@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:געוועזענע טשיף אוו סטעף אונטער טראמפ, מארק מעדאוס, האט געמאלדן אז ער וועט יא קאפארירן מיט די יאונאר 6 קאמיטע, אנדערש ווי ביז יעצט, וואס ער האט זיי איגנארירט ווי אנדערע טראמפ באאמטע און אליאירטע.

אין א פרישע בריוו דורך מארק'ס לויער, מעלדט ער אז ער וועט מער נישט קאאפערירן מיט די יאנואר 6 קאמיטע.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

CNN באריכטעט אז די ביידען אדמיניסטראציע מאכט גרייט אן עוואקואציע פלאן אין פאל וואס רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע און עס פעלט זיך אויס צו ארויסראטעווען אמעריקאנע בירגער.

סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן מיטגעטיילט די פלענער מיט סענעטארן נעכטן ביי א בריעפינג, און האבן קלאר געשטעלט אז אמעריקע האט נישט קיין סאך וועגן וויאזוי צו צוריקהאלטן א רוסישע אינוואזיע.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די סקול דיסטריקט וואו די אקספארד שיסעריי איז פארגעקומען, האט אפגעזאגט אן אנבאט פון די מישיגען אטורני דזשענעראל צו עפענען אן אויספארשונג אין די טויטליכע שיסעריי.

IMG_20211207_102422_452.jpg
IMG_20211207_102422_452.jpg (86.02 KiB) געזען 1107 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די ווידעא סאמיט צווישן פרעזידענט ביידען און פוטין האט זיך אנגעהויבן עטליכע מינוט צוריק.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך eller »

כ'וויל מיר אנטשולדיגן אז ס'איז מיר נאכנישט אויסגעקומן דיר צו באדאנקן אבער יא כ'האב הנאה יעדס מאל כ'טערט אריין אין די אשכול...
אלעס קלאר באשריבן, קורץ און שארף, שיין און צום פינטל!
קיעפ איט אן!!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די ווידעא סאמיט צווישן פרעזידענט ביידען און פוטין האט זיך אנגעהויבן עטליכע מינוט צוריק.

IMG_20211207_103053_128.jpg
IMG_20211207_103053_128.jpg (110.72 KiB) געזען 1087 מאל
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אזוי זאג איך »

eller האט געשריבן:כ'וויל מיר אנטשולדיגן אז ס'איז מיר נאכנישט אויסגעקומן דיר צו באדאנקן אבער יא כ'האב הנאה יעדס מאל כ'טערט אריין אין די אשכול...
אלעס קלאר באשריבן, קורץ און שארף, שיין און צום פינטל!
קיעפ איט אן!!!!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

בלומבערג באריכטעט אז אמעריקע וועט פארלאנגען דייטשלאנד צו אפשטעלן די נארד סטריעם 2 גאזאלין פייפליין אין פאל וואס רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע, אלס א חלק פון מערערע שווערע סאנקציעס.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

ביידען וועט געבן א בריעפינג פאר די פירער פון ענגלאנד, איטאליע, פראנקרייך און דייטשלאנד נאך די ווירטואלע סאמיט מיט פוטין וועלכע קומט יעצט פאר.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אמעריקאנער ביליאנער מייקל שטיינהארדט האט איבערגעבן פאר אויטאריטעטן 180 אנטיק ארטיקלען אין ווערד פון 70 מיליאן דאלער, און איז פארבאטן געווארן צו האנדלען מיט דעם פאר אייביג, נאך א לענגערע אויספארשונג איבער זיינע אקטיוויטעטן אין די אינדוסטריע.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פון אמעריקע האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:ש'כח פאר דיינע הערליכע קלארע דעטאלירטע באריכטן.

קורץ און שארף וואס מאכט עס גאר אנגענעם צו לעזן.

א דאנק הרב עירוב תבשילין און פון אמעריקע!
אזוי זאג איך האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'וויל מיר אנטשולדיגן אז ס'איז מיר נאכנישט אויסגעקומן דיר צו באדאנקן אבער יא כ'האב הנאה יעדס מאל כ'טערט אריין אין די אשכול...
אלעס קלאר באשריבן, קורץ און שארף, שיין און צום פינטל!
קיעפ איט אן!!!!

