וועטער נייעס און באריכטן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך שלג כצמר »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פרישע NAM

גייט זיך אבער אנהייבן אלץ רעגן, ניין?
אטעטשמענטס
NAM.png
NAM.png (222.6 KiB) געזען 1794 מאל
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שלג כצמר האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פרישע NAM

גייט זיך אבער אנהייבן אלץ רעגן, ניין?

הייבט זיך אן אלס רעגן שפעט מיטוואך נאכט און גייט אריבער פארטאגס צו שניי, און האלט אן ביז אנהייב נאכמיטאג.
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך אנפין נהירין »

פון ר' יקיר
אטעטשמענטס
IMG_20220118_155848.jpg
IMG_20220118_155848.jpg (191.64 KiB) געזען 1718 מאל
אוועטאר
איך ווייס נישט
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 1:40 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך איך ווייס נישט »

אנפין נהירין האט געשריבן:פון ר' יקיר

ווי אזוי קען מען זיך ארויף סיינען אויף ר' יקיר'ס סטאטוס?
איך ווייס נישט, איך האב נישט קיין אהנונג, איך האב נישט קיין קלוי (clue), איך ווייס אזוי ווייט איז איך ווייס נישט וואס איך ווייס אין וואס איך ווייס נישט, אבער איין זאך איז זיכער, איך ווייס נישט!
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

איך ווייס נישט האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:פון ר' יקיר

ווי אזוי קען מען זיך ארויף סיינען אויף ר' יקיר'ס סטאטוס?


גא"מ
אוועטאר
איך ווייס נישט
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 1:40 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך איך ווייס נישט »

עפעס ווייסעך האט געשריבן:
איך ווייס נישט האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:פון ר' יקיר

ווי אזוי קען מען זיך ארויף סיינען אויף ר' יקיר'ס סטאטוס?


גא"מ

וואס?
איך ווייס נישט, איך האב נישט קיין אהנונג, איך האב נישט קיין קלוי (clue), איך ווייס אזוי ווייט איז איך ווייס נישט וואס איך ווייס אין וואס איך ווייס נישט, אבער איין זאך איז זיכער, איך ווייס נישט!
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך מעכל קנעכל »

דער ר' יקיר כאפט נישט די תענוג און ענזשוימענט פון א וועטער שמועס אויף אייוועלט... ווער רעדט שוין מיט די סאמעטוכעס ארום..

ווייזטס אים צו וואו מען סיינט זיך אויף אויף די וועטער אשכולות דא.

ר' יקיר, לאז וויסן וויאזוי ס'איז געווען.
לעצט פארראכטן דורך מעכל קנעכל אום דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חחח...
אוועטאר
בארג
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:01 pm

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך בארג »

איך ווייס נישט האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:פון ר' יקיר

ווי אזוי קען מען זיך ארויף סיינען אויף ר' יקיר'ס סטאטוס?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך Rak Tov »

מעכל קנעכל האט געשריבן:דער ר' יקיר כאפט נישט די תענוג און ענזשוימענט פון א וועטער שמועס אויף אייוועלט... ווער רעדט נישט מיט די סאמעטוכעס ארום..

ווייזטס אים צו וואו מען סיינט זיך אויף אויף די וועטער אשכולות דא.

ר' יקיר, לאז וויסן וויאזוי ס'איז געווען.

;l;p- :lol:
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך לעכטל »

Rak Tov האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:דער ר' יקיר כאפט נישט די תענוג און ענזשוימענט פון א וועטער שמועס אויף אייוועלט... ווער רעדט נישט מיט די סאמעטוכעס ארום..

ווייזטס אים צו וואו מען סיינט זיך אויף אויף די וועטער אשכולות דא.

ר' יקיר, לאז וויסן וויאזוי ס'איז געווען.

;l;p- :lol:

און פון ווי ווייסן ענק אז ער איז נאך נישט דא, אינטער א שלייער ניק?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך האלצשטיין »

When are the next set of models coming out?
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך מרדכי ש »

האלצשטיין האט געשריבן:
When are the next set of models coming out?

9
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך האלצשטיין »

מרדכי ש האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
When are the next set of models coming out?

9

Thanks. I thought it's every 6 hours
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך אנפין נהירין »

?Last one posted is not from 3pm

האלצשטיין האט געשריבן:
מרדכי ש האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
When are the next set of models coming out?

9

Thanks. I thought it's every 6 hours
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך לעכטל »

;l;p- ;l;p- קנא עקספערט ;l;p- ;l;p-
קומסט אריין אייזן קלאר.
איך באדאנק דיר דא, ווייל מ'טאר נישט דארט...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך אזוי ארום »

לעכטל האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:דער ר' יקיר כאפט נישט די תענוג און ענזשוימענט פון א וועטער שמועס אויף אייוועלט... ווער רעדט נישט מיט די סאמעטוכעס ארום..

ווייזטס אים צו וואו מען סיינט זיך אויף אויף די וועטער אשכולות דא.

ר' יקיר, לאז וויסן וויאזוי ס'איז געווען.

;l;p- :lol:

און פון ווי ווייסן ענק אז ער איז נאך נישט דא, אינטער א שלייער ניק?

ווי טאקע?
אויב איינער האט ר' יקיר'ס נאמער, וואלט געווען שיין מיר אישי'נען
דאנקע
אוועטאר
איך ווייס נישט
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 1:40 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך איך ווייס נישט »

אזוי ארום האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:דער ר' יקיר כאפט נישט די תענוג און ענזשוימענט פון א וועטער שמועס אויף אייוועלט... ווער רעדט נישט מיט די סאמעטוכעס ארום..

ווייזטס אים צו וואו מען סיינט זיך אויף אויף די וועטער אשכולות דא.

ר' יקיר, לאז וויסן וויאזוי ס'איז געווען.

;l;p- :lol:

און פון ווי ווייסן ענק אז ער איז נאך נישט דא, אינטער א שלייער ניק?

ווי טאקע?
אויב איינער האט ר' יקיר'ס נאמער, וואלט געווען שיין מיר אישי'נען
דאנקע

יאפ, איך זיך אויך די נאמבער אויב איינער האט עס, שיקט אריין, שיינעם דאנק
איך ווייס נישט, איך האב נישט קיין אהנונג, איך האב נישט קיין קלוי (clue), איך ווייס אזוי ווייט איז איך ווייס נישט וואס איך ווייס אין וואס איך ווייס נישט, אבער איין זאך איז זיכער, איך ווייס נישט!
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך פעשליך »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אזוי ווי ס'הערשט א שטיקעלע צומישעניש איבער די וועטער אויסקוק אין די קומענדיגע טעג וועל מיר פרובירן צו מאכן אביסל סדר דבר דבור על אופניו.

היינט דינסטאג נאכט:
א קאלטע און א טרוקענע נאכט איז ערווארטעט.
אבער די ווינט וועט זיך איינשטילן וואס וועט היפש פארגרינגערן.
די טעמפראטור וועט אראפגיין צו די מיטעלע הויכע צוואנציגער אין לעיקוואד און אין ניו יארק סיטי.
אין די מיטעלע הויכע צענער נומערן אין די האדסאן וואלי ראיאן [מאנסי-קרית יואל].
און אין די הויכע סינגל נומערן צו ארום 10 דעגרי אין די קעטסקילס.

מארגן מיטוואך:
א שיינע טאג ערווארטעט, נישט אזוי קאלט אבער אויך נישט ווארעם.
ס'וועט זיין מער וואלקענעס ווי זון, מיט טעמפראטורן אין די מיטעלע פערציגער אין לעיקוואד / ניו יארק סיטי.
ארום 40 אין די האדסאן וואלי.
און אין די מיטעלע דרייסיגער אין די קעטסקילס.

מיטוואך נאכט:
אנפאנג נאכט פארוואלקענט, אינמיטן די נאכט הייבט אן רעגענען, פארטאגס טוישט זיך עס צו שניי.

