@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די יאנואר 6 קאמיטע האט ארויסגעשיקט א פרישע רייע סובפינעס, דאס מאל פאר די פירמעס אלפאבעט (גוגל, יוטוב), מעטא (פעיסבוק), טוויטער און רעדיט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מערילין מאסבי, באלטימאר'ס הויפט סטעיט אטורני איז געווארן אנגעקלאגט דורך א גרענד דזשורי אויף צוויי קלאגעס פון ליגענט זאגן אונטער שבועה ווען זי האט ארויסגענומען געלטער פון איר פעדעראלע רעטייערמענט פאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מערערע גאווערמענט וועבזייטלעך פון אוקריינע זענען באטראפן געווארן מיט א מאסיווע סייבער אטאקע, וועלכע האט געווארענט 'זייטס דערשראקן און ערווארטס דאס ערגסטע'.
קיינער האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט, אבער מען גלייבט אז עס האט מיט פוטין...
קיינער האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט, אבער מען גלייבט אז עס האט מיט פוטין...
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
און ווידעראמאל: צפון קארעא האט היינט ארויס געשאסן 2 קורץ שטרעקיגע באליסטישע מיסילס, דאס איז זייער דריטע מיסיל טעסט אין 2022 אליינס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער האט געמאלדן אז מען וועט אפשטיפן די אפשטימונג אויף די וואלן רעפארם לעגיסלאציעס אויף דינסטאג, צוליב א שניי שטורעם וועלכע איז ערווארטעט אינעם וואשינגטאן די.סי. ראיאן זונטאג מאנטאג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט זיך נעכטן נאכט געטראפן אינעם ווייסן הויז מיט דעמאקראטישע סענעטארן מענשין און סינעמע, אין א פרואוו זיי צו איבעררעדן, נאך וואס די 2 האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט לאזן טוישן די פיליבאסטער רולס, וואס דאס מיינט אז די וואלן רעפארם לעגיסלאציעס וועט נישט קענען דורכגיין אין סענאט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ריטעיל סעילס אין אמעריקע איז געפאלן אין דעצעמבער מיט 1.9%, די גרעסטע טראסקע אין 10 חדשים און סאך מער ווי די ערווארטעטע 0.1%, צוליב די הויכע אינפלאציע און די אמיקראן וואריאנט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א CNN באריכט זאגט אז די אמעריקאנער שפיאנאזש האט אינפארמאציע אז רוסלאנד גרייט זיך דורכצופירן א פאלשע אפעראציע (false-flag operation) און אטאקירן זייערע אייגענע קרעפטן, און באשולדיגן אוקריינע אין די אטאקע, און מיט דעם אויסרייד זיי אינוואדירן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מאסן סטודענטן האבן ארויסשפאצירט פון זייערע קלאס צימערן אין שיקאגא, באסטאן, ניו יארק און נאך, אין א פראטעסט קעגן די אויטאריטעטן אויף די קאוויד האנדלונג, און פארלאנגען אז מען זאל לערנען ווירטואל פאר 2 וואכן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רוסלאנד זאגט אז נאך א פארלאנג פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן זיי ארעסטירט עטליכע מיטגלידער פון די 'רעוויל' רענסאמווער גרופע, וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף עטליכע מאסיווע סייבער אטאקעס פארגאנגענע יאר אין אמעריקע.
זיי האבן אויך קאנפיסקירט ריזיגע געלטער, קריפטאו וואלוטעס, און 20 קארן, און אסאך קאמפיוטער עקוויפמענט.
זיי האבן אויך קאנפיסקירט ריזיגע געלטער, קריפטאו וואלוטעס, און 20 קארן, און אסאך קאמפיוטער עקוויפמענט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
טשארלס ערווארדס, געוועזענער אינספעקטאר דזשענערעל פון די האומלענד סעקיוריטי אונטער פרעזידענט אבאמא, האט זיך דערקלערט שולדיג אין גנב'נען געהיימע סאפטוועיר פון די אמעריקאנער רעגירונג, און ווי אויך דאטאבעיס פון רעגירונג ארבעטער, און האט דאס גענוצט פאר א פירמע וועלכע ער האט געעפענט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א משכונות סיטואציע קומט פאר אין די 'בית ישראל' קאנגרעגעישאן אין טעקסאס, וואו א מוסלעמענער מאן האט גענומען דעם ארטיגן ראביי און נאך 3 מענטשן און זאגט אז ער איז באוואפענט.
ער פארלאנגט אז זיין שוועסטער, וועלכע האט פרובירט צו אומברענגען אמעריקאנער סאלדאטן אין 2008 און זיצט אין טורמע, זאל באפרייט ווערן.