א דאנק פאר די גוטע פידבעק!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די ווייסע זאגט אז די ווידעא סאמיט צווישן ביידען און פוטין האט זיך געענדיגט 12:08. עס האט גענומען 2 שעה און איין מינוט.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א פעדעראלע ריכטער אין דזשארדזשע האט צייטווייליג אפגעשטעלט ביידענ'ס וואקסין מאנדאט אויף פעדעראלע קאנטראקטאר איבער'ן גאנצן לאנד.

IMG_20211207_131359_421.jpg
IMG_20211207_131359_421.jpg (112.76 KiB) געזען 839 מאל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עירוב תבשילין האט געשריבן:ש'כח פאר דיינע הערליכע קלארע דעטאלירטע באריכטן.

קורץ און שארף וואס מאכט עס גאר אנגענעם צו לעזן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די ווייסע זאגט אז די ווידעא סאמיט צווישן ביידען און פוטין האט זיך געענדיגט 12:08. עס האט גענומען 2 שעה און איין מינוט.

ווייסע הויז סטעיטמענט איבער דעם ווידעא געשפרעך.

IMG_20211207_132207_553.jpg
IMG_20211207_132207_553.jpg (85.31 KiB) געזען 810 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די ווידעא סאמיט צווישן פרעזידענט ביידען און פוטין האט זיך אנגעהויבן עטליכע מינוט צוריק.

בילד פון די סאמיט פונעם ווייסן הויז.

IMG_20211207_141501_794.jpg
IMG_20211207_141501_794.jpg (140.03 KiB) געזען 737 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א וויסלבלויער וועלכע האט געארבייט אין די אפיס וואו מען האט אנגעפירט מיט די בריטישע עוואקואציע פון אפגאניסטאן, האט היינט עדות געזאגט פאר די ארטיגע פארלימענט, און אראפגעמאלן א גאר כאאטישע און 'דיספאנקשנעל' אפעראציע.

צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז פון די צווישן 75 און 120 טויזענט הילף ווענדונגען וואס די אפיס האט באקומען אין יענע טעג פון אפגאנע סאלדאטן, ריכטער, דזשורנאליסטן און הילף ארבייטער, זענען ווייניגער פון 5% בכלל געענטפערט געווארן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך, אפילו אויב איך באדאנק דיר נישט פאר א טאג געדענק אז איך בין שטארק נהנה
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אידישליך, אפילו אויב איך באדאנק דיר נישט פאר א טאג געדענק אז איך בין שטארק נהנה

:lol: טענקס פאלעקס! ס'שטארק עפרישיעיטעט!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך פרישע קוגל »

די אשכול איז מורא׳דיג! שכח @אידישליך
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

סענאט מינאריטעט פירער, מיטש מעקקאנעל, האט אנאנסירט אן אומפארטייאישע ביל וועלכע וועט ערלויבן דעמאקראטן צו הייבן די חובות לימיט פון די פעדעראלע רעגירונג אויך נאר מיט אן ענגע מאיאריטעט (51). קאנגרעס איז ערווארטעט צו שטימען דערויף היינט נאכט.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פרישע קוגל האט געשריבן:די אשכול איז מורא׳דיג! שכח @אידישליך

שכח פרישע קוגל!

עפעס אנדערש האט געשריבן:

א דאנק!!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אויטאריטעטן אין ראָיסי לופטפעלד נעבן פאריז האבן ארעסטירט א מאן וועלכע ווערט באשולדיגט אין זיין פארמישט אין די אומברענג פון דעם וואשינגטאן פאוסט דזשורנאליסט דזשאמאל קאשאגי, אין 2018.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

דזשאנאטאן קאראל, א דעמאקראטישער סטעיט לעגיסלאטור פון אילינויס האט פארגעשלאגן א ביל וועלכע וועט צווינגען אומוואקסינירטע וועלכע קענען זיך וואקסענירן, זאלן אליינס מוזן באצאלן זייערע מעדיצינישע קאסטן, צוליב וואס זיי שאפן דרוק אויף די העלט קעיר סיסטעם.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אין א סטעיטמענט מעלדט CNN אז זיי האבן פולקאם אפגעזאגט קריס קאומאו, צוליב די ראלע וואס ער האט געהאט אין זיין ברודער'ס סקאנדאל.

באריכטן פארציילן אז קריס קאומא פלאנט צו אנקלאגן CNN אויב זיי וועלן אים נישט אויסצאלן די פארבליבענע 18 מיליאן דאלער אויף זיין קאנטראקט מיט זיי.

אין אנדערע נייעס האט די פירמע וועלכע האט געזאלט פובליצירן זיין בוך געמאלדן אז זיי וועלן דאס נישט ארויסגעבן.
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”