@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער באפעלאו שיסער איז היינט ערשינען אין געריכט פאר א קורצע וויילע נאך וואס א גרענד דזשורי האט אים אנגעקלאגט אויף ערשטע דעגרי מארד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
טוויטער וועט אנהייבן צו לייגן א ווארענונג אויף טוויטס וואס זיי וועלן קלאסיפיצירן אלס מיסאינפארמאציע וואס קען ברענגען שאדן פאר קריזיס אפעקטירטע פאפולאציעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען באטראכט די מעגליכקייט פון א מיטינג מיט דעם קרוין פרינץ פון סאודיע אראביע, אזוי פרי ווי קומענדיגע מאנאט.
דאס קומט נאך פארהארטעווע באציאונגען צווישן די לענדער זינט די טויט פון דעם וואשינגטאן פאוסט זשורנאליסט קאשאגי.
דאס קומט נאך פארהארטעווע באציאונגען צווישן די לענדער זינט די טויט פון דעם וואשינגטאן פאוסט זשורנאליסט קאשאגי.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מיט 86-11 האט סענאט באשטעטיגט די 40 ביליאן דאלאר'דיגע הילף פעקל פאר אוקריינע.
די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אינטערשריפט.
די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אינטערשריפט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט דאנערשטאג אויפנעמען אינעם ווייסן הויז דעם פרעמיער מיניסטער פון שוועדן, און דער פרעזידענט פון פינלאנד, און זיי וועלן דיסקוסירן די נאטא אפליקאציעס און אייראפעאישע זיכערהייט.
פרעזידענט ביידען האט היינט אויפגענומען אינעם ווייסן הויז די פירער פון שוועדן און פינלאנד און קלארגעשטעלט אז אמעריקע שטיצט שטארק אז די 2 זאלן זיך אנשליסן אין נאטא.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די באפעלאו פאליציי האט סוספענדירט אן ארטיגע 911 דיספעטשער, און וועט מעגליך אינגאנצן אפגעזאגט ווערן, נאך וואס די דיספעטשער האט אנגעבליך געשריגן און אראפגעהאקט די טעלעפאן ווען איינע פון די ארבעטער אינעם געשעפט וואו עס איז פארגעקומען די טויטליכע שיסעריי, האבן גערופן פאר ערשטע הילף בשעת די שיסעריי.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:די CDC האט געמאלדן אז א מאן פון מאסעטשוסעטס איז דיאגנאזירט געווארן מיט די מאנקיפאקס ווירוס, די ערשטע פאל אין אמעריקע דאס יאר.
ענגלאנד האט באריכטעט 9 פעלער זינט אנהייב מאי, און אזוי אויך זענען באריכטעט געווארן עטליכע פעלער אין פארטעגאל און אין קאנאדע.
ניו יארק סיטי געזונטהייט דעפארטמענט זאגט אז זיי פארשן אויס א מעגליכע פאל פון די מאנקיפאקס ווירוס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די CDC פאנעל האט געשטימט צו רעקאמענדירן פייזער קאוויד בוסטער שאטס פאר קינדער צווישן 5 און 11 יאר, 5 מאנאטן נאך זייער צווייטע וואקסין דאזע.
פריער אין די וואך האט די FDA געגעבן א באשטעטיגונג פאר די פייזער קאוויד בוסטער שאט פאר קינדער 5-11.
פריער אין די וואך האט די FDA געגעבן א באשטעטיגונג פאר די פייזער קאוויד בוסטער שאט פאר קינדער 5-11.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פענטאגאן פרעסע סעקראטאר דזשאן קירבי וועט זיך אריבעררוקן צו די ווייסע הויז וואו ער וועט נעמען א הויכראנגיגע נאציאנאלע זיכערהייט קאמיוניקאציע פאזיציע - דערווייל מיט אן אומבאשטימטע ראלע. ער וועט ארויסהעלפן די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר ווען זי וועט ברויכן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אילאן מאסק לייקנט שארף אפ א באריכט פון די אינסיידער, וועלכע באשולדיגט אים אין אומעטישע אויפפירונגען ארום איינע פון זיינע פריוואטע פליגער מאנשאפט, און אז ספעיס עקס האט געצאלט פאר יענעם $250,000 זיך צו האלטן שטיל.