דאנערשטאג:
פארמיטאג שניי, פון 1 ביז 3 אינטשעס אין עוורידזש, בעיקר פון קרית יואל אראפ צו לעיקוואד, אבער געוויסע געגענטער קענען מעגליך באקומען מער.
נאכמיטאג ענדיגט זיך די שניי און ס'ווערט קעלטער און קעלטער, אינאיינעם מיט א ווינט וואס גיבט צי א ספייס צו די קעלט.

דאנערשטאג נאכט:
"ציפעדיג קאלט"! ספעציעל פארטאגס.
ס'וועט זיך שפירן ווי אונטער נול...

פרייטאג:
טראץ די זון וואס וועט שיינען מיטן גאנצן פראכט וועט די אטמאספערע בלייבן געפרוירן און ציפעדיג.
די טעמפראטור וועט זיך האלטן מערסטנס אונטער 20, ספעציעל אין אפסטעיט. מיט די ווינט וועט זיך שפירן אסאך קעלטער.

פרייטאג צונאכטס:
אודך א ציפעדיג קאלטע נאכט, ענליך צו ליל ששי.

שבת קודש:
קאלט!
["מעגליך" שניי]



וואס מיינט "מעגליך" שניי? גייט שנייען יא אדער ניין?
ווארשיינליך נישט! אבער מ'קען נישט זאגן אויף זיכער אז נישט. און דאס מיינט די ווארט "מעגליך".

טאמער יא, וועט זיין א ערענסטע שניי אדער נאר א קליינע?
ס'איז דא א פאטענטשל פאר א גרויסע, אבער מעגליך אז ס'וועט זיין נאר א לייכטערע שניי. דערווייל איז דא מער שאנס פאר זון ווי פאר שניי.

דארף מען זיין באזארגט צו מ'וועט קענען פארן מוצאי שבת?
ניין! בכלל נישט. זארגן איז קיינמאל נישט גוט, ספעציעל אז ס'העלפט סיי ווי נישט...


א ריזיגער שכוח הרב ק.נ.א. פאר די קלארע אפדעיטס. דיין ארבעט איז וועל אפרישיעטעד!
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך אזוי ארום »

דא גיב איך איבער דאס ווארט פאר ר' אזוי ארום

ענסאמבעלס זענען איבערגעקאכטע מאדעלס.
וואס הייסט?

לאמיר אנכאפן פאר יעצט די יורא ענסאמבעלס, וואס האט אין זיך 50 מעמבער'ס.

די דאטא וואס גייט אריין אין א וועטער מאדעל קומען פון באלאנען/פליגער'ס/סאטאלייט/buoy.

די כלים כאפן אויף וואס טוט זיך יעצט מיט די וועטער, פון די ערד ביז די אויבערשטע טיילן פונעם אטמאספער.

די אינפארמאציע ווערן אנגעלאדענט אין א סופער-קאמפיוטער וואס איז פראגראמירט געווארן צו פארשטיין די סייענטיפישע חשבונות פון וועטער.

די סופער-קאמפיוטער מאכט זיך אז שנעלע חשבון, און טוט אויסרעכענען צום ביישפיל, אז די וועטער וואס איז יעצט אין אלאסקע וועט אריינפארן צו בריטיש קאלאמביע פון דארט צו יוקאטאן אריין צו די נארדערן פלעינ'ס צו די נארטאיסט.

אויפן וועג צו די נארטאיסט באמערקט די מאדעל אז א שטורעם וועט קומען צו גיין, און וועט זיך אנטשעפענען מיט די קאלטע לופט, אבער די קאלטע לופט וואס איז טריקן, וועט זיך יעצט אנשטויסן אין ווארימע נאסע לופט. דער מאדעל זאגט, נישט קיין פראבלעם, דאס מיינט אז ווען זיי טרעפן זיך צוזאם, וועט זיך פארעמען א טאנדערשטורעם, און דאס וועט ברענגן שטארקע רעגן צו די ווארימע טייל, און צו די זייט וואס גייט זיין קאלט וועט שנייען. שוין, די מאדעל פארשטייט זייער גוט וואס גייט פאסירן, און די קאמפיוטער טוט דאס שיין אילוסטרירן אין א בילד, וואס מ'זעט, קאלטע טריקענע לופט קומט צו גיין, עס טרעפט די ווארימע נאסע לופט, און א רעגן שניי פארעמט זיך דארט.

יעצט נעמט מען די מאדעל, און מ'שפילט דאס איבער, אבער מ'נעמט ארויס די א קליינע טייל, ווי צו זאגן, קאלטע לופט וועט נישט אזוי שטארק אראפקומען, ווייל עס איז נישטא יעצט קיין שטארקע פרעשור וואס זאל אים אראפדריקן. 1 ענסאמבעל.

ענסאמבעל 2 זאגט, ס'איז דא קאלטע לופט, ס'איז דא פרעשור אים אראפצודריקן, אבער די ווארימע לופט וואס גייט זיך צוזאמענטרעפן, וועט נישט זיין אזוי ווארעם ממילא נישט אזוי נאס, דעמאלטס, איך אלס ענסאבעל מעמבער 2 זאגט, יא קאלטע לופט, יא ווארימע לופט, אבער נישט גענוג אז ס'זאל פארעמען א טונדערשטורעם, ממילא וועט נישט זיין קיין שניי, און נישט קיין רעגן.

אזוי טוט יעדע מעמבער רעכענען די וועטער אויסקוק, אבער גייט ארויסנעמען און צולייגן עפעס אנדערש אינעם חשבון.

יעצט ווען מ'נעמט דאס אלעס צוזאם, מאכט מען אן עווערידזש, און ס'איז דא א בילד.

אבער, עוורעדזש איז נישט גענוג, ווייל ענסאמבעל מעמבער 34 איז קיינמאל נישט גערעכט, פארדעם וועט מען מאכן א מיען-MEAN וואס דאס טוט רעכענען מיט גרעסערע פראצענטן די מעמבער'ס וואס האבן א היסטאריע פון בעסער צוטרעפן.

איך האף מ'האט מיר דא פארשטאנען, אויב נישט, ווארף איך עס צוריק אויף ק.נ.א.'ן און ער קען שוין טון וואס ער וויל מיט דעם.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זייער גוט און קלאר מסביר געווען! ;l;p-
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

וויאזוי מאכט די נעשענעל וועטער סערוויס זייער פארקעסט?

אין דעם פאלגענדן לינק קען מען זיך רעגיסטרירן געוואויר צו ווערן
https://register.gotowebinar.com/regist ... 1137000203
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך את פתח לו »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:זייער גוט און קלאר מסביר געווען! ;l;p-

ג"אמ
גאר קלאר און צום פאונט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך סעקרעטאר »

שוויציגע ביר האט געשריבן:די פרישע 18z יורא נעמט די שבת שטורעם גענצלעך ארויס צום ים.

דאס מיינט אז די געים איז פולן שוואונג
געדענק מיר ווי ביי די גרויסע באקאנטע "בלומבערג שניי" דאכט זיך מיר האבן זיי געשפילט די זעלבע שפיל..........
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך מרדכי ש »

סעקרעטאר האט געשריבן:
שוויציגע ביר האט געשריבן:די פרישע 18z יורא נעמט די שבת שטורעם גענצלעך ארויס צום ים.

דאס מיינט אז די געים איז פולן שוואונג
געדענק מיר ווי ביי די גרויסע באקאנטע "בלומבערג שניי" דאכט זיך מיר האבן זיי געשפילט די זעלבע שפיל..........

וועלן מיר צוריקגעקומען פרייטאג אין זען
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פראגן און קרישקעלעך ארום די וועטער.

תגובה דורך האלצשטיין »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:בקיצור... אפשר נעקסטע וואך העוט זיין עפעס א ערנסטע שניי...

ס'קענסעלט זיך נישט אזוי שנעל.
צו זיין זיכער אז ס'איז געקענסעלד דארף מען נאך זעהן פרישע דעטא, ביטע צואווארטן מיט געדולד.

In the end you also basically canceled already the snow in your latest update
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”