יולי 4 פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זיבן טויט (אריינגערעכנט אידן הי"ד) צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

א לאקאלע פארפאלק, ווארשיינליך זענען זיי אידן, דער מאן הייסט דוד און די פרוי דבורה האבן אויפגעטרעטן אויף די מידיא היינט און געזאגט אז זיי זענען דארט געווען גאר נאענט בשעת די שיסעריי האט פאסירט, דער מאן וואס איז א דאקטער זאגט אז ער האט פרובירט צו העלפן ראטעווען וואס מער מענטש, ער זאגט אז די געשאסענע זענען געשטארבן אין רגעים פון די מאכטפולע גאן.

די פרוי זאגט אז דאס אפ'הרג'ענען די 6 מענטשן האט גענומען נישט מער ווי 30 סקונדעס. דער מאן זאגט אז ער האט שוין געזען אסאך שווערע סצענעס , אבער אזאנס האט ער נאכנישט געזען.

ער זאגט אז מ'קען נישט באשרייבן וויאזוי די גופים האבן אויסגעזען נאך די שיסעריי, די גופים זענען ממש צעשפליטערט געווארן פון די שטארקייט פון די בולעטס.
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

*היילאנד מעיאר זאגט אז די 'גאן' איז לעגאל געקויפט געווארן. דורכן שיסער וואס די מעיאר זאגט אגב, אז זי איז געווען זיין 'סקאט לידער'..

*ער האט געפאסט ווידיאוס ווי ער שיסט, ער איז ארומגענומען מיט פאליצי מיט גאנס וכו'...

*זיין משפחה מיטגליד און נאנטע זאגן ער האט נישט געהאט קיין דזשאב, אבער זיי געדענקן אים נישט זיין ווילד...
לעצט פארראכטן דורך טוב ליהודים אום דינסטאג יולי 05, 2022 12:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

נ"י פאסט:

*טאטע פון די 'היילענד פארק שיסער' האט גע'לייקט' פרא גאן טוויט עטליכע טעג נאך די 'יוואלדי טעקסעס שיסעריי''.

*טאטע פון די שיסעריי האט געפענט אן 'דעלי' אין היילענד פארק, זאגנדיג אז ער עפענט דאס צוליב ''היילאנד פארק'' איז א 'סעיף' געגענט..

*אין 2019 איז די 'שיסער'ס טאטע' געלאפן פאר מעיאר אקעגן די אמטירנדער מעיאר - ראטערינג, אינטרעסאנט אז די קאמפיין פון די דעמקראט 'נענסי ראטערינג' איז געווען געווידמעט איבער די וויכטיגקייט פון 'גאן קאנטראל'...
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פארוואס געבן זיי נישט ארויס וואספארא סארט ביקס ער האט גענוצט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

די אויטאריטען נעמען אראפ זיינע ווידיאס פון סאציאלע פלאטפארמעס, זיי גייען עס דורכקוקן און אויספארשן.
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

שכח @טוב פאר דיינע באריכטן.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24017
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די פאליציי זאגט אז דער שיסער איז געווען אנגעטוהן מיט פרויעניש'ע בגדים...
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

פרישע קלארע אפדעיטס, אינערהאלב די געוואלדיגע קלארע פרעסס קאנפרענס פון די דארטיגע אוטאריטעטן.

*דער שגץ האט עובר געווען אויף לא תלבש צו באהאלטן זיינע 'טעטאוס' און זיין ID, באהאלטן זיין פנים וכו'

*ער האט געשאסען 70 בולעטס פון די 'רייפעל' אין די קורצע צייט...

*נאכן שיסעריי האט ער אראפאגעטאנצן פון די דאך, געדראפט די גאן, זיך אויסגעמישט מיטן קראוד

*געוואקט צו זיין מאמעס הויז כאחד האדם...
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

*מיר גלייבן ער האט עס אויספלאנירט עטליכע וואכן

* ער האט געברענגט אן HIGH POWERED רייפעל, געקויפט 'ליגעל' אין 'אילינוי' (ווי גאנס איז נישט געBANNED)

* ער איז ארויפ-געקראכן אויפן דאך פון א ביזנעס דורך אן FIRE ESCAPE לייטער..
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

*אונז ווייסן נאך נישט קיין מאטייו 'כעת'

*אויף די פראגע פון 'רעפארטערס' אויב מען האט 'פארפאסט' צו זעהן די 'דיסטורבינג' ווידיאוס, מיר 'ריוויוען' עס נאך..
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

* די שיסער וועט ווערן געטדזשארשעט היינט.

*AR style וואפען איז גענוצט געווארן. --סימילער-- צו אן AR 15...

