קאמאן סענס האט געשריבן:לעצם הענין מיט די פרשה פון לופטהאנזא: איך פאר אסאך אויף פליגערס פאר ביזנעס און איך בין גאנץ א אפטע קאסטומער פון לופטהאנזא און כ'האב מיט זיי קיינמאל קיין פראבלעמען געהאט. זיי שטעלין צו עסין און טרינקען מער ווי אנדערע פליגערס (ביז די קאראנא) און זענען זייער העפליך, ס'פיציעל אויב דו באגריסט זיי אין דייטש "גוטן מארגן, טאגע, אבענד" און "אאוף ווידער זעהן" אד"ג. פארשטייט זיך אז זיי זענען נישט מער אוהבי ישראל ווי אלע אנדערע שבעים אומות, און דער יוד מוז האבן שכל ווי זיך אויפצופיהרן אין גלות, און אפילו ווען נישט די גלות דארף מען זיך אויפפיהרן מענטשליך ווען די ביסט א גאסט ביי יענעם. נעם וואס מען געט דיר און זאג א שיינעם דאנק, פאלג וואס מען הייסט אהן קיין חכמות, און שטעל דיך נישט אויף דיינע רעכטן ווען נישט וויכטיג, און ווען יא רעדט בלשון רכה ותחנונים. מיט גערעכטיקגייט קען מען נישט פירן קיין שלום בית, נישט מחנך זיין קינדער, און נישט פארן מיט לופטהאנזא....., ווי אויך נישט מיט אנדערע פלייט געזעלשאפטן.
אין די קאוויד סעזאן האט מען אין לופטהאנזא און אין AUSTRIAN AIRLINES ווי אויך בכלל אין דייטשלאנד און עסטרייך געדארפט טראגן א FFP2 מאסקע, דאס איז נישט געשמאק און א געהעריגע עינוי נפש, אבער פארפאלן, מען מוז פאלגן. מען דארף וויסן אז אין אלע פליגערס זענען די איינגעשטעלטע זייער אנגעצויגן ביז'ן ארויספליען, זיי ווילן די עולם זאל זיצן אויף די פלעצער ווי שנעלער און אויספאלגן די סעיפט"י רעגולאציעס. אזוי אז ווילאנג די גזירות המאסקעס איז אין קראפט אויפ'ן איירליין זאל מען נישט אויסנוצן די היתר פון אראפנעמען די מאסקע לצורך אכילה ושתי' פונקט פאר'ן ארויפפליען וואס דאן ווילן זיי זען אלעס אין ארדנונג, נאר מען זאל ווארטן ביז מען איז שוין אויבן און די סיטבעל"ט סיי"ן איז אויסגעלאשן. אזוי אויך אויב מען וויל טוישן פלאץ זאל מען דאס נישט טוהן פאר'ן ארויפפליען וואס דאן זענען זיי נערוועז אז יעדער זאל זיין ווי שנעלער אויפן פלאץ און אזוי אויך טיילמאל ווילן זיי נישט אז מען זאל נעמען אנדערע פלאץ אפילו ווען ס'איז ליידיג ביז ווען מען איז שוין ארויפגעפלויגען און די סיטבעל"ט סיי"ן איז OFF.
עס איז דא נאך אסאך צו רעדן, אבער בקיצור פאר יעדער יוד וואס וויל פארן מיט א פליגער: פיר זיך אויף ווי א גאסט, רעד שיין און איידל און זאג העלא צו דיין שכן מיט א שמייכל, און בעיקר נוץ "קאמאן סענס". געדענק אז די טראגסט אויף דיר די טיטל פון די עם הנבחר און מען קוקט אויף דיר לטוב או למוטב הונדערטע מאלן מער ווי אויף אנדערע.
א שאד אזא ריכטיגע תגובה ווערט דא דערטראנקען אין מקוה. ער זאגט "קאמאן סענס".