מרת טשעיני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

שואלכענין האט געשריבן:
טראמפ איז דעמאלט געלאפן קעגן "עכטע פרעזידענטן".
ביז אים, איז געווען א פרעזידענט, א "פרעזידענט".
אפילו אזא שארלאטאן ווי קלינטאן, האט אבער געהאט א דיפלאמיטישע ערנסטע צוגאנג.
צו קענען ארויפלייגן אזא ... ווי טראמפ אויפן טראן, איז געווען א נייע מין צוגאנג און פרישע מציאות.
היינט צו טאג, נאכדעם וואס טראמפ איז שוין געווען פרעזידענט, און נאכדעם וואס דער היינטיגער פרעזידענט איז אויפן בענקל, פאדערט זיך שוין בעצם "גארנישט" צו זיין פרעזידענט, אפילו א מאנקי קען אנקומען אהין...
טראמפ, ווען ער לויפט נאכאמאל, לויפט ער נישט סתם אלס טראמפ, נאר אויף זיין רעקארד. ער האט ווי-נישט-ווי דערליווערט, וואס קיינער בעפאר אים האט נישט דערליווערט, טראץ (אדער דווקא צוליב) זיין צעדרייטע מהלך.
ליז טשעיני, ווען זי לויפט, לויפט זי ווייל זי האלט זיך גענוג צעדרייט און גענוג "נאנט צו א מאנקי" אז זי זאל זיין פאסיג פאר דעם פאסטן...
אויך נישט אוועקצומאכן...
אירע אויסזיכטן זענען היינט טאקע זילטש, אבער אויב טראמפ קומט פאקטיש אן אין טורמע, אדער אפילו בלויז אז מען וועט אים געזעצליך אויסשליסן פון קענען לויפן פאר א פאבליק אפיס, דאן איז שוין יא דא פון וואס צו רעדן.
יו קען נעווער קנאו...
וואט עווער גישעהט צו טראמפ'ן עט ער נאך אלץ זיין די קינג מעיקער און די GOP ווייל ער האט די "בעיס", און ער האט דעליווערט 75 מיליון "לעגיטימע".. וויילער. מילא האט נאר א טראמפ געשטיצטער קאנדידאט א טשענס, און יענער וועט איהם אוודאי פארדאנירען קומט איך אויס אז הי איז היער טו סטעי פאר א וויילע..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

רעגענדיג האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
איך בין מסכים אז זי האט פארלוירן צוליב טראמפ, דאן אויב די רעפובליקאנע וויילער האבן איר ארויסגעוועלט צוליב טראמפ, פארוואס זאלן זיי איר ערוויילן פאר פרעזידענט גאר?

ס'שטימט עפעס נישט אדער כאפ איך נישט.
ס'פאסט נישט פאר דיר צו נעמען אזוי ערנסט די דיבורים פון דעם שוטה.
מיט רעספעקט הרב רעגענדיג, איך האלט נישט אז זי איז א שוטה, און איך געדענק נישט אז איך זאל דא אויף אייוועלט אמאל זיך אויסדרוקן אויף אן עפעס א פיגור (גויטע צי נישט) מיט אזוינע שארפע לשונות.

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.

-----

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.

רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.

טראמפ שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, ער איז א העלד. טשעיני שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, זי איז א?
הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

היכי תמצא האט געשריבן:

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.

רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.

טראמפ שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, ער איז א העלד. טשעיני שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, זי איז א?
די האבט א גרויסער מיסטעק!

טשעיני האט נישט געגאנגן קעגן די שטראם! זי איז געגאנגן זיין א ליעדער אין א נייע שטראם, ווי געוויסע האבן געמיינט Jan 6 אז טראמפ איז א פארגאנגענהייט (beginning of the end) איז זי געלאפן זיין א העלד. ווען זי האט אנערקענט אז דער צעהויבעלטער טראמפ איז הער טו סטעי און איר קאריער איז אין די ערד איז שוין געווען טו לעיט ציריק צו דרייען.
פרישטאג
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 3:54 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישטאג »

הונדערט פארצענט זי איז געגאנגען על דעת צו זיין א העלד אזי ווי די מידיא מאכט טאקע פון זי און עס איז איר געווען ווערד צו פארלירן איר פאזיציע ווייל אזוי מאכט זי די מידיא נאך גרעסער
אבער זי כאפט נישט אז געווענטליך וועט די מידיא נאר מיט ארבטן פאר א שטיקל צייט און מיטן וועג וועלן זיי איר אויך ווארפן אונטערן באס (פארט איז זי א עכטע רעפאבליקאנע)
אבער Time will Tell
הולך האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.

רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.

טראמפ שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, ער איז א העלד. טשעיני שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, זי איז א?
די האבט א גרויסער מיסטעק!

טשעיני האט נישט געגאנגן קעגן די שטראם! זי איז געגאנגן זיין א ליעדער אין א נייע שטראם, ווי געוויסע האבן געמיינט Jan 6 אז טראמפ איז א פארגאנגענהייט (beginning of the end) איז זי געלאפן זיין א העלד. ווען זי האט אנערקענט אז דער צעהויבעלטער טראמפ איז הער טו סטעי און איר קאריער איז אין די ערד איז שוין געווען טו לעיט ציריק צו דרייען.
פרישטאג
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

היכי תמצא האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
איך בין מסכים אז זי האט פארלוירן צוליב טראמפ, דאן אויב די רעפובליקאנע וויילער האבן איר ארויסגעוועלט צוליב טראמפ, פארוואס זאלן זיי איר ערוויילן פאר פרעזידענט גאר?

ס'שטימט עפעס נישט אדער כאפ איך נישט.
ס'פאסט נישט פאר דיר צו נעמען אזוי ערנסט די דיבורים פון דעם שוטה.
מיט רעספעקט הרב רעגענדיג, איך האלט נישט אז זי איז א שוטה, און איך געדענק נישט אז איך זאל דא אויף אייוועלט אמאל זיך אויסדרוקן אויף אן עפעס א פיגור (גויטע צי נישט) מיט אזוינע שארפע לשונות.

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.

-----

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.

רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.

טראמפ שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, ער איז א העלד. טשעיני שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, זי איז א?
פיין און וואול איך קוק איר שטארק ארויף פארן שטיין אויף אירע ווירדן און נישט טוישן מיינונג נאכצולויפן די שטארם, אבער פאר א פאלעטישען מיינט עס סוסייד, און יא זי איז א ריזיגע לוזער אן קיין שום וועג צו געווינען און א רעפאבליקאנע פארטיי וואס איז אזוי פייער פאר טראמפ.

און כמובן מיינט נישט רעגענדיג אז זי איז בעצם א שוטה, קען זיין איר אייקיו לעוול איז זייער הויעך. נאר איר יעצטיגע סטעיטמענט צו לויפן פאר פרעזידענט איז בעיאנד טיפשות, נישט דא קיין מעגליכקייט בדרך הטבע דערפאר.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

היכי תמצא האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
איך בין מסכים אז זי האט פארלוירן צוליב טראמפ, דאן אויב די רעפובליקאנע וויילער האבן איר ארויסגעוועלט צוליב טראמפ, פארוואס זאלן זיי איר ערוויילן פאר פרעזידענט גאר?

ס'שטימט עפעס נישט אדער כאפ איך נישט.
ס'פאסט נישט פאר דיר צו נעמען אזוי ערנסט די דיבורים פון דעם שוטה.
מיט רעספעקט הרב רעגענדיג, איך האלט נישט אז זי איז א שוטה, און איך געדענק נישט אז איך זאל דא אויף אייוועלט אמאל זיך אויסדרוקן אויף אן עפעס א פיגור (גויטע צי נישט) מיט אזוינע שארפע לשונות.

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.
סארי, כ'זעה באמת נישט וואס איז די פראבלעם צו טרייבן לצנות פון פאליטיקאנטן עז לאנג זיי זענען גוים.
-----
צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.

רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.

טראמפ שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, ער איז א העלד. טשעיני שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, זי איז א?
איך הער וואס דו זאגסט און האסט בעצם א גוטע פוינט אבער דא ביי טשעיני האלט איך נישט אז דאס איז די מעשה, כ'גלייב נישט אז זי איז באמת איבערצייגט אין אירע פראפאגאנדע אז טראמפ איז די גרעסטע און שרעקליכסטע סכנה פארן לאנד, פונקטליך וואס יא? שווער צו וויסן, לכאורה א געמיש פון שנאה, זוכן אטענטשאן און סתם אזוי אריינגיין אין א גרוב קאפ אין וואנט אן קיין וועג צוריק.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
סקוואש מצות
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 2:25 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקוואש מצות »

יא זי זאל לויפן אבער אויף די דעמאקראטישע זייט דעס וואס זי איז עכט
וואס קען שוין זיין
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:23 am

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס קען שוין זיין »

זי איז א הירא פאר די דעמאקראטן/ מידיא נאר ווילאנג זיי טראכטן אז מען קען נאך האבן עפעס נוצן פון איר. יעצט אז זי האט פארלוירן אזוי מיאוס און איז געבליבן מיטן פאנטאזיע פון לויפן קעגן טראמפ, וואס קיין שום אביעקטיווער פאליטיקל עקספערט גיבט איר א מינימאלע רעאליסטישע שאנס, גייען זיי איר דראפן ווי א הייסע פאטעיטע. ע"ע מעקעין, ראמני ועוד
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

סקוואש מצות האט געשריבן:
יא זי זאל לויפן אבער אויף די דעמאקראטישע זייט דעס וואס זי איז עכט
זי איז נישט קיין דעמקראט אין פאלאסי, בכלל נישט...
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

שפעטער האט געשריבן:
ליצנות און א זייט. לכאורה אז זי עט נעמען א שטארקע ראנינג מעיט, א שטייגער וואו דזשעף פלעיק אדער אפילו דזשאן מעקקעין האט זי גאנץ שיינע אויסזיכטן
:lol:

קעסיק...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פעיק ניוז האט געשריבן:
עניוועי, איך זע א מעגליכקייט פון ביידע וועגן צוגלייך.

אויף וואס וועט טראמפ לויפן?
אז דו רעדסט שוין פון דעם וויל איך דיר טאקע זאגן בנוגע דיין פריערדיגע סטעיטמענט אז טראמפ לויפט אויף א פלאטפארמע פון טראמפ און נאכאמאל טראמפ, איך דיסעגרי אביסל דערמיט מחמת עטליכע סיבות.

קודם אין פירסט פלעיס איז עס היבש איבערגעטריבן און נישט ממש אזוי, אדרבה, כ'בין נייגעריג צו דו הערסט אמאל אויס זיינע רעדעס.

צווייטנס, טראמפ לויפט נישט יעצט, אין מיין אפיניען איז דא שטארקע שאנסן אז איינמאל ער איז אויפן קאמפיין טרעיל וועט זיך די נוסח פארבעסערן עכ"פ טיילווייז.

דריטנס, איז עס אוודאי נישט קיין פארגלייך צו טשעיני וואס האט אפיציעל נישט קיין שום וויזיע בנוגע פאליסי און זי פלאקראמירט אפן אז זי האט איין איינציגע ציל, ראטעווען דעם לאנד פון טראמפ'ס הענט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

טשעיני האט קיינע שאנסן.
סנטרל פארק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 12:50 am

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סנטרל פארק »

היכי תמצא האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
איך בין מסכים אז זי האט פארלוירן צוליב טראמפ, דאן אויב די רעפובליקאנע וויילער האבן איר ארויסגעוועלט צוליב טראמפ, פארוואס זאלן זיי איר ערוויילן פאר פרעזידענט גאר?

ס'שטימט עפעס נישט אדער כאפ איך נישט.
ס'פאסט נישט פאר דיר צו נעמען אזוי ערנסט די דיבורים פון דעם שוטה.
מיט רעספעקט הרב רעגענדיג, איך האלט נישט אז זי איז א שוטה, און איך געדענק נישט אז איך זאל דא אויף אייוועלט אמאל זיך אויסדרוקן אויף אן עפעס א פיגור (גויטע צי נישט) מיט אזוינע שארפע לשונות.

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.

-----

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.

רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.

טראמפ שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, ער איז א העלד. טשעיני שטעלט זיך אנטקעגן און ליידט זיך צאם, זי איז א?
טשעיני איז פין קיינמאל אן געווען א העלד אדער א שטארקע פאלטישן וואס האט זיך אגענימען פארן אמת אדער איר ריפאבליקאנער אידילאגיע זי איז בכלל נישט געווען די פאלעטישען וואס איז געשטאנען אין געשוויצט ווען א אימרעכט איז באגאנגען געווארן דורך די דעמאקראטן די איינציגסטע מאל וואס זי לאזט זיך הערן איז נאר אין נאר קעגן טראמפ אין איר פארטיי
צי איז עס ווייל זי וויל זיין א העלד אדער איר וויסטע פערזענליכע שנאה
זי ארבעט פארן לאנד נאר ווען זי קען עס לייגען העכערן פארטיי!!!!!!!!!
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

האלצשטיין האט געשריבן:
טשעיני האט קיינע שאנסן.
מען האט עס געזאגט אויף לינקלאן אויכעט...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

טראמפ גייט נאך אנטקעגן די שטראם? אויב מ'האט האלב לאנד אונטער זיך הייסט דאס גיין קעגן די שטראם? ווען דיין באזעמאיז גרייט צו גיין אין פייער און וואסער הייסט דאס קעגן די שטראם?

