נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דעת תורה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 11:43 am

Re: וְעַל הַמְדִינוֹת בּוֹ יֵאָמֵר אֵיזוֹ לַחֶרֶב וְאֵיזוֹ לְשָׁלוֹם - אומאן ראש השנה תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת תורה »

גרינוויל תושב האט געשריבן:אלערט: צייט צו טשעקן דעם פאספארט!

גענומען פון breslevcenter.com
קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555

ווי דער געזעץ לויטעט אין רוב מדינות, דארף דער פאספארט זיין גילטיג ווען מען קומט אן אויף נאך זעקס חדשים. דערפאר קוקט איבער אייערע פאספארטן און אויב לויפט עס אָפּ בעפאָר למספרם אפריל 2023 איז יעצט דער ריכטיגער צייט אריינצוגעבן צו מאכן א פרישע פאספארט, שטייענדיג פונקט 13 וואכן איידער מען וועט בעזרת השם פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון.

דער אמעריקאנער סטעיט דעפּאַרטמענט זאגט, אז די ווארט צייט צו באקומען א פאספארט אין די יעצטיגע טעג שטייט ביי "צווישן 8 און 11 וואכן". דאס מיינט אז אויב מען אפּלייעט יעצט, וועט עס בעזרת השם אנקומען פונקט אין צייט.

פאר נאך זעכציג דאלער שטעלן זיי צו "עקפּעדייט פאספארט" סערוויס, וואס דאס איז ערווארטעט צו דויערן צווישן 5 און 7 וואכן. אזוי אז אויב מאכט זיך סיי וועלכע פראבלעם, קען מען עס נאך בעז"ה מסדר זיין ביז ראש השנה.

*

ברוך השם אז די פלענער וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט פון "פלען איט רייט" פאריגע וואך האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער געפרייט צו באקומען א שטיקל קלארקייט איבער וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פארן קומענדיגן ראש השנה.

דערווייל איז נאך נישטא קיין פרישע אפדעיטס איבער די טשארטער, אדער די טראנספארטאציע מיטן באן, וכדומה. די שטאב פון פלען איט רייט זענען אין די טעג שטארק פארנומען צו באשטעטיגן און אויסארבעטן די פילע דעטאלן פון די אלע פלענער.

אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, מען זאל קענען פארן און קומען געזונטערהייט, און אויספועלן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל אלעס גוטס.
ב"ה היינט כ"ד סיון אריינגעשיקט אן אפלעקאציע צו באנייען מיין פאספארט [דורך אנליין] למעשה אחרי ככלות הכל זאגן זיי אז ס'דארף נעמען צווישן 4-8 וואכן פאריגעס מאל צען יאר צוריק האב איך באקומען מיין נייע עקזעקטלי צוויי וואכן נאכן אריינשיקן מיין אלטע דורך די פאסט דעמאלסט האבן זיי אויך געזאגט ס'נעמט בערך 5-8 וואכן
לעצט פארראכטן דורך דעת תורה אום דאנערשטאג יוני 23, 2022 5:43 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דעת תורה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 11:43 am

Re: וְעַל הַמְדִינוֹת בּוֹ יֵאָמֵר אֵיזוֹ לַחֶרֶב וְאֵיזוֹ לְשָׁלוֹם - אומאן ראש השנה תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת תורה »

דעת תורה האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:אלערט: צייט צו טשעקן דעם פאספארט!

גענומען פון breslevcenter.com
קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555

ווי דער געזעץ לויטעט אין רוב מדינות, דארף דער פאספארט זיין גילטיג ווען מען קומט אן אויף נאך זעקס חדשים. דערפאר קוקט איבער אייערע פאספארטן און אויב לויפט עס אָפּ בעפאָר למספרם אפריל 2023 איז יעצט דער ריכטיגער צייט אריינצוגעבן צו מאכן א פרישע פאספארט, שטייענדיג פונקט 13 וואכן איידער מען וועט בעזרת השם פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון.

דער אמעריקאנער סטעיט דעפּאַרטמענט זאגט, אז די ווארט צייט צו באקומען א פאספארט אין די יעצטיגע טעג שטייט ביי "צווישן 8 און 11 וואכן". דאס מיינט אז אויב מען אפּלייעט יעצט, וועט עס בעזרת השם אנקומען פונקט אין צייט.

