פינאנץ: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

יצחק ברוך האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פארוואס טראסקעט אלעס היינט?


וויבאלד טרעזורי סעקרעטערי יעללען האט געזאגט אז מען גייט דארפען העכערען אינטרעסט רעיטס אין די צוקנופט.

גייט עס פאלן אסאך ווען מען גייט העכערן?

ווייסט מען ווען בערך מען וועט דאס דארפן העכערן בערך?

עס איז נישט אזוי ווייט די נושא צו מען גייט העכערן צו נישט,

די פעד ניצט א טאל וואס הייסט Moral Suasion, דאס מיינט איבערצוצייגען מענטשן צו טוען ווי אזוי זיי ווילען אן נעמען לעגיסלאטיווע שריט,

דאס ווערט געמאכט דורך פרידיקטן צו מען גייט הייבן אדער נישט הייבן די אינטרעסט רעיטס אד''ג,

חוץ מזה האבן זיי נאך א טאל וואס דאס איז הייבן די אינטרעסט רעיטס, וואס דעי צוויי טולס זענען נישט געבינדן איינס צום צווייטען,

און פאקט די פעד קען אסאך מאל פרידיקטן אז מען גייט דארפן הייבן די אינטרעסט רעיטס, פשוט צו אפקילען די מארקעט'ס אבער פלאנען פלאנען זיי אינגאנצען עפעס אנדערש,

אזוי דרייט זיך א רעדל, ביי יעדע מיטינג זאגן זיי אנדערש ווי די פאריגע ווענדט זיך לויט די מצב פון די מארקעטס,

Moral Suasion האט אסאך מאל א שטערקערע אפעקט ווי די פאקטישע הייבן די רעיטס'

דא קענסטו זעהן מער דערוועגן
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

וואס גייט פאר מיט די סטאַק מארקעט אז עס פאלט יעצט?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

דער דאו זשאונס דרייט זיך ארום אין געגנווארט פון 35,000. עס איז העכער פארן למספרם יאר כמעט 16%.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

איך קאנסידער צו קויפן קאמאדעטי פיוטשערס אלס א העדש קעגן אינפלעישן (אויב מיין געז ביל גייט ארויף וועט עס מיין פיוטשער קאווערן..).

מיין שאלה איז וועלכע קאמאדעטי האט די בעסטע קאארעלעישן מיט די אווער אלל עקאנאמיע? די אויסוואלן זענען קרוד אויל, נעטראל גאז, קארן.(די האבן פיוטשערס מיט אפשענס דערויף).
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

און וואס טוט מען טאמער וועט זיין דיפלעישאן ווי קעיטי וואד שאצט פאר?
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

Dim האט געשריבן:און וואס טוט מען טאמער וועט זיין דיפלעישאן ווי קעיטי וואד שאצט פאר?

די געדאנק איז צו העדשן קעגן מיין גאנצע פארטפאליא, אויב קומט הייפעראינפלעישן און די פעד נעמט זיך העכערן רעיטס און איז גורם א רעסעשן וועט דאך אלעס פאלן, עט ליעסט וועל איך מאכן פונעם העדש, אויב בין איך ווראנג איז געוואלדיג, מיין העדש וועט טאקע ליידן אבער מיין איבעריגע אקאונט איז מסודר.

אויסער דעם, איך וואלט נישט געגאנגען בלויז לאנג א פיוטשער, די פלאן איז:

1)קויף דעם פיוטשער.
2)פארקויף א קאל אביסל העכער, באקום א שיינעם קרעדיט.
3)קויף א פוט ווייט אוועק פון זיך צו פראטעקן אויב קומט טאקע דיפלעישן.

איך בין אבער נישט קלאר מיט די גאנצע הנחה אז אינפלעישן איז נישט גוט פאר סטאקס, מען קען זאגן אז עס איז פונקט ווי אנדערע עסעטס וואס גייען ארויף מיט אינפלעישן.

ווער דא איז גוט אין מעקראו עקאנאמיקס?
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

זייער קלאר, יישר כח.

אינפלעישאן סתם אזוי איז טאקע דירעקט גוט פאר די סטאק מארקעט, ווייל אז קעש איז נישט ווערט לייגט מען עס אינעם סטאק מארקעט. אבער אויב קומט טאקע הייפעראינפלעישאן דאן ווערט די אקאנעמיע אומסטאביל, קאמפעניס האבן שלעכטע ערנינגס און אלעס גייט קראכן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טרייסל...

