טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אונזער ציפארענער שווארצער געווערנאר הר' דוד פעטער-זוהן,
זעהנדוג אז זיינע פאולס פאלען, האט היינט פראבירט א נייע מיטעל וואס אין די פארגאנגענהייט האט עס גענוצט סאו ער גייט יעצט טרייען זיין לאק,
מיט א קול געשטיקט פין געוויין האט ער ביי אן אינטערוויו היינט אינדערפרי געקרעכטצט אז די סיבה פארוואס דער עולם האלט אום פאר מיט אזעלעכע טשעלענדשעס איז ווייל ער איז
"""""""""""""שווארץ""""""""""""
יא, יא,
איר ליינט גוט, באמת טוהט ער א גיטע דזשאב, די סיבה פארוואס מזעהט עס נישט איין (פין וואו ווייסט ער וואס זעהן מיינט? אתמה...)
איז ווייל ער איז טונקעל,
נישטא ווער ס'זאל לאכען..

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
גראמאטיקא, גריכנלאנד.
מאסיווע ווילדע פייערן האבן אויסגעבראכן שפעט פרייטיג שופטים און האט זיך שנעל אויסגעשפרייט צו דערנעבענדיגע וועלדער שאפנדיג א ריזיגן שטח פון קרוב צו 10 מייל לאנג פון פייערן און געדיכטע שווארצע רויעך.
די פריים מיניסטער קאסטאס קאראמאנליס האט אריינגעשיקט טרופן פון די נעווי און מיליטער צו קומען צו הילף פאר די ארטיגע פייערלעשער, פלי געצייג ווערן גענוצט אראפצולאזן וואסער און אנטי-פייער כעמיקאלן.
טויזענטער מענטשן זענען באפוילן געווארן צו פארלאזן זייערע היימען, דערווייל זענען נישט באריכטעט געווארן קיין פארלוסטן.
די אורזאך פון די פייער איז אונטער אויספארשונג.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
ראבערט מוללער, דער פארזיצער פון די FBI פירמע האט שטארק אראפגעריסן דעם באשלוס פונעם סקאטלענדישן יוסטיץ סעקראטאר קעני מעקעסקיל צו באפרייען דעם טעראריסט פון די באקאנטע לאקערבי געשיכטע וואס האט אראפגעשאסן דעם "פען עם" פלייט 103 העכער סקאטלענד אין '88.
דער באשלוס פון מעקעסקיל קומט אין ליכט פון א מעדיקאל רעקארד וואס האט באשטעטיגט אז דער טעראריסט (האלט קאפ..) "אבדעלבעסעט אלי מוהאמאד על מעגראהי" ליידט פון יענע מעשה אויף די פראסטעיט און דאקטוירים געבן אים דריי חדשים. פאר אלע רשעים.
אין א סטעיטמענט וואס מוללער האט געהאלטן איבער דעם באפרייאינג האט ער פארדאמט מעקעסקיל "דו האסט געגעבן דעם באפרייאונג אן זיך צו רעכענען מיט די פאמיליעס פון די קרבנות און אן זיך באראטן מיט די שותפים אינעם קעיס. דאס איז א קלארער פארלעצונג פון די רול אף לאו".

וואשינגטאן - עטורני דשענעראל האלדער האט באשלאסן אז די יוסטיץ אפטיילונג וועט אויפנעמן א פראסעקיוטאר צו אינוועסטיגעטן צו די סי-איי-עי האט געמעגט פייניגען 9-11 טערארסיטן [וואס האבן געפייניגט אמעריקע], צו די סי-איי-עי האט עובר געווען אויף אנטי-פייניגונגס געזעצן.
אין איינע פון די פעלער האט מען געסטראשעט א טעראריסט אז מען וועט אומברענגען זיינע קינדער.

נו גוט, נו שוין!
א איד אין צפורי, א"י האט ביי איבערבוי ארבייט געפונען אין זיין גארטן באגראבען א מצבה וואס עס איז געשריבן דעראויף "הדא משכבא דברי יהושע בן לוי", עס איז שטארק מעגליך אז דארט ליגט דער אמורא רבי יהושע בן לוי וואס זיין קבר איז דערווייל נישט געווען באקאנט, אין מען ווייסט אז ער ליגט אין די געגענט פון צפורי-טברי', א טברי' מדינת ישראל ריכטער האט היינט ערלויבט ארכעלאגן צו דורכקוקען דער פלאץ.
נו גוט, נו שוין!
פרעזידענט האט געשריבן:א איד אין צפורי, א"י האט ביי איבערבוי ארבייט געפונען אין זיין גארטן באגראבען א מצבה וואס עס איז געשריבן דעראויף "הדא משכבא דברי יהושע בן לוי", עס איז שטארק מעגליך אז דארט ליגט דער אמורא רבי יהושע בן לוי וואס זיין קבר איז דערווייל נישט געווען באקאנט, אין מען ווייסט אז ער ליגט אין די געגענט פון צפורי-טברי', א טברי' מדינת ישראל ריכטער האט היינט ערלויבט ארכעלאגן צו דורכקוקען דער פלאץ.
וויאזוי שטימט דאס מיט די גמרא אז ער איז אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט???
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
די רוסישע פרעסע פרובירט צו ברעכן די מיסטעריע ארום דאס פארשוואונדען פון די רוסישע פראכט שיף אין מיטללענדישן ים, און די פלוצלונג'ע באפרייאונג דורך פיראטן.
א רוסישע צייטונג איז געקומען צום מסקנה, אז די שיף וועלכע האט געפירט מיסטעריעזע סחורה, איז פארכאפט געווארן דורך מוסד אגענטן, צוליב באריכטן אז עס פירט באליסטישע מיסיל'ס קיין איראן.
די באריכט איז אויך ציטירט געווארן אין עטליכע אראבישע פרעסע פאבליקאציעס.
די שיף, אונטער א פאן פון מאלטא און א מאנשאפט פון רוסלאנד און לאטוויע, איז אפגעפארן פון פינלאנד קיין אלגעריע יולי 23, און פארשוואנדן געווארן אן קיין צייכן יולי 28. עס איז געפינען געווארן ערשט אוגוסט 16 נעבן קעיפ ווערדע. זינט דאן צירקולירן פארשידענע קאנספיראציע טעאריעס דערוועגן, ס'רוב וועגן די מיסטעריעזע פראכט פונעם שיף, זעג-אפפאל (sawdust), און די געהיימניס ארום דעם.
פראוודא האט באריכטעט אז די שיף האט געדארפט ליפערן מיסילס קיין איראן, און זיך אפשטעלן אין אלגעריע איידער'ן פארן ווייטער קיין איראן. רוסלאנד האט שוין אין די פארגאנגענהייט געליפערט וואפן קיין איראן אויף דעם ליניע.
לויט די צייטונג האט רוסלאנד געפלאנט צו שיקן עקספערטן קיין איראן אויסצולערנען די איראנער ווי אזוי צו ארבעטן מיט די וואפן סיסטעם. אבער דערווייל איז א מערב-וועלטמאכט געוואויר געווארן דערפון. די לעצטע האבן באשלאסן דורכצופירן אן אומאפציעלע אקציע, כדי צו פארמיידן א גרויסע אינטערנאציאנאלע קאנפליקט.
לויט אן אוקראיינע צייטונג וועב-סייט האט רוסלאנד רעאגירט היסטעריש, געוואויר ווערנדיג אז די אינפארמאציע איז ארויסגערינען, און האט אויך געשיקט מיליטערישע שיפן אויף א זוך אקציע אנשטאט צו אקטיוויזירן געווענליכע זוך-און-רעטונג אויטאריטעט'ן.
מדינת ישראל פרעזידענט שמעון פערעס האט אין די זעלבע צייט אפגעשטאט א באזוך אין רוסלאנד ביים רוסישן פרעזידענט אים בעטן אז רוסלאנד זאל נישט ליפערן קיין מיסיל'ס קיין איראן.
די און נאך באווייזן, צילן אלע אויף איין ריכטונג, לויט א קאלום אין די 'נאוואיא גאזעטע'. "מדינת ישראל האט ליב אזעלכע סארט אקציעס", טענה'ט די צייטונג.

געהילפן פון פרעזידענט אבאמא האבן געשיקט א שארפע מעסעדזש פאר גאווערנאר פעטערסאן דורך דעם גאווערנאר'ס הויפט געהילף לערי שווארץ, קוים עטליכע שטונדן נאכדעם וואס ער האט אויפגעשפילט די ראסע טעמע אין אן אינטערוויו אויף א ליבעראלע ראדיא טאלק שאו דעם פרייטאג.