ער פארלאנגט אז זיין שוועסטער, וועלכע האט פרובירט צו אומברענגען אמעריקאנער סאלדאטן אין 2008 און זיצט אין טורמע, זאל באפרייט ווערן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר זאגט אז דער פרעזידענט איז געבריעפט געווארן איבער די סיטואציע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
'יאַהו' באריכטעט אז די CIA טרענירט גרופעס פון אוקריינישע ספעציעלע קרעפטן, און גרייטן זיי אן מיט ספעציעלע טאקטיקן אין פאל פון א מלחמה מיט רוסלאנד.
לויט די באריכטן קומען שוין די טרענירונגען פאר זינט 2015 אין באהאלטענע ערטער אין אמעריקע, און די טרענירטע זענען ערווארטעט צו שפילן א גאר וויכטיגע ראלע אין פאל פון א מלחמה.
לויט די באריכטן קומען שוין די טרענירונגען פאר זינט 2015 אין באהאלטענע ערטער אין אמעריקע, און די טרענירטע זענען ערווארטעט צו שפילן א גאר וויכטיגע ראלע אין פאל פון א מלחמה.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:א משכונות סיטואציע קומט פאר אין די 'בית ישראל' קאנגרעגעישאן אין טעקסאס, וואו א מוסלעמענער מאן האט גענומען דעם ארטיגן ראביי און נאך 3 מענטשן און זאגט אז ער איז באוואפענט.
ער פארלאנגט אז זיין שוועסטער, וועלכע האט פרובירט צו אומברענגען אמעריקאנער סאלדאטן אין 2008 און זיצט אין טורמע, זאל באפרייט ווערן.
איינער פון די 4 משכונות איז געווארן באפרייט, פאליציי זאגט אז ער איז נישט פארוואונדעט, און דארף נישט קיין מעדעצינישע באהאנדלונג:
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:א משכונות סיטואציע קומט פאר אין די 'בית ישראל' קאנגרעגעישאן אין טעקסאס, וואו א מוסלעמענער מאן האט גענומען דעם ארטיגן ראביי און נאך 3 מענטשן און זאגט אז ער איז באוואפענט.
ער פארלאנגט אז זיין שוועסטער, וועלכע האט פרובירט צו אומברענגען אמעריקאנער סאלדאטן אין 2008 און זיצט אין טורמע, זאל באפרייט ווערן.
דער אדוואקאט פונעם טעראריסטיקע'ס ברודער האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט קלארשטעלנדיג אז זיין קליענט איז אין פאקט נישט די יעצטיגער פארכאפער, און דער פארכאפער האט נישט קיין שייכות מיט זיי, ווי די מידיע האט באריכטעט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אנגעהויבן קומענדיגע חודש, וועט ענגלאנד מער נישט פארלאנגען קיין קאוויד טעסטס פון פולקאם וואקסינירטע רייזענדע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:מערערע גאווערמענט וועבזייטלעך פון אוקריינע זענען באטראפן געווארן מיט א מאסיווע סייבער אטאקע, וועלכע האט געווארענט 'זייטס דערשראקן און ערווארטס דאס ערגסטע'.
קיינער האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט, אבער מען גלייבט אז עס האט מיט פוטין...
אוקריינע באשולדיגט א גרופע וועלכע האט פארבינדונגען מיט די בעלארוסישע שפיאנאזש אגענטור, אין די סייבער אטאקע פרייטאג וועלכע האט אראפגעברענגט מערערע גאווערמענט וועבזייטלעך.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מעיאר עריק עדעמס זאגט אז די ניו יארקער פאליציי זענען געשטעלט געווארן ביי וויכטיגע אידישע פאזיציעס אין ליכט פון די משכונות סיטואציע.
- - -
פרעמיער מיניסטער בענעט פון מדינת ישראל זאגט אז ער האלט מיט די סיטואציע.
- - -
פרעמיער מיניסטער בענעט פון מדינת ישראל זאגט אז ער האלט מיט די סיטואציע.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אויך אידישלעך זאגט אז ער מאניטערט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נאך א געלונגענע פאליציי אפעראציע איז די משכונות סיטואציע געקומען צו אן ענדע, און די איבעריגע 3 משכונות זענען ארויס געראטעוועט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
לאקאלע מידיע באריכטן געבן אן אז דער פארכאפער איז אומגעקומען אין די פייער אויסטויש מיט פאליציי.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרישער ווירדזשיניע גאווערנער יאנגקין, האט אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס אין זיין ערשטן טאג אין אפיס, צווישן אנדערע האט ער אראפגענומען די מאסק מאנדאט פון די שולעס, אראפגענומען די וואקסין מאנדאט פון שטאטישע איינגעשטעלטע, און פארבאטן צו לערנען קריטיקל ראסע טעאריע אין פובליק שולעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען מיט א סטעיטמענט איבער די היינטיגע משכונות סיטואציע: