@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סעקרעטערי אוו סטעיט פון מישיגען און ניו מעקסיקא האבן ביי אן אויפטריט בעפאר די סענאט דזשודישיערי קאמיטע גערופן צו קאנגרעס צו באשוצן וואלן ארבעטער פון אינטימידירונג זאגענדיג אז זיי זענען געווארן די צילן פון מיסבאהאנדלונג צוליב רעטאריק פון פאליטישע פירער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א בלומבערג באריכט געבט אן אז די אדמיניסטראציע האט פרובירט אפצוהאלטן ספיקער פעלאסו פון באזוכן טייוואן, און האט אראפגעשיקט א ספעציעלע טיעם פון די נאציאנאלע זיכערהייט קאנסול און סטעיט דעפארטמענט באאמטע איר אפצורעדן.
נאך וואס דאס האט נישט געארבעט, האבן זיך אמעריקאנער באאמטע געטראפן מיט זייערע כינעזע קאלעגעס אין די כינעזע אמבאסאדע אין וואשינגטאן, און זיכער געמאכט אז מען איז אין געשפרעכן מיט בענדזשינג צו פארמינערן די רעזולטאטן פון די באזוך די מערסטע וואס מעגליך.
נאך וואס דאס האט נישט געארבעט, האבן זיך אמעריקאנער באאמטע געטראפן מיט זייערע כינעזע קאלעגעס אין די כינעזע אמבאסאדע אין וואשינגטאן, און זיכער געמאכט אז מען איז אין געשפרעכן מיט בענדזשינג צו פארמינערן די רעזולטאטן פון די באזוך די מערסטע וואס מעגליך.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רעפובליקאנער קאנגרעספרוי פון אינדיאנע דזשעקי וועלארסקי איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט. נאך 2 זענען אומגעקומען אין די עקסידענט, אריינגערעכנט איר קאמיוניקאציע דירעקטאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
טראץ פרעזידענט ביידענ'ס באזוך אין סאודיע אראביע, און די לעצטערע באשטעטיגטע וואפן פארקויף, האט OPEC+ געמאלדן אז זיי וועלן העכערן זייער אויל פראדוקציע מיט א נישטיגע 100,000 פעסלעך א טאג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
המשך פון די נעכטיגע פריימערי פארמעסטן איבערזיכט:
-וואשינגטאן
אין וואשינגטאן איז די סיסטעם אז די צוויי העכסטע פריימערי קאנדידאטן, אפגעזעהן די פארטיי אפיליאציע, פארמעסטן זיך אין די אלגעמיינע וואלן.
- סענאט פארמעסט -
אין די סענאט פארמעסט האבן זיך פארמאסטן 18 קאנדידאטן, אריינגערעכנט אמטירנדע דעמאקראטישע סענאטאר פעטטי מאָרי וועלכע איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט און וועט לויפן פאר א 6'סטע סענאט טערמין. אין צווייטן ארט איז אריינגעקומען א רעפובליקאנער קאנדידאט טיפאני סמיילי, א געוועזענער נורס, און זי וועט זיך פארמעסטן קעגן מארי אין די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער.
- סעקרעטערי אוו סטעיט -
אין די פארמעסט פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז דער אמטירנדער סעקרעטאר סטיוו האָבס אריינגעקומען אין ערשטן ארט און וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואלן, אבער ווער זיין קעגנער וועט זיין איז נאכנישט אנטשידן געווארן זייענדיג דערווייל צי שמאל.
- קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן -
פון צווישן די קאנגרעסיאנאלע פריימעריס ווערן די קומענדיגע 2 פארמעסטן גאר שטארק נאכגעקוקט, צוליב וואס די אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער זענען פון די לעצט פארבליבענע אמטירנדע רעפובליקאנער צו שטימען פאר טראמפ'ס אימפיטשמענט, און דער געוועזענער פרעזידענט האט גאר שטארק געקעמפט זיי צו ערזעצן.
אין די 3'טע דיסטריקט וועלכע ווערט איצט פארטרעטן דורך רעפובליקאנער קאנגרעספרוי הערערא באוטלער וועלכע זוכט ווידערוויילונג, איז א דעמאקראטישע קאנדידאט, מאריע גלאוזענקעמפ פערעז, אריינגעקומען אין ערשטן ארט און וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואלן קעגן באוטלער וועלכע איז נאך ביזדערווייל נישט פארזיכערט מיטן צווייטן ארט. דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט דזשאו קענט, א געוועזענער גרין בערעט אפיציר, איז ביזדערווייל אין דריטן ארט נאך באוטלער מיט מעגליכע שאנסן איר צו איבערשטייגן.
