נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל - בלויז נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך שנעלער »

די חוק הגיוס וועלכע האט געזאלט ארויף גיברענגט ווערן היינט נאכאמאל פאר באשטעטיגונג איז געלייגט געווארן אין א זייט, צוליב וואס די קוליציה האט געזעהן סוועט זיין א פרישע דורכפאל
איינער ווייסט ווער אין די קוליציה האט זיך היינט קעגן גישטעלט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עפעס זע איך אז פילע חכי"ם זענען אין בידוד און קענען נישט אנקומען צו שטימען, איך האב נישט געזען אז איינער ספעציפיש זאל עס נישט יעצט שטיצן
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ר' איד »

זילבערווערק האט געשריבן:ווער ווייסט פארוואס איך לאך?
1.png
1.png (171.42 KiB) געזען 4057 מאל


דו לאכסט?
א ביטער געלעכטער, אזוי צו ליצנות מאכען פון גדו"י.
מלך זקן וכסיל
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 4:23 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך מלך זקן וכסיל »

ר' איד האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:ווער ווייסט פארוואס איך לאך?
פרסום כוזב.pdf
(181.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 106 מאל


דו לאכסט?
א ביטער געלעכטער, אזוי צו ליצנות מאכען פון גדו"י.

ההודעה פון אשרינו אויף ימות המשיח
פרסום כוזב.pdf
(181.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 106 מאל
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

מלך זקן וכסיל האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:א ביטער געלעכטער, אזוי צו ליצנות מאכען פון גדו"י.

ההודעה פון אשרינו אויף ימות המשיח
1.png
1.png (171.42 KiB) געזען 3994 מאל


למעשה איז די מעלדונג פון 'ימות המשיח' היינט מפורסם געווארן אויף די פאדערשטע זייט פון 'המבשר'
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובה דורך ר' איד »

סאבאבא האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:די אטארני דזשענעראל אביחי מנדלבליט האט געלאזט וויסן אז די וואך וועט ער באשליסן וועגן די פרשת אהוביה סנדק ע''ה

ס'שיינט אז די קעיס גייט זיך פארמאכען און קיין שום שריט גייט נישט גענומען ווערן קעגן די פאליציאנטען (ביטע פראבירן אויסצוזען סופרייזט)

ווי ערווייטערט האט ער היינט מודיע געווען אז די קעיס ווערט פארמאכט נאכ'ן נישט טרעפען די פאליציי באשולדיגט און די קעיס. (כ'על פרובירן מיי בעסט סאבאבא)
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך כ'וויל »

@סאבאבא / @ר' איד
וואס איז די מעשה מיט די נייע יועממ"ש? (טריקענע הייט גערעדט)
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך אזוי גאר! »

חוק הגיוס אריבער בקריאה ראשונה
אוועטאר
ראסיל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ראסיל »

אזוי גאר! האט געשריבן:חוק הגיוס אריבער בקריאה ראשונה

:shock: די אייבישטער זאל שומר ומציל זיין
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך פראצעדור »

ראסיל האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:חוק הגיוס אריבער בקריאה ראשונה

:shock: די אייבישטער זאל שומר ומציל זיין

אבער דערווייל נאר סנקציות כלכליות און געהעכערט די יעדי גיוס
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

את פתח לו האט געשריבן:די רוסישע מיליטער האט אנגעהויבן צושטערן די GPS סאטעליט סיגנאלן איבער מדינת ישראל, דאס שטעלט ציווילע פליגערס וועלכע לאנדן אין בן גוריון לופטפעלד אין א סכנה. פארלאנגען פון מד"י דאס אפצושטעלן זענען אפגעזאגט געווארן דורך די רוסן.

בנט אלערט
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך שנעלער »

פראצעדור האט געשריבן:
ראסיל האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:חוק הגיוס אריבער בקריאה ראשונה

:shock: די אייבישטער זאל שומר ומציל זיין

אבער דערווייל נאר סנקציות כלכליות און געהעכערט די יעדי גיוס

אבער גענודערט די יארגאנג צו 21
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך מתמודד »

גענידערט די יארגאנג צו איין אין צוואנציג איז לדעתי גוטע נייעס פאר ישיבה בחורים, ביי די פיר און צוואנציג זענען אסאך שוין נישט אין ישיבה אדער כולל סאו סאיז סאך שווערער צו באקומען א דיחוי, משא"כ ביי די איין און צוואנציג.