פאר נאך זעכציג דאלער שטעלן זיי צו "עקפּעדייט פאספארט" סערוויס, וואס דאס איז ערווארטעט צו דויערן צווישן 5 און 7 וואכן. אזוי אז אויב מאכט זיך סיי וועלכע פראבלעם, קען מען עס נאך בעז"ה מסדר זיין ביז ראש השנה.

*

ברוך השם אז די פלענער וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט פון "פלען איט רייט" פאריגע וואך האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער געפרייט צו באקומען א שטיקל קלארקייט איבער וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פארן קומענדיגן ראש השנה.

דערווייל איז נאך נישטא קיין פרישע אפדעיטס איבער די טשארטער, אדער די טראנספארטאציע מיטן באן, וכדומה. די שטאב פון פלען איט רייט זענען אין די טעג שטארק פארנומען צו באשטעטיגן און אויסארבעטן די פילע דעטאלן פון די אלע פלענער.

אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, מען זאל קענען פארן און קומען געזונטערהייט, און אויספועלן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל אלעס גוטס.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

מעמד אדיר 'עצרת תפילה והודאה רבתי - אומאן ראש השנה' לכלל אנ"ש תושבי ארה"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

דעטאלן פונעם מעמד
אטעטשמענטס
סדר המעמד עצרת תפילה בארה''ב.jpeg
סדר המעמד עצרת תפילה בארה''ב.jpeg (248.73 KiB) געזען 4225 מאל
עצרת תפילה והודאה רבתי - אומן ר''ה.jpeg
עצרת תפילה והודאה רבתי - אומן ר''ה.jpeg (221.58 KiB) געזען 4225 מאל
רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוב כוס »

IMG_20220626_044527_909.jpg
IMG_20220626_044527_909.jpg (150.46 KiB) געזען 4117 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מודעה פון פאיכלה קאר סערוויס איבער נסיעות פון יאס, ראמעניע. קיין אומאן.
אטעטשמענטס
מודעה פאיכלה.jpg
מודעה פאיכלה.jpg (142.92 KiB) געזען 3888 מאל
מזמור לתודה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 8:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזמור לתודה »

געוועהן א שיינע מעמד נעכטען אין מאנסי, ווער ס'האט בילדער אדער באריכטען איז מכובד צו ברענגען דא.
ייש"כ למפרע
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

אוקריינע האט געמאלדן א פארבאט אויף ארץ ישראל'דיגע בירגער דעם קומענדיגן ראש השנה אין רעאקציע צי דעם וואס מדנ"י לאזט נישט אריין אוקריינע פליטים
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מדארף מעורר זיין אנ"ש לאור וואס עס ווערט באריכטעט
נאר אויף שימחות האט געשריבן:אוקריינע וועט נישט אריינלאזן איזרעליס ראש השנה אין אומאן וויבאלד די איזרעליס אנטזאגן זאגן זיך פין געבן וויזעס פאר אוקריינע פליטים

אז מ'זאל גאר גאר אכטונג געבן נישט עובר צו זיין אויף חוקי הממשלה, ווייל ח"ו ח"ו אויב איינער פאלט איצט אריין אין זייערע הענט וועט זיין גאר גאר שווער צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצען; דאס גאנצע לאנד איז כאדאראם. צו זיין ח"ו אין א אוקוריינע טורמע אין די איצטיגע מצב איז ממש אזוי ווי אין די פארצייטישע מעשה-ביכלעך
ממילא החכם עיניו בראשו...
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:אוקריינע האט געמאלדן א פארבאט אויף ארץ ישראל'דיגע בירגער דעם קומענדיגן ראש השנה אין רעאקציע צי דעם וואס מדנ"י לאזט נישט אריין אוקריינע פליטים

וועט מען קומען דארוך בלארוס ...
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:אוקריינע האט געמאלדן א פארבאט אויף ארץ ישראל'דיגע בירגער דעם קומענדיגן ראש השנה אין רעאקציע צי דעם וואס מדנ"י לאזט נישט אריין אוקריינע פליטים

איך האב געהערט איבער מבטל זיין וויזע פרייע איינטריט. אבער א גענצליכע פארבאט האב איך נישט געהערט
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

נברא האט געשריבן:

יא זיי ווילן גענצליך פארבאטן

אלט מאנרא האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:אוקריינע האט געמאלדן א פארבאט אויף ארץ ישראל'דיגע בירגער דעם קומענדיגן ראש השנה אין רעאקציע צי דעם וואס מדנ"י לאזט נישט אריין אוקריינע פליטים

וועט מען קומען דארוך בלארוס ...