פעטערסאן האט באשולדיגט זיינע פאליטישע פראבלעמען אויף נעגאטיווע פרעסע דעקונג, זאגנדיג אז זיי זענען ראסע-מאטיוויזירט קעגן שווארצע. ער האט אויך געזאגט אז דער נעקסטער קרבן פון די ווייס-דאמינירטע מידיא אטאקעס איז פרעזידענט אבאמא.
פעטערסאן, ניו יארק'ס ערשטער שווארצער גאווערנאר, ליידט פון היסטאריש-נידריגע פאפולאריטעט. יוניאן פירער און אנדערע האבן אים שוין אפן געבעטן ער זאל נישט ארויסשטעלן זיין קאנדידאטור אין די קומענדיגע וואלן, אויס זארג אז עס וועט שאטן פאר דעמאקראטן.
פעטערסאן האט באשולדיגט זיינע פאליטישע פראבלעמען אויף נעגאטיווע פרעסע דעקונג, זאגנדיג אז זיי זענען ראסע-מאטיוויזירט קעגן שווארצע. ער האט אויך געזאגט אז דער נעקסטער קרבן פון די ווייס-דאמינירטע מידיא אטאקעס איז פרעזידענט אבאמא.
פעטערסאן, ניו יארק'ס ערשטער שווארצער גאווערנאר, ליידט פון היסטאריש-נידריגע פאפולאריטעט. יוניאן פירער און אנדערע האבן אים שוין אפן געבעטן ער זאל נישט ארויסשטעלן זיין קאנדידאטור אין די קומענדיגע וואלן, אויס זארג אז עס וועט שאטן פאר דעמאקראטן.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
די ען-וויי-פי-די האט געמאלדן גרויס "ערפאלג" אין פאריגע וואך'ס "24 שטונדן אבלאווע" קעגן דרייווערס וואס רעדן אדער טעקסטן אויפ'ן טעלעפאן בשעת'ן דרייוון.
אומגעפער 7,432 טיקעט'ס זענען אויסגעטיילט געווארן פאר דרייווער'ס וואס האבן געהאלטן די טעלעפאן אין די הענט, ווען די שטראף-ראטע פאר א טיקעט איז $130. טעקסי דרייווער'ס האבן באקומען א ספעציעלע באנוס: א $200 טיקעט.
די אבלאווע האט זיך געענדיגט ליל שישי ביי חצות, און האט געהאט עטוואס שוואכערע ערפאלג ווי פאריגע'ס מאל אין מערץ, ווען די פאליציי האבן אויסגעטיילט 8,797 טיקעט'ס.
דרייווער'ס זענען ווייזט אויס אביסל קלוגער געווארן זינט דאן. א בלוי-ציינדל קאסט דאך שוין פיל ביליגער ווי א טיקעט...
אומגעפער 7,432 טיקעט'ס זענען אויסגעטיילט געווארן פאר דרייווער'ס וואס האבן געהאלטן די טעלעפאן אין די הענט, ווען די שטראף-ראטע פאר א טיקעט איז $130. טעקסי דרייווער'ס האבן באקומען א ספעציעלע באנוס: א $200 טיקעט.
די אבלאווע האט זיך געענדיגט ליל שישי ביי חצות, און האט געהאט עטוואס שוואכערע ערפאלג ווי פאריגע'ס מאל אין מערץ, ווען די פאליציי האבן אויסגעטיילט 8,797 טיקעט'ס.
דרייווער'ס זענען ווייזט אויס אביסל קלוגער געווארן זינט דאן. א בלוי-ציינדל קאסט דאך שוין פיל ביליגער ווי א טיקעט...
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
פלארידע גאווערנאר טשארלי קריסט ווייסט וועמען ער האט צו דאנקן פאר די האריקעין-סעזאן וועלכע האט איבערגעהיפערט פלארידע – דעם אידישן באשעפער!
דער גאווערנאר האט פאריגע וואך געזאגט פאר א גרופע ריעל עסטעיט אגענטן, אז פלארידע איז לעצטענס האריקעין פריי, א דאנק די קוויטלעך וואס ער לייגט אריין אין די שפאלטנס פונעם כותל המערבי.