אדרבה, קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון איין און צוואנציג? פיר און צוואנציג איז בעסער?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מתמודד האט געשריבן:גענידערט די יארגאנג צו איין אין צוואנציג איז לדעתי גוטע נייעס פאר ישיבה בחורים, ביי די פיר און צוואנציג זענען אסאך שוין נישט אין ישיבה אדער כולל סאו סאיז סאך שווערער צו באקומען א דיחוי, משא"כ ביי די איין און צוואנציג.

אדרבה, קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון איין און צוואנציג? פיר און צוואנציג איז בעסער?

ס'איז טאקע א מעלה.
די איינציגסטע זאך אויפן צווייטן זייט איז אז צוליב דעם ווען איינער גייט יא אין מיליטער ביי 21 יאהר - וועט ער לכאו' נישט ווערן אריינגרעכנט און די צאל פון די פרומע - אזוי ס'מאכט שווערער צו שטיין אין די "יעדים".
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

מדינת ישראל איז טיף אין בלאטע, נאכדעם וואס די 'כלכליסט' צייטונג האט היינט אויפגעדעקט אז די פאליציי האט געארבעט אויף א סיסטעמאטישע וועג אונטערצוהערן הונדערטער מענטשן, מיטן ציל צו טרעפן און אויסטרעפן אויף זיי געזעץ פארלעצונגען.
די אויפדעקונג קומט נאכדעם וואס די זעלבע צייט7ונג האט מיט ארום צוויי וואכן צוריק פארענטליכט אז די פאליציי האט זיך באנוצט מיט די 'פעגסאס' שפיאנאזש מעטאד אומלעגאל.
דאן האט די פאליציי געלייקנט שטיין און ביין, אבער מיט יעדע פארבייענדע טאג קומט ארויס פרישע דעטאלן, וואס מאכן די פאליציי ללעג ולקלס, אלס די גרעסטע פארברעכער מיט יוניפארמען
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

אנדערע האבן אנגעצייכנט פראגע צייכנס אויף דער 'שב"כ' אגענטור האט געוואוסט דערפון, יא אדער ניין?
די טענות גייען אז טאמער האבן זיי געוויסט דערפון איז דער פארברעך גרעסער ווי מען האט געמיינט...
אבער טאמער האבן זיי נישט געוויסט דערפון קומט זיי קלינגעדיגע פעטש, וויבאלד, ווי איז מעגליך אז זיי זענען געווען פאראנטווארטליכט אכטונג צו געבן, צווישן אנדערע, אויפן זון פון דער געוועזענער פרעמיער נתניהו, און זיי האבן נישט געוואוסט אז ער ווערט שפיאנירט...

יא יא, די 'פעסטע' מדינה...
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

נאך איז וויכטיג צו באטאנען...
אז די מערהייט פארברעכן אין דער נושא, איז געווען אין די תקופה וואס דער מינסטער פון די פאליציי, איז געווען פון די 'הליכוד' פארטיי.
יריב לוין, גלעד ארדן, און אמיר אוחנה
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

זילבערווערק האט געשריבן:נאך איז וויכטיג צו באטאנען...
אז די מערהייט פארברעכן אין דער נושא, איז געווען אין די תקופה וואס דער מינסטער פון די פאליציי, איז געווען פון די 'הליכוד' פארטיי.
יריב לוין, גלעד ארדן, און אמיר אוחנה

אבער קענסט דיך אליין פארשטעלן אז זיי האבן נישט אונטערגעשיקט אויסהערן די זוהן פון ביבי אדער זיינע עצהגעבערס.

אגב שוין 4 יאהר צוריק איז געווען איינער פון די פאליציי וואס איז געווען די הויפט פון "אגף המודיעין" און ער איז ארויס טענה'ן אז מ'נוצט זיך מיט דעם נישט ליגאל, ער איז געגאנגען צו מנדלבליט [וואס האט אויפגשטעלט א וועדה וואס קוקט נאר צוויי יאהר צוריק] און מנדלבליט האט זיך פון איהם נישט וואסונדיג געמאכט, אר איז געגאנגען אין פרלמנט און מ'האט איהם אנגעקוקט ווי א משוגע'נער.
א קורץ שטיק צייט שפעטער איז ארויס אויף איהם אליין א פרשה און מ'האט איהם באגראבן.

למעשה האט די פאליציי אריין ביי טויזנטע מענטשן אין זייערע פאונ'ס אן קיין שום רעכט, און זיי האבן אויפן וועג מצליח זיין צו אראפשלעפן די רעכטע פון די בענקל.