אין א וועג יא, וויבאלד זיי גייען אנטקעגן א געוויסע מאדע אדער עסטאבלישמענט.

ווייל טשעיני גייט קעגן די טראמפ שטראם הייסט דאס שוין נישט גיין אנטקעגן די שטראם?

פון וואנעט ווייסט מען אז זי האט עס נאר געוואלט טון וועגן די מידיא און דאס און יענס? די טראמפ קעגנער שרייען אויך אז ער איז א כבוד זוכער?

פון וואנעט ווייסטו אז דיין צד איז אין דעם גערעכט?

ווען עס קומט צו פאליסיס/ווירדן פארשטיי איך ווען מ'האלט אז די אייגענע זייט איז גערעכט. אבער ווען עס איז באזירט אויף דעם מענטש'נס פערזענליכע מחשבות און יענעמ'ס ווילן/ציל, פון וואנעט ווייסט מען. ביידע זייטן שרייען דאך אז זיי זענען די צדיקים, פונקטליך ווי אזוי געפינט מען דאס אויס?

ווי מער מ'גלייבט די אייגענע, אלס שווערער איז צו זען דעם גרעסערן בילד. א שאד אז עס פאלט אויף טויבע אויערן. קיינער וויל נישט הערן אומ-איינזייטיגקייט.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

תגובה דורך יקוש פייוויש »

@היכי, דיין שפראך און קלארקייט בלייבט די זעלבע! כאטש איך מוז דאס ערשטע מאל דיסאגריען אויף די פוינט וואס דו זאגטס כלפי איר, און גא״מ ל@הולך ול@פרישטיג ול@רעגענדיג
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

הכל הבל האט געשריבן:
טשעני זאגט אז זי גייט נישט טוישן פארטיי רעגיסטראציע און אז זי זוכט נישט צו לויפט אויף א דריטע פארטיי טיקעט
אפגעאטעמט...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הכל הבל האט געשריבן:
טשעני זאגט אז זי גייט נישט טוישן פארטיי רעגיסטראציע און אז זי זוכט נישט צו לויפט אויף א דריטע פארטיי טיקעט
זייער מאדנע זינט איר איינציגע ציל איז דאך צו אוועקהאלטן טראמפ פונעם אוועל אפיס, און לויפן אויף א דריטע פארטיי טיקעט איז די איינציגסטע מהלך וואס קען אפשר א פיצעלע אויסמאכן לגבי דעם.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

היכי תמצא האט געשריבן:
טראמפ גייט נאך אנטקעגן די שטראם? אויב מ'האט האלב לאנד אונטער זיך הייסט דאס גיין קעגן די שטראם? ווען דיין באזעמאיז גרייט צו גיין אין פייער און וואסער הייסט דאס קעגן די שטראם?

אין א וועג יא, וויבאלד זיי גייען אנטקעגן א געוויסע מאדע אדער עסטאבלישמענט.

ווייל טשעיני גייט קעגן די טראמפ שטראם הייסט דאס שוין נישט גיין אנטקעגן די שטראם?

פון וואנעט ווייסט מען אז זי האט עס נאר געוואלט טון וועגן די מידיא און דאס און יענס? די טראמפ קעגנער שרייען אויך אז ער איז א כבוד זוכער?

פון וואנעט ווייסטו אז דיין צד איז אין דעם גערעכט?

ווען עס קומט צו פאליסיס/ווירדן פארשטיי איך ווען מ'האלט אז די אייגענע זייט איז גערעכט. אבער ווען עס איז באזירט אויף דעם מענטש'נס פערזענליכע מחשבות און יענעמ'ס ווילן/ציל, פון וואנעט ווייסט מען. ביידע זייטן שרייען דאך אז זיי זענען די צדיקים, פונקטליך ווי אזוי געפינט מען דאס אויס?