אין א סטעיטמענט צו די אינסיידער זאגט ער אז אויב זאל עס זיין אמת, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פון זיין 30 יעריגע קאריערע זאל עס פונקט ארויסקומען יעצט, נאך וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט...
אין א סטעיטמענט צו די אינסיידער זאגט ער אז אויב זאל עס זיין אמת, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פון זיין 30 יעריגע קאריערע זאל עס פונקט ארויסקומען יעצט, נאך וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט...
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע וועט אפהאלטן אן עמערזשענסי מיטינג איבער די פרישע מאנקיפאקס ווירוס פעלער.
דערווייל האט מען עס געטראפן אין 11 לענדער, 80 באשטעטיגטע פעלער, און 50 וועלכע זענען אונטער אויספארשונג.
דערווייל האט מען עס געטראפן אין 11 לענדער, 80 באשטעטיגטע פעלער, און 50 וועלכע זענען אונטער אויספארשונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט אנגעהויבן זיין באזוך אין אזיע, און אפגעשטאטעט א באזוך אין א סעמסאנג סעמיקאנדאקטער פאבריק, אין דרום קארעא.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום פרייטאג מאי 20, 2022 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
2 סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע האבן זיך געפונען אין דרום קארעא אין בעפארגרייטונג צום פרעזידענט'ס באזוך דארט, זענען אהיימגעשיקט געווארן נאך וואס זיי האבן אנגעטרינקענערהייט אנגעשלאגן איינעם, צוליב א געפעכט איבער א טעקסי.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער ניו יארקער מעיאר ביל דעבלאזיא מעלדט אז ער וועט לויפן פאר קאנגרעס אין די פרישע 10'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פינלאנד'ס שטאטישע גאזאלין פירמע האט געמאלדן אז רוסלאנד וועט מארגן אפהאקן זייער גאזאלין סופליי, צוליב וואס זיי האבן זיך אנטזאגט צו באצאלן אין רובל. דאס איז די דריטע אייראפעאישע לאנד וואס רוסלאנד האקט אפ זייער גאזאלין סופליי.
די פירמע האט געזאגט אז זייערע פילינג סטאנציעס וועלן ווייטער פונקציאנירן געהעריג, און זיי וועלן נוצן אן אלטערנאטיווע פייפליין פון עסטאניע.
די פירמע האט געזאגט אז זייערע פילינג סטאנציעס וועלן ווייטער פונקציאנירן געהעריג, און זיי וועלן נוצן אן אלטערנאטיווע פייפליין פון עסטאניע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א פרישע וואשינגטאן פאוסט באריכט זאגט אז די פרוי פון סופרים קאורט ריכטער טאמאס האט געשיקט אימעילס פאר אריזאנע לעגיסלאטורן און זיי געבעטן זיך צו אריינמישן אין די 2020 פרעזידענטליכע וואלן און העלפן צוריקדרייען די פארלוסט פון טראמפ, צוליב וואס עס איז געווען וואלן פעלשונגען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ראבי מוק וועלכער האט געדינט אלס מענעדזשער פון די קלינטאן 2016 פרעזידענטליכע קאמפיין, האט היינט אויפגעטרעטן אלס עדות אין די אנגייענדע פראצעס פון דעם לויער מייקל סאסמאן, וועלכער איז דער ערשטער אנגעקלאגט צו ווערן דורך ספעציעלער אויספארשער דזשאן דורהאם.
צווישן אנדערע האט ער באשטעטיגט אז הילערי קלינטאן זעלבסט האט געגעבן א באשטעטיגונג צו ברייט פארשפרייטן די פאלשע באשולדיגונגען אז די טראמפ קאמפיין האט געהיימע פארבינדונגען מיט די רוסישע אַלפאַ באנק, טראץ וואס אנדערע הויכע קאמפיין איינגעשטעלטע האבן אויסגעדרוקט צווייפל אין די ווארהייט פון די אינפארמאציע.

אידישליך האט געשריבן:מיט 86-11 האט סענאט באשטעטיגט די 40 ביליאן דאלאר'דיגע הילף פעקל פאר אוקריינע.
די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אינטערשריפט.
פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן אין דרום קארעא די 40 ביליאן דאלאר'דיגע הילף פעקל פאר אוקריינע, וועלכע איז געברענגט געווארן דארט צום פרעזידענט צו אונטערשרייבן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באריכטן אז ניו יארקער מעיאר עריק עדעמס וועט מעגליך אונטערנעמען א קאמפיין פאר פרעזידענט אין 2024 אויב ביידען לויפט נישט פאר ווידערוויילונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער פרעזידענט טראמפ'ס לויער, רודי זשוליאני, האט זיך געטראפן מיט די יאנואר 6 קאמיטע פרייטאג, און איז אויסגעפרעגט געווארן פאר איבער 9 שטונדן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באריכטן געבן אן אז די סופרים קאורט קען שוין אזוי פרי ווי מאנטאג ארויסגעבן אן ענדגילטיגער אורטייל אין די ראו ווס. וועיד, רציחה קעיס.
די ביידען אדמיניסטראציע גרייט זיך פאר אומרוען אינעם לאנד אין ליכט פון די ערווארטעטע אורטייל.
א געליקטע מעמא פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זאגט אז זיי פארשן אויס פארשידענע רופן פאר געוואלדטאטן איבער די סופרים קאורט, און אזוי אויך רופן צו פארברענען אדער שטורעמען דעם סופרים קאורט געביידע.
די מעמא טוט אנגעבליך קלארשטעלן אז רעטאריק וועלכע שטיצט ווילדע עקסטרעמיזים הייסט נישט זעלבסט עקסטרעמיזים.

מישיגען גאווערנער האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי נאך א שווערע טארנעידא וועלכע האט אומגעברענגט 2 מענטשן און פארוואונדעט איבער 40.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די רוסן האבן פערמענאנט פארבאטן 963 אמעריקאנער בירגער, צווישן זיי פרעזידענט ביידען און וויצע פרעזידענט קאמאלע העריס פון אריינקומען אין רוסלאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פעדעראלע ריכטער האט בלאקירט די ביידען אדמיניסטראציע פון ענדיגן טייטל 42, וועלכע האט זיך געזאלט ענדיגן מאי 23. די יוסטיץ דעפארטמענט וועט אפעלירן דעם אורטייל.
טייטל 42 וועלכע איז איינגעפירט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, גיבט די רעכטן פאר די גרעניץ פאליציי צו צוריקשיקן אומלעגאלע אימיגראנטן אן קיין געריכטליכע פראצעדור, באזירט אויף א פובליק געזונטהייט קריזיס, א שטייגער ווי קאוויד.
טייטל 42 וועלכע איז איינגעפירט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, גיבט די רעכטן פאר די גרעניץ פאליציי צו צוריקשיקן אומלעגאלע אימיגראנטן אן קיין געריכטליכע פראצעדור, באזירט אויף א פובליק געזונטהייט קריזיס, א שטייגער ווי קאוויד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נאך ניין יאר אין מאכט האט די אויסטראלישע קאנסערוואטיווע פארטיי פארלוירן צו די אינדעפענדענטס און די מער לינקע ארבעטס פארטיי, ווען ביי די וואלן דעם שבת האט די ליבעראלע-נאציאנאלע קאאליציע פונעם פרעמיער מיניסטער סקאט מאריסאן דערלייגט א גרויסע צאל זיצן אינעם פארליאמענט, פארלירנדיג די פרעמיער מיניסטער צו ענטאני אלבעניעז, דער פירער פון די ארבעטס פארטיי.
נאך 60% שטימען געציילט האט מאריסאנ'ס פארטיי באקומען נאר 55 קעגן 72 זיצן פאר די ארבעטס פארטיי, 11 פאר די אינדעפענדענטס און 'די גרינע' קאנדידאטן, און די איבריגע 13 זענען נאך ערשידן געווארן.
צו פארמירן א קאאליציע דארף מען האבן כאטש 76 פון די 151 פארליאמענט זיצן, אבער דער פרעמיער מיניסטער ווערט דער פירער פון די גרעסטע פארטיי.
די הויפט פארלוסטן האבן די קאנסערוואטיוון געליטן צווישן שטאטישע וויילער ביי וועלכע ענווייראמענטאלע און קלימאטן טויש טעמעס האבן שטארק אויסגעמאכט, נאך וואס אויסטראליע ווערט געפלאגט פון די ערגסטע וואלד פייערן און אנדערע ענווייראמענטאלע פראבלעמען אין לאנגע יארן.