א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט באטראכט די מעגליכקייט צו האבן FBI אגענטן וועלכע זאלן באאבאכטן וויאזוי די ביידען אדוואקאטן זוכן נאך די קלאסיפיצירטע דאקומענטן, אבער האט באשלאסן דאס נישט צו טון צוליב וואס די אדוואקאטן האבן קאאפערירט מיט די אויספארשונג.
די סופרים קאורט אין מדינת ישראל האט געאורטיילט אז ארי' דרעי, פירער פון די ש"ס פארטיי, טאר נישט דינען אלס מיניסטער, נאכן זיך דערקלערן שולדיג אין פינאנציעלע מיסברויכן פארגאנגענע יאר.
דרעי האט צוגעזאגט אז ער וועט נישט רעזיגנירן, טראץ די אורטייל. דאס שטעלט די גאנצע קאאליציע אין א סכנה, היות די ש"ס פארטיי, וועלכע האט 11 זיצן אין די רעגירונג, האט געסטראשעט אז זיי וועלן נישט זיין א טייל פון די רעגירונג אויב דרעי ווערט אפגעזאגט פון זיינע שטעלעס אלץ אינערן מיניסטער און געזונטהייט מיניסטער.
ש"ס מיטגלידער זאגן אז זיי ווילן טוישן עטליכע געזעצן צו מאכן די אורטייל אינוואליד, עפעס וואס זיי קענען טוהן היות מדינת ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע, נאר יעדע געזעץ פאר זיך קען איבערגעקערט ווערן דורך א מערהייט אפשטימונג.
אדוואקאטן פאר דער געוועזענער מיניאפעלעס פאליציאנט, דעריק שאווין, וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין די טויט פון דזשארדזש פלויד, האבן אריינגעגעבן אן אפיעל איבער די אורטייל, זאגענדיג אז שאווין האט נישט געהאט קיין יושר'דיגן פראצעס.
די ניו יארק סטעיט סענאט דזשודישיערי קאמיטע האט מיט 10-9 בלאקירט העקטאר לעסאל, גאווערנער האוקול'ס נאמינאציע פאר הויפט סטעיט ריכטער, פון אויפגעברענגט ווערן פאר אן אפשטימונג אין די סטעיט סענאט, צוליב וואס זיי האלטן אז ער איז צו קאנסערוואטיוו.
גאווערנער האוקאל אין א סטעיטמענט זאגט אז זי גלייבט אז די קאנסטיטוציע פארלאנגט א פולע אפשטימונג, און וועט מעגליך קלאגן אין געריכט.
א ניו יארק טיימס באריכט גיבט אן אז די ביידען אדמיניסטראציע איז געווארן ווארימער צו די געדאנק פון ארויסהעלפן אוקריינע אטאקירן און צוריק אייננעמען קרימיע, טראץ דעם וואס דאס קען ברענגען פרישע עסקעלאציעס.
אמעריקע האט היינט דערגרייכט די 'חובות דאך' פון $31.4 טריליאן, און טרעזשורי סעקרעטאר יעלען זאגט אז די דעפארטמענט וועט אונטערנעמען אויסערארנדליכע מאסנאמען צו פארמיידן אמעריקע פון אריינגיין אין דיפאלט, אבער דאס וועט נאר קענען אנגיין ביז יוני 5.
דאס קומט אין א צייט וואס קאנגרעס רעפובליקאנער זענען נישט גרייט ארויפצוריקן די חובות דאך, און די ווייסע הויז זאגט אז זיי זענען נישט גרייט פאר קיין דיעל איבער דעם, נאר דאס מוז ארויפגעריקט ווערן.
נאציאנאלע סעקיוריטי אדווייזער דזשעק סאליוואן האט זיך היינט געטראפן מיט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אין ירושלים, וואו די צוויי האבן געפירט געשפרעכן איבער וויאזוי צו פארבעסערן די באציאונגען מיט סאודיע אראביע, און איבער איראנע אנגעלעגנהייטן.
פראקורארן אין ניו מעקסיקא האבן געמאלדן אז אקטיאר עלעק באלדווין וועט ווערן קרימינאל אנגעקלאגט אויף אומוועלנדיגע מארד, אין פארבינדונג מיט די טויטליכע אינצידענט ביים פילמען א מאווי, אין וועלכע איינער איז אומגעקומען.
די סופרים קאורט האט ארויסגעשטעלט א באריכט אין וועלכע זיי זאגן אז זיי האבן דערווייל נישט באוויזן צו דערגיין ווער עס איז פאראנטווארטליך אויף די ליעק פון די ראו ווס. וועיד קאנטערווערסיאלע אורטייל. די אויספארשונג וועט ווייטער פארזעצן.
אפדעיט: די רייזנדע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס ברוך טויב ע"ה און בנימין חפץ ע"ה פון קליוולאנד אוהייאו.
לויט באריכטן האבן רעטונג אגענטורן געפונען די פליגער אין די ביימער פון א וואלד נעבן רעי לעיק, אין די אומגעגנט פון ארמאנק, ניו יארק, גלייך נעבן די וועסטשעסטער קאונטי לופטפעלד.
אויטאריטעטן האבן דערווייל נאכנישט באשטעטיגט די גענויע לאקאציע וואו די פליגער און די אומגעקומענע זענען אפגעפונען געווארן.
אויטאריטעטן אין מיזורי האבן געעפענט א זוכעריי נאך 5 ארעסטאנטן וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן פון אן ארטיגע טורמע, דורכ'ן זיך דורכשמוגלען דורך די ווענטעלאציע רערן ארויף אויפן דאך, פון וואו זיי האבן געמאכט זייער וועג אראפ צו די ערד, און דארט גערויבט א קאר מיט וועלכע זיי זענען אנטלאפן.