טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

ברעיקונג: קומט אריין די נייעס אז די גאווערנער פארמעסט פאולס ווייזן זייער שמאל אין ניו דשערזי די רעפובליקאנע קאנדידאט איז כמעט נאנט צו מורפי . יאפ נאך דא גרויס האפוננג אז די ליבעראלע סטיעטס זאלן זך נאך צוריקדרייען..
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקאנע מיליטער געמאלדן אז אבדול האמיד על-מאטר (Abdul Hamid al-Matar) -א הויכראנגיגע אל קאידא קאמאנדיר- איז אומגעקומען אין צפון-מערב סיריע נאכ'ן געטראפן ווערן פון א אמעריקאנע מיסיל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טעריקשע פרעזידענט ערדואן פארארדענט אז אמבאסאדארן פון צען מערב-וועלט לענדער זאלן ווערן פארשיקט פון לאנד.

דאס קומט אין רעאקציע צו א רוף ארויסגעשטעלט פאריגע וואך -דורך די צען אמבאסאדארן- אז טערקיי זאל באפרייען אסמאן קאוואלא (Osman Kavala) פון טורמע. קאוואלא זיצט שוין אין טורמע עטליכע יאר, נאכ'ן ווערן באשולדיגט אין צושטעלן פינאנציעלע שטיצע פאר פראטעסטן אין יאר 2013 און אין זיין פארמישט איןם די דורכגעפאלענע פוטש פראוו אין 2016.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סטעיט דעפארטמענט באשטעטיגט אז זי איז אין פארבינדונג מיט 363 אמעריקאנע בירגער וואס געפינען זיך נאך אין אפגאניסטאן, וואס ארום 170 פון זיי ווילן פארלאזן די לאנד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

לעוו פארנעס, א אוקריינא געבוירענע ביזנעסמאן און געוועזענע ביזנעס שותף מיט רודי זשוליאני, איז פרייטאג געפונען געווארן שולדיג אויף זעקס קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען.

פאר מער איבער די קעיס: דא
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ציפערן ארויסגעשטעלט דורך די פעדעראלע 'קאסטומס ענד בארדער פאטראל' צייגן אז אין די פארלאנפענע פיסקעל יאר זענען ארעסטירט געווארן 1.7 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן ביים פרובירן צו שווערצן די גרעניץ.

דאס לעצטע מאל די ציפערן זענן געשטאנען נאנט דערצו איז געווען אין יאר 2000 למס'.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געוועזענע פרעזידענט אבאמא היינט אפגעהאלטן א קאמפיין אויפטריט אין ווירזשיניע אין שטיצע פון דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט טערי מעקאליף.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סופרים קאורט געסקעזשועלט א פארהער אויף נאוועמבער 1 אין פארבינדונג מיט די טעקסאס אנטי-רציחה געזעץ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאסט מייסטער לואי דעזשוי זאגט אז זיין אגענטור וועט צולייגן פרישע 45 פאסט סארטירונג צענטערן אין צוגרייטונג צו די שאפינג סעזאן אויף די אלגעמיינע גאס.

אויך וועט די אגענטור אויפנעמען 40,000 צייטווייליגע ארבעטער ארויסצוהעלפן מיט די פארמערטע ארבעט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

רוסלאנד באריכטעט פרישע 1,075 אומגעקומענע פון די קאוויד ווירוס, די פיפטע טאג אין א ציה צו ברעכן א פרישע רעקארד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קאנאדישע באאמטע זאגן אז פארגעשלאגענע טעקס קרעדיטס וואס די אמעריקאנע רעגירונג וויל צושטעלן פאר עלעקטריק קארס פראדוצירט אינערהאלב אמעריקא, זענען מעגליך אין פארלעצונג פון פארשידענע האנדל אפמאכן צווישן די צוויי לענדער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צוויי זענען אומגעקומען -און נאך זיבן פארוואונדעט געווארן -נאך וואס א באמבע האט אויפגעריסן אין קאמפאלא, די הויפטשטאט פון אוגאנדא.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

אימיטען א גאווערנאר אויסטויש צערעמאניע אין מזרח אזדשערביין וואס איז א געגנט אין איראן האט דער נייע גאווענער געכאפט א מיאוס'ן פראסק
https://drive.google.com/file/d/16fpwtJ ... sp=sharing
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אין דובאי האט זיך היינט געפענט די וועלטס העכסטע פעריסוויל הויעך 820 פיס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ש'כח @אלעקסיי
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ש'כח אלעקסיי
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

סאבאבא האט געשריבן:אימיטען א גאווערנאר אויסטויש צערעמאניע אין מזרח אזדשערביין וואס איז א געגנט אין איראן האט דער נייע גאווענער געכאפט א מיאוס'ן פראסק
https://drive.google.com/file/d/16fpwtJ ... sp=sharing