אן ענליכע בילד שפילט זיך אפ אין די 4'טע דיסטריקט וואו דער אמטירנדער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דען ניוהאוז איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט, א דעמאקראטישער קאנדידאט דאג ווייט, אן ארטיגער ביזנעסמאן, איז אריינגעקומען צווייט, און דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט לארען קאלפ, אן ארמיי וועטעראן און לאנגיעריגער פאליציי אפיציר, אין דריטן ארט.
די פארמעסט איז ווייט פון פאראיבער נעמענדיג אין באטראכט אז מען האט נאכנישט געציילט קיין 50% פראצענט פון די שטימען, און קיין איין קאנדידאט איז נאכנישט פארזיכערט צו לויפן אין די אלגעמיינע וואלן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סענאט האט אין א 95-1 אפשטימונג באשטעטיגט דאס אנשליסן שוועדן און פינלאנד אין נאטא.
סענעטאר דזשאש האַולי איז געווען דער איינציגסטער צו שטימען דערקעגן, און סענאטאר רענד פאול האט נישט געשטימט דערפאר אדער דערקעגן נאר געשטימט 'אנוועזנד'.
סענעטאר דזשאש האַולי איז געווען דער איינציגסטער צו שטימען דערקעגן, און סענאטאר רענד פאול האט נישט געשטימט דערפאר אדער דערקעגן נאר געשטימט 'אנוועזנד'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פאול פעלאסי, דער מאן פון ספיקער פעלאסי האט זיך היינט דערקלערט נישט שולדיג אויף קלאגעס פון דרייוון אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באקאנטער רעכטער קאנספיראציע טעאריקער אלעקס דזשאונס האט היינט אויפגעטרעטן ביי זיין 150 מיליאן דאלער'דיגע דעפעמעישן פראצעס וואס עטליכע עלטערן פון סענדי הוק שולע שיסעריי באטראפענע האבן אריינגעגעבן קעגן אים.
ער האט ביי זיין אויפטריט זיך אנטשולדיגט פארן אנרופן די שוידערליכע שולע שיסעריי א "האוקס", זאגענדיג אז ער ווייסט היינט אז דאס האט 100% עכט פאסירט.
אין א דראמאטישע מאמענט האבן אדוואקאטן פון די אנקלעגער געמאלדן אז דזשאונס' אדוואקאטן האבן מיט 12 טעג צוריק זיי בטעות געשיקט א קאפיע פון אלע דאטא פון דזשאונס' סעלפאון, וואס דאס רעכנט אריין אלע טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס, און אזוי אויך אינפארמאציע איבער זיין 'אינפאָ ווארס' מידיע קאמפאני.
ער האט ביי זיין אויפטריט זיך אנטשולדיגט פארן אנרופן די שוידערליכע שולע שיסעריי א "האוקס", זאגענדיג אז ער ווייסט היינט אז דאס האט 100% עכט פאסירט.
אין א דראמאטישע מאמענט האבן אדוואקאטן פון די אנקלעגער געמאלדן אז דזשאונס' אדוואקאטן האבן מיט 12 טעג צוריק זיי בטעות געשיקט א קאפיע פון אלע דאטא פון דזשאונס' סעלפאון, וואס דאס רעכנט אריין אלע טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס, און אזוי אויך אינפארמאציע איבער זיין 'אינפאָ ווארס' מידיע קאמפאני.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער טראמפ אדווייזער פיטער נאווארא איז אנגעקלאגט געווארן דורך די יוסטיץ דעפארטמענט אין נאמען פון די נאציאנאלע ארכיוון איבער פריוואטע אימעילס וואס ער האט געשיקט צו טון ווייסע הויז ארבעט אין זיין צייט דארט, זאגענדיג אז דאס איז פרעזידענטליכע רעקארדס וואס דארפן איבערגעגעבן ווערן צו זיי.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ווייסע הויז מעלדט אז אין אנדענק פון קאנגרעספרוי דזשעקי וועלארסקי וועט די ווייסע הויז נידערן די פענער צו האלב היינט און מארגן.אידישליך האט געשריבן:רעפובליקאנער קאנגרעספרוי פון אינדיאנע דזשעקי וועלארסקי איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט. נאך 2 זענען אומגעקומען אין די עקסידענט, אריינגערעכנט איר קאמיוניקאציע דירעקטאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
כינע האט דורכגעפירט מיליטערישע לעבעדיגע פייער איבונגען אין די טייוואן סטרעיט, ווען צווישן אנדערע האבן זיי געשאסן 11 'דאנגפענג' אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסילס, וואס די כינעזע ארמיי זאגט אז אלע האבן דערגרייכט אין ציל.
די טייוואנע ארמיי האט געזאגט אז זיי האבן נאכגעפאלגט די איבונגען און מיסילס פון די נאנט, און זיי וועלן זיך אויפפירן וויאזוי זיי זעען פאר ריכטיג אין רעאקציע.