#קאוויד
אטעטשמענטס
Screenshot_20210719-115238_Chrome.jpg
Screenshot_20210719-115238_Chrome.jpg (101.35 KiB) געזען 2679 מאל
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

א רויטער טאג אין די מארקעטס, דער וויקס (נערוועזיקייט מעסטער) איז ארויף מיט ארום 10%.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ווען מען קוקט אויף די עס ענד פי 500 זעהט אויס אז מען האלט אינמיטן א פעסטע בול מארקעט, מען האט עטליכע טאג צוריק געמאכט א נייע הייעך און יעצט איז מען קנאפע 2% אראפ.

אבער ווען מען קוקט אויפן ראססעל 200, די סמאל קעפ אינדעקס זעהט גאר אויס ווי מען האלט אינמיטן א קאררעקשן, דאון פון איר הייעך כמעט 10%, עס מאכט זיך נישט אפט אז די קאארעלעישן צווישן לארדש און סמאל קעפ זאל זיין אזוי צושאקלט.

ווען מען הייבט אן צו קוקן אויף אסאך אידיווידועלע סטאקס זעהט מען אז עס איז פיל שוואכער צב"ש UBER, PINS, NIO און נאך האבן געטראסקעט די וואך, אסאך האלטן 20/30% אראפ פונעם הייעך.

איך רעדט שוין נישט פון קלענערע פירמעס ווי WISH אדער BNGO וואס האבן ממש געקרעשט די וואך.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210820-001438_Chrome.jpg
Screenshot_20210820-001438_Chrome.jpg (200.74 KiB) געזען 2159 מאל
Screenshot_20210820-001508_Chrome.jpg
Screenshot_20210820-001508_Chrome.jpg (179.56 KiB) געזען 2159 מאל
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

זעהט אויס אז עס קומט א רויטער טאג אין די מארקעטס מארגן, די פיוטשערס זענען יעצט דאון ארום 1%.

אויב דער ראססעל 2000 וועט פאלן צו די 215 רעינדש וועל מיר ארויפליייגן א לאנג פאזישן, יעצט האלט ער ביי 220 (IWM).
אטעטשמענטס
Screenshot_20210920-004259_tastyworks.jpg
Screenshot_20210920-004259_tastyworks.jpg (161.88 KiB) געזען 2007 מאל
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אברך האט געשריבן:זעהט אויס אז עס קומט א רויטער טאג אין די מארקעטס מארגן, די פיוטשערס זענען יעצט דאון ארום 1%.

האסטו ריכטיג פארגעשאצט...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

היינט:

זעה דעם וויקס, ארויף 20%, עס האט א אינוווערס קאארעלעישן מיט די מארקעט, כשזה קם זה נופל.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210920-111645_tastyworks.jpg
Screenshot_20210920-111645_tastyworks.jpg (130.55 KiB) געזען 1810 מאל
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פיין רויט, שוין לאנג נישט געהאט אזאנס..

(אקעי אפשר ווייל איינס האט אביסל אראפגעשלעפט נאך נייעס)
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אברך האט געשריבן:היינט:

זעה דעם וויקס, ארויף 20%, עס האט א אינוווערס קאארעלעישן מיט די מארקעט, כשזה קם זה נופל.



וואס איז פשט פון וויקס, צו דייווערסיפייען?
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ממה נפשך האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:היינט:

זעה דעם וויקס, ארויף 20%, עס האט א אינוווערס קאארעלעישן מיט די מארקעט, כשזה קם זה נופל.



וואס איז פשט פון וויקס, צו דייווערסיפייען?

עס איז נישט קיין פאזישן, עס איז נאר אויף מיין וואטשליסט, עס איז אינטערעסאנט צו פאללאוען, עס צייגט ווי נערוועז די מארקעט איז.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ממה נפשך האט געשריבן:פיין רויט, שוין לאנג נישט געהאט אזאנס..

גא"מ מיין פארטאפאליא איז מיט 4.5 פראצענט אראפ. נאך קיינמאל נישט געהאט אזאנס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ממה נפשך האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:היינט:

זעה דעם וויקס, ארויף 20%, עס האט א אינוווערס קאארעלעישן מיט די מארקעט, כשזה קם זה נופל.