ווי מער מ'גלייבט די אייגענע, אלס שווערער איז צו זען דעם גרעסערן בילד. א שאד אז עס פאלט אויף טויבע אויערן. קיינער וויל נישט הערן אומ-איינזייטיגקייט.
איר היסטאריע פארציילט אונז דאס
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

סנטרל פארק האט געשריבן:
טשעיני איז פין קיינמאל אן געווען א העלד אדער א שטארקע פאלטישן וואס האט זיך אגענימען פארן אמת אדער איר ריפאבליקאנער אידילאגיע זי איז בכלל נישט געווען די פאלעטישען וואס איז געשטאנען אין געשוויצט ווען א אימרעכט איז באגאנגען געווארן דורך די דעמאקראטן די איינציגסטע מאל וואס זי לאזט זיך הערן איז נאר אין נאר קעגן טראמפ אין איר פארטיי
צי איז עס ווייל זי וויל זיין א העלד אדער איר וויסטע פערזענליכע שנאה
זי ארבעט פארן לאנד נאר ווען זי קען עס לייגען העכערן פארטיי!!!!!!!!!
טראמפ איז אמאל געווען א רעפאבליקאנער? טראמפ שטעלט זיך נישט העכער ווי זיין אייגענע פארטיי? ער ארבעט נישט פאר'ן לאנד נאר ווען ער קען גיין אנטקעגן ריינאס (כ'האב גראדע נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט, און עס אינטערעסירט מיר נישט צו וויסן), ארגאניזאציעס, פריוואטע מענטשן, געוועזענע פריינט, און נאך?
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

היכי תמצא האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
איך בין מסכים אז זי האט פארלוירן צוליב טראמפ, דאן אויב די רעפובליקאנע וויילער האבן איר ארויסגעוועלט צוליב טראמפ, פארוואס זאלן זיי איר ערוויילן פאר פרעזידענט גאר?

ס'שטימט עפעס נישט אדער כאפ איך נישט.
ס'פאסט נישט פאר דיר צו נעמען אזוי ערנסט די דיבורים פון דעם שוטה.
מיט רעספעקט הרב רעגענדיג, איך האלט נישט אז זי איז א שוטה, און איך געדענק נישט אז איך זאל דא אויף אייוועלט אמאל זיך אויסדרוקן אויף אן עפעס א פיגור (גויטע צי נישט) מיט אזוינע שארפע לשונות.

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.

-----

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.
...
זי איז די איינציגע צדיקת און סדום. יאפ.
"האלטן זיך צו די ווירדן" דאס איז זייער אגוטן אויסרייד צו פארדעקן איר משפחה'ס און ארומיגע אנשי העסטעבלישמענט ווייטאג כלפי טראמפ'ן
איר פארגעסט אז עס איז דא אזא זאך וואו השנאה מקלקלת את השורה. ס'דא וואס רופן עס טראמפ דירענגמענט סינדרום
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

היכי תמצא האט געשריבן:

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.
פולי דיסעגרי צו דעי חלק תגובה!

פאליטאק איז סאך ערגער ווען מנעמט עס ערנסט, ווי אויך אסאך מער אראפגעלאזט צו זייער שטאפל ווי ווען מ'מאכט ליצנות
פאליטאק איז א ספורט און אונטערהאלטונג און אזעלכע תגובות איז לדעתי מאר דען וועלקאם
אוודאי ווען עס גייט ארויס פון קאנטראל דארף מען עס אפשר אריבערלייגן צו פארברענגן, אבער סתם אזוי איז עס א פארגעניגן!

ווי אויך ניצט איר די ווארט ''פאסן'' ווען לדעתי ''פאסט עס בכלל נישט דא אריין''
(וועגן די צווייטע האלב העלן מיר רעדן א צווייטע מאל...)
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

אויב טראמפ לויפט נישט, אדער טשעני אדער טראמפ לויפט אויף א דריטע פארטיי קען אפשר טשעני געווינען,
אוועק שלעפן רעפאבליקאנער וואס זענען נישט צופרידן פון טראמפ און דעמאקראטען וואס זענען נישט צופרידן פון ביידען
און פארשטייט זיך אינדיפענדענ'ס, אבער לכאורה גייט עס נישט געשען.
גם זה יעבור
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ליז טשעני שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
טראמפ גייט נאך אנטקעגן די שטראם? אויב מ'האט האלב לאנד אונטער זיך הייסט דאס גיין קעגן די שטראם? ווען דיין באזעמאיז גרייט צו גיין אין פייער און וואסער הייסט דאס קעגן די שטראם?

אין א וועג יא, וויבאלד זיי גייען אנטקעגן א געוויסע מאדע אדער עסטאבלישמענט.