ער זאגט אז במשך די לעצטע צוויי דריי יאר האט ער פערזענליך אריינגעלייגט א קוויטל אין כותל, אדער געשיקט א קוויטל מיט א שליח.
און וואס אזוינס שרייבט ער אין קוויטל? "טייערער ג-ט, ביטע באשיץ אונזער פלארידע פון שטורעמ'ס און אנדערע שוועריגקייטן. טשארלי".
וְגַם אֶל הַנָּכְרִי.. וּבָא מֵאֶרֶץ רְחוֹקָה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל.. וּבָאוּ וְהִתְפַּלְלוּ אֶל הַבַּיִת הַזֶּה. וְאַתָּה תִּשְׁמַע מִן הַשָּׁמַיִם.. וְעָשִׂיתָ כְּכֹל אֲשֶׁר יִקְרָא אֵלֶיךָ הַנָּכְרִי לְמַעַן יֵדְעוּ כָל עַמֵּי הָאָרֶץ אֶת שְׁמֶךָ וכו'.
דער גאווערנאר האט פאריגע וואך געזאגט פאר א גרופע ריעל עסטעיט אגענטן, אז פלארידע איז לעצטענס האריקעין פריי, א דאנק די קוויטלעך וואס ער לייגט אריין אין די שפאלטנס פונעם כותל המערבי.
ער זאגט אז במשך די לעצטע צוויי דריי יאר האט ער פערזענליך אריינגעלייגט א קוויטל אין כותל, אדער געשיקט א קוויטל מיט א שליח.
און וואס אזוינס שרייבט ער אין קוויטל? "טייערער ג-ט, ביטע באשיץ אונזער פלארידע פון שטורעמ'ס און אנדערע שוועריגקייטן. טשארלי".
וְגַם אֶל הַנָּכְרִי.. וּבָא מֵאֶרֶץ רְחוֹקָה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל.. וּבָאוּ וְהִתְפַּלְלוּ אֶל הַבַּיִת הַזֶּה. וְאַתָּה תִּשְׁמַע מִן הַשָּׁמַיִם.. וְעָשִׂיתָ כְּכֹל אֲשֶׁר יִקְרָא אֵלֶיךָ הַנָּכְרִי לְמַעַן יֵדְעוּ כָל עַמֵּי הָאָרֶץ אֶת שְׁמֶךָ וכו'.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
די אמעריקאנע נעיווי האט ערהאלטן א נייע קריגס שיף, "ניו יארק", וועלכע אנטהאלט 7½ טאנען שטאל פון די ברוכווארג פון די וואורלד טרעיד צענטער.
"די שיף איז א פורסט רעספאנדער," האט קאמאנדיר קורט דזשאונס געזאגט פאר די 360 שיפ'ס מאטראזן ביים צערמאניע אויפ'ן בוי-האפן נעבן ניו ארליענס. "איר זיינט די פורסט רעספאנדער'ס, (ערשטע צו רעאגירן ביי א קריזיס ה"י). געדענקט וואס אייער מיסיע איז."
די שיף וועט אפפארן קיין ניו יארק סיטי צו א ספעציעל צערעמאניע נאוועמבער 7, וואו עס וועט אפיציעל באנייט ווערן אונטער'ן נאמען 'USS ניו יארק'.
"די שיף איז א פורסט רעספאנדער," האט קאמאנדיר קורט דזשאונס געזאגט פאר די 360 שיפ'ס מאטראזן ביים צערמאניע אויפ'ן בוי-האפן נעבן ניו ארליענס. "איר זיינט די פורסט רעספאנדער'ס, (ערשטע צו רעאגירן ביי א קריזיס ה"י). געדענקט וואס אייער מיסיע איז."
די שיף וועט אפפארן קיין ניו יארק סיטי צו א ספעציעל צערעמאניע נאוועמבער 7, וואו עס וועט אפיציעל באנייט ווערן אונטער'ן נאמען 'USS ניו יארק'.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
מיליאנען עלטערע אמעריקאנע בירגער קענען ערווארטן קלענערע סאשעל סעקיוריטי טשעקס קומענדיגע יאר, דאס ערשטע מאל אין צענדליגע יארן וואס די צאלונגען וועלן נישט שטייגן.
