@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א ריכטער האט געהייסן טראמפ לויערס סידני פאועל, לין וואאד, און נאך 7 אדוואקאטן, צו באצאלן $175,000 צו דעקן פאר דעטרויט ($153,000) און מישיגען (איבער $22,000) די לעגאלע קאסטן וואס די 2020 וואלן אנקלאגעס האט געקאסט פאר די ארטיגע רעגירונג.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע זאגט אז די אָמיקראן וואריאנט איז שוין געפונען געווארן אין 38 לענדער, און ערשטע דאטא צייגט אז עס איז מער אנשטעקיג ווי די דעלטא וואריאנט.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דעמאקראטישע סענעטאר מענשין זאגט אז ער וועט שטומען מיט די רעפאבליקאנער צו אפשטעלן ביידענ'ס וואקסין מאנדאט אויף פריוואטע ביזנעסער, די אפשטימונג איז ערווארטעט פארצוקומען קומענדיגע וואך.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נארמאליזעם האט געשריבן:יישר כח פאר דיינע קלארע באריכטן נאכדערצו אז די מישט נישט אריין קיין פאליטיק שכח נאכאמאל
א דאנק!!
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין אקספארד הויעך שולע וועלכע האט אומגעברענגט 4 סטודענטן...
אויטאריטעטן האבן היינט אריינגעגעבן א טאטאל פון 24 קלאגעס קעגן דעם 15 יעריגער שיסער, אריינגערעכנט 4 קלאגעס אויף ערשטע דעגרי מארד.
ביידע עלטערן פונעם אקספארד שיסער זענען אנגעקלאגט געווארן מיט פיר קלאגעס פון אומוועלנדיגע מארד (involuntary manslaughter).
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין אקספארד הויעך שולע וועלכע האט אומגעברענגט 4 סטודענטן...
אויטאריטעטן האבן היינט אריינגעגעבן א טאטאל פון 24 קלאגעס קעגן דעם 15 יעריגער שיסער, אריינגערעכנט 4 קלאגעס אויף ערשטע דעגרי מארד.
ביידע עלטערן פונעם אקספארד שיסער זענען אנגעקלאגט געווארן מיט פיר קלאגעס פון אומוועלנדיגע מארד (involuntary manslaughter).
וואס איז די אנקלאגע קעגן די עלטערן? זיי האבן געהאלפן?
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: אידישליך נייעס
היכי תמצא האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:ביידע עלטערן פונעם אקספארד שיסער זענען אנגעקלאגט געווארן מיט פיר קלאגעס פון אומוועלנדיגע מארד (involuntary manslaughter).
וואס איז די אנקלאגע קעגן די עלטערן? זיי האבן געהאלפן?
זיי האבן געקויפט די ביקס פיר טעג בעפאר, און די פראסעקיוטער טענה'ן אז זיי האבן קרימינאל פארנאכלעסיגט, און צוגעגעבן, אדער גאר געפירט צו די טויטליכע שיסעריי.
צווישן אנדערע ווערט באריכטעט;
On November 21 a teacher in the school saw the future school shooter researching ammunition online. The school contacted Crumbley’s parents about it and their emails and calls were never returned.
It was later discovered that Jennifer Crumbley, his mother, texted her son “lol, I’m not mad at you, you have to learn not to get caught.”
---------
אגב, די פאליציי זוכט נאך די עלטערן, און האבן זיי דערווייל נאכנישט ארעסטירט.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:ברעיקינג: CNN האט סוספענדירט קריס קאומאו אויף דערווייל, ביז א ברייטערע אויספארשונג וועט פארקומען, אין ליכט פון די פרישע דאקומענטן וואס צייגן אז ער איז געווען טיפער אריינגעמישט אין זיין ברודער, געוועזענע גאווערנער קאומאו'ס, סקאנדאל.
אין א סטעיטמענט מעלדט CNN אז זיי האבן פולקאם אפגעזאגט קריס קאומאו, צוליב די ראלע וואס ער האט געהאט אין זיין ברודער'ס סקאנדאל.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:ביידע עלטערן פונעם אקספארד שיסער זענען אנגעקלאגט געווארן מיט פיר קלאגעס פון אומוועלנדיגע מארד (involuntary manslaughter).
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אגב, די פאליציי זוכט נאך די עלטערן, און האבן זיי דערווייל נאכנישט ארעסטירט.
די עלטערן פונעם אקספארד שיסער, וועלכע זענען נאך א זיכעריי געפונען געווארן זיך באהאלטן אין א ווערהאוז אין דעטרויט, זענען ארעסטירט געווארן און האבן זיך דערקלערט נישט שולדיג, און ווערן געהאלטן פאר $500,000 בעיל עקסטער.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אידישליך נייעס
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:ברעיקינג: CNN האט סוספענדירט קריס קאומאו אויף דערווייל, ביז א ברייטערע אויספארשונג וועט פארקומען, אין ליכט פון די פרישע דאקומענטן וואס צייגן אז ער איז געווען טיפער אריינגעמישט אין זיין ברודער, געוועזענע גאווערנער קאומאו'ס, סקאנדאל.
אין א סטעיטמענט מעלדט CNN אז זיי האבן פולקאם אפגעזאגט קריס קאומאו, צוליב די ראלע וואס ער האט געהאט אין זיין ברודער'ס סקאנדאל.
