען רבינו שליט"א עלה על כס הרבנות האט זיין טאטע אויסגעשריגן הננו און געשטאנען צו די האנט אלע יארן מיט גרויסע סכומים און אצינד אפגעקויפט די שם הבנין פאר ביידע נייע בנינים דא אין ארץ ישראל.

דערנאך איז געקומען די הויעכפונקט פונעם מעמד ווען רבינו שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט א הערליכע לענגערע דרשה ודברי ברכה פאר עדת צאן מרעיתו אין ארצינו הקדושה. קודם האט דער רב געגעבן א יסודות'דיגע שמועס בענין אז מען קען נאר זיך האלטן אין אונזער שווערע דור אויב ריקט מען זיך נישט פון די דרך המסורה לנו מדור דור און מען גייט נאך פונקליך אזוי ווי אונז האבן מקבל געווען, דאס איז די יסוד זיך צו האלטן מיט אידישקייט און בלייבן א ערליכע איד.
דערנאך האט דער רב דערמאנט אלע נעמען פון נגידים בעם באזונדער, און ביי יעדעם איינעם אויסגעשמועסט זייער געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט צו די פראיעקטן אין די קהילה וואו זיי געבן אוועק פון זיך גרויסע סכומים פאר תורה וחסידות. אויך האט דער רב דערמאנט דער עסקן ר' קלמו בריננער וועלכע זיצט אצינד שבעה, און ר' לייביש לאנדא וועלכע איז געווען שטארק אקטיוו מיט די בוי ארבעט פון בנין הישיבה חכמת שלמה.

נאכן צענטראלע דרשה האבן זיך די רבנים משתתפים געזעגענט פון רבינו שליט"א און מען האט געבענטש. דא האט זיך געענדיגט די ערשטע יומא אריכתא פונעם געהויבענעם מסע הקודש בראשות רבינו שליט"א.

ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע:
הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ר"י ויז’ניץ
הגאון האדיר רבי שמעון יצחק שלזינגר שליט"א חבר הבד"ץ בעדה החרדית
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י סאטמאר ב"ב
הגה"צ ר' הרב נחמן בידערמאן שליט"א
הגה"צ בן אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א
אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א
אדמו"ר מגארליץ ב"ב שליט"א
אדמו"ר מזוטשקא שליט"א
אב"ד טאמאשוב שליט"א
הגאון החסיד רבי מאיר לוריא שליט"א ראש ישיבת באבוב ב"ב
הגאון ר’ מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה
הגאון ר’ פנחס פרידמן שליט"א ראש הכוללים של בעלזא
הגאון ר’ סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד שיכון ג’ בני ברק
הגאון ר’ מרדכי גלבר שליט"א רב קהילת מונקאטש
הגאון ר’ יחזקאל דרברימדיגר שליט"א רב קהילת באיאן
הגאון ר’ יעקב דוד הלברשטאם שליט"א אב"ד צאנז טשאקאווא
הגאון ר’ שמעון שמואל הלברשטאם שליט"א אב"ד דברי משה
חסידעל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 7:15 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידעל »

ייש"כ להרב @באנאנא על כל הבאריכטען
תיקון קטן על אתמול יום ב'
ניחום אבלים אצל מנהל הישיבה הנה"ח ר' קלמן היה אתמול בלילה אחר המעמד הגדול
כמו"כ עכשיו אחר תפילת שחרית
עברו מאות ילדי תשב"ר מהכיתות הגבוהות מתלמודי תורה ד'באבוב מבני ברק וקרית באבוב
כ"ק רבינו שליט"א נתן לכאו"א אגוז מהנוי סוכה
כמו"כ עברו עוד הרבה מאנ"ש לשלום נעמען
אח"כ כתב רבינו אות בס"ת של שכותב הרה"ח אברהם יעקב צייזל מבני ברק לזכות בנו
ולאחמ"כ חילק כ"ק רבינו שליט"א תעודות לבחורי ישיבת קדושת ציון שנבחנו על בשר בחלב
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

באנאנא האט געשריבן:
אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ווער זענען די חשוב'ע אידן?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ווער זענען די חשוב'ע אידן?
הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער מנכבדי חסידי באבוב ויו"ר הנהלת כולל חיבת ירושלים.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
תוך תוכו
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:27 pm

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוך תוכו »

moishy56 האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ווער זענען די חשוב'ע אידן?
הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער מנכבדי חסידי באבוב ויו"ר הנהלת כולל חיבת ירושלים.
ר' יהושע הוא גם כן מחותנו של האדמו"ר מגור שליט"א
תוך תוכו
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:27 pm

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוך תוכו »

תוך תוכו האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ווער זענען די חשוב'ע אידן?
הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער מנכבדי חסידי באבוב ויו"ר הנהלת כולל חיבת ירושלים.
ר' יהושע הוא גם כן מחותנו של האדמו"ר מגור שליט"א
- א מחותן אויך מיט דעם פני מנחם מגור זצ"ל
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ווער זענען די חשוב'ע אידן?
ר׳ מאיר יעקב ראזנגארטן איז א מחותן מיט ר׳ משה וואקסמאן ע״ה די שווער פין כ״ק אדמור שליטא
יאלה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:31 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאלה »

בילדער?
פערזשוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 7:58 am
לאקאציע: ישראל

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערזשוך »

כרוספדין האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן:
גייט זיין א שידור מיטצוהאלטן די מעמד חנוכת הבית?
https://www.c-live.co.il/archives/41463
Password?