די אויפזעהער אויף סאשעל סעקיוריטי זעהן פאר אז עס וועט נישט זיין קיין "קאסט פון לעבן" העכערונג (COLA) אין די קומענדיגע צוויי יאר. דאס איז שוין נישט געשעהן זינט אויטאמאטישע העכערונגען זענען אדאפטירט געווארן אין 1975.
לויטן געזעץ, קענען די בענעפיטן נישט פארמינערט ווערן. די מאנאטליכע צאלונגען קענען אבער קלענער ווערן פאר מיליאנען בירגער, וויבאלד די פרימיום'ס פון די מעדיקעיר סובסקריבשאן דראג פראגראם - וועלכע ווערן אפט אראפגערעכנט פון סאשעל סעקיוריטי טשעקס - וועלן ארויפגיין.
די אויפזעהער אויף סאשעל סעקיוריטי זעהן פאר אז עס וועט נישט זיין קיין "קאסט פון לעבן" העכערונג (COLA) אין די קומענדיגע צוויי יאר. דאס איז שוין נישט געשעהן זינט אויטאמאטישע העכערונגען זענען אדאפטירט געווארן אין 1975.
לויטן געזעץ, קענען די בענעפיטן נישט פארמינערט ווערן. די מאנאטליכע צאלונגען קענען אבער קלענער ווערן פאר מיליאנען בירגער, וויבאלד די פרימיום'ס פון די מעדיקעיר סובסקריבשאן דראג פראגראם - וועלכע ווערן אפט אראפגערעכנט פון סאשעל סעקיוריטי טשעקס - וועלן ארויפגיין.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
איראן האט דאנערשטאג נאמינירט אלס קומענדיגער פארטיידיקונגס מיניסטער, א מאן וועם די אינטערפאל האט אויפ'ן ליסטע, אין צוזאמהאנג מיט די באמבאדירונג פון די אידישע געמיינדע צענטער אין בוענעס איירעס, ארגענטינע.
אחמאד וואחידי איז איינער פון 5 איראנער וועמען די אינטערפאל וויל ארעסטירן פאר זייער ראלע
אין די באמבע אטאקע יולי 1994, וועלכע האט געמאנט 85 קרבנות, הי"ד.
אנאליסטן זאגן אז זיין נאמינאציע וועט ווארשיינליך נאכמער אפקילן באציאונגען צווישן איראן און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.
"זיין נאענטע פארבינדונג אין פארשידענע אקטן פון טעראריזם, באזונדער קעגן ארגענטינע און אמעריקע, מאכט זיין אויסוואהל ספעציעל חוצפה'דיג. דאס זעהט נישט אויס ווי קיין אויפגעלעזטע פויסט", זאגט קענעט פיערניק, געוועזענער שעף פון די עף-בי-איי'ס איראן-חיזבאללא אפטיילונג.
מיט די ווערטער "אויפגעלעזטע פויסט", באציאהט זיך מר. פיערניק צום באקאנטן פארשלאג פון פרעזידענט אבאמא צו די ראדיקאל מוסלעמענער לענדער: "מיר האלטן פאר אייך אן אויסגעשטרעקטע האנט [פון פריינטשאפט], אויב איר זאלט נאר אויפמאכן אייערע פויסטן עס צו עמפּפאנגען".
אחמאד וואחידי איז איינער פון 5 איראנער וועמען די אינטערפאל וויל ארעסטירן פאר זייער ראלע
אין די באמבע אטאקע יולי 1994, וועלכע האט געמאנט 85 קרבנות, הי"ד.
אנאליסטן זאגן אז זיין נאמינאציע וועט ווארשיינליך נאכמער אפקילן באציאונגען צווישן איראן און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.
"זיין נאענטע פארבינדונג אין פארשידענע אקטן פון טעראריזם, באזונדער קעגן ארגענטינע און אמעריקע, מאכט זיין אויסוואהל ספעציעל חוצפה'דיג. דאס זעהט נישט אויס ווי קיין אויפגעלעזטע פויסט", זאגט קענעט פיערניק, געוועזענער שעף פון די עף-בי-איי'ס איראן-חיזבאללא אפטיילונג.