די טייוואנע ארמיי האט געזאגט אז זיי האבן נאכגעפאלגט די איבונגען און מיסילס פון די נאנט, און זיי וועלן זיך אויפפירן וויאזוי זיי זעען פאר ריכטיג אין רעאקציע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
יאפאן האט שארף פראטעסטירט נאך וואס 5 פון די כינעזע באליסטישע מיסילס זענען געפאלן אין זייער 'עקסקלוסיוו עקאנאמישע זאנע'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א מאן אין יוטא איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט פאראורזאכט א וואלד פייער ווען ער האט פרובירט צו פארברענען א ספיידער.
די פייער איז שוין 90% אונטער קאנטראל, און האט פארברענט ארום 60 אקער לאנד.
די פייער איז שוין 90% אונטער קאנטראל, און האט פארברענט ארום 60 אקער לאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די באנק אוו ענגלאנד האט געהעכערט די אינטרעסט ראטעס מיט 50 באזיס פונקטן צו 1.75%, די העכסטע אין 27 יאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א באריכט אין ראולינג סטאון גיבט אן אז די יאנואר 6 קאמיטע גרייט זיך צו שיקן א סובפינע צו די אדוואקאטן פון די אנקלעגער צו באקומען די טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס וואס אלעקס דזשאונס' אדוואקאטן האבן זיי בטעות געשיקט.אידישליך האט געשריבן:אין א דראמאטישע מאמענט האבן אדוואקאטן פון די אנקלעגער געמאלדן אז דזשאונס' אדוואקאטן האבן מיט 12 טעג צוריק זיי בטעות געשיקט א קאפיע פון אלע דאטא פון דזשאונס' סעלפאון, וואס דאס רעכנט אריין אלע טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס, און אזוי אויך אינפארמאציע איבער זיין 'אינפאָ ווארס' מידיע קאמפאני.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
איוואנקא טראמפ איז נעכטן אויסגעפרעגט געווארן אונטער שבועה, און דאנעלד טראמפ דזשוניער פארגאנגענע וואך, אלס טייל פון די ציווילע אויספארשונג פון ניו יארקע אטורני דזשענעראל דזשעימס אין די טראמפ פינאנצן.
טראמפ איז ערווארטעט אויסגעפרעגט צו ווערן שפעטער דעם מאנאט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט געמאלדן אז ער סוספענדירט ליבעראלע סטעיט אטורני ענדרו ווארען נאך וואס ער האט געזאגט אז ער וועט נישט אינפארסירן די פלארידע אבארשן געזעצן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מארגעדזש ראטעס אין די פאראייניגטע שטאטן איז געפאלן צו 4.99% צום ערשטן מאל זינט אפריל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אמעריקאנער בעסקעטבאל שפילערין בריטני גרינער וועלכע איז ארעסטירט אין רוסלאנד איז געפונען געווארן שולדיג אויף דראג קלאגעס און איז פאראורטיילט געווארן צו 9 יאר טורמע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אטורני דזשענעראל גארלענד האט געמאלדן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט פעדעראל אנגעקלאגט 4 יעצטיגע און געוועזענע לואיסוויל פאליציי אפיצירן אין פארבינדונג מיט די טויט פון בריאנע טעילאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אמעריקע האט דערקלערט די מאנקיפאקס ווירוס אויסברוך א 'פובליק געזונטהייט עמערדזשענסי'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אדוואקאט פאר די אנקלעגער אין די אלעקס דזשאונס פראצעס האט היינט געזאגט פאר די ריכטער אז ער פלאנט איבערצוגעבן די טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס פאר די יאנואר 6 קאמיטע, חוץ אויב די ריכטער וועט אים פארבאטן פון דאס טון.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אויטאריטעטן אין א שטעטל אין נעבראסקא רעאגירן צו א סיטואציע מיט מערערע פאטאליטעטן.
אויטאריטעטן באריכטן איבער א צאל געפונענע טויטע אין 2 היימען, און אז א פייער איז געווען פארמישט אין די אינצידענט, אבער דעטאלן זענען דערווייל אומקלאר.
אויטאריטעטן באריכטן איבער א צאל געפונענע טויטע אין 2 היימען, און אז א פייער איז געווען פארמישט אין די אינצידענט, אבער דעטאלן זענען דערווייל אומקלאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די עיר פארס האט אפיציעל אנגעקלאגט דעם מיליטערמאן וועלכער ווערט באשולדיגט אין דורכפירן אן אטאקע אין א באזע אין סיריע וועלכע האט פארוואונדעט 4 מיליטערלייט אין אפריל.
די מיליטער האט דערווייל נישט אנגעגעבן קיין מאטיוון.