@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:דער געוועזענער פרעזידענט פון אוקריינע, פאראשענקא, האט געמאלדן אז ער וועט זיך מארגן צוריקקערן קיין אוקריינע, טראץ דעם וואס ער שטייט מעגליך אויס ארעסט צוליב פארראט קלאגעס אז ער האט געהאלפן רוסישע סעפעראטיסטן.

ער זאגט אז דאס איז פאליטיש מאטיווירט דורך די יעצטיגער פרעזידענט זאלענסקי, און מערב לענדער האבן גערופן פאר פאליטישע פאראייניגונג.

דער געוועזענער פרעזידענט פון אוקריינע, פאראשענקא, האט זיך היינט צוריקגעקערט קיין אוקריינע, און פראקורארן האבן געשטעלט זיין בעיל ביי 35 מיליאן דאלער.

IMG_20220117_102621_455.jpg
IMG_20220117_102621_455.jpg (72.58 KiB) געזען 2950 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די FBI פון דאלאס טעקסאס האט באשטעטיגט די אידענטיטעט פון דעם נעכטיגן משכונות פארכאפער, און זאגט אז ער איז א בריטישער בירגער וועלכע איז לעצטענס געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן.

זיי זאגן אויך אז זיין ציל איז נישט געווען ספעציעל אידן, נאר איז געווען קאנצעטרירט אויף די נושא.

די FBI האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי זאגן אז די משכונות סיטואציע איז געווען א טעראר פארבינדעטע אינצידענט, 'אין וועלכע די אידישע געמיינדע איז געווארן געצילט'.

די AP זאגט אז זיי האבן פארמעקט א פריערדיגע טוויט וועלכע האט געזאגט אז עס איז נישט געווען פארבינדן מיט די אידן.

IMG_20220117_103614_112.jpg
IMG_20220117_103614_112.jpg (34.56 KiB) געזען 2898 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בד"ה: באריכטן אז א 15 יעריגע מיידל איז טראגיש אומגעקומען אין א היט-ענד-ראן עקסידענט היינט אויפן וועג צו שולע אין פלעטבוש. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר.

IMG_20220117_112601_583.jpg
IMG_20220117_112601_583.jpg (203.35 KiB) געזען 2800 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פארזיצער פון די דזשוינט טשיף אוו סטעף, גענעראל מארק מילי האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט ביידען יאנואר 12.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

:!:

7 מענטשן זענען אומגעקומען אין סודאן ווען ארטיגע זיכערהייט קרעפטן האבן צושטערט פראטעסטן קעגן די מיליטער וועלכע פירט דאס לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פרישע גיוס געזעץ וועלכע האט געציהלט צו רעקרוטירן חרדים צום מיליטער איז אומערווארטעט דורכגעפאלן 54-54, צוליב וואס איין קאאליציע מיטגליד האט געשטימט מיט די אפאזיציע דערקעגן, און אזוי אויך איז דער אפאזיציע פירער, נתניהו, וועלכער איז נישט געווען אנוועזענד בעפאר, ערשינען צו שטימען דערקעגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע באריכט ווייזט אן אז דורכאויס די קאוויד פאנדעמיע האבן די 10 רייכסטע מענטשן אין די וועלט פארדינט אזויפיל, אז זינט מארש 2020 האבן זיי געדאפעלט זייער קאלעקטיווע רייכטום פון 700 ביליאן ארויף צו 1.5 טריליאן, און אז עס איז כמעט יעדן איינציגן טאג אויפגעקומען נאך א ביליאנער, אין די צייט וואס איבער די לעצטע יאר זענען א געשאצטע 160 מיליאן מענטשן אראפגעשטופט געווארן אונטער די ארימקייט ליניע.

די באריכט צייגט אז אילאן מאסק'ס רייכטום איז געשטיגן מיט 1000%, און ביל געיטס מיט בערך 30%.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער ענגלישער פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט אז זיי וועלן צושטעלן וואפן פאר אוקריינע, זאגענדיג אז רוסלאנד האט זיך נישט וואס צו זארגן, עס איז נישט קיין סכנה פאר זיי, נאר עס איז לייכטע וואפן פאר אוקריינע פאר זעלבסט שוץ.

אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער האט איינגעלאדענט דעם רוסישן פארטיידיגונגס מיניסטער, סערגעי שויגו, צו קומען באזוכן לאנדאן אין די קומענדיגע וואכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

77 יאר שפעטער קלערן אויספארשער אז זיי האבן ענדליך אידענטיפיצירט דעם וואס האט פארראטן אנא פראנק פאר די דייטשן ימ"ש.

- - -
א גרופע היסטאריקער און קרימינאלע אויספארשער און עקספערטן האבן דורכגעפירט אן אויספארשונג צו דערגיין די מיסטעריע ווער עס האט פארראטן אנא פראנק, און איבערגעגעבן איר באהעלטעניש ארט פאר די נאציס ימ"ש וועלכע האבן אום אויגוסט 4, 1944, נאך 2 יאר וואס זי האט זיך דארט אויסבאהאלטן, איבערגעפאלן די וועירהאוז אין אמסטערדאם און איר פארכאפט אינאיינעם מיט נאך 7 יודן, און זיי שפעטער ליקווידירט הי"ד.

נאך א 6 יעריגע אויספארשונג, וועלכע זיי האבן אנגעהויבן מיט 32 פארדעכטיגטע, זענען איבערגעבליבן נאר 4, און זיי האבן אידענטיפיצירט איינע פון די 4, ארנאלד וואן דען בערג, א יודישער נאוטערי פובליק, אלס דער הויפט פארדעכטיגטער אין ארויסגעבן די באהעלטעניש ארט, אבער זיי זאגן אז ס'איז נישט זיכער.

די פארדאכט נעמט זיך צווישן אנדערע פון א נאטיץ געשריבן דורך אנא'ס פאטער, אטטא פראנק, דער איינציגסטער פאמיליע מיטגליד איבערצולעבן די קריג, וואס איז געפונען געווארן אין א אויספארשונג טעקע וואס מען האט דורכגעפירט נאכן קריג, וואו ער באשולדיגט וואן דען בערג מיט פארראט, אז זייענדיג א מיטגליד אין די אמסטערדאמער יודנראט האט ער געהאט צוטריט צו ליסטעס פון באהעלטעניש אדרעסן און האט דאס, אנגעבליך, איבערגעגעבן פאר די נאציס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פירער פון די גרויסע לופטליניעס ווארענען אז אויב זאלן די גרויסע טעלעפאן פירמעס ווי ווערייזאן און AT&T גיין ווייטער און אינסטאלירן די 5G סערוויס נאנט צו די לופטפעלדער, וועט דאס זיין קאטאסטראפיש פאר לופט רייזנדע און וועט שטראנדן טויזענטער אמעריקאנער איבער'ן ים, צוליב וואס זייערע גרויסע פליגער וועלן דארפן ארויסגיין פון באנוץ.

די לופטליניעס זענען באזארגט אז די 5G כוואליעס וועלן פארמישן סענסיטיווע אינסטרומענטן ווי די וואס ווערן גענוצט אין עלטערע עראפלאנען פאר צייטן וואס מ'קען נישט זעהן קלאר. אין א טאג ווי נעכטן, וואלטן 1,100 פליגערס זיך נישט געקענט הייבן, און אריבער 100,000 רייזנדע וואלטן געהאט פראבלעמען מיט זייערע רייזעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע שטודיע אין ארץ ישראל צייגט אז די שוץ וואס א פערטע בוסטער שאט געבט צו, איז נישט צופיל שטערקער ווי נאך די דריטע, און איז נישט אפעקטיוו אפצוהאלטן פון אנגעשטעקט ווערן מיט די אמיקראן וואריאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 ערדציטערנישן אין אפגאניסטאן האבן אומגעברענגט ווייניגסטנס 26 מענטשן.

IMG_20220117_232254_574.jpg
IMG_20220117_232254_574.jpg (77.32 KiB) געזען 1700 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער ניו יארקער מעיאר, ביל דעבלאזיא, מעלדט אז ער וועט נישט לויפן פאר גאווערנער.