וואס איז פשט פון וויקס, צו דייווערסיפייען?


Vix מעסט וואליטיליטי, דאס איז א פאזישען פונקט ווי אלע פאזישענס. אויב האלט איך אז וואליטיליטי גייט ארויף גיין, קויף איך וויקס.

פאר דייווערסיפייען איז דאס לכאורה נישט קיין גוטע אפציע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך שטיי ווייט פון די ראסעל יעצט. עס איז טאקע נידריג אבער עס קען גיין נאך סאך נידריגער ווען די מארקעט'ס ווערן צושאקלט.

ביי מיר אין large cap healthcare איז היינט א געווענליכע שוואכע טאג, איין פראצענט דאון.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך שטיי ווייט פון די ראסעל יעצט. עס איז טאקע נידריג אבער עס קען גיין נאך סאך נידריגער ווען די מארקעט'ס ווערן צושאקלט.

ביי מיר אין large cap healthcare איז היינט א געווענליכע שוואכע טאג, איין פראצענט דאון.

פאר מיר איז די ראססעל די אינדעקס אוו טשויס אין די יעצטיגע ענווייראנמענט, עס קען טאקע פאלן ווייטער אבער דאס איז א לאנג טערם פלעי.

די מעלות איבער די S&P 500 זענען אז עס איז האלב פרייז (IWM VS SPY) סאו ס'איז לייכטער צו אריינסקעילן און ארויסקעילן פון א פאזישן, נאך א מעלה פאר מיר איז די העכערע אימפלייד וואלעטילי וואס מיינט בעסערע אפשענס פרימיום.

אזוי אויך פון א פאנדעמענטל פערספעקטיוו איז די ראססעל יעצט אסאך א בעסערע וועליו ווי די S&P 500, איך בין בכלל נישט נחית דא צו קיין סעקטאר ETFs, דאס איז א צווייטע בריה אינגאצן, איך זוך טאטעל מארקעט עקספאזשער.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

אברך האט געשריבן:זעהט אויס אז עס קומט א רויטער טאג אין די מארקעטס מארגן, די פיוטשערס זענען יעצט דאון ארום 1%.

אויב דער ראססעל 2000 וועט פאלן צו די 215 רעינדש וועל מיר ארויפליייגן א לאנג פאזישן, יעצט האלט ער ביי 220 (IWM).

אומר ועושה...

אינמיטן טאג האט IWM געגרייכט אונטער 215 האב איך געעפנט א בוליש אפשענס פאזישן (אזוי ווי א קאווערד קאל), ער האט זיך געשלאסן ארום 217, דאון איבער 2% פארן טאג.

אפשר נאך יום טוב וועל איך שרייבן מער דיטעילס פון דעם טרעיד אין די אפשענס אשכול.

א גוט יום טוב!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ב"ה א גוטע טאג געווען היינט פאר די עירליין אינדאסטרי
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

די וואלעטילי אין די מארקעטס האלט ווייטער אן, חוה'מ איז געווען א שיינע ראלי אבער היינט איז ער צוריקגעפאלן בערך ווי עס איז געווען ערב יום טוב.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אברך האט געשריבן:די וואלעטילי אין די מארקעטס האלט ווייטער אן, חוה'מ איז געווען א שיינע ראלי אבער היינט איז ער צוריקגעפאלן בערך ווי עס איז געווען ערב יום טוב.


ס'דא וואס זאגן אז סעפטעמבער יעדעס יאר איז די מארקעט רויט אדער שלעכט רעלאטיוו, ס'ליגט עפעס דערין?
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ממה נפשך האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:די וואלעטילי אין די מארקעטס האלט ווייטער אן, חוה'מ איז געווען א שיינע ראלי אבער היינט איז ער צוריקגעפאלן בערך ווי עס איז געווען ערב יום טוב.


ס'דא וואס זאגן אז סעפטעמבער יעדעס יאר איז די מארקעט רויט אדער שלעכט רעלאטיוו, ס'ליגט עפעס דערין?

ס'ליגט מיר אויך אין קאפ עפעס אזוי, אפילו אויב עס איז היסטאקלי אקוראט ווייס איך נישט אויב איך וואלט געריסקד געלט דערויף.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”