פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:נארמי, וואסי פשט אז די רוסן האבן נישט צוריק געפליקט?
ווייל רוסלאנד האט דעמאלטס פארקויפט אז סאיז בכלל נישט זייערע סאלדאטן געווען
איי מהאט געזעהן רוסישע בעדזשעס און וואפן אויף די טויטע "רוסישע" סאלדאטן?
מיז זיין אז זיי זענען געגאנגן ערגעץ ווי זיי האבן נישט געמעגט לויט די דיעלס און סהאט זיי נישט געפאסט
ס'געווען אונטער טראמפ, א לופט אטאקע אויף אפיציעלע וואגנער גרופע טרופן במציאות'דיג רוסיש טרופן, זיי זענען געקומען צי נאנט צו די אמעריקאנער געשטיצטע רעבעלן האט א באמבע זיי מסדר געווען, דאכצעך ארום הונדערט שטיק
ארום דרייסיג גרין בערעי קאמאנדאס זענען געווען אינאיינעם מיט קורדישע קרעפטן ווען א קראפט פון טאנקען און אנדערע שווערע געווער אינאיינעם מיט פינף הונדערט סאלדאטן האבן אטאקירט זייער מקום.
פאר פופצן מינוט האט אמעריקא פראבירט צו מסביר זיין פאר די רוסן זיך צוריק צו ציען, און דער רוסישער מיליטער האט געלייקנט ס'זאל האבן שייכות מיט זיי, די קאמאנדאס האבן געשאסן עטליכע ווארענונגס שאסן, אבער די אטאקירער האבן זיך נישט צוריק געצויגן.
אין לויף פון די קומענדיגע דריי שעה האבן אמעריקאנע באמבעס אראפ געלאזט דורך ריפער דראונס, עף 22 סטעלט דשעטס, עף 15 פייטער דשעטס, בי 52 באמבאדירער, עי סי 130 גאנשיפ, און אפאטשי העליקאפטער, אומגעברענגט 300 פון די טרופן, מיט קיינע פאטאליטעטן אויף די אמעריקאנער געשטיצטע זייט.