אפשר וועסטו מיטפליען מיט א מיסעל פון בעלארוס דירעקט צי אומאן
רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוב כוס »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
נברא האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:אוקריינע האט געמאלדן א פארבאט אויף ארץ ישראל'דיגע בירגער דעם קומענדיגן ראש השנה אין רעאקציע צי דעם וואס מדנ"י לאזט נישט אריין אוקריינע פליטים

איך האב געהערט איבער מבטל זיין וויזע פרייע איינטריט. אבער א גענצליכע פארבאט האב איך נישט געהערט

יא זיי ווילן גענצליך פארבאטן

פון ווי נעמסטו דעיס ?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

וואס זענען די דעיטס(dates) צי מאכן טיקעטס צי אומן ראש השנה פון אמעריקע?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

גוטע וועבסייט צי בוקען פלייטס?
דעת תורה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 11:43 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת תורה »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:גוטע וועבסייט צי בוקען פלייטס?
WWW.KAYAK.COM האט יעצט זייער ביליגע פרייזן מיט א סטאפ ס'איז כדי שוין צו בוקן ווער ס'וויל זיך צוזאם שטעלן מ'זאל קענען באשטעלן א ספרינטער/באס פון ווארשע/קראקא זאל זיך מעלדן צו 3477823983 ייש'כ
דעת תורה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 11:43 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת תורה »

סעמפעל'ס פון פלייטס
סעמפעל'ס פון פלייטס
Screenshot_20220630-045711.png (252.64 KiB) געזען 2283 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

אידישע קהילה אין קישינוב ערלעדיגט צו פארגרינגערן די גרעניץ אריבערגאנג פון מאלדאווא קיין אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

גענומען פון https://breslevcenter.com/

ווי שוין באריכטעט זענען די עירפארטס אין אוקריינא אפגעשלאסן שוין עטליכע חדשים זינט דער אנהייב פון די מלחה צווישן אוקריינא און רוסלאנד. ווי ערווענט זענען די גרעניצן אויף דער ערד געהעריג אפן. עס וואלט געווען צו ערווארטן אז דער הויפט וועג אנצוקומען קיין אומאן זאל ווען זיין דורך קישינוב אין מאלדאווע, וואס פונעם דארטיגן אינטערנאציאנאלן עירפארט נעמט דער וועג קיין אומאן בלויז בערך פינף שעה.

למעשה אבער, קומען רוב אידן וואס ווילן פארן קיין אומאן דורך פוילן, רומעניע, סלאוואקיע און אונגארן, וואס די וועגן פון דארט נעמט זייער זייער לאנג, א נסיעה וואס געדויערט צווישן צען און צוואנציג שעה געוואנדן פון וועלכע שטאט. דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער גרעניץ פונקט צווישן אוקריינא און מאלדאווא איז געווען זייער פראבלעמאטיש, פילע זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער היימלאנד, און אפילו די וואס זענען צום סוף דורכגעלאזט געווארן זענען אויפגעהאלטן געווארן שעות איבער שעות און זענען געווארן אויסגעפארשט און אויסגעפרעגט כאילו ווער ווייסט וואס זיי ווילן דארט טון. דאס האט אוועקגענומען די אפעטיט פון די אלע אידן פון זיך צו באנוצן מיט דעם גרעניץ.