1304770
קען מען דאס ערגעץ איבער קוקן?
אויף די לינק פון c live סארבעט נאך
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע: רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

IMG-20221206-WA0000.jpg
IMG-20221206-WA0000.jpg (123.49 KiB) געזען 1664 מאל
IMG-20221206-WA0001.jpg
IMG-20221206-WA0001.jpg (143.31 KiB) געזען 1664 מאל
הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
עפ”י דעת תורתינו הק’, איז יעדע אקציע דורך מדינת ישראל אויף כאמאס, אסור בתכלית האיסור. געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד!
חסידעל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 7:15 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידעל »

כ"ק רבינו שליט"א כבר נמצא בירושלים עיה"ק
בשעה 6:00 בערך יהיה ניתן לשמוע שידור ממעמד חנוכת הבית לבנין התלמוד תורה בירושלים
וכן ממעמדי התפלות ע"י שריד בית מקדשנו וקבר רחל
02-372-2-100
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בניני המוסדות
אטעטשמענטס
IMG_20221206_093353_563.jpg
IMG_20221206_093353_563.jpg (140.63 KiB) געזען 1572 מאל
IMG_20221206_093407_979.jpg
IMG_20221206_093407_979.jpg (188.49 KiB) געזען 1572 מאל
IMG_20221206_093418_803.jpg
IMG_20221206_093418_803.jpg (167.52 KiB) געזען 1572 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_093634_420.jpg
IMG_20221206_093634_420.jpg (210.59 KiB) געזען 1557 מאל
IMG_20221206_093646_881.jpg
IMG_20221206_093646_881.jpg (204.38 KiB) געזען 1557 מאל
IMG_20221206_093653_593.jpg
IMG_20221206_093653_593.jpg (147.27 KiB) געזען 1557 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_093738_970.jpg
IMG_20221206_093738_970.jpg (141.24 KiB) געזען 1555 מאל
IMG_20221206_093747_661.jpg
IMG_20221206_093747_661.jpg (156.74 KiB) געזען 1555 מאל
IMG_20221206_093751_125.jpg
IMG_20221206_093751_125.jpg (142.52 KiB) געזען 1555 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_093835_770.jpg
IMG_20221206_093835_770.jpg (119.82 KiB) געזען 1550 מאל
IMG_20221206_093847_099.jpg
IMG_20221206_093847_099.jpg (145.35 KiB) געזען 1550 מאל
IMG_20221206_093856_571.jpg
IMG_20221206_093856_571.jpg (191.96 KiB) געזען 1550 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_093935_868.jpg
IMG_20221206_093935_868.jpg (204.5 KiB) געזען 1545 מאל
IMG_20221206_093956_521.jpg
IMG_20221206_093956_521.jpg (196.94 KiB) געזען 1545 מאל
IMG_20221206_094026_998.jpg
IMG_20221206_094026_998.jpg (179.29 KiB) געזען 1545 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

מעמד קבלת פנים ע"י ילדי תשב"ר
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094210_701.jpg
IMG_20221206_094210_701.jpg (163.53 KiB) געזען 1540 מאל
IMG_20221206_094216_477.jpg
IMG_20221206_094216_477.jpg (151.48 KiB) געזען 1540 מאל
IMG_20221206_094222_735.jpg
IMG_20221206_094222_735.jpg (168.37 KiB) געזען 1540 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094326_279.jpg
IMG_20221206_094326_279.jpg (156.64 KiB) געזען 1529 מאל
IMG_20221206_094410_811.jpg
IMG_20221206_094410_811.jpg (96.64 KiB) געזען 1529 מאל
IMG_20221206_094420_504.jpg
IMG_20221206_094420_504.jpg (111.08 KiB) געזען 1529 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094507_598.jpg
IMG_20221206_094507_598.jpg (130.78 KiB) געזען 1525 מאל
IMG_20221206_094512_792.jpg
IMG_20221206_094512_792.jpg (163 KiB) געזען 1525 מאל
IMG_20221206_094525_414.jpg
IMG_20221206_094525_414.jpg (107.13 KiB) געזען 1525 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