אמר"ש: ליברמן וואס איז באקאנט אז ער נוצט נאר א כשר'ע טלפון ווייל ער וויל מ'זאל איהם נאכקוקן האט היינט געזאגט: רק מי שטיפש משתמש בטלפון חכם....
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך בניהו »

אפשר וועגן דעם ווילן זיי אפשטעלן די כשר׳ע פאון סערוויס
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

בניהו האט געשריבן:אפשר וועגן דעם ווילן זיי אפשטעלן די כשר׳ע פאון סערוויס

זיי גיבן זיך אנ'עצה אן דעם אויך.
למשל זיי האבן נאכגעקוקט די ברודער פון דרעי.
און אזוי אויך הר"ר מרדכי בבצ'יק שליט"א מחשובי חסידי גער הי"ו.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:נאך איז וויכטיג צו באטאנען...
אז די מערהייט פארברעכן אין דער נושא, איז געווען אין די תקופה וואס דער מינסטער פון די פאליציי, איז געווען פון די 'הליכוד' פארטיי.
יריב לוין, גלעד ארדן, און אמיר אוחנה

אבער קענסט דיך אליין פארשטעלן אז זיי האבן נישט אונטערגעשיקט אויסהערן די זוהן פון ביבי אדער זיינע עצהגעבערס.


ריכטיג. און איינער פון די חשוב'ע ניקס האט מיר דאס איך געשריבן אין אישי.
דאך, איז קלאר אז ווען דאס וואלט געשען אין דער צייט פון די פאליטיקאנטן פון א צווייטע צד, וואלטן זיי נישט געשוינט געווארן

אלענפאלס, די מדינה איז פארפוילט פון אויבן ביז אונטן, אלע כולל אלע.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

זילבערווערק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:נאך איז וויכטיג צו באטאנען...
אז די מערהייט פארברעכן אין דער נושא, איז געווען אין די תקופה וואס דער מינסטער פון די פאליציי, איז געווען פון די 'הליכוד' פארטיי.
יריב לוין, גלעד ארדן, און אמיר אוחנה

אבער קענסט דיך אליין פארשטעלן אז זיי האבן נישט אונטערגעשיקט אויסהערן די זוהן פון ביבי אדער זיינע עצהגעבערס.


ריכטיג. און איינער פון די חשוב'ע ניקס האט מיר דאס איך געשריבן אין אישי.
דאך, איז קלאר אז ווען דאס וואלט געשען אין דער צייט פון די פאליטיקאנטן פון א צווייטע צד, וואלטן זיי נישט געשוינט געווארן

אלענפאלס, די מדינה איז פארפוילט פון אויבן ביז אונטן, אלע כולל אלע.

און ממילא איז קלאר אז די פרשה גייט אבגעוושט ווערן אונטער וועלכע וועדה ס'זאל נאר זיין.

און בפרט אויב די חוקרים ווילן נישט אז מ'זאל זיי אויך נאכגיין.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זיכער אזוי. די פראגע איז נאר וויאזוי. אדער פשוט לאכן יעדן אין פנים, אזוי ווי זיי מאכן ביז יעצט. אן זיך דארפן פארענטפערן פאר איינעם.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:גענידערט די יארגאנג צו איין אין צוואנציג איז לדעתי גוטע נייעס פאר ישיבה בחורים, ביי די פיר און צוואנציג זענען אסאך שוין נישט אין ישיבה אדער כולל סאו סאיז סאך שווערער צו באקומען א דיחוי, משא"כ ביי די איין און צוואנציג.

אדרבה, קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון איין און צוואנציג? פיר און צוואנציג איז בעסער?

ס'איז טאקע א מעלה.
די איינציגסטע זאך אויפן צווייטן זייט איז אז צוליב דעם ווען איינער גייט יא אין מיליטער ביי 21 יאהר - וועט ער לכאו' נישט ווערן אריינגרעכנט און די צאל פון די פרומע - אזוי ס'מאכט שווערער צו שטיין אין די "יעדים".

אויך זענען פארהאן טענה'ערס אז דאס וועט אויסליידיגן די כוללים צוליב וואס א שיין חלק פון די יעצטיגע איינגעשריבענע זענען דארט בלויז פאר דיחוי-צוועקן
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך שנעלער »

איינער קען מסביר זיין פשט פון בויקאט פון די אפאזיציע קעגן גל"צ
און וואס בארדוגו חטא איז געוועהן
[פארשטייט זיך טריקענערהייט]
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”