מיט די ווערטער "אויפגעלעזטע פויסט", באציאהט זיך מר. פיערניק צום באקאנטן פארשלאג פון פרעזידענט אבאמא צו די ראדיקאל מוסלעמענער לענדער: "מיר האלטן פאר אייך אן אויסגעשטרעקטע האנט [פון פריינטשאפט], אויב איר זאלט נאר אויפמאכן אייערע פויסטן עס צו עמפּפאנגען".
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
א הויכער חאמאס באאמטער זאגט אז פּאַלעסטינער אויטאריטעט פרעזידענט מאחמוד אבאס האט פערזענליך אינטערווירט צו שטערן אן ארעסטאנטן-אויסטויש צווישן חאמאס און מדינת ישראל פאראיאר.
"מיר האבן געהאלטן גאר נאענט צו שליסן אן אפמאך וועלכע וואלט געפירט צום באפרייאונג פון דעם מדינת ישראל זעלנער גלעד שליט," זאגט מושיר אל-מאסרי, א חאמאס געזעץ-געבער און ווארטזאגער.
"אבער אבאס האט פערזענליך אינטערווירט צו פארמיידן די ארעסטאנטן אויסטויש, ווייל ער האט נישט געוואלט צולאזן די באפרייאונג פון חאמאס באאמטע פון די מדינת ישראל טורמעס."
מאסרי זאגט אז אבאס האט געזארגט אז דאס באפרייאונג פון די חאמאס פיגורן וועט אונטערמינעווען זיין אויטאריטעט אלס פרעזידענט פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט.
דער חאמאס באאמטער זאגט אז אמעריקע האט אויך געשטערט די אפמאך וועלכע איז צושטאנד געקומען מיט עגיפטען אלס פארמיטלער, אויס זארג אז עס וועט פארשטערקערן די חאמאס אנזעהן צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג.
"מיר האבן געהאלטן גאר נאענט צו שליסן אן אפמאך וועלכע וואלט געפירט צום באפרייאונג פון דעם מדינת ישראל זעלנער גלעד שליט," זאגט מושיר אל-מאסרי, א חאמאס געזעץ-געבער און ווארטזאגער.
"אבער אבאס האט פערזענליך אינטערווירט צו פארמיידן די ארעסטאנטן אויסטויש, ווייל ער האט נישט געוואלט צולאזן די באפרייאונג פון חאמאס באאמטע פון די מדינת ישראל טורמעס."
מאסרי זאגט אז אבאס האט געזארגט אז דאס באפרייאונג פון די חאמאס פיגורן וועט אונטערמינעווען זיין אויטאריטעט אלס פרעזידענט פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט.
דער חאמאס באאמטער זאגט אז אמעריקע האט אויך געשטערט די אפמאך וועלכע איז צושטאנד געקומען מיט עגיפטען אלס פארמיטלער, אויס זארג אז עס וועט פארשטערקערן די חאמאס אנזעהן צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
26 פארדעכטיגטע חיזבאללא אגענטן אונטער'ן פארדאכט פון פלאנען אטאקעס אויף צילן אין עגיפטען, זענען געברענגט געווארן אין עגיפטישע געריכט פאר'ן אנהויב פון זייער פראצעס.
זיי ווערן באשולדיגט אין שפיאנירן פאר אן אויסלענדישע גרופע, פלאנירן אטאקעס קעגן טוריסטן און ליפערונג אינדוסטריע'ס אינעם סועץ קאנאל, און שמוגלען אגענטן קיין עזה צו העלפן די דארטיגע טעראריסטישע גרופעס.
זיי האבן זיך דערקלערט אומשולדיג מאנטאג ביי פארהערן אין א עגיפטישע געריכט.
זיי ווערן באשולדיגט אין שפיאנירן פאר אן אויסלענדישע גרופע, פלאנירן אטאקעס קעגן טוריסטן און ליפערונג אינדוסטריע'ס אינעם סועץ קאנאל, און שמוגלען אגענטן קיין עזה צו העלפן די דארטיגע טעראריסטישע גרופעס.
זיי האבן זיך דערקלערט אומשולדיג מאנטאג ביי פארהערן אין א עגיפטישע געריכט.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
א רעסעסיע? נישט אין ברונעי!
דער סולטאן פון ברונעי, פון די רייכסטע מענטשען אויף די וועלט מיט א געשאצטע פארמעגן פון $20 ביליאן, האט אויסגעצאלט א רייזע פאר זיין שערער פון לאנדאן ער זאל אים קומען אפשערן, אין צוגאב צו עטליכע נעכט אין א דארטיגע האטעל א.ד.ג.
