קאמאן סענס האט געשריבן:ברשות הקהל וויל איך זאגן את הנלע"ד בנוגע שויערס.
לאמיר צוריק גיין צו אונזערע מקורות: חז"ל זאגן "רוחץ אדם פניו ידיו ורגליו בכל יום לכבוד קונו", און די פוסקים זאגן שוין אז רגליו איז נישט נוגע בזמן הזה וואס מען גייט נישט בארוועסיג אין גאס און אויף די זאמד. עכ"פ וואשן פנים און הענט יעדן טאג איז א מצוה, עס ווערט נישט געברענגט אז עס דארף זיין דוקא מיט זייף (קען זיין ס'איז א הידור מיט זייף), און דאס איז א זאך וואס ע"פ פשטות טוהן דאס אלע ערליכע יודן, סיי אין דעם דור סיי אין פריערדיגע דורות.
לגבי וואשן די קערפער ווערט געברענגט אין רמב"ם הל' דעות אז ס'איז א דרך ארץ צו גיין אין בית המרחץ משבעה ימים לשבעה ימים, דאס מיינט אז זיך גיהעריג אפוואשן בקביעות איז איינמאל א וואך. אין שו"ע ווערט געברענגט די מצוה פון וואשן כל גופו ערב שבת לכבוד שבת. עס פארשטייט זיך פון זיך אליין אז ווען עס איז דא א צורך, צב"ש ווען א מענטש פילט פארשוויצט, שמוציג, ריח רע וכו' איז ממידת דרך ארץ און כבוד הבריות זיך אפציוואשן סיי ווען . אזוי האבן זיך געפירט רוב מנין ובנין פון היימישע יודן ביז נישט אזויפיל יארן צוריק, מען האט זיך געשויערט און געזייפט איינמאל א וואך - פרייטיג - בקביעות, און שלא בקביעות לפי האדם ולפי הזמן והמקום והענין וכו', אלץ איז געווען פיין און וואויל, מער ווי 99 פראצענט מענטשן זענען געווען זויבער און ריין. בימי אבלות אין און די ניין טעג האט מען אויסגעהאלטן, און במקום צורך גדול געפרעגט א שאלה און טייל מאל באקומען א היתר.
לעצטנס האט זיך אריינגעכאפט די שיגעון פון זיך שויערן מיט זייף יעדן טאג, וואס נישט נאר האט דאס נישט קיין ריח תורה נאר אויך ע"פ דאקטורים איז דאס נישט געזונט ווייל עס נעמט אוועק די נאטורליכע פעטנס וואס שיצט אויף די הויט, און די דאקטוירים האלטן אז מען זאל זיך זייפן נאר יעדע צווייטע אדער דריטע טאג און אז מען וויל קען מען זיך וואשן מיט בלויז וואסער יעדן טאג וואס דאס שאט נישט פאר די הויט און רייניגט גאנץ גוט.
די סיבה פארוואס דאס האט זיך אזוי אריינגעכאפט ביי אונזער ציבור ווייס איך נישט גענוי, קען זיין עס האט זיך אנגעהויבן ווען די גבאי המקוה האבן פארלאנגט נעמען א שויער (אפילו אהן זייף) פאר'ן אריינגיין אין מקוה (בדרך אגב האט מיר אמאל געזאגט א חשובע מקוה גבאי וואס אין זיין מקוה הענגט שטרענגע צעטלעך צו נעמען א שויער פאר'ן מקוה אז לדעתו פעלט נישט אויס דאס נעמען א שויער ווייל די קלארין וואס מען לייגט היינט אריין אין מקוה איז די והותר, און ער הענגט נאר די צעטלעך אונטער'ן דרוק פון א חלק פונ'ם ציבור...), קען זיין ווייל די געטרייע יידישע מאמעס אין אמעריקע האבן צוגעוואוינט די קינדער פון קינדווייז אן זיך צו באדן אפאר מאל א וואך זייט יעדער האט א פריוואטע וואנע און שויער אינדערהיים, און קען זיין ווייל דאס איז געווארן א טרענד און קיינער וויל נישט הייסן צוריקגעבליבן אדער פאנאטיש פאר'ן נישט נעמען א שויער יעדן טאג מיט זייף.
למעשה איז דאס ממש עקלדיג צו זען ווי א חסידיש בחור'ל קומט אריין אין מקוה מיט ארבעה מינים און שטייט אונטערן שויער און ער איז מקיים מיט די ארבע מינים דעם מעלה ומוריד מוליך ומביא הונדערט מאל כדי לעצור רוחות רעות וטללים רעים.. (מען דארף טאקע חוקר פון וואס שטינקט ער אזוי ? ער האט זיך דאף אפגעזייפט מיט כל מיני מרקחים 24 שעה פריער).
און יא, ווען מען גייט צו א דאקטער וואס ער דארף טשעקין אונטער די קליידער איז כדאי זיכער צו מאכן אז מען איז גענוג ריין, אויב נישט זאל מען נעמען א שויער.
בנוגע פליגערס, לדעתי איז וויכטיגער מען זאל טוישן אדער אויסוואשן די קאפל וואס ליגט אויפן קאפ, ווי אויך זאל מען זיכער מאכן אז ס'שמעקט נישט די רעקל אדער וועסט וואס מען זיצט מיט דעם אויפן פליגער. ווען מען זיצט אזוי נאנט און פאר אזוי לאנג איינער נעבן צווייטן דערשפירט מען שנעלער די ריח פון די אויבדערמאנטע ווי אין געווענליכע אומשטענדן.
את הנלע"ד כתבתי
וואס פונקטליך איז די שגעון? א טאג וואס איך נעם נישט קיין שויער מיט זייף איז מיר זייער שווער אנצוגיין, די חילוק פון פארן שויער און דערנאך איז ריזיג עס גיבט א מורא'דיגע פרישקייט וואס מאכט מיין טאג אנדערש ווי א טאג אן דעם. ספעציעל און די זוממער ווען ס'איז הייס אינדרויסן. און איך בין אזא איינער וואס איז נישט ריחו נודף נישט לטב און נישט למוטב.
איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטער.
סאו ווי פונקטליך שטעקט די שגעון? שטיין א האלבע שעה און זיך זייפן מיט כל מיני מרקחים ובשמים איז טאקע עקל'דיג און סאם סארט אף שגעון, אבער זיך אפזייפן וואס נעמט 3 מינוט אויפן זייגער (ווען גייסט סייווי אין שויער) און זיך אויף פרישן איז פונקט ווי גיין און די הייסע/קאלטע מקוה אנשטאט די ווארימע.
וואס יא אין מיי אפיניען איז זיך ווייקן אין מקוה {אין דארטן אויסקעמען און איבערלאזן די האר וכדו' ודי } א ריכטיגע שגעון.
אבער וואס האט דאס מיט לופטהאנזא?