געלויבט דער אייבערשטער אז די וואך איז ארויפגעקומען א פרייליכע דורכברוך. נאכדעם וואס די אידישע קהילה אין קישינוב האט אויסגענוצט איר גוטע קשרים מיט די אוקריינישע רעגירונג, וואס האט נאך פילע פארהאנלונגען אנגעפירט דורכ'ן הויפט רב פון מאלדאווע הרה"ג ר' פנחס זאלצמאן שליט"א, געפועלט אז מען וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס דורכגיין. ווי זיי זאגן האבן זיי געגעבן צו פארשטיין די אוקריינע רעגירונג די וויכטיגקייט פון דורכלאזן גרופעס אידן וואס ווילן קומען צו די קברי צדיקים, און ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן אן אפענע אויער אין די הויכע פענסטער, וואס האבן פארשפראכן אז די גרעניץ דורכגאנג וועט געעפענט ווערן פאר גרופעס.

מיט דעם אלעם דארף מען געדענקען אז איידער מען מאכט פלענער צו פארן אהין, איז זייער רעקאמאנדירט זיך צו פארבינדן צו א פארלעסליכן טראוועל אגענטור וואס קען זיך אויס מיט די געזעצן און מיט די מצב אין די פלעצער כדי צו פארמיידן קאפ-וויי און עגמת נפש.

אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל אז מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה און עס וועט זיין "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", עס זאל שוין הערשן שלום אויף דער וועלט בביאת משיח צדקינו בב"א

אנשי שלומינו ווערן געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין אז מען זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.

אויפן בילד, די גרעניץ פון מאלדאווע צו אוקריינע:
די גרעניץ פון מאלדאווע צו אוקריינע.jpeg
די גרעניץ פון מאלדאווע צו אוקריינע.jpeg (161.04 KiB) געזען 2078 מאל

ראש השנה תשפ"ג, איז אין 86 טעג ארום!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

קיבוץ ראש השנה • נפתחה הרשמה לקיבוץ תשפ"ג | הפרטים המלאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

84 טעג צום רבין'ס ראש השנה!
'נתיבים טורס' און 'דרך צדיקים' פארקויפן שוין טיקעטס פון ארץ ישראל!

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%A1.pdf

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%A1.pdf
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: קיבוץ ראש השנה • נפתחה הרשמה לקיבוץ תשפ"ג | הפרטים המלאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

גרינוויל תושב האט געשריבן:84 טעג צום רבין'ס ראש השנה!

וואס איז מיט פלען איט רייט?
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: קיבוץ ראש השנה • נפתחה הרשמה לקיבוץ תשפ"ג | הפרטים המלאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:84 טעג צום רבין'ס ראש השנה!
'נתיבים טורס' און 'דרך צדיקים' פארקויפן שוין טיקעטס פון ארץ ישראל!

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%A1.pdf

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%A1.pdf

וואס איז מיט פלען איט רייט?

כ'האב נאכנישט געזעהן אז זיי זאלן ארויסקומען מיט פרטים
https://planitrite.com/uman2022/
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

ברעיקינג!!
אוקריינא האט געמאלדן אז ווילאנג די מלחמה האלט נאך אן וועלן זיי נישט אריין לאזן די עולם קיין אומאן.

https://www.kikar.co.il/422559.html
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

אומאן ראש השנה תשפ״ג לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מ׳האלט שוין ח׳ תמוז, מ׳דארף אנהייבן קלערן פון פארן קיין אומאן ראש השנה תשפ״ג לאור המצב פון די מלחמה אין אוקריינע.

די רעגירונג האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן לאזן נישט קומען פון ארץ ישראל אריין קיין אוקריינע.

אומאן תשפ״ג
אומאן תשפ״ג
CAE86D33-D83D-4C47-B084-E38A8D2F03C2.jpeg (142.5 KiB) געזען 1634 מאל
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ״ג לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

'כל התחלו"ת קשות'...
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ״ג לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

קיסריה האט געשריבן:מ׳האלט שוין ח׳ תמוז, מ׳דארף אנהייבן קלערן פון פארן קיין אומאן ראש השנה תשפ״ג לאור המצב פון די מלחמה אין אוקריינע.

די רעגירונג האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן לאזן נישט קומען פון ארץ ישראל אריין קיין אוקריינע.

CAE86D33-D83D-4C47-B084-E38A8D2F03C2.jpeg

ס'שטייט וויזיטערס שטייט נישט נאר פון א"י
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”