מעמד קביעות מזוזה פאר די נייע פראכטפולע בנין הישיבה
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094605_617.jpg
IMG_20221206_094605_617.jpg (125.98 KiB) געזען 1520 מאל
IMG_20221206_094610_639.jpg
IMG_20221206_094610_639.jpg (143.44 KiB) געזען 1520 מאל
IMG_20221206_094616_249.jpg
IMG_20221206_094616_249.jpg (114.63 KiB) געזען 1520 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094722_083.jpg
IMG_20221206_094722_083.jpg (112.39 KiB) געזען 1515 מאל
IMG_20221206_094727_516.jpg
IMG_20221206_094727_516.jpg (120.14 KiB) געזען 1515 מאל
IMG_20221206_094732_232.jpg
IMG_20221206_094732_232.jpg (101.11 KiB) געזען 1515 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094827_518.jpg
IMG_20221206_094827_518.jpg (155.55 KiB) געזען 1513 מאל
IMG_20221206_094846_099.jpg
IMG_20221206_094846_099.jpg (137.16 KiB) געזען 1513 מאל
IMG_20221206_094852_797.jpg
IMG_20221206_094852_797.jpg (151.42 KiB) געזען 1513 מאל
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20221206_094930_538.jpg
IMG_20221206_094930_538.jpg (146.08 KiB) געזען 1510 מאל
IMG_20221206_094942_004.jpg
IMG_20221206_094942_004.jpg (160.59 KiB) געזען 1510 מאל
IMG_20221206_094945_362.jpg
IMG_20221206_094945_362.jpg (119.24 KiB) געזען 1510 מאל
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

היום יום שני שבו שבו ביקר רבינו שליט"א אנ"ש תושבי ארצינו הקדושה:


היינט בשעת אכט אזייגער צופרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך בקרית מלך רב קרית באבוב המעטירה. ביים דאווענען האבן מיטגעהאלטן פונדערנאנט די תלמידי הת"ת וואס האבן געהאט די גרויסע זכי' צו שטיין לראות ולהראות נעבן רבינו שליט"א און צוזען פונדערנאנט די עבודת הקודש בעת עמדו בתפילה לפני קונו.

נאכן דאווענען האבן אלע קינדער געהאט די זכי' דורכצוגיין רבינו שליט"א און ענהאלטן מידו הקדושה א 'ניס' פון די נוי סוכה וואס איז א סגולה אויף שמחה און כל טוב. אזוי אויך האבן א גרויסע ציבור אנ"ש גענומען שלום וואס האט געדויערט א לאנגע צייט.

נאכן שלום נעמען איז רבינו שליט"א אריינגאנגען אין 'חדר שני' און געשריבן אן אות אינעם ספר תורה וואס הנה"ח ר' אברהם יעקב צייזל הי"ו האט געלאזט שרייבן לזכות בנו הבחור החשוב. א מחזה הוד איז געווען ווען רבינו שליט"א האט געבעטן פון זיין ספיציעלע זון א ברכה און ער האט געוואונטשען הויעך בקול רם אויף וואס רבינו שליט"א האט געענפערט א הויעכע אמן און זיך באדאנקט. ביים לחיים נאכן כתיבת האותיות האט רבינו שליט"א משמיע געווען אמרי קודש פאר לענגערע מינוטען און געוואונטשען ברכות לרוב.

דאן זענען די בחורים פון ישיבת קדושת ציון אריין אל הקודש פנימה מקבל צו זיין תעודות אויף וואס זיי האבן זיך פארהערט אין די לעצטע זמנים. רבינו שליט"א האט זיי געגעבן א שיחת חיזוק און ארויסגעברענגט קורת רוחו אויף וואס זיי זיצן על התורה ועל העבודה אויף א שטארקע פארנעם.

דערנאך איז צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א הרב חנוך זיברט הי"ו, חבר עיירה ב"ב ומראשי עסקני אגודת ישראל, אןו גערעדט מיט רבינו שליט"א פאר עטליכע מינוט און רבינו שליט"א האט אים אנגעוואונטשען ברכת קדשו. פון דארט איז דער רב געגאנגען צום בית האכסניה בשעת די מיידלעך אין בנות ציון אין קרית באבוב זענען געשטאנען פונדערווייטענס און געהאט די זכי' צו זען פני רבינו שליט"א ביים שפאצירן אינעם שטעטל.

נאך א שטיק צייט איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו צום ערשט האט ער באזוכט בבית הנגיד החסיד ר' אברהם יעקב ריגער הי"ו אין זיין נייע הויז אין י"ם. נאכדעם האט רבינו שליט"א באזוכט אין די ירושלימער דירה פון הנה"ח ר' דוד אר'י הכהן ראטה הי"ו.

אצינד קומט רבינו שליט"א אן צום מעמד קביעת מזוזה אין די נייע בנין התלמוד תורה אין ירושלים עיה"ק, וואו רבינו שליט"א וועט קלאפן מזוזה מיט די נגידים בעם וחשובי העדה און פראווען א מסיבת לחיים לרגל המאורע.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מסעות הקודש באבוב חורף פ"ג - ארה"ק ולאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

היסטאריש!!!
לויט ווי עס הייסט יעצט, ווען רבינו שליט"א אין א גאר זעלטענע שריט ערשיינען באלד ביים מעמד שמחת השבע ברכות בשמחת בית באיאן צוגעשטעלט דורך בחורי החסידות.
לעצטע וואך האט כ"ק מרן אדמו"ר מבאיאן שליט"א געשיקט א ספיציעלע דעלעגאציע צו רבינו שליט"א מיט א פערזענליכע איינלאדענונג צו באשיינען די שמחה ביים רבינ'ס אינגעסטע קינד.


*אומבאשטעטיגט*
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”