ווייל טשעיני גייט קעגן די טראמפ שטראם הייסט דאס שוין נישט גיין אנטקעגן די שטראם?

פון וואנעט ווייסט מען אז זי האט עס נאר געוואלט טון וועגן די מידיא און דאס און יענס? די טראמפ קעגנער שרייען אויך אז ער איז א כבוד זוכער?

פון וואנעט ווייסטו אז דיין צד איז אין דעם גערעכט?

ווען עס קומט צו פאליסיס/ווירדן פארשטיי איך ווען מ'האלט אז די אייגענע זייט איז גערעכט. אבער ווען עס איז באזירט אויף דעם מענטש'נס פערזענליכע מחשבות און יענעמ'ס ווילן/ציל, פון וואנעט ווייסט מען. ביידע זייטן שרייען דאך אז זיי זענען די צדיקים, פונקטליך ווי אזוי געפינט מען דאס אויס?

ווי מער מ'גלייבט די אייגענע, אלס שווערער איז צו זען דעם גרעסערן בילד. א שאד אז עס פאלט אויף טויבע אויערן. קיינער וויל נישט הערן אומ-איינזייטיגקייט.
איר היסטאריע פארציילט אונז דאס
און וואס ווייזט אונז טראמפ'ס היסטאריע?
טראמפ איז 76 און די האסט א לאנגע היסטאריע אויף וואס צו ציען.
טשעיני איז 56 האסט ווייניגער אויף וואס צו ציען.

טראמפ'ס היסטאריע ווייזט א מישמאש פון א גביר, א יורד, צוויי מאל א גרוש, עטליכע מאל געטוישט אפיליאציע מיט פארשידענע קריסטליכע סארטן ביז'ן זיך דערקלערן אומאפיליאירט, א טעלעוויזיע פערזענליכקייט, א בוך שרייבער, א פרעזידענט, ועוד ועוד.

פון ווען האט מען אנגעהויבן קוקן אויף זיין היסטאריע?

טשעיני'ס היסטאריע ווייזט א לויער, פארשידענע פאזיציעס אין די סטעיט דעפארטמענט, איין קריסטליכע סעקט, איינמאל חתונה געהאט, און דערנאך א קאנגרעספרוי.

פון ווען האט מען אנגעהויבן קוקן אויף איר היסטאריע?

מ'האט ארויס די ביידע מענטש'נס פערסאנאליטעטן און טבע פון זייער היסטאריע?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ליז טשעני - שיקט רמזים אז זי גייט לויפן פאר פרעזידענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מיליטאנט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:

דערוילעם דא טרייבט שרעקליכע ליצנות פון איינעם סתם זיך אונטערהאלטן. איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס. איך מאך נישט ליצנות פון טראמפ אדער ביידן, איך כאפ בכלל נישט וואספארא גוטס עס קומט ארויס פון טרייבן ליצנות פון אלגעמיינע פיגורן חוץ זיך להבדיל אראפצולאזן אויף זייער שטאפל.

ס'פאסט בכלל נישט די אלע ליצנות וואס די עולם, פון אלע זייטן, טרייבן פון סיי וועלכע פיגורן. פאליטיק נעמט מענטשן ארויס פון די כלים און מ'שרייבט אומגעווענליך.
פולי דיסעגרי צו דעי חלק תגובה!

פאליטאק איז סאך ערגער ווען מנעמט עס ערנסט, ווי אויך אסאך מער אראפגעלאזט צו זייער שטאפל ווי ווען מ'מאכט ליצנות
פאליטאק איז א ספורט און אונטערהאלטונג און אזעלכע תגובות איז לדעתי מאר דען וועלקאם
אוודאי ווען עס גייט ארויס פון קאנטראל דארף מען עס אפשר אריבערלייגן צו פארברענגן, אבער סתם אזוי איז עס א פארגעניגן!

ווי אויך ניצט איר די ווארט ''פאסן'' ווען לדעתי ''פאסט עס בכלל נישט דא אריין''
(וועגן די צווייטע האלב העלן מיר רעדן א צווייטע מאל...)
מאכ'ן ליצנות פון פאליטיק גופא איז גוט, פונקט ווי ליצנותא דעבודה זרה. אבער מאכן חוזק ספעציפיש פון געוויסע פאליטישאנס, דאס גופא איז פאליטיק. דאס איז ווי אזוי פאליטיקאנטן פירן פאליטיק. דאס מיינט נישט חוזק מאכן פון פאליטיק.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”