דער קליפ האט מיר אויף געבערענגט קאשמארן, דאס פלעגט פארקומען ביינונז אין חדר עטליכע מאל א טאג.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

א נייע מעשה האט געשריבן:

ענק פלעגן שלאגן דעם רבין?
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

סאבאבא האט געשריבן:אימיטען א גאווערנאר אויסטויש צערעמאניע אין מזרח אזדשערביין וואס איז א געגנט אין איראן האט דער נייע גאווענער געכאפט א מיאוס'ן פראסק
https://drive.google.com/file/d/16fpwtJ ... sp=sharing

wow! דו הערסט דעי קלינג? איך זאג דיר, דער פילט נאך אלס נישט זיין באק! מבשרי אחזה...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:צוויי זענען אומגעקומען -און נאך זיבן פארוואונדעט געווארן -נאך וואס א באמבע האט אויפגעריסן אין קאמפאלא, די הויפטשטאט פון אוגאנדא.

אופס...

ארטיגע פרעזידענט -יואווערי מוסעוועני (Yoweri Museveni)- באשטעטיגט איין אומגעקומענע און נאך פינף פארוואונדעטע

אויך באצייכענט די אטאקע אלס ווארשיינליכע טעראר אטאקע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א 10 מיליאן דאללער פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון אלווארו פולידאו ווארגאס (Alvaro Pulido Vargas).

ווארגאס, א קאלאמביאנע בירגער, ווערט באשולדיגט אין אנפירן א הומאניטערישע הילף פראגראם אין ווענעזועלא וואס ער האט אויסגענוצט זיך רייך צו מאכן און אזוי ארום געשמירט די רעדער ביי ארטיגע רעגירונגס באאמטע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

באריכטן אז ברוקלין די.עי. עריק גאנזאלעס גרייט זיך צו לויפן פאר סטעיט אטוירני זשענעראל אויב זאל די אמטירענדע פרוי זשעימס לויפן פאר גאווערנאר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקא האט צוגעלייגט רוסישע בירגער צו די ליסטע פון 'היימלאזע' ווען עס קומט זיך איינצוגעבן פאר אן אמעריקאנע וויזא - די נייעס סטאטוס באדייט אז רוסישע בירגער קענען זיך איינגעבן פאר א וויזע אין אויסלאנד, און מוזן נישט גיין דורך די אמעריקאנע אמבאסאדע אין מאסקאווע

דאס קומט נאכדעם וואס רוסלאנד האט ארויסגעשטעלט א פארבאט פאר די אמעריקאנע אמבאסאדע אין מאסקאווע צו פארמאגן רוסישע איינגעשטעלטע

רוסלאנד האט הילכיג פארדאמט די אמעריקאנע שריט
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמעריקא האט צוגעלייגט רוסישע בירגער צו די ליסטע פון 'היימלאזע' ווען עס קומט זיך איינצוגעבן פאר אן אמעריקאנע וויזא - די נייעס סטאטוס באדייט אז רוסישע בירגער קענען זיך איינגעבן פאר א וויזע אין אויסלאנד, און מוזן נישט גיין דורך די אמעריקאנע אמבאסאדע אין מאסקאווע

דאס קומט נאכדעם וואס רוסלאנד האט ארויסגעשטעלט א פארבאט פאר די אמעריקאנע אמבאסאדע אין מאסקאווע צו פארמאגן רוסישע איינגעשטעלטע

רוסלאנד האט הילכיג פארדאמט די אמעריקאנע שריט

איך וויל נישט מאכן קיין conversation דא אבער איין קליינע קייט. וואס איז אז זיי קענען נישט האבן קיין רוסישע איינגעשטעלטע? וועגן דעם מיז מען זיי שוין מאכן פאר היימלאזע?
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אזוי זאג איך האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמעריקא האט צוגעלייגט רוסישע בירגער צו די ליסטע פון 'היימלאזע' ווען עס קומט זיך איינצוגעבן פאר אן אמעריקאנע וויזא - די נייעס סטאטוס באדייט אז רוסישע בירגער קענען זיך איינגעבן פאר א וויזע אין אויסלאנד, און מוזן נישט גיין דורך די אמעריקאנע אמבאסאדע אין מאסקאווע

דאס קומט נאכדעם וואס רוסלאנד האט ארויסגעשטעלט א פארבאט פאר די אמעריקאנע אמבאסאדע אין מאסקאווע צו פארמאגן רוסישע איינגעשטעלטע

רוסלאנד האט הילכיג פארדאמט די אמעריקאנע שריט

איך וויל נישט מאכן קיין conversation דא אבער איין קליינע קייט. וואס איז אז זיי קענען נישט האבן קיין רוסישע איינגעשטעלטע? וועגן דעם מיז מען זיי שוין מאכן פאר היימלאזע?

לכאו׳ די געווענליכע ארבייטערס אין א אמבעסאדע זענען ארטיגע איינוואוינער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”