*נאכן וואקען רואיג צו זיין מאמעס הויז, האט ער 'געבארגט איר קאר'

*א מעמבער פון די 'קאמניטי האט אים באמערקט און גערופן 911... (נישט קיין דראון אדער אן FBI... אן פשוטע ALERT מעמבער פון די קאמיוניטי)

*נאך די 911 קאל האט א NORTH CHICAGO פאליציי באמערקט די קאר, נאכן האבן בעקאופ - אנגעפירט מיט די געלוגענע פארכאפונג.

*אין די קאר האט די פאליציי באמערקט אן 2טע רייפעל!! אויך געקויפט דורכן שיסער...

*אלעס ווייזט אז ער האט געארבעט אויפן 'אייגענע הענט'
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

* די נומבער פון פארוואונדערטע איז ארויף צו 30

* CNN האט אן אינטערוויאו מיט א RABBI יוסף שיינאוויטץ - לאקאלע חב"ד שליח וואס האט באגעגענט די שיסער.. ער קען אבער נישט געבן קיין דעטאלן -- ווייל די אינוועסטעגעישן גייט נאך אן...

* געוואלדיגע קידוש השם אין די אלגעמיינע מידיע דורך די לקאלע פאפולערע חבד שליח מיט זיין משפחה, אריינ-נעמענדיג די לאקאלע געמיינדע אין די בית חבד - וואס געפינט זיך עטליכע גאסן פון די שיסעריי..
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט ביידען פארארדענט אמעריקאנע פענער זאלן ווערן גענידערט אויף האלב ביז ענדע וואך, אויס צייכן פון רעספעקט פאר די אומגעקומענע.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16812
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איז דא נייעס איבער די אידישע אומגעקומענע?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

טוב ליהודים האט געשריבן:פרישע קלארע אפדעיטס, אינערהאלב די געוואלדיגע קלארע פרעסס קאנפרענס פון די דארטיגע אוטאריטעטן.

*נאכן שיסעריי האט ער אראפאגעטאנצן פון די דאך, געדראפט די גאן, זיך אויסגעמישט מיטן קראוד



פון ווי הויך איז ער געטאנצן?
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

זיבעטע פאטאליטעט פון די שיסעריי (קול העולם )
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

מי חכם האט געשריבן:גראדע אין טשיינע ארבעטן זיי אויף א שרעקעדיגע פלאן צו פרובירן פאראויסזאגן ווער עס וועט מעגליך באגיין א פארברעכן, און אים פארהאלטן. אבער אין א געהעריגע דעמאקראטיע זוכט קיינער נישט צו לעבן אין אזא סארט וועלט, כאטש עס מאכט טאקע די גאסן זיכערער. (חוץ אפשר די אנטי בעיל חברה וואס ווילן פארהאלטן מענטשן אויף אייביג אין טורמעס אן א פראצעס).

אדער די פרא לאקדאון'ס/קווארענטין/טעסט'ס/מאסקעס/סאושעל דיסטענס חברה...
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

טוב ליהודים האט געשריבן:פרישע קלארע אפדעיטס, אינערהאלב די געוואלדיגע קלארע פרעסס קאנפרענס פון די דארטיגע אוטאריטעטן.

ישר כח פאר דיין קלארע אפדעיטס דא אינעם אשכול

וואס איז פשט פון שרייבן אין יעדע תגובה אז די פאליציי גיבט "געוואלדיג קלארע פרעסע קאנפערענצן? אינדערצייט וואס אויף אסאך פראגעס ענטפערן זיי אז מען קען נישט ארויסגעבן (עז יודשעל) אריינגערעכענט וועלכע קען ער האט גענוצט?

שכח נאכאמאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

טוב ליהודים האט געשריבן:* די נומבער פון פארוואונדערטע איז ארויף צו 30

* [CNN האט אן אינטערוויאו מיט א RABBI יוסף שיינאוויטץ - לאקאלע חב"ד שליח וואס האט באגעגענט די שיסער.. ער קען אבער נישט געבן קיין דעטאלן -- ווייל די אינוועסטעגעישן גייט נאך אן...[/b]
אויף קול מבשר זאגט ער יא, וואס איז פשט?

.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זעקס טויט צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

מי חכם האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פון די אלגעמיינע נייעס קוועלער:

דער מערדער איז א זעלבסט דעקלערירטער זינגער (רעפפע"ר) וועלכער האט שוין זינט די עלף יאר ארויסגעגעבן זיינע יצירות, פאראיארן אום אקטאובער האט ער געלאזט אין גאנג זיינס א ווערק אין וועלכע ער פראקלאמירט אין קריפטישע לאזונגען אז אט אט גרייט ער זיך צו ווערן 'ערוועקט' און וועט באגיין אן אקט צו וועלכע ער ווערט געטריבן, ווערטער וועלכע ווערן יעצט ליידער פארשטענדליך אלץ א צוגרייטונג צו זיין בייזוויליגע אקציע היינט אינדערפרי.