IMG_20220118_085424_229.jpg
IMG_20220118_085424_229.jpg (91 KiB) געזען 1511 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סעקרעטערי אוו סטעיט, ענטאני בלינקען, וועט די וואך אפרייזן קיין אוקריינע און ער וועט זיך טרעפן און אפהאלטן געשפרעכן מיטן ארטיגן פרעזידענט זאלענסקי, און דערנאך וועט ער אפרייזן קיין דייטשלאנד פאר געשפרעכן.

IMG_20220118_090634_778.jpg
IMG_20220118_090634_778.jpg (153.16 KiB) געזען 1492 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריס דזשאנסאן זאגט אז קיינער האט אים נישט געזאגט אז פארטיס אין דאונינג סטריט זענען קעגן די רולס...

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך Thank you »

אידישליך האט געשריבן:געוועזענער ניו יארקער מעיאר, ביל דעבלאזיא, מעלדט אז ער וועט נישט לויפן פאר גאווערנער.

IMG_20220118_085424_229.jpg

https://drive.google.com/open?id=11ALpl ... TQEPXexi8i
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דייטשלאנד זאגט אז זיי באטראכטן די מעגליכקייט צו אפשטעלן די נארד סטריעם 2 גאזאלין פייפליין, אין פאל וואס רוסלאנד אטאקירט אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

שוועדן האט געמאלדן אז מען וועט מער נישט דארפן קיין נעגאטיווע קאוויד טעסט צו קענען אריינקומען אין לאנד, נאך וואס עס האט סייווי גארנישט אויפגעטאן צו אפשטעלן די אמיקראן וואריאנט.

אין אנדערע נייעס האט סקאטלאנד געמאלדן אז פון קומענדיגע מאנטאג וועט מען אראפנעמען אלע פרישע באגרעניצונגען וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אין ליכט פון די אמיקראן וואריאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט פארגעשלאגן און געבעטן פון די ארטיגע לעגיסלאטור 6 מיליאן דאלער צו קענען עפענען א פרישע 'וואלן פאליציי', אין וועלכע ער וויל אויפנעמען 52 מענטשן וועלכע וועלן זיין פאראנטווארטליך אויף די ארטיגע וואלן, זיי וועלן אויספארשן און באאבאכטן, און אויב פעלט זיך אויס ארעסטירן מענטשן וואס פארלעצן די וואלן געזעצן, און זיי וועלן אננעמען טיפס פון יעדעם איינעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער טערקישער פרעזידענט ערדאגאן זאגט אז א רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע איז נישט רעאליסטיש, און זאגט אז אוקריינע איז א שטארקע לאנד.

ער זאגט אז ער דארף רעדן צו פוטין איבער די קריזיס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

גערי טשעימבערס, א דעמאקראט וועלכע לויפט פאר סענאט אין לוזיאנע, האט ארויסגעלייגט אן עד אין וועלכע ער רייכערט מאריכואנע, און זאגט אז ער וויל עס לעגאליזירן.

IMG_20220118_120315_479.jpg
IMG_20220118_120315_479.jpg (19.84 KiB) געזען 1003 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:סעקרעטערי אוו סטעיט, ענטאני בלינקען, וועט די וואך אפרייזן קיין אוקריינע און ער וועט זיך טרעפן און אפהאלטן געשפרעכן מיטן ארטיגן פרעזידענט זאלענסקי, און דערנאך וועט ער אפרייזן קיין דייטשלאנד פאר געשפרעכן.

סעקרעטערי אוו סטעיט, ענטאני בלינקען, וועט זיך טרעפן פרייטאג מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער אין דזשעניווע, נאך זיין באזוך אין קיעוו און דייטשלאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר זאגט אז רוסלאנד איז גרייט און קען יעדע מינוט אנהייבן מיט אן אטאקע אויף אוקריינע.

אויך האט זי געזאגט אז אין פאל פון אן אטאקע זענען אלע אפציעס אויפן טיש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סופרים קארט האט אפגעווארפן א פארלאנג צו אפשטעלן די פעדעראלע מאסק מאנדאט פאר לופט רייזנדע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די וואל סטריט זשורנאל באריכטעט אז טעקסאס און פלארידע האבן זיך צוגעשטעלט צו יוטא און איידעהא, און האבן שוין צוריקבאקומען אלע דזשאבס וואס זענען פארלוירן געגאנגען פון קאוויד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”