סך הכל הוצאות פון די נסיעה און שערן: $24 טויזנט דאלער.
פרייז וואס דער זעלבער בארבער בעט אין לאנדאן פאר די זעלבע שערעריי ארבעט: $50
געווענליכע פרייז פון אפשערן פון אנדערע בארבער'ס אין ענגלאנד: $5, און דאס רעכנט שוין אריין
אומזיסטע געטראנקען אויפ'ן חשבון...

סי-איי-עי דירעקטאר לעאן פאנעטע, האט מאנטאג געשריבן אין אן אימעיל צו די ארבעטער אין די אגענטור, אז ער פלאנט "צו פארטיידיגן די אפיצירן וועלכע האבן געטוהן דאס וואס האט זיך געפאדערט פאר'ן לאנד און האבן אויסגעפאלגט די לעגאלע פארשריפטן וואס מען האט זיי צוגעטיילט."
לויט א באריכט, האט פאנעטע געהאט א "היציגע שרייען פארמעסט" דיסקוסיע אינעם ווייסן הויז מיט א הויכער אדמיניסטראציע באאמטער, איבער די געפלאנטע פאַרעפענטליכטונג פון א פרישע אינערליכע אויספארשונג איבער פייניגונגען פון טעראריסטן וועלכע וועט ווידער פארשעמן די סי-איי-עי.
עס ווערט אויך איצט באקאנט, אז פאנעטע האט געסטראשעט צו רעזיגנירן, בלויז זיבן מאנטאן נאכ'ן איבערנעמען די שפיאנאזש אגענטור. עי.בי.סי. ניוז באריכטעט פון "אינערליכע קוועלער" אז הויפט ווייסע הויז באאמטע פלאנען "אן אויפשאקלונג" (= ערזעצונג) פון די הויפט נעשאנעל סעקיוריטי באאמטע.
א ווייסע הויז ווארטזאגער האט אבער געלייקנט אז פאנעטע האט געסטראשעט צו רעזיגנירן.
לויט א באריכט, האט פאנעטע געהאט א "היציגע שרייען פארמעסט" דיסקוסיע אינעם ווייסן הויז מיט א הויכער אדמיניסטראציע באאמטער, איבער די געפלאנטע פאַרעפענטליכטונג פון א פרישע אינערליכע אויספארשונג איבער פייניגונגען פון טעראריסטן וועלכע וועט ווידער פארשעמן די סי-איי-עי.
עס ווערט אויך איצט באקאנט, אז פאנעטע האט געסטראשעט צו רעזיגנירן, בלויז זיבן מאנטאן נאכ'ן איבערנעמען די שפיאנאזש אגענטור. עי.בי.סי. ניוז באריכטעט פון "אינערליכע קוועלער" אז הויפט ווייסע הויז באאמטע פלאנען "אן אויפשאקלונג" (= ערזעצונג) פון די הויפט נעשאנעל סעקיוריטי באאמטע.
א ווייסע הויז ווארטזאגער האט אבער געלייקנט אז פאנעטע האט געסטראשעט צו רעזיגנירן.
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
די אבאמא אדמיניסטראציע וועט העכערן די 10 יעריגע בודזשעט דעפיציט אויסזיכט צו בערך $9 טריליאן (מיט א "ט"), פון די פריערדיגע באריכטעטע $7.108 טריליאן.
די העכערע סומע, באזירט אויף נייע עקאנאמישע אינפארמאציע, ברענגט די ווייסע הויז בודזשעט אפיס אין שפאן מיט דרויסענדיגע שאצונגען, און טיילט צו פרישע ווארע פאר די פרעזידענט'ס קעגנער וועלכע זאגן אז זיינע פלענער זענען צו קאסטבאר, איבערהויפט צוליב די שווערע עקאנאמישע צושטאנד.
די ווייסע הויז איז געקומען אונטער קריטיק פריער אין יאר פאר'ן עקשנ'ן זיך אויף די $7.108 טריליאן אויסזיכט, טראץ דעם וואס די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס האט פאראויסגעזאגט א דעפיציט פון $9.1 טריליאן צווישן 2010 און 2019.