מען זעהט לעצטנס אפאר מאל ווי נאכן שיסן זעהט מען אז דער רוצח האט געהאט פאראויסגעזאגט אז ער גייט עס טוהן,

איך טראכט די סיבה פארוואס זיי שטעלן נישט אפ אזא איינעם ביים זאגן, איז ווייל עס זענען דא טויזענטע איגענטליכע מיט פייגלעך אין קאפ וואס זאגן פאר אז זיי גייען טוהן אזא אקט און אזא "אויפוואכונג", מען קען נישט יעדעם נעמען ערנסט.


פארשטייט זיך.

גראדע אין טשיינע ארבעטן זיי אויף א שרעקעדיגע פלאן צו פרובירן פאראויסזאגן ווער עס וועט מעגליך באגיין א פארברעכן, און אים פארהאלטן. אבער אין א געהעריגע דעמאקראטיע זוכט קיינער נישט צו לעבן אין אזא סארט וועלט, כאטש עס מאכט טאקע די גאסן זיכערער. (חוץ אפשר די אנטי בעיל חברה וואס ווילן פארהאלטן מענטשן אויף אייביג אין טורמעס אן א פראצעס).

וואס איז דער צושטעל פון בעיל וועלכע איז פעליג פאר איינער וואס האט פאקטיש געטון עפעס וראנג, צו סקרינען אומשילדיגע מענטשן?
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: יולי 4 פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זיבן טויט (אריינגערעכנט אידן הי"ד) צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

לעיק קאונטי באאמטע ארויסגעגעבן די אידענטיטעט פון די אומגעקומענע

The Lake County Coroner’s Office identified six of the seven victims:

• Katherine Goldstein, 64 of Highland Park

• Irina McCarthy, 35, of Highland Park

• Kevin McCarthy, 37, of Highland Park

• Jacquelyn Sundheim, 63, of Highland Park

• Stephen Straus, 88, of Highland Park

• Nicolas Toledo-Zaragoza, 78, of Morelos, Mexico

The seventh victim died at a hospital outside Lake County, the coroner said.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

יולי 4 פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אילינוי גאווערנאר דערקלערט א דיזעסטער צושטאנד אין די אומגעגענט, ערלויבענדיג סטעיט הילף זאל שנעלער ווערן ארויסגעגעבן.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: יולי 4 פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זיבן טויט (אריינגערעכנט אידן הי"ד) צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נאכנישט געזעהן באריכטעט דא
אין אפריל 2019 איז דער מערדער באריכטעט געווארן צו די פאליציי אין היילענד פארק אז ער האט attempted suicide

אין סעפטעמבער 2019 האט א פאמיליע מיטגליד באריכטעט צו די לאקאלע פאליציי אז קרימאו האט געסטראשעט צו (quote) "אומברענגען יעדעם"
ווען פאליציי האבן רעאגירט האבן זיי געפונען ביי אים אן אוצר פון 16 מעסערס, א שווערד און נאך.
די אינפארמאציע פון די אינצידענט איז איבערגעגעבן געווארן צו די אילינאו סטעיט פאליס, אבער ווארשיינליך איז עס נישט גענוג געווען צו אוועקנעמען פון אים זיינע רעכטן צו קויפן אזעלכע היי פראפייל אסאלט וואפן
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: יולי 4 פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זיבן טויט (אריינגערעכנט אידן הי"ד) צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

די מאמע פונעם שיסער איז שטארק אויפן אויספארשונגס באנק
אינוועסטיגעיטערס זענען אפאר מאל געזעהן געווארן איר אויספרעגן, אויך איז דא א ווידיאו ווי זי טענה'ט זיך ווילד מיט סוואט פאליציי און געט די אויסזעה אז זי קאאפערירט נישט געהעריג
די פאליציי האבן אפגעשלאסן א גאנצע UPS געשעפט ווי די מוטער האט א פאסט קעסטל, זיי זאגן נישט די צוועק פון די שטארקע שריט
(איך קען נישט אטעטשן א בילד פון די סטאר צוליב די שטרענגע סייז לימיט לעצטנס, איינער ווייסט וויפיל KB איז די מאקסימום?)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: יולי 4 פאראדע שיסעריי אין שיקאגא אומגעגנט: זיבן טויט (אריינגערעכנט אידן הי"ד) צענדליגע פארוואונדעט רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

שטומפיג האט געשריבן:(איך קען נישט אטעטשן א בילד פון די סטאר צוליב די שטרענגע סייז לימיט לעצטנס, איינער ווייסט וויפיל KB איז די מאקסימום?)

קאמפרעס עס
https://tinypng.com/
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”