דאס איז אן ערנסטער פארלוסט פאר זיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער פרעזידענט'ס פערזענליכע דאקטער באשטעטיגט אז ביידען האט א פארקילאכטס, אזוי ווי דער פרעזידענט האט געזאגט פרייטאג ביי א פרעסע קאנפרענס.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען וועט אפהאלטן א ווידעא געשפרעך מיט פוטין קומענדיגע דינסטאג צו דיסקוסירן די אנגעצויגענע סיטואציע צווישן רוסלאנד און אוקריינע.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א טעראריסטישע אטאקע האט זיך אפגעשפילט נעבן שער שכם, ווען א 25 יעריגער טעראריסט האט עטליכע מאל דערשטאכן א 20 יעריגער בחור, וועלכע האט זיך אומגעקערט פונעם כותל. דער טעראריסט איז דערשאסן געווארן דורך זיכערהייט כוחות, און דער געשטאכענער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א סטאבילע צושטאנד.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
עטליכע היימישע עסקנים ווערן געליסטעד אין די טרענזישן טיעם פון אריינקומענדיגע ניו יארקע מעיאר עריק עדעמס.
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
14 שטאטן אין אמעריקע האבן שוין באריכטעט פעלער פון די אָמיקראן וואריאנט, דערווייל זענען נאכנישט באריכטעט געווארן אין אמעריקע קיין האספיטאליזאציעס אדער טויט פעלער פון די פרישע וואריאנט.
אין ניו יארק, וועלכע האט דערווייל די מערסטע אנגעשטעקטע מיט דעם פרישן וואריאנט, האט מעיאר דעבלאזיא געמאלדן אז מען באטראכט די מעגליכקייט צו פארלאנגען בוסטער וואקסין שאטס זיך צו קענען באטיילונגען אין עפענטליכע פארזאמלונגען.

- פון אמעריקע
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4044
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.
אינטערסאנטע קעפל פונעם טיימס...
בכלל נישט אינטרעסאנט, טיפיקעל אנטיסעמיטישע ני"ט.
#גרויליג
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!
האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א סאוט קאראליינע נורס שטייט אויס ביז 15 יאר טורמע, נאכן ווערן ארעסטירט און אנגעקלאגט אויפן מאכן פאלטשע קאוויד וואקסינאציע קארטלעך. זי האט געמאכט איינס אדער צוויי פאלטשע קארטלעך פאר א קרוב, און האט נישט געבעטן קיין געלט דערפאר.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 568
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דער פרעזידענט'ס פערזענליכע דאקטער באשטעטיגט אז ביידען האט א פארקילאכטס, אזוי ווי דער פרעזידענט האט געזאגט פרייטאג ביי א פרעסע קאנפרענס.
what does it mean?
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סעקרעטערי אוו דעפענס, לואיד אוסטין, האט געזאגט אז די לעצטע פארמערטע מיליטערישע אקטיוויטעטן ביי טייוואן קוקט אויס ווי די כינעזע טוען אויספרובירן זייערע עכטע מיליטערישע מעגליכקייטן און צוגרייטונג צו מעגליכע מיליטערישע אקציעס אין די צוקונפט.
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6798
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:עטליכע היימישע עסקנים ווערן געליסטעד אין די טרענזישן טיעם פון אריינקומענדיגע ניו יארקע מעיאר עריק עדעמס.
איז דא צווישן זיי א היימישע אויך (דהיינו חסידיש ב"פ ווילי)?
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
גיי פארשטיי האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:עטליכע היימישע עסקנים ווערן געליסטעד אין די טרענזישן טיעם פון אריינקומענדיגע ניו יארקע מעיאר עריק עדעמס.
איז דא צווישן זיי א היימישע אויך (דהיינו חסידיש ב"פ ווילי)?
יא אפאר
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6798
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
וויל זיין האט געשריבן:גיי פארשטיי האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:עטליכע היימישע עסקנים ווערן געליסטעד אין די טרענזישן טיעם פון אריינקומענדיגע ניו יארקע מעיאר עריק עדעמס.
איז דא צווישן זיי א היימישע אויך (דהיינו חסידיש ב"פ ווילי)?
יא אפאר
ווער?
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דער פרעזידענט'ס פערזענליכע דאקטער באשטעטיגט אז ביידען האט א פארקילאכטס, אזוי ווי דער פרעזידענט האט געזאגט פרייטאג ביי א פרעסע קאנפרענס.
נאך א נס כ'בין נישט פרעזידענט
- אידישליך פאליטיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 858
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
גיי פארשטיי האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:עטליכע היימישע עסקנים ווערן געליסטעד אין די טרענזישן טיעם פון אריינקומענדיגע ניו יארקע מעיאר עריק עדעמס.
איז דא צווישן זיי א היימישע אויך (דהיינו חסידיש ב"פ ווילי)?
זעה אויפן ליסטע, ר' נפתלי משה אינדיג, ר' שמואל מרדכי שטערן, און נאך.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
גיי פארשטיי האט געשריבן:וויל זיין האט געשריבן:גיי פארשטיי האט געשריבן:אידישליך פאליטיק האט געשריבן:עטליכע היימישע עסקנים ווערן געליסטעד אין די טרענזישן טיעם פון אריינקומענדיגע ניו יארקע מעיאר עריק עדעמס.
איז דא צווישן זיי א היימישע אויך (דהיינו חסידיש ב"פ ווילי)?
יא אפאר
ווער?
ר יואל אייזדאפער. ר נפתלי משה אינדיג. און נאך