@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
טשארלס מעקגאניגעל, א געוועזענער FBI אגענט און פירער פון די ניו יארקער FBI קאונטער-אינטעלעדזשנס אפטיילונג, איז ארעסטירט געווארן איבער זיינע פארבינדונגען מיט'ן רוסישער אליגארך אָלעג דעריפאסקא וועמען ער האט געהאלפן אויסמיידן אמעריקאנער סאנקציעס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
צוויי סטודענטן זענען אומגעקומען און א לערער איז פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין א פריוואטע שולע אין דעס מאינס, איאווע. צוויי פארדעכטיגטע זענען ארעסטירט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
4 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין 2 פארבינדעטע שיסערייען אין העלף מאָן בעי אין קאליפארניע.
פאליציי האט ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן שיסער נאך וואס ער איז זיך געקומען אונטערגעבן ביי אן ארטיגע פאליציי סטאנציע.
פאליציי האט ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן שיסער נאך וואס ער איז זיך געקומען אונטערגעבן ביי אן ארטיגע פאליציי סטאנציע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די FDA האט פארגעשלאגן א פלאן צו מאכן יערליכע קאוויד וואקסינס, א שטייגער ווי די פלו וואקסינס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
מעיאר עריק עדעמס ביי א פרעסע קאנפערענץ אין סיטי האל נעכטן זונטאג האט אויסגעלויבט די ארבעט פון די אידישע 'משביע' ארגאניזאציע פאר זייער ארבעט מיטן העלפן אזיל-זוכער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז אמעריקע באטראכט די מעגליכקייט צו שיקן אן ערנסטע צאל פון זייערע מאכטפולע עבראמס M1 טאנקען קיין אוקריינע, און א מעלדונג קען קומען אזוי פרי ווי די וואך.
לויט די באריכט וועט די מעלדונג זיין א טייל פון א דיפלאמאטישע אפמאך מיט דייטשלאנד, וועלכע וועט שיקן עטליכע פון זייערע לעפערד 2 טאנקען, און וועט ערלויבן פוילן און א קאאליציע פון אנדערע לענדער צו שיקן מערערע דערפון, עפעס וואס זיי האבן ביז יעצט נישט ערלויבט.
לויט די באריכט וועט די מעלדונג זיין א טייל פון א דיפלאמאטישע אפמאך מיט דייטשלאנד, וועלכע וועט שיקן עטליכע פון זייערע לעפערד 2 טאנקען, און וועט ערלויבן פוילן און א קאאליציע פון אנדערע לענדער צו שיקן מערערע דערפון, עפעס וואס זיי האבן ביז יעצט נישט ערלויבט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט געמאלדן אז איינע פון זייערע דאקטוירים איז פארכאפט געווארן אין מענעקא, מאלי, און זיי ארבעטן מיט לאקאלע אויטאריטעטן צו אויספארשן די פארכאפונג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
6 דעפיוטי מיניסטארן און 5 גאווערנערס זענען אפגעזאגט געווארן אין אוקריינע, אין א ברייטע קארופציע אויפשאקלונג וואס פרעזידענט זאלענסקי און ארטיגע אויטאריטעטן האבן אונטערגענומען אינערהאלב די רעגירונג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
3 זענען אומגעקומען אין א שיסעריי אין יעקימע, וואשינגטאן, ווען א מאן האט אריינשפאצירט אין א געשעפט און אנגעהויבן שיסן אויף אנוועזנדע.
נאך די שיסעריי אין די געשעפט איז דער שיסער ארויסגעגאנגען און אריינגעשאסן און פארכאפט א קאר. לויט אויטאריטעטן איז די צושטאנד און לאקאציע פון די דרייווער פון די קאר וואס דער שיסער האט פארכאפט נישט באקאנט, און איז מעגליך די 4'טע פאטאליטעט.
א ברייטע זוכעריי איז געעפענט געווארן נאך דעם שיסער. מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.

א היימישע אינגערמאן איז אראפגעפירט געווארן פון א דעלטא פליגער פון פארט לארענדעיל צו לאגווארדיע, נאך וואס זיי האבן אים באשולדיגט אז ער נעמט אויף צופיל פלאץ אין די האנט באגאזשן אפטיילונג פאר זיין שטריימל באקס, הוט, רעקל און רענצל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אדוואקאטן פונעם געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס האבן אינפארמירט קאנגרעס און די יוסטיץ דעפארטמענט אז זיי האבן געפונען א בינטל קלאסיפיצירטע דאקומענטן אין זיין היים אין אינדיאנע, און זיי האבן דאס איבערגעגעבן פאר די FBI.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
איינער איז אומגעקומען און 7 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין א וועלערא גאז סטאנציע אין אוקלענד, קאליפארניע, ביים פילמירן א מוזיק ווידעא. פאליציי זוכט דעם שיסער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
דראמאטישע ווידעא צייגט וויאזוי דער פארדעכטיגטער שיסער אין די נעכטיגע העלף מאָן בעי שיסעריי אין קאליפארניע, וועלכע האט איבערגעלאזט 7 טויטע און 8 פארוואונדעטע, ווערט ארעסטירט נאכן זיך איבערגעבן פאר פאליציי.
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט און נאך אכט אמעריקאנער שטאטן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן גוגל אין וועלכע זיי באשולדיגן אז די טעכנעלאגיע ריז האלט אָן אן אומלעגאלע מאנאפאל אויף די אנליין אדווערטייזמענט מארקעט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די סענאט דזשודישיערי קאמיטע האט היינט אפגעהאלטן א היערינג אין וועלכע זיי האבן אראפגערופן די פירער פון טיקעט-מעסטער, און זיי אויסגעפרעגט איבער די סומאטוכע מיט די סוויפט טיקעטס, און זיי באשולדיגט אין אנהאלטן א מאנאפאל אויף די אינדוסטריע.
טיקעט-מעסטער פירער האבן באשולדיגט אז די סומאטוכע מיט די סוויפט טיקעטס איז געקומען צוליב א פלייץ פון באטס וועלכע האבן געזוכט צו כאפן טיקעטס צו קענען ווייטער פארקויפן פאר טייערער, און דאס האט געפירט אז זייער סיסטעם זאל קראכן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
הויז ספיקער קעווין מעקקארטי האט פארמאל אפגעזאגט דעמאקראטישע קאנגרעסלייט עדעם שיף און עריק סוואלוואל פון דינען אויף די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע, נאך א בריוו וואס האקים דזשעפריס, דעמאקראטישע קאנגרעס פירער, האט אים געשיקט און זיי רעקאמענדירט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אויטאריטעטן אין צפון קארעא האבן געמאלדן א 5 טאגיגע לאקדאון אויף די הויפט שטאט פיאנגיענג, צוליב א שטארק פארשפרייטענדע אטעמען קרענק.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
רעפובליקאנער סענאטאר דזשאש האולי האט פארגעשלאגן א ביל גערופן "די פעלאסי אקט" וועלכע וועט פארבאטן קאנגרעס מיטגלידער און זייערע געהייראטע צו האנדלען אדער באזיצן סטאקס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
נאך לאנגע וואכן פון שטארקע דרוק און פארהאנדלונגען, האט דער דייטשער קאנצלער אלעף שולץ געמאלדן אז דייטשלאנד וועט צושטעלן פאר אוקריינע 14 לעפערד 2 טאנקען, און וועט ערלויבן אנדערע לענדער צו שענקען זייערע לעפערד טאנקען פאר אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט אום 12 אזייגער מיטאג איבער די ווייטערדיגע שטיצע פאר אוקריינע, אין די צייט וואס אמעריקע גרייט זיך צו שיקן 30 פון די אמעריקאנער עיברעהעמס M1 טאנקען קיין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
2 זענען אומגעקומען און 5 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שטעכעריי אטאקע אין א באן אויפן וועג קיין האמבורג אין דייטשלאנד. פאליציי האט ארעסטירט דעם שטעכער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז אמעריקע וועט שיקן 31 עיברעהעמס M1 טאנקען קיין אוקריינע, זאגענדיג אז דאס וועט פארשטארקן זייערע מעגליכקייטן צו פארטיידיגן זייער טעריטאריע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
נאך וואס זיי האבן אראפגעווארפן די רעכט געשטימטע OANN נעטווארק מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האט 'דירעקט טיווי' געמאלדן אז זיי ווארפן אראפ די רעכט געשטימטע ניוזמעקס נעטווארק פון זייער פלאטפארמע.
לויט ווי זיי גיבן אן קומט דאס צוליב וואס די צוויי זייטן האבן נישט קענען קומען צו א פארשטענדעניש. ניוזמעקס האט געפאדערט צו העכערן די אפצאל ראטע וואס 'דירעקט טיווי' דארף מיטטיילן מיט זיי, עפעס וואס דירעקט טיווי טענה'ן וועט העכערן זייערע קאסטן צו האלטן די נעטווארק אנליין.
דאס קומט טראץ אינטענסיווע ווענדונגען דורך א רייע רעפובליקאנער פיגורן דאס צו פארמיידן. אין א בריוו צו די 'דירעקט טיווי' פירערשאפט אונטערגעשריבן דורך איבער 40 רעפובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער טענה'ן זיי אז דאס אראפווארפן די נעטווארק וועט שעדיגן זייערע מעגליכקייט צו דערגרייכן זייערע וויילער.

דער דעפיוטי טשערמאן פון די טערקישע 'מוטערלאנד פארטיי', עטעם סאנדזשאק, זאגט אז טערקיי קען מעגליך פארלאזן נאטא ביז 5-6 מאנאטן, צוליב פארמערטע